הגה"ק רבי דוד מקשאנוב זי"ע - כ"ה אלול תרנ"ג

היינט נאכט איז די יומא דהילולא קדישא פון מרן הגאון הקודש רבי דוד האלבערשטאם אב"ד ק"ק קשאנוב זצוקללה"ה
הרה"ק מקשאנוב זי"ע איז געבוירן געווארן בשנת תקע"ח אין שטאט רודניק אלץ צווייטער זוהן צום גרויסן טאטע מרן רשכבה"ג שר התורה הגה"ק מצאנז זי"ע ועכ"י וועלכע איז בשעתו געווען רב אין שטאט רודניק.
הרה"ק מקשאנוב זי"ע האט חתונה געהאט בזוו"ר מיט הרבנית הצדיקת עכסה גיטל בת הרה"ק ר' יוסף זאב מטארניגראד זצ"ל. (דור שישי צו הרבנית עכסה בתו של האריז"ל.)
בזוו"ש האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית הצדיקת לאה זיסל נכדת ה'יד קטנה' זצ"ל.
אין יאר תר"ז איז ער אויפגענומען געווארן אלץ רב אין שטאט קשאנוב. ועל שמה נתפרסם.
הרה"ק מקשאנוב זי"ע איז געווען מתמיד עצום וגדול, ער האט געהאט א מנהג אז אויב האט ער זיך אויפגעוועקט פון זיין שלאף אינמיטן נאכט האט ער זיך נישט צוריקגעלייגט שלאפן נאר זיך געזעצט לערנען ביז אינדערפרי.
אזוי ווייט אז זיין גרויסן טאטע האט זיך כמה פעמים אויסגעדריקט אויף אויף זיין זון, נאך אין זיינע אינגע יארן, "מיין זון דוד לערנט 25 שעה א טאג!
[זעה אינטערשריפט.]
זיין עלטערע ברודער די שינאווא רב זי"ע האט געזאגט אויף אים "חוץ מיין ברודער ר' דוד איז דא נאך צוויי אידן (ה"ה הגאון ר' לייבוש מאשציסקער און הגאון ר' חיים אלעזר וואקס) וועם איך קען וואס לערנען תורה לשמה" (הרה"ק מפשעווארסק זי"ע פלעגט צוענדיגן אז די שינאווער רב האט געזאגט בלשון "חוץ מיין ברודער איז דא נאך צוויי" און נישט אז "סאיז דא דריי" ווייל ער האט געהאלטן אז די קשאנובער רב איז מער ווי זיי.)
אויף זיינע עלטערע יארן האט ער אנגעזאגט אז מזאל אים נישט הייסן גיין צו די חתונות פון זיינע אייניקלעך פאר אלעס איז שוין גרייט אז ער זאל נישט דארפן מבטל תורה זיין פאר קיין רגע נישט.
עס איז באקאנט אז די טריסקער מגיד זי"ע (וועלכע איז שוין דעמאלטס געווען פון די עלטערע רביס) האט אים גאר שטארק ליב געהאט און האט אים מחשיב געווען עד מאוד, ער האט אמאל געזאגט אויפן קשאנובער רב "איך האב געקענט אלטע צדיקים וואס האבן געהאט אויף זיך דעם צלם אלוקים אינגאנצן אזויווי מיט האט עס זיי געגעבן, איז דא דעם צאנזער רבס זון ער וואוינט אין קשאנוב, ער האט דעם גאנצן צלם אלוקים".
ער איז אמאל געווען ביים גרויסן טאטן זי"ע און זיך אפגערעדט אז ער האט מורא ער וועט מפורסם ווערן, האט אים די טאטע געזאגט ער זאל זיך אונטערנעמען נישט צו פארן ערב שבת נאך חצות. אזוי איז טאקע געווען, ער האט קיינמאל נישט געפארן צו שפעט אויף ערב שבת. ביז איין וואך שוין נאכן טאטנ'ס פטירה האט ער געהאט א ברית אין א צווייטע שטאט אויף אן ער"ש, האט ער זיך ארויסגעלאזט פרי אז ער זאל שוין זיין צוריק אין קשאנוב נאך פאר חצות. למעשה אויפן וועג אהיים האט זיך די רעדל פונעם וואגן צובראכן און איז אנגעקומען אין שטאט נאך חצות. און וכך הוה אזויווי זיין טאטע האט געזאגט, פון אלע געגענטער ארום קשאנוב האט מען אנגעהויבן פארן צום קשאנובער רב אויף שבתים און ער איז זייער שטארק מפורסם געווארן. סהאט אים זייער געבאדערט און די נעקסטע מאל וואס ער האט זיך געטראפן מיט זיין ברודער הרה"ק מגארליץ זי"ע האט ער זיך שטארק אפגערעדט און פארציילט די גאנצע מעשה. האט זיך די גארליצער רב זיך אנגערופן צו די ארומיגע [כדרכו בקודש] "מיין ברודער האט עגמת נפש אז ער איז מפורסם געווארן פארן עולה פון פארן ערב שבת נאך חצות! און וויפיל היינטיגע רבנים זענען גרייט צו פארן אויף שבת קודש כדי מפורסם צו ווערן!!"
בניו הקדושים:
בנו הרה"ק ר' יוסף זאב מקשאנוב זי"ע
חתן הרה"ק ר' מענדל מגלאגוב זי"ע (בן הרה"ק ר' אשר מראפשיץ זי"ע, וחתן הרה"ק ר' מאיר בעל אור לשמים זי"ע)
בנו הרה"ק ר' ארי' לייביש מדוקלא זי"ע
חתן הרה"ק ר' אביגדור מדוקלא זי"ע (אחיו של הרה"ק מצאנז זי"ע)
בנו הרה"ק ר' משה מקשאנוב זי"ע
חתן הרה"ק ר' ישראל אלימלך אונגאר מזשאבנא זי"ע
ובזיוו"ש חתן הרה"ק ר' מרדכי שניאור זלמן שניאורסון מזיטאמער זי"ע
בנו הרה"ק ר' נפתלי מקשאנוב זי"ע
חתן הרה"ק ר' אברהם יהושע העשיל מטלוסט זי"ע
ובזיוו"ש חתן הרה"ק ר' משה האגער מראדאוויץ זי"ע
בתו הרבנית בריינדל ע"ה אשת הרה"ק ר' אלעזר ווייסבלום מרישא זי"ע
(בן הרה"ק ר' אלימלך מרודניק זי"ע)
בתו הרבנית מרים ע"ה אשת הרה"ק ר' יחיאל הורוויץ מפאקשאווניצא זי"ע
(בן הרה"ק האמרי נועם מדזיקוב זי"ע)
בתו הרבנית הינדה ע"ה אשת הרה"ק ר' משה יוסף טייטלבוים מאוהעל זי"ע
(בן הרה"ק הייטב לב מסיגוט זי"ע)
בתו הרבנית נחמה ע"ה אשת הרה"ק ר' שלום שפירא מפשיטיק
(נכד הרה"ק השרף ממוגילניצא זי"ע)
בתו הרבנית שרה גיטל ע"ה אשת הרה"ק ר' שמעון אלתר תאומים-פרענקל מפודגורזש זי"ע
(נכד הרה"ק הברוך טעם זי"ע)
עלתה נשמתו הטהורה השמימה ביום המר כ"ה אלול תקנ"ג
זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל.
צינדט א לעכטל און לערנט משניות לעילו נשמתו הטהורה!
מרן רבינו דוד בן מרן רבינו חיים זיע"א!

די קשאנובער האט געלערנט 25 שעה א טאג! איי סנאר דא 24 שעה, ער איז אויפגעשטאנען א שעה פרי!
Re: הגה"ק רבי דוד מקשאנוב זי"ע - כ"ה אלול תרנ"ג
זי”ע
ווי ליגט ער?
ווי ליגט ער?
איידער איך שרייב געב איך א קלער, ווייל פארעכטן איז צו שווער
Re: הגה"ק רבי דוד מקשאנוב זי"ע - כ"ה אלול תרנ"ג
די קשאנובער האט געלערנט 25 שעה א טאג! איי סנאר דא 24 שעה, ער איז אויפגעשטאנען א שעה פרי!
Re: הגה"ק רבי דוד מקשאנוב זי"ע - כ"ה אלול תרנ"ג
ציון הקדוש
- פיילס
-
- file-40.jpg (25.58 KiB) געזען געווארן 669 מאל
די קשאנובער האט געלערנט 25 שעה א טאג! איי סנאר דא 24 שעה, ער איז אויפגעשטאנען א שעה פרי!
Re: הגה"ק רבי דוד מקשאנוב זי"ע - כ"ה אלול תרנ"ג
ציון הקדוש פון בנו
- פיילס
-
- file-44.jpg (22.49 KiB) געזען געווארן 659 מאל
די קשאנובער האט געלערנט 25 שעה א טאג! איי סנאר דא 24 שעה, ער איז אויפגעשטאנען א שעה פרי!
Re: הגה"ק רבי דוד מקשאנוב זי"ע - כ"ה אלול תרנ"ג
ציון הקדוש פון בנו
- פיילס
-
- file-31.jpg (30.82 KiB) געזען געווארן 659 מאל
די קשאנובער האט געלערנט 25 שעה א טאג! איי סנאר דא 24 שעה, ער איז אויפגעשטאנען א שעה פרי!
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 737
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2363
Re: הגה"ק רבי דוד מקשאנוב זי"ע - כ"ה אלול תרנ"ג
רב קשאנובער, שיין געשריבן. מ'מעג שרייבן פון אנדערע חוץ רבי דוד'ל. נעם דעם פעדער און שרייב דער עולם וועט הנאה האבן אויב נישט, דעמאלס יעצט און יארן ארום.
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 737
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2363
Re: הגה"ק רבי דוד מקשאנוב זי"ע - כ"ה אלול תרנ"ג
רבי אלחנן האלפערין אב"ד גאלדעס גרין, לאנדאן, האט דערציילט אז שינאווער רב האט פארלאזט צאנז נאכן טאטענס פטירה בעצת זיין אינגערע ברודער רבי דוד'ל קשאנובער. ער האט געהאלטן אז רבי דוד'ל איז דער צדיק הדור. ער פלעגט אים געבן א קוויטל יעדעס יאר עשרת ימי תשובה.
Re: הגה"ק רבי דוד מקשאנוב זי"ע - כ"ה אלול תרנ"ג
רב ממירון איך נעם אן דיינע רייד..
קיין סאך צייט האבעך נישט אבער פראבירן שאט נישט.. כאדאך שוין טאקע געשריבן אביסל אויף אנדערע צדיקים..
כהאף נאר אז די עולם גלייכט מיינע געשרייבעכץ... [3 לייקס איז נישט גענוג אנצוגיין ווייטער
די קשאנובער האט געלערנט 25 שעה א טאג! איי סנאר דא 24 שעה, ער איז אויפגעשטאנען א שעה פרי!
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 737
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2363
Re: הגה"ק רבי דוד מקשאנוב זי"ע - כ"ה אלול תרנ"ג
אוודאי גלייכט עס דערעולם, איך האב שוין געלייגט.
Re: הגה"ק רבי דוד מקשאנוב זי"ע - כ"ה אלול תרנ"ג
טאקע געזעהן דיין לייק. שכח.מירון האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 2:46 pmאוודאי גלייכט עס דערעולם, איך האב שוין געלייגט.
דיין לייק איז מיר זייער חשוב איך זעה דאך דיין שווערע און שיינע ארבעט וואדו לייגסט אריין אין אידישע היסטאריע..
כגלייך זייער דיינע פאוסטס... גיי אן ווייטער ווייל איך זיץ און ליין יעדעס פאסט דיינע....
די קשאנובער האט געלערנט 25 שעה א טאג! איי סנאר דא 24 שעה, ער איז אויפגעשטאנען א שעה פרי!
Re: הגה"ק רבי דוד מקשאנוב זי"ע - כ"ה אלול תרנ"ג
מרן הרה"ק מצאנז זי"ע האט זיך אויסגעדרוקט אויף זיינע פיר עלטערע זון,
הרה"ק משינאווא זי"ע איז א הייליגע רבי
הרה"ק מקשאנוב זי"ע איז א הייליגע רב
הרה"ק מגארליץ זי"ע איז א הייליגע חסיד
הרה"ק מקרייז זי"ע איז א הייליגע בעה"ב [אונז פארשטיימיר נישט וואס דעס מיינט.. לכו' האט ער געמיינט מיט דעם אז די קרייזער רב האט נישט געוואלט ווערן קיין רבי און איז טאקע געווען די איינציגסטע זון פונעם צאנזער רב זי"ע וועלכע האט נישט געפירט קיין רביסטעווע]
הרה"ק משינאווא זי"ע איז א הייליגע רבי
הרה"ק מקשאנוב זי"ע איז א הייליגע רב
הרה"ק מגארליץ זי"ע איז א הייליגע חסיד
הרה"ק מקרייז זי"ע איז א הייליגע בעה"ב [אונז פארשטיימיר נישט וואס דעס מיינט.. לכו' האט ער געמיינט מיט דעם אז די קרייזער רב האט נישט געוואלט ווערן קיין רבי און איז טאקע געווען די איינציגסטע זון פונעם צאנזער רב זי"ע וועלכע האט נישט געפירט קיין רביסטעווע]
די קשאנובער האט געלערנט 25 שעה א טאג! איי סנאר דא 24 שעה, ער איז אויפגעשטאנען א שעה פרי!
Re: הגה"ק רבי דוד מקשאנוב זי"ע - כ"ה אלול תרנ"ג
געזעהן און ספר דברי ברוך אז הרה"ק מגארליץ האט געזאגט אויף זיין ברודער די קשאנובער רב זי"ע
"ער איז יא אן ערליכען איד, ער ווייסט ביי זיך אז ער איז גארנישט אויף די וועלט"
פון דע לשון זעהט אויס אז די גארליצער רב האט געהאלטן אינמיטן זאגן ווער איז נישט קיין ערליכען איד און די קשאנובער רב איז 'יא' אן ערליכען איד....!!
[דעס איז אייגענס אבער דער וואס קען אביסל פונעם גארליצער רבס שארפקייט וואלט אויך אזוי געזאגט...] הלוואי וואלט מען געשריבן ווער ער האט בארעדט...
"ער איז יא אן ערליכען איד, ער ווייסט ביי זיך אז ער איז גארנישט אויף די וועלט"
פון דע לשון זעהט אויס אז די גארליצער רב האט געהאלטן אינמיטן זאגן ווער איז נישט קיין ערליכען איד און די קשאנובער רב איז 'יא' אן ערליכען איד....!!
[דעס איז אייגענס אבער דער וואס קען אביסל פונעם גארליצער רבס שארפקייט וואלט אויך אזוי געזאגט...] הלוואי וואלט מען געשריבן ווער ער האט בארעדט...
די קשאנובער האט געלערנט 25 שעה א טאג! איי סנאר דא 24 שעה, ער איז אויפגעשטאנען א שעה פרי!
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 737
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2363
Re: הגה"ק רבי דוד מקשאנוב זי"ע - כ"ה אלול תרנ"ג
האב איך אמאל געזען אז הרה"ק רבי יוסף זאב נסתלק געווארן וועגן א קפידא שלא במתכוון פון הייליגן דברי חיים זי"ע. דערפאר האט ער מגדל געווען זיינע דריי קליינע יתומים'לעך, רבי אשר מאיר באכניער, רבי נפתלי פיעקלער און רבי אהרן ביליצער.קשאנובער האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 8:29 pm היינט נאכט איז די יומא דהילולא קדישא פון מרן הגאון הקודש רבי דוד האלבערשטאם אב"ד ק"ק קשאנוב זצוקללה"ה
הרה"ק מקשאנוב זי"ע איז געבוירן געווארן בשנת תקע"ח אין שטאט רודניק אלץ צווייטער זוהן צום גרויסן טאטע מרן רשכבה"ג שר התורה הגה"ק מצאנז זי"ע ועכ"י וועלכע איז בשעתו געווען רב אין שטאט רודניק.
בניו הקדושים:
בנו הרה"ק ר' יוסף זאב מקשאנוב זי"ע
חתן הרה"ק ר' מענדל מגלאגוב זי"ע (בן הרה"ק ר' אשר מראפשיץ זי"ע, וחתן הרה"ק ר' מאיר בעל אור לשמים זי"ע)
זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל.
האט שוין איינער געהערט דערפון?
Re: הגה"ק רבי דוד מקשאנוב זי"ע - כ"ה אלול תרנ"ג
קיינמאל נישט געהערט דערפוןמירון האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 11:24 amהאב איך אמאל געזען אז הרה"ק רבי יוסף זאב נסתלק געווארן וועגן א קפידא שלא במתכוון פון הייליגן דברי חיים זי"ע. דערפאר האט ער מגדל געווען זיינע דריי קליינע יתומים'לעך, רבי אשר מאיר באכניער, רבי נפתלי פיעקלער און רבי אהרן ביליצער.קשאנובער האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 8:29 pm היינט נאכט איז די יומא דהילולא קדישא פון מרן הגאון הקודש רבי דוד האלבערשטאם אב"ד ק"ק קשאנוב זצוקללה"ה
הרה"ק מקשאנוב זי"ע איז געבוירן געווארן בשנת תקע"ח אין שטאט רודניק אלץ צווייטער זוהן צום גרויסן טאטע מרן רשכבה"ג שר התורה הגה"ק מצאנז זי"ע ועכ"י וועלכע איז בשעתו געווען רב אין שטאט רודניק.
בניו הקדושים:
בנו הרה"ק ר' יוסף זאב מקשאנוב זי"ע
חתן הרה"ק ר' מענדל מגלאגוב זי"ע (בן הרה"ק ר' אשר מראפשיץ זי"ע, וחתן הרה"ק ר' מאיר בעל אור לשמים זי"ע)
זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל.
האט שוין איינער געהערט דערפון?
דעס איז זיכער אז רבי יוסף זאב איז נפטר גאר יונג, כ"ג אלול תרכ"ב בערך 25 יאר אלט. 31 יאר ביפאר זיין טאטע. סאו סאיז שטארק יתכן אז די מעשה איז אמת.
די קשאנובער האט געלערנט 25 שעה א טאג! איי סנאר דא 24 שעה, ער איז אויפגעשטאנען א שעה פרי!
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 737
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2363
Re: הגה"ק רבי דוד מקשאנוב זי"ע - כ"ה אלול תרנ"ג
א טאג נאך יום הקדוש איז די יארצייט פון רבי משה'ס זוהן - הרב רבי ברוך האלבערשטאם ז"ל חתן רבי אברהם חיים הורוויץ אב"ד לינסק ז"ל.
Re: הגה"ק רבי דוד מקשאנוב זי"ע - כ"ה אלול תרנ"ג
דא: https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 50#p905950 קוקט אויס אז ער איז אוועק תרס”בקשאנובער האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 3:08 pmקיינמאל נישט געהערט דערפוןמירון האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 11:24 amהאב איך אמאל געזען אז הרה"ק רבי יוסף זאב נסתלק געווארן וועגן א קפידא שלא במתכוון פון הייליגן דברי חיים זי"ע. דערפאר האט ער מגדל געווען זיינע דריי קליינע יתומים'לעך, רבי אשר מאיר באכניער, רבי נפתלי פיעקלער און רבי אהרן ביליצער.קשאנובער האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 8:29 pm היינט נאכט איז די יומא דהילולא קדישא פון מרן הגאון הקודש רבי דוד האלבערשטאם אב"ד ק"ק קשאנוב זצוקללה"ה
הרה"ק מקשאנוב זי"ע איז געבוירן געווארן בשנת תקע"ח אין שטאט רודניק אלץ צווייטער זוהן צום גרויסן טאטע מרן רשכבה"ג שר התורה הגה"ק מצאנז זי"ע ועכ"י וועלכע איז בשעתו געווען רב אין שטאט רודניק.
בניו הקדושים:
בנו הרה"ק ר' יוסף זאב מקשאנוב זי"ע
חתן הרה"ק ר' מענדל מגלאגוב זי"ע (בן הרה"ק ר' אשר מראפשיץ זי"ע, וחתן הרה"ק ר' מאיר בעל אור לשמים זי"ע)
זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל.
האט שוין איינער געהערט דערפון?
דעס איז זיכער אז רבי יוסף זאב איז נפטר גאר יונג, כ"ג אלול תרכ"ב בערך 25 יאר אלט. 31 יאר ביפאר זיין טאטע. סאו סאיז שטארק יתכן אז די מעשה איז אמת.
Re: הגה"ק רבי דוד מקשאנוב זי"ע - כ"ה אלול תרנ"ג
די מציבה איז אביסל אומקלאר און די אותיות זענען אויך אומקלאר, די 'ר' זעהט אויס ווי א 'ד'צאן קדשים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 3:17 amדא: https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 50#p905950 קוקט אויס אז ער איז אוועק תרס”בקשאנובער האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 3:08 pmקיינמאל נישט געהערט דערפוןמירון האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 11:24 am
האב איך אמאל געזען אז הרה"ק רבי יוסף זאב נסתלק געווארן וועגן א קפידא שלא במתכוון פון הייליגן דברי חיים זי"ע. דערפאר האט ער מגדל געווען זיינע דריי קליינע יתומים'לעך, רבי אשר מאיר באכניער, רבי נפתלי פיעקלער און רבי אהרן ביליצער.
האט שוין איינער געהערט דערפון?
דעס איז זיכער אז רבי יוסף זאב איז נפטר גאר יונג, כ"ג אלול תרכ"ב בערך 25 יאר אלט. 31 יאר ביפאר זיין טאטע. סאו סאיז שטארק יתכן אז די מעשה איז אמת.
אין י"ג אורות לבית צאנז (עמ' רג) שטייט שנת תרכ"ב (וואס אגב די ספר שטייט נאר אויף וואס עס איז דא א מקור)
און אין טרקליני החסידות שטייט שנת תרס"ב, אבער כאב שוין געטראפן הינדערטער טעותים דארט...