הרה"ג רבי יעקב קאפל רייך, אב"ד קהל יראים בודאפעסט – י"ז אלול תרפ"ט

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 737
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2363

הרה"ג רבי יעקב קאפל רייך, אב"ד קהל יראים בודאפעסט – י"ז אלול תרפ"ט

פאוסט דורך מירון »

היינט איז די יארצייט פון רבי יעקב קאפל רייך זצ"ל.

ער איז געווען א מנהיג ישראל - א חד בדרא, איש מורם מעם, א געוואלדיגער הדרת פנים, א גאון עולם, חכם חכם מחוכם, א בעל דרשן נפלא - פה מפיק מרגליות. אן אוהב שלום ורודף שלום, משמש געווען דעם ציבור מיט א געוואלדיגע מסירת נפש פאר כמעט 70 יאר! ער איז אויך געווען א מקורב למלכות וואס מיט דעם האט ער גאר אסאך געטון לטובת אחינו בני ישראל.
__

רבי יעקב קאפל איז געבוירן צו זיין טאטן אברהם יחזקאל אב"ד באנאוויץ, אין שטאט ווערבוי – א פאר שטעטל צום באקאנטן שטאט נייטרא, בשנת תקצ"ח וי"א תקצ"ט.

זיין זיידע נאך ווען ער האט געהייסן - רבי יעקב קאפיל חריף מאלטנקונשטט בעל חידושי יעב"ץ אב"ד ווערבוי איז געווען א תלמיד פונעם גרויסן גאון דער בעל נודע ביהודה ז"ל.

ערשט איז ער געווארן רב אין שטאט סאבאטישט, נאכדעם וואס זיין שווער וואס איז געווען רב דארט אין שטאט איז נפטר געווארן. דערנאך איז ער אויף גענומען געווארן אין שטאט ווערבוי.

בשנת תרמ"ט איז ער אויף גענומען געווארן אין עיר הבירה בודאפעסט צו דינען אלס רב פאר די קהלה החרדית פון בודאפעסט. אויף דעם פאסטן איז ער באוויסט און זייער מפורסם געווארן איבעראל. אפילו די גוים פון שטאט האבן געוויסט פון זיין געוואלדיגע גדלות און חכמה. אין יענע צייט איז ער געווארן אויף גענומען צו זיין דעפוטאט אינעם סענאט פון מלכות עסרייך-אונגארן. אויך איז ער געווארן א יועץ ביים מלך 'פראנץ יאזעפף.' דאס האט אים געגעבן דעם געלעגענהייט צו טון גאר אסאך טובות פאר אידישע קינדער, אויך איז געווען איינע פון זיינע פעולות טובות אז ער האט ער דארט אין שטאט אויף געשטעלט א בית מושב זקנים פאר די עלטערע אידן פון שטאט, א חידוש אין יענע יארן.

ירושלים'ער רב - רבי יוסף חיים זונענפעלד פלעגט אים רופן "סבא קדישא"!

זיינע קינדער:
  • רבי ישראל רייך ז"ל - בעל מנחת ישראל אויף מסכת עירובין - אב"ד אטורקעז.
  • רבי חיים צבי רייך ז"ל אב"ד בנובאקה (ניטרונובניק).
  • רבי שמואל רייך ז"ל אב"ד ווערבוי.
  • רבי משה רייך אב"ד מידיעש ז"ל.
  • חתנו רבי אפרים מרדכי פישל זוסמאן סופר ז"ל - בעל עטרת פז אב"ד בודאפעסט. (ער האט ממלא מקום דעווען זיין שווער).
  • חתנו רבי זאב ליכטענשטיין ז"ל אב"ד באורמעני.
  • חתנו הרה"ק רבי ישראל ז"ל אב"ד סאבאטיטש.
ער איז נטמן געווארן אויפן אלטן ארטאדאקסישע בית החיים אין באדאפעסט.

זכותו יגן עלינו.
ענותן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 494
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 4:02 pm
x 450

Re: הרה"ג רבי יעקב קאפל רייך – אב"ד קהל יראים בודפסט – י"ז אלול תרפ"ט.

פאוסט דורך ענותן »

מירון האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:10 pm בשנת תרמ"ט איז ער אויף גענומען געווארן אין עיר הבירה באדאפעסט צו דינען אלס רב פאר די קהלה החרדית פון בודאפעסט.
ער איז געווען רב, אדער די יושב ראש אין די ארטידאקסישע קאנצעליי?
גיב אכטונג! די צונג ליגט אין נאסקייט
דעריבער קען זי זיך שנעל גליטשן... (די בלעטל)
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 737
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2363

Re: הרה"ג רבי יעקב קאפל רייך – אב"ד קהל יראים בודפסט – י"ז אלול תרפ"ט.

פאוסט דורך מירון »

ענותן האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:24 pm
מירון האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 4:10 pm בשנת תרמ"ט איז ער אויף גענומען געווארן אין עיר הבירה באדאפעסט צו דינען אלס רב פאר די קהלה החרדית פון בודאפעסט.
ער איז געווען רב, אדער די יושב ראש אין די ארטידאקסישע קאנצעליי?
רב
אוועיטער
הארזים
פרישער באניצער
פאוסטס: 49
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:11 pm
x 190

Re: הרה"ג רבי יעקב קאפל רייך – אב"ד קהל יראים בודאפעסט – י"ז אלול תרפ"ט.

פאוסט דורך הארזים »

איידער רבי קאפל זצ"ל איז געווארן רב אין בודאפעסט, האט מען אויפגענומען הגה"ק רבי יעקב טעננענבוים זצ"ל הנהרי אפרסמון מפוטנאק אלץ רב אין שטאט אן אים פרעגן פון פארדעם.

דער נהרי אפרסמון האט אנגעפרעגט זיין ברידער הגה"ק רבי שרגא צבי טעננענבוים זצ"ל הנטע שורק מטשאטה צו ער זאל עס אן נעמען.
דער נטע שורק האט אים מייעץ געווען צו בלייבן אין פוטנאק, און נישט נעמען אויף זיך קיין רבנות פון גרויסע שטעט, דאס וועט אים שטערן פון לערנען און ארויפשטעלן תלמידים.

און אזוי ווי דער נהרי אפרסמון האט עס נישט אנגענומען, האט מען אויפגענומען רבי קאפל זצ"ל.
מסורה איז ביי מיר די ערשטע זאך.

hoaruzim@gmail.com
שרייב פאוסט