חכימא דיהודאי הגאון רבי יהונתן אייבשיץ ז"ל - כ"א אלול תקכ"ד
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 737
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2365

דער צדיק וקדוש רבי יהונתן אייבעשיץ זצ"ל, איז געבוירן געווארן אין שטאט קראקע - פוילן. צו זיין פאטער, רבי נתן נטע, אב"ד אייבעשיץ, וואס האט זיך בימים ההם געפונען אין לאנד מעהרן.
נאכדעם וואס זיין טאטע איז נפטר געווארן אין יאר תס"ח, איז ער געפארן לערנען אין דער בארימטער ישיבה פון דעם מהר"ם א"ש ז"ל, אין שטאט פראסטיץ. ווען דער מהר״ם א״ש איז צוריקגעפארן קיין פוילן ווערן רב אין שידלאווצע, איז רבי יהונתן געפארן קיין העלעשוי (היינט טשכיי). דערנאך האט ער געוואוינט א קורצע צייט ביים גביר רבי שמשון ווערטהיימער אין וויען, עסטרייך.
אין יאר ת"ע לפ"ק, איז ער געווארן א חתן ביי רבי משה יצחק שפירא ז"ל, רב אין שטאט בומסלא, בעהמען. נאך דער חתונה האט דאס פאר פאלק געוואוינט צוויי יאר אין האמבורג ביי רבי מרדכי הכהן, איר זיידע פון דער מאמע'ס זייט. דערנאך האט ער זיך באזעצט אין פראג, בעהמען, וואו ער איז געווארן ראש ישיבה און א בארימטער דרשן. אין יאר תק"א, ווען פראנקרייך האט איינגענומען פראג, איז הרב ער געווארן רב פון מעץ.
זיינע בארימטע ספרים:
• כרתי ופלתי
• אורים ותומים
• יערות דבש
• תפארת יהונתן
• אהבת יהונתן
• מדרש יהונתן
• נפש יהונתן
זכותו הגדול יגן עלינו. זיין יארצייט איז קומענדע וואך דאנערשטאג

Re: חכימא דיהודאי הגאון רבי יהונתן אייבשיץ ז"ל - כ"א אלול תקכ"ד לפ"ק
מעשיות אויפן צדיק וואלט געווען אינטערעסאנט און באלערנדמירון האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 12:57 pm דער צדיק וקדוש רבי יהונתן אייבעשיץ זצ"ל, איז געבוירן געווארן אין שטאט קראקע - פוילן. צו זיין פאטער, רבי נתן נטע, אב"ד אייבעשיץ, וואס האט זיך בימים ההם געפונען אין לאנד מעהרן.
נאכדעם וואס זיין טאטע איז נפטר געווארן אין יאר תס"ח, איז ער געפארן לערנען אין דער בארימטער ישיבה פון דעם מהר"ם א"ש ז"ל, אין שטאט פראסטיץ. ווען דער מהר״ם א״ש איז צוריקגעפארן קיין פוילן ווערן רב אין שידלאווצע, איז רבי יהונתן געפארן קיין העלעשוי (היינט טשכיי). דערנאך האט ער געוואוינט א קורצע צייט ביים גביר רבי שמשון ווערטהיימער אין וויען, עסטרייך.
אין יאר ת"ע לפ"ק, איז ער געווארן א חתן ביי רבי משה יצחק שפירא ז"ל, רב אין שטאט בומסלא, בעהמען. נאך דער חתונה האט דאס פאר פאלק געוואוינט צוויי יאר אין האמבורג ביי רבי מרדכי הכהן, איר זיידע פון דער מאמע'ס זייט. דערנאך האט ער זיך באזעצט אין פראג, בעהמען, וואו ער איז געווארן ראש ישיבה און א בארימטער דרשן. אין יאר תק"א, ווען פראנקרייך האט איינגענומען פראג, איז הרב ער געווארן רב פון מעץ.
זיינע בארימטע ספרים:
• כרתי ופלתי
• אורים ותומים
• יערות דבש
• תפארת יהונתן
• אהבת יהונתן
• מדרש יהונתן
• נפש יהונתן
זכותו הגדול יגן עלינו. זיין יארצייט איז קומענדע וואך דאנערשטאג
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 737
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2365
Re: חכימא דיהודאי הגאון רבי יהונתן אייבשיץ ז"ל - כ"א אלול תקכ"ד לפ"ק
מצווה לשמוע דברי חכמים
ווען הגה"ק רבי יונתן אייבשיץ ז"יע איז געווען א קינד, האט מען אים געפרעגט ": פארוואס האט מרדכי דערציילט פאר אחשורוש אז מען וויל אים הרג'ענען? אחשורוש איז דאך געווען א גרויסער רשע, פארוואס האט נישט מרדכי מסכים געווען אז ער זאל 'געהרג'עט ווערן? דער קליינער און קלוגער יונתן האט נישט געווארט א מינוט, נאר באלד געענטפערט: "מרדכי האט אנטפלעקט פאר אחשורוש דעם פלאן, ווייל ער האט געוואלט אז ענדערש זאלן צוויי גויים שטארבן (בגתן ותרש), ווי איידער נאר איין גוי!
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 737
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2365
Re: חכימא דיהודאי הגאון רבי יהונתן אייבשיץ ז"ל - כ"א אלול תקכ"ד לפ"ק
אין רבי יונתן'ס ישיבה האט זיך אמאל געקאכט איבער א הארבן רמב"ם. דער גרויסער גאון האט זיך זייער געפלאגט און געזוכט צו פארענטפערן דעם הארבן רמב"ם, אבער לא עלתה בידו. האט ער געזאגט פאר די בחורים אז ער וויל ארויס גיין כאפן א שפאציר אין גארטן און אפשר אזוי וועט ער קענען טרעפן א תירוץ. יענער נאכט איז געווען א פראסטיגע ווינטערדיגע נאכט ווען די שניי פאלט פון הימל און באדעקט אלעס אויף די ערד.
ער איז ארויס אין גארטן. די בחורים האבן דערווייל ווייטער געלערנט און געווארט ביז דער גאון וועט צוריק קומען. אזוי איז אריבער א לענגערע צייט און דער גאון קומט נישט צוריק. די זארג אין ישיבה אויפן גאון איז ארום געגאנגען ביי די ישיבה בחורים און האבן מחליט געווען אז מען גייט זוכן דעם ראש ישיבה. אין ישיבה האט שוין געטראכט די ערגסטע. מען האט געווארפן גורל צווישן די בחורים ווער ס'גייט גיין זוכן דעם ראש ישיבה. ס'איז געפאלן אויף צוויי בחורים, און זיי האבן תיכף ומיד אנגעהויבן צו זוכן דעם ראש ישיבה.
די צוויי בחורים זיי האבן דערזען פון דער ווייטענס אונטער די שיין פון די לבנה לעבן א טיש אין גארטן וואס איז געווען דער פלאץ וואו דער גאון פלעגט דארט זיצן, און זיי זעהן ווי א בארג מיט שניי איז לעבן דעם טיש פון ראש ישיבה, און זיי ווערן דערשראקן אבער זיי שטארקן זיך, און גייען צו צום טיש און מען זעט נישט מער און נישט ווייניגער ווי דער ראש ישיבה איז באדעקט מיט שניי. זיי פוצן שנעל אוועק די שניי פון אים און זיי זען ווי די ראש ישיבה איז פארטיפט און פארטראכט און ווייסט נישט וואס טוט זיך ארום אים, און זיי הערן ווי ער רעדט פון דעם שווערן רמב"ם, און זאגט איך האב שוין א תירוץ.
מיט גרויס כבוד און מורא פון דעם ראש ישיבה האבן די ביידע בחורים ארויפגעלייגט אויף אים זייער מאנטל אנצוווארעמען דעם ראש ישיבה. רבי יונתן האט זיך געגעבן א כאפ אויף פון זיין דביקות, וואס ער האט געשוועבט אין די אלע ווינקלן פון די תורה כדי צו טרעפן א תירוץ אויפן שווערן רמב"ם. רבי יונתן האט בכלל נישט מרגיש געווען אז די שניי האט אים באדעקט.
דאס איז געווען א לעבעדיגע מוסר ספר פאר די בחורים און האט זיי זייער שטארק דערהויבן אין זייער לימוד התורה. מען טרעפט די זעלבע איז געווען ביי הלל הזקן וואס איז געווען א עני און האט נישט געהאט געלט פארן שומר צו אריין גיין אין בית המדרש צו הערן דברי תורה מפי שמעיה ואבטליון, איז הלל הזקן ארויף אויפן דאך כדי שישמע דברי אלהים חיים, יענעם טאג איז געווען ערב שבת און אין תקופת טבת און איז אראפ א שניי, כשעלה עמוד השחר זאגט שמעיה צו אבטליון, אבטליון אחי! יעדן טאג לייכט דער בית המדרש און היינט איז טונקל, שמא יום המעונן הוא, האבן זיי ארויף געקוקט און געזען א דמות אדם אין דעם דאך פענצטער, זענען זיי ארויף און געטראפען הלל באדעקט מיט דריי אמות שניי, און האבן אים געווארעמט ביים פייער, אמרו ראוי זה לחלל עליו את השבת, (יומא ל"ה). דאס איז ולדבקה בו.
(גענומען פון פרדס יהודה בלעטל נצבים וילך תשס"ט - און אויסגעבעסערט)

רבי יונתן אייבשיץ זצ"ל שרייבט אין ספר יערות דבש (חלק ב', ב): "ווער עס האט נישט דורכגעלערנט הלכות שבת אפאר מאל איז נישט מעגליך ער זאל נישט עובר זיין אויף הלכות שבת", פחד פחדים.
-
אביעקטיווער
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 9
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 8:34 am
- Location: וויליאמסבורג
- x 10
חכימא דיהודאי הגאון רבי יהונתן אייבשיץ ז"ל - כ"א אלול תקכ"ד לפ"ק
ס'איז באקאנט די מעשה אז ווען רבי יהונתן אייבשיץ ז"ל איז געווען א יונג קינד האט אים א גוי א שונא ישראל שטארק צעשלאגן ל"ע. רבי יהונתן האט פארשטאנען אז די אויסזיכטן מ'זאל דעם גוי אפירהאלטן זענען זייער שוואכע, ווייל ווער וועט זיך דען אננעמען פאר אן ארעם אידיש אינגל. איז רבי יהונתן אויפגעקומען מיט אזא פלאן: ווי נאר דער גוי האט אים געענדיגט שלאגן האט ער אים אהינגעשאנקן א גאלדענעם רענדל.
וואס איז דאס? האט זיך דער גוי געוואונדערט?
אה, דו ווייסט נישט? - האט אים רבי יהונתן געענטפערט - דעם היינטיגן טאג האבן אונז א אינטערסאנטער יום טוב, און איינס פון די מצוות היום איז אז אויב א גוי צעשלאגט א איד דארף אים דער איד אהינשענקען זיין גאנץ פארמעגן!
אזוי? - האט דער גוי אויסגערופן מיט איבערראשונג - גוט אז די זאגסט מיר!..
דער גוי האט זיך באלד א לאז געטון צום הויז פונעם אידישן גביר און אים אנגעהויבן אריינבראקן מכות רצח... אבער נאך פאר וואס ווען ווי האט ער זיך געפינען שמאכטן אין טורמע א געקייטלטער...
וואס איז דאס? האט זיך דער גוי געוואונדערט?
אה, דו ווייסט נישט? - האט אים רבי יהונתן געענטפערט - דעם היינטיגן טאג האבן אונז א אינטערסאנטער יום טוב, און איינס פון די מצוות היום איז אז אויב א גוי צעשלאגט א איד דארף אים דער איד אהינשענקען זיין גאנץ פארמעגן!
אזוי? - האט דער גוי אויסגערופן מיט איבערראשונג - גוט אז די זאגסט מיר!..
דער גוי האט זיך באלד א לאז געטון צום הויז פונעם אידישן גביר און אים אנגעהויבן אריינבראקן מכות רצח... אבער נאך פאר וואס ווען ווי האט ער זיך געפינען שמאכטן אין טורמע א געקייטלטער...
Re: חכימא דיהודאי הגאון רבי יהונתן אייבשיץ ז"ל - כ"א אלול תקכ"ד לפ"ק
געזעהן היינט אין די דרשו משנה ברורה, בשם די "אורים ותומים" אין זיין ספר יערות דבש...
גיב אכטונג! די צונג ליגט אין נאסקייט
דעריבער קען זי זיך שנעל גליטשן... (די בלעטל)
דעריבער קען זי זיך שנעל גליטשן... (די בלעטל)
Re: חכימא דיהודאי הגאון רבי יהונתן אייבשיץ ז"ל - כ"א אלול תקכ"ד לפ"ק
ווארשיינלעך געווען פלארידע איינוואוינעראביעקטיווער האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:06 am ס'איז באקאנט די מעשה אז ווען רבי יהונתן אייבשיץ ז"ל איז געווען א יונג קינד האט אים א גוי א שונא ישראל שטארק צעשלאגן ל"ע. רבי יהונתן האט פארשטאנען אז די אויסזיכטן מ'זאל דעם גוי אפירהאלטן זענען זייער שוואכע, ווייל ווער וועט זיך דען אננעמען פאר אן ארעם אידיש אינגל. איז רבי יהונתן אויפגעקומען מיט אזא פלאן: ווי נאר דער גוי האט אים געענדיגט שלאגן האט ער אים אהינגעשאנקן א גאלדענעם רענדל.
וואס איז דאס? האט זיך דער גוי געוואונדערט?
אה, דו ווייסט נישט? - האט אים רבי יהונתן געענטפערט - דעם היינטיגן טאג האבן אונז א אינטערסאנטער יום טוב, און איינס פון די מצוות היום איז אז אויב א גוי צעשלאגט א איד דארף אים דער איד אהינשענקען זיין גאנץ פארמעגן!
אזוי? - האט דער גוי אויסגערופן מיט איבערראשונג - גוט אז די זאגסט מיר!..
דער גוי האט זיך באלד א לאז געטון צום הויז פונעם אידישן גביר און אים אנגעהויבן אריינבראקן מכות רצח... אבער נאך פאר וואס ווען ווי האט ער זיך געפינען שמאכטן אין טורמע א געקייטלטער...
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 737
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2365
Re: חכימא דיהודאי הגאון רבי יהונתן אייבשיץ ז"ל - כ"א אלול תקכ"ד לפ"ק
מקום וויצלעך לחוד ומקום סיפורי צדיקים לחוד.דאפלטער האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 11:01 amווארשיינלעך געווען פלארידע איינוואוינעראביעקטיווער האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:06 am ס'איז באקאנט די מעשה אז ווען רבי יהונתן אייבשיץ ז"ל איז געווען א יונג קינד האט אים א גוי א שונא ישראל שטארק צעשלאגן ל"ע. רבי יהונתן האט פארשטאנען אז די אויסזיכטן מ'זאל דעם גוי אפירהאלטן זענען זייער שוואכע, ווייל ווער וועט זיך דען אננעמען פאר אן ארעם אידיש אינגל. איז רבי יהונתן אויפגעקומען מיט אזא פלאן: ווי נאר דער גוי האט אים געענדיגט שלאגן האט ער אים אהינגעשאנקן א גאלדענעם רענדל.
וואס איז דאס? האט זיך דער גוי געוואונדערט?
אה, דו ווייסט נישט? - האט אים רבי יהונתן געענטפערט - דעם היינטיגן טאג האבן אונז א אינטערסאנטער יום טוב, און איינס פון די מצוות היום איז אז אויב א גוי צעשלאגט א איד דארף אים דער איד אהינשענקען זיין גאנץ פארמעגן!
אזוי? - האט דער גוי אויסגערופן מיט איבערראשונג - גוט אז די זאגסט מיר!..
דער גוי האט זיך באלד א לאז געטון צום הויז פונעם אידישן גביר און אים אנגעהויבן אריינבראקן מכות רצח... אבער נאך פאר וואס ווען ווי האט ער זיך געפינען שמאכטן אין טורמע א געקייטלטער...
Re: חכימא דיהודאי הגאון רבי יהונתן אייבשיץ ז"ל - כ"א אלול תקכ"ד לפ"ק
גערעכטמירון האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 11:15 amמקום וויצלעך לחוד ומקום סיפורי צדיקים לחוד.דאפלטער האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 11:01 amווארשיינלעך געווען פלארידע איינוואוינעראביעקטיווער האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:06 am ס'איז באקאנט די מעשה אז ווען רבי יהונתן אייבשיץ ז"ל איז געווען א יונג קינד האט אים א גוי א שונא ישראל שטארק צעשלאגן ל"ע. רבי יהונתן האט פארשטאנען אז די אויסזיכטן מ'זאל דעם גוי אפירהאלטן זענען זייער שוואכע, ווייל ווער וועט זיך דען אננעמען פאר אן ארעם אידיש אינגל. איז רבי יהונתן אויפגעקומען מיט אזא פלאן: ווי נאר דער גוי האט אים געענדיגט שלאגן האט ער אים אהינגעשאנקן א גאלדענעם רענדל.
וואס איז דאס? האט זיך דער גוי געוואונדערט?
אה, דו ווייסט נישט? - האט אים רבי יהונתן געענטפערט - דעם היינטיגן טאג האבן אונז א אינטערסאנטער יום טוב, און איינס פון די מצוות היום איז אז אויב א גוי צעשלאגט א איד דארף אים דער איד אהינשענקען זיין גאנץ פארמעגן!
אזוי? - האט דער גוי אויסגערופן מיט איבערראשונג - גוט אז די זאגסט מיר!..
דער גוי האט זיך באלד א לאז געטון צום הויז פונעם אידישן גביר און אים אנגעהויבן אריינבראקן מכות רצח... אבער נאך פאר וואס ווען ווי האט ער זיך געפינען שמאכטן אין טורמע א געקייטלטער...
אבער ווען איך ליין די מעשה פונקט א טאג נאך וואס ס'איז געווען אין די נייעס אז אין פלארידע איז פארגעקומען אקוראט אזא טאג קען איך מיר נישט באהערשן פון קאמענטירן..
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 737
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2365
Re: חכימא דיהודאי הגאון רבי יהונתן אייבשיץ ז"ל - כ"א אלול תקכ"ד
רבי רבי יהונתן אייבשיץ זאגט אויף די מעשה פון נס פורים:
די ישועה פון די אידן איז געקומען דורך די תפילה פון מרדכי (ראה מגילה יד א), נאר אגאנצע צייט וואס המן’ס שווערד איז געווען אויסגעשטרעקט העכער די קאפ פון מרדכי איז אים שווער געווען צו פויעלן פאר זיי, ווייל “אין חבוש מתיר עצמו מבית האסורים” (ברכות ה ב), און אין די צייט וואס די מדת הדין געפינט זיך העכער אים קען ער נישט פויעלן פאר אנדערע. וועגן דעם האט דער אויבישטער מקדים געווען זיין פריוואטע הצלה, און נאך וואס ער איז שוין נישט געווען קיין ‘חבוש’, האט ער מיט זיין תפילה געקענט פויעלן די הצלה פון כלל ישראל.
מיט דעם וועלן מיר פארשטיין פארוואס באלד נאך וואס ער איז געראטעוועט געווארן פון המן האט ער פארגעזעצט צו פאסטן און דאווענען (זעה רש”י פסוק יב), ווייל ער האט געוואוסט אז דווקא נאך וואס ער איז דאס אידישע פאלק. געהאלפן געווארן וועט זיין תפילה קענען אויפטוהן אויף דאס אידישע פאלק.
(גענומען פון "בני אמונים" בלעטל)

רבי יונתן זצ"ל, האט זיך אליינס פאראויס געשריבן זיין נוסח המצבה. ממש א מוסר ספר
יראה כל עובר חרות על הלוחות,
האיש אשר עמד לנס, והיה כשושן פורחת.
ושב אל עפר ומראהו מאיש נשחת.
נא שימו על לב ושובו בתשובה נוצחת.
תפלה תרבו בעדו לאלקי הרוחות,
נפשו אליו יאסוף בל תהי נדחת,
זכות מעשיכם יגינו עליו כי נפשות ישראל אחת,
למדו מוסר לשנוא כזב ומגדולה להיות בורחת
האיש אשר עמד לנס, והיה כשושן פורחת.
ושב אל עפר ומראהו מאיש נשחת.
נא שימו על לב ושובו בתשובה נוצחת.
תפלה תרבו בעדו לאלקי הרוחות,
נפשו אליו יאסוף בל תהי נדחת,
זכות מעשיכם יגינו עליו כי נפשות ישראל אחת,
למדו מוסר לשנוא כזב ומגדולה להיות בורחת
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 737
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2365
Re: חכימא דיהודאי הגאון רבי יהונתן אייבשיץ ז"ל - כ"א אלול תקכ"ד
.
- פיילס
-
- 8ויטארג.jpg (144.31 KiB) געזען געווארן 804 מאל
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 737
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2365
Re: חכימא דיהודאי הגאון רבי יהונתן אייבשיץ ז"ל - כ"א אלול תקכ"ד
לחיים לחיים. היינט איז דער יארצייט פונעם צדיק.
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 737
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2365
Re: חכימא דיהודאי הגאון רבי יהונתן אייבשיץ ז"ל - כ"א אלול תקכ"ד
אינעם שטוב פונעם רבי' יהונתן אייבשיץ איז שטענדיג געווען א משרתת וואס האט ארויסגעהאלפן מיטן טאג-טעגליכן ווירטשאפט. נאכן פטירה ווען מען האט איר געבעטן אז זי זאל עפעס זאגן איבער'ן הייליגן רבי יהונתן, האט זי געענטפערט, אויף צוויי זאכן קען איך עדות זאגן, איינס, אז דורך די אלע יארן וואס איך האב געארבעט ביי אים אינדערהיים האט ער קיינמאל קיין בליק אפילו געגעבן אויף מיר.
צוויי, יעדע נאכט ביי חצות האט רבי יהונתן אזוי שטארק געקלאגט אויף גלות השכינה, אז דער וועלכער האט געהערט די שטורעמישע געוויינערייען פון רבי יהונתן, האט געקענט מיינען אז דאס איז די לעצטער נאכט וואס רבי יהונתן לעבט.
צוויי, יעדע נאכט ביי חצות האט רבי יהונתן אזוי שטארק געקלאגט אויף גלות השכינה, אז דער וועלכער האט געהערט די שטורעמישע געוויינערייען פון רבי יהונתן, האט געקענט מיינען אז דאס איז די לעצטער נאכט וואס רבי יהונתן לעבט.
Re: חכימא דיהודאי הגאון רבי יהונתן אייבשיץ ז"ל - כ"א אלול תקכ"ד
אין ספר תפארת יונתן פ’ נח שרייבט רבי יונתן זי’’ע אז דור הפלגה האט אויסגעפלאנט ספעיס שאטעלס:
אוויר העב והעכור= סטראטאספערע
אוויר העב והעכור= סטראטאספערע
- פיילס
-
- Screenshot_20230914-033740_Document Reader.jpg (309.06 KiB) געזען געווארן 703 מאל
-
- Screenshot_20230914-033759_Document Reader.jpg (280.9 KiB) געזען געווארן 703 מאל
SOS
Re: חכימא דיהודאי הגאון רבי יהונתן אייבשיץ ז"ל - כ"א אלול תקכ"ד
הגה"ק רבי יהונתן אייבשיץ זי"ע איז געבוירן אין שטאט פינטשוב, בשנת תנ"ד,
צו זיין טאטן הגה"ק רבי נתן נטע אב"ד פינטשוב וראב"ד בק"ק אייבשיץ זי"ע,
בן הגה"ק רבי אשר זעליג שפירא דיין בקראקא זי"ע,
בן הגה"ק רבי ישראל משה שפירא זי"ע,
בן הגה"ק רבי יצחק שפירא זי"ע,
בן הגה"ק רבי נתן נטע שפירא בעל מגלה עמוקות מקראקא זי"ע,
א אייניקל פון הגה"ק רבי יונה ב"ר ישעיה תאומים פרענקל בעל קקיון דיונה מפראג זי"ע.
און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת שיינדל ע"ה,
בת הגה"ק רבי משה יצחק יהודה לייב צינץ אב"ד העלישוי ופינטשוב זי"ע.
ער איז געווען א איש אלקים קדוש וטהור, ער איז געווען א בעל מקובל אלקי נורא מאוד, ער איז געווען א גאון עולם וחריף עצום בתורת הנגלה והנסתר, ער איז געווען מפורסם אלס א חכם ומחוכם און א מוח עצום, ער האט מרביץ תורה געווען פאר הונדערטער תלמידים גאונים בתורה, ער איז געווען א בקי אין אלע חכמות, און ער איז געווען מפורסם אלס א גאר קלוגער מענטש, צדיקים און גאונים האבן מעיד געווען אז דער גאון איז געווען א בעל רוח הקודש און א גרויסע בעל מופת עצום.
דער הייליגער מנחת אלעזר ממונקאטש זי"ע האט מעיד געווען, אז פון די תקופה פון די גאונים איז נישט געווען א מרביץ תורה אזוי גרויס ווי דעם הייליגען גאון רבי יהונתן אייבשיץ זי"ע.
אויך האבן צדיקים דערציילט אז די עבודת התפלה פון דעם גרויסן גאון, איז געווען מיט א געוואלדיגע עבודה און ברען, עס פלעגט צו גיין מיט בכיות נוראות, און נאכן דאווענען האט מען אויפן פלאץ ווי ער האט געדאווענט געקענט טרעפן א טייך פון טרערן, און דער גאון האט זיך אמאל אויסגעדריקט אויפן עבודת התפלה בזה"ל, "היא חלקו בכל עמלו".
נאך זייענדיג א גאר יונג קינד האט מען שוין געזען זיין גדלות בתורה ער איז שוין דאן געווען א ילד הפלא א חכם און א עילוי בתורה, מען האט אים דאן גערופען מיטן נאמען "דער עילוי מפינטשוב", און אסאך קלוגע מעשיות האט מען שוין דאן דערציילט וואס האבן ארויס געברענגט זיין געוואלדיגע קלוגשאפט.
ער האט געלערנט א גרויס חלק פון זיין יוגענד אין די ישיבה פון הגה"ק רבי מאיר אייזנשטאט בעל פנים מאירות זי"ע, און די צייט וואס ער איז געווען רב אין שטאט פרוסניץ, וואס איז געווען נאנט צום שטאט אייבשיץ, דארט האט ער געלערנט אינעם ביהמ"ד פון הגה"ק רבי שמשון ווערטהיימער מאייזענשטאט זי"ע, אויך האט ער דארט געלערנט ביים גאון הגה"ק רבי זאב וואלף שפירא זי"ע.
י"ב חשון בשנת תס"ח ווען דער גאון איז געווען 14 יאר אלט, איז זיין טאטע זי"ע נסתלק געווארן, און ער איז געבליבן א יתום פון טאטע און מאמע, ווייל די מאמע איז שוין נפטר געווארן אפאר יאר פריער, און דער גאון האט כסדר געזאגט, אז אפילו ער האט פארלוירען זיין גרויסן טאטן יונגערהייט, האט ער מיטן טאטן דורך געלערנט א גאר גרויסע חלק תורת הנגלה און תורת הנסתר.
בשנת תס"ט איז דער גאון רבי מאיר אייזנשטאט זי"ע געווארן רב אין שטאט שידלובצה אין פולין, איז דער גאון רבי יהונתן געפארן צום שטאט העלישוי צו זיין פעטער הגה"ק רבי אליעזר הלוי איטינגא אב"ד העלישוי זי"ע.

בשנת ת"ע האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת עלקלי ע"ה,
בת הגה"ק רבי משה יצחק שפירא אב"ד בומסלא זי"ע,
דורך זיין רעבעצין איז ער געווארן א קרוב מיט גרויסע גאונים בדורו ובתוכם, הגה"ק רבי אליהו שפירא בעל אליהו רבה אב"ד טיקטין זי"ע, הגה"ק רבי יעקב ריישר בעל שבות יעקב אב"ד וורמייזא זי"ע, הגה"ק רבי דוד אופנהיים אב"ד פראג זי"ע.
נאך די חתונה איז ער געזעצן אויף קעסט ביים שווער, און געזעצן בקדושה וטהרה על תורה ועבודה יומם ולילה מיט א געוואלדיגע התמדה, אויך האט ער דעם שווער ארויסגעהאלפן מיט שאלות בהלכה אינעם שטאט, און ווי מען זעט די הכרת הטוב וואס דער איידעם זייענדיג א יתום פון די עלטערן האט געהאט צו זיין שווער, ווי ער שרייבט בזה"ל, "הוא אשר לקחני מבית אבי, באשר אבי ואמי עזבוני בילדותי, והוא נתן לי את בתו לאשה וגדלני והלבשני לא חסר לנפשי מאומה".
א שטיק צייט שפעטער איז ער אריבער וואוינען צום שטאט פראג נעבן זיין זיידע הגה"ק רבי אהרן יחיאל מיכל שפירא מפראג זי"ע, און דארט האט ער געלערנט תורה ביי די תלמידים פון הגה"ק רבי אברהם ברוידא זי"ע, ובתוכם הגה"ק רבי יונה לאנדסופר בעל מעיל צדקה זי"ע, והגה"ק רבי נתנאל ווייל בעל קרבן נתנאל זי"ע, און בשנת תע"ג האט ער פאר א יאר זיך געצויגען קיין האמבורג נעבן זיין זיידע הגה"ק רבי מרדכי כהן זי"ע.
בשנת תע"ד איז ער צוריק צום שטאט פראג, און דארט איז ער געווארן אויף גענומען אלס דרשן הקהלה און דער ריש מתיבתא פון שטאט פראג, דארט האט זיך אנגעהויבן זיין לאנג יאריגע מרביץ תורה זיין פאר טויזענטער תלמידים גאונים וגדולים בתורה, אפילו זייענדיג שוין דאן איינע פון די גרויסע מרביצי תורה פון זיין דור, האט דער גאון רבי יהונתן נישט געוואלט נעמען קיין געהאלט פון די קהלה, נאר האט יענע יארן עוסק געווען במשא ומתן באמונה, אבער רוב צייט האט דער גאון עוסק געווען בתורה ועבודת השם מיט א געוואלדיגע התמדה וקדושה.
ער האט מיט זיין געוואלדיגע חכמה און גדלות בתורה צו געצויגן צו זיך די גרעסטע גדולים בתורה, און ז' תשרי בשנת תצ"ז ווען דער גדול הגה"ק רבי דוד אופנהיים אב"ד פראג זי"ע איז נסתלק געווארן, האט מען רבי יהונתן אייבשיץ אויף גענומען אלס רב אין שטאט פראג.
בשנת תק"א האט דער גרויסע קהלה אין שטאט מיץ אין צרפת געזוכט א נייעם רב נאכדעם וואס זייער גרויסער רב הגה"ק רבי יעקב יהושע בעל פני יהושע מקראקא זי"ע איז אריבער קיין פראנקפורט דמיין, האט מען דאן אויף גענומען דעם גאון רבי יהונתן אייבשיץ זי"ע אלס ממלא מקום אלס רב און ראש ישיבה פונעם גרויסן ישיבה אין שטאט מיץ.
בשנת תק"ה ווען די מלוכה פון אסטרייך האט ארויס געגעבן א גזירות גירוש אויף אלע אידן פון אסטרייך, האט דער גאון און חכם רבי יהונתן אייבשיץ זי"ע נישט איינגעריעט ביז ער האט בעזהשי"ת ערלעדיגט צו מבטל זיין דעם גזירות גירוש, און בכלל האט ער געהאט א גאר נאנטע קשר מיט די מלוכה צוליב דאס געוואלדיגע חכמה וואס דער גאון האט פארמאגט.
אויך האט ער זייענדיג אין שטאט פראג גאר שווער געארבעט אראפ צו נעמען דעם איסור פון דריקן דעם גמרא, וואס די מלוכה האט נישט געלאזט דריקן דעם גמרא צוליב וואס דארט שטייט זאכן קעגן דעם גלויבן פון די נוצרים, אבער ער מיט זיין געוואלדיגע חכמה און גדלות בתורה האט דאס מבטל געווען.

בשנת תק"י נאך די פטירה פון הגה"ק רבי יחזקאל קצנלבוגן בעל כנסת יחזקאל זי"ע איז ער געווארן אויף גענומען אלס רב פון איחוד ג' הקהילות, וואס איז באשטאנען פון די דריי שטעט, המבורג, אלטונה, וואנדסבק, וואס דאס איז געווען א גאר גרויסע עבודה פון פירן אזוי פיל יידישע שטעט אויף איין מאל, און די שטאט ווי ער האט געוואוינט איז געווען די שטאט אלטונה.
אסאך גרויסע שטעט האבן דעם גאון געוואלט אויף נעמען פאר רב ביי זיי אין שטאט ובתוכם די גרויסע שטעט קראקא און ניקלשבורג, אבער דער גאון האט בשום אופן נישט געוואלט איבער לאזן זיינע גרויסע תלמידים און איז געבליבן רב אין אלטונה און די אנדערע צוויי שטעט ביז צו זיין פטירה.
אויך איז באקאנט אז דער גאון איז געווען א גרויסער בקי בתורת הנסתר און קבלה, און בשנת תק"ט האט רח"ל אויס געבראכן א מגיפה פון וועלכע עס זענען ל"ע געשטארבן יולדות, האט רבי יהונתן געגעבן קמעות פאר אידישע קינדער, און דורך דעם האט זיך די מגיפה אפגעשטעלט,
אבער וויבאלד יענע צייט איז געווען נאך די ביטערע צייטן פון דעם משיח שקר כת ש"ץ ימ"ש, וואס האט איינגערעדט אידישע קינדער אז ער איז משיח, וואס מיט דעם האט ער ליידער אפגעפירט א גרויסע חלק פון כלל ישראל ווי באקאנט, און עס זענען ליידער געווען דעמאלסט אסאך אידן וואס האבן געפעלשט די קמעות פון רבי יהונתן, און דאן האבן זיי דאס געטראגן צום גאון רבי יעקב עמדין זי"ע און מסביר געווען אז רבי יהונתן איז פון די כת ש"ץ,
אין דער גרויסע גאון הגה"ק רבי יעקב עמדין זי"ע וואס האט מורא געהאט, אז דער גאון רבי יהונתן אייבשיץ זי"ע איז רח"ל אויך פארכאפט מיט דעם דרך פון שבתי צבי ימ"ש, איז ער ארויס מיט א מלחמה אויף רבי יהונתן אייבשיץ זי"ע, און אויך נאך אסאך גאונים פונעם דור האבן זיך צו געשטעלט צו רבי יעקב עמדין און מען האט דעם רבי יהונתן געלייגט אין חרם,
אבער שפעטער איז ארויס געקומען דעם אמת און יעדער האט געזען אז ביידע גדולים און גאונים האבן דעם מחלוקה נאר געמיינט לשם שמים.
דער הייליגער דברי חיים מצאנז זי"ע האט אמאל געזאגט, אז ווען נישט די מחלוקה אויף רבי יהונתן זי"ע, וואלט משיח שוין לאנג דא געווען, ווייל אזא דור דעה איז נאך נישט געווען זינט די צייטן פון די בעלי תוספות.
ער האט איבער געלאזט זיינע הייליגער דברי תורה און חידושים, ווי שוין געברענגט,
ספר כרתי ופלתי, על שולחן ערוך יורה דעה,
ספר תרי"ג מצוות,
ספר אהבת יהונתן, על הפטרות,
ספר אורים ותומים, על שולחן ערוך חושן משפט,
ספר יערות דבש, דרשות ומוסר,
ספר בינה לעיתים, על הלכות יו"ט,
ספר המדע, על הלכות ריבית,
און נאך גאר אסאך תשובות און חידושים וואס זענען ארויס געקומען נאך זיין פטירה.
ער האט איבער געלאזט זיינע קינדער,
הגה"ק רבי יהודה לייב זי"ע, חתן הקצין רבי זלמן טארני זי"ע,
הגה"ק רבי יצחק מפראג זי"ע,
הגה"ק רבי נתן נטע זי"ע, חתן הגה"ק רבי יהודא ליב אולמא מפראג זי"ע,
הגה"ק רבי מרדכי זי"ע, חתן הגביר הקצין רבי אברהם טעבין משטאמפי זי"ע,
הגה"ק רבי יחיאל מיכל זי"ע, חתן הגה"ק רבי יעקב משה פויליץ זי"ע,
הגביר הגאון רבי בנימין זאב וואלף זי"ע, חתן הגה"ק רבי ישכר בעריש אב"ד הנובר זי"ע,
בתו הצדקת מרת רבקה ע"ה, אשת הגה"ק רבי מרדכי קאזאז מפראג זי"ע,
בתו הצדקת מרת היצל ע"ה, אשת הגה"ק רבי בנימין וואלף פרענקל מברעסלא זי"ע,
בתו הצדקת מרת ניסל ע"ה, אשת הגה"ק רבי רפאל מגלוגא זי"ע.
נסתלק לגנזי מרומים כ"א אלול בשנת תקכ"ד, ומנוחתו כבוד איז אין ביה"ח אין שטאט אלטונא.
זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.

- אהבת עולם
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 70
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 10:25 am
- Location: אין קלויז
- x 130
Re: חכימא דיהודאי הגאון רבי יהונתן אייבשיץ ז"ל - כ"א אלול תקכ"ד
דער באקאנטער בילד פון א צעטל וואס דער מושל האט אים געהייסן שרייבן 45,760 מאל 'עם ישראל חי לעולמי עד.
וְהָאֵר עֵינֵינוּ בְּתורָתֶךָ. וְדַבֵּק לִבֵּנוּ בְּמִצְותֶיךָ. וְיַחֵד לְבָבֵנוּ לְאַהֲבָה וּלְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ.
Re: חכימא דיהודאי הגאון רבי יהונתן אייבשיץ ז"ל - כ"א אלול תקכ"ד
ווי באוויסט איז דער גאון געווען א חכם מחוכם און אייביג געהאט אן ענטפער פאר יעדן איינעם, איין טאג איז דער גאון ארויס פון שטוב צו גיין דאווענען שחרית, אינמיטן האט ער זיך געטראפן מיטן מלך פון שטאט, האט אים דער מלך געפרעגט, "ווי גייט דער רב", האט דער גאון געענטפערט, "איך ווייס נישט",
דער מלך איז פון דעם ענטפער געווארן אין כעס, און דאס אנגענומען אלס א חוצפה, און געהייסן מען זאל דעם גאון איינשפארן אין תפיסה, אבער נאך א שטיק צייט, ווען דער מלך האט זיך בארואיגט, האט ער געלאזט רופן דעם גאון און פרעגט אים, היתכן פארוואס האסטו מיר געענטפערט א תשובה וואס עס נישט ווי עס דארף צו זיין,
האט אים דער גאון מיט חכמה געענטפערט, פונקט פארקערט, איך האב געענטפערט זייער גוט, ווייל א מענטש ווייסט באמת נישט ווי ער גייט, ווייל באמת בין איך געווען אויפן וועג צו דאווענען שחרית, און קוק ווי איך בין אנגעקומען אין תפיסה, פאר דעם האב איך זייער גוט געענטפערט, דער מלך האט זייער הנאה געהאט פון דעם תשובה, און פון דאן האט דער מלך גאר שטארק מכבד געווען דעם גאון.

מען דערציילט אז אין ביהמ"ד פון הגה"ק רבי צבי קינסטליכער אב"ד סעבא זי"ע בעפאר די מלחמה ווען עס האט זיך שוין אנגעזען אז די צרות קומען אויף כלל ישראל, איז ווי געוואוינט געווען קופקעס מענטשן אין ביהמ"ד וואס האבן כסדר דערציילט נייעס וואס עס טוט זיך אויפן פראנט,
האט דער רב ר' צבי זי"ע געזאגט מוסר פאר די אידן פון שטאט און דערציילט די מעשה, איינמאל האט דער גלח פון שטאט געפרעגט דעם גאון וקדוש רבי יהונתן אייבשיץ זי"ע, ווי אזוי קען זיין אז להבדיל ביי די גוים, ווען זיי קומען אין זייערע מקומות ווי זיי דאווענען, שטייען זיי מיט א רעספעקט און רעדן נישט, אבער די אידן ווען זיי קומען אין ביהמ"ד, רעדט מען און מען גיבט נישט אפ די ריכטיגע כבוד פאר דעם מקום,
האט דער הייליגער גאון רבי ינתן אייבשיץ זי"ע מיט זיין חכמה געענטפערט פאר דעם גלח, ענק וואס ענק קומען צום דאווענען, קומט איר אלס קנעכט צו א קיסר, און דערפאר דארפט איר שטיין כעבד בפני המלך, אבער אונז אידן קומען צום באשעפער אלס בנים למקום ווי קינדער פון א טאטע, און דערפאר שטעלן מיר זיך פארן באשעפער ווי קינדער פאר א טאטע,
האט אבער דער רב ר' צבי צו געלייגט, דאס האט דער גאון נאר געזאגט, אלס א לימוד זכות אויף אידישע קינדער, און כדי עס זאל ח"ו נישט ארויס קומען א חילול השם דורך דעם, אבער באמת דארף א איד שטיין בעפאר דעם גרויסע און הייליגע באשעפער באימה וביראה, און דאס מיינט די פסוק "בנים אתם לד' אלוקיכם", איר זענט טאקע קינדער פונעם גרויסן באשעפער, אבער דער פסוק זאגט ווייטער "לא תתגודדו" ווי חז"ל זאגן לא תעשו אגודות אגודות בבית הכנסת.

איינמאל האט איינע פון די פריצים געפרעגט דעם גאון רבי יהונתן זי"ע, עס שטייט דאך אין די תורה אחרי רבים להטות, און די אומות העולם זענען דאך רוב, וואלטן דאך די אידן געברויכט נאך גיין די אומות העולם,
האט דער גאון מיט זיין חכמה געענטפערט פאר דעם פריץ, די דין פון אחרי רבים להטות גייט נאר אן ווען עס איז דא א ספק, וואס דאן ברויך מען גיין נאך רוב, אבער ווען עס איז נישט דא קיין ספק, נאר אלעס איז קלאר און פשוט, דאן דארף מען נישט גיין נאך רוב, און ביי אונז אידן האבן מיר מקבל געווען א תורה מיט מצוות וואס איז קלאר געשריבן ווי אזוי א איד ברויך זיך פירן,
ווי למשל אויב עס ליגט 9 עפלעך אויפן טיש און איין מילגרוים, וועסטו אויך נישט זאגן אז דער מילגרוים דארף יעצט ווערן א עפל, ווייל דאס איז דאך נישט קיין ספק, דאס זעלבע איז מיט אונז אידישע קינדער, און אויך האט שוין דער באשעפער געזאגט פאר אידישע קינדער "כי אתם המעט מכל העמים", און אפילו אונז זענען די מיעוט, שטייען מיר נאך שטארק נאך אלע צרות וואס מען איז שוין אריבער.

איינמאל איז רבי יהונתן איבשיץ זי"ע געווען מיט זיין רבי דער הייליגער פנים מאירות זי"ע ביים קעניג פון וויען, איז דארט געווען די פרינצעסן די שפעטערדיגע קעניגן פון בעהמען, און זי האט געהערט פון די גדלות פון דעם יונגען גאון רבי יהונתן, האט זי געבעטן פון ר' יהונתן אז ער זאל זאגן אפאר ווערטער לכבוד דעם געטשקע פון אותו האיש ימ"ש,
האט דער גאון רבי יהונתן מיט זיין חכמה גענטפערט פאר די פרינצעסן, חז"ל זאגן דאך "חכם אינו מדבר בפני מי שהוא גדול ממנו", און דער געטשקע איז דאך פיל העכער און גרעסער פון מיר, זאל דער געטשקע קודם עפעס רעדן, און נאכדעם וועל איך זאגן, פארשטייט זיך אז די פרינצעסן האט נישט געהאט וואס צו ענטפערן.
ווי עס איז באקאנט איז דער גאון רבי יהונתן שוין ביי די 18 יאר אויף גענומען געווארן אין שטאט פראג אלס בעל דרשן, דער ראש ישיבה דאן אין שטאט איז געווען הגה"ק רבי אברהם פאסילבורג זי"ע, דער ראש ישיבה איז געווען א גרויסער גאון בתורה, און רבי יהונתן אין זיין ספר יערות דבש שרייבט אויף דעם גאון, אז ער האט אים אויס געלערנט גאר אסאך אויפן דרך האמת בתורה, אויך איז דער גאון רבי אברהם געווען א גרויסער עניו און א בעל מידות טובות, ווי רבי יהונתן שרייבט אז ער האט דעם גאון קיינמאל נישט געזען אין כעס,
איין טאג נאכן שיעור וואס דער גאון ר' אברהם האט געגעבן פאר די בחורים, און ווען מען איז ארויס נאכן שיעור האט ר' יהונתן געטראפן איין בחור, און ער פרעגט אים וואס מען האט היינט געלערנט אין ישיבה, האט דער בחור איבער געזאגט א שווערע קשיא וואס דער ראש ישיבה האט געפרעגט, און קיינער האט אויף דעם נישט געהאט קיין ענטפער, און דערוואל איז דער קשיא נישט פארענטפערט געווארן,
ווען דער בחור האט געזאגט פאר רבי יהונתן די קשיא, האט רבי יהונתן אויפן פלאץ געזאגט א הערליכע תירוץ, און דער בחור איז אוועק געגאנגען צופרידען, רבי יהונתן איז אזוי צו געגאנגען פון איין בחור צום אנדערן, און פאר יעדן בחור געזאגט א אנדערן תירוץ אויף די קשיא פונעם ראש ישיבה, און יעדן תירוץ איז געווען שכל'דיג און הערליך,
דעם אנדערן טאג, ווען מען האט דעם קשיא נאכאמאל ארויף געברענגט ביים שיעור, האט יעדער בחור געענטפערט די תירוץ וואס ר' יהונתן האט אים געזאגט נעכטן, און דער ראש ישיבה רבי אברהם זי"ע איז ממש ארויס פון התפעלות, און די בחורים האבן אים געזאגט, אז די אלע תירוצים האט געזאגט דער נייער בעל דרשן פון שטאט,
דער ראש ישיבה איז גלייך צו געגאנגען צו די ראשי קהלה, און געזאגט פאר זיי, אז פאר די טובה פון די ישיבה איז, אז ער זאל זיך אפזאגן פון דעם פאסטן אלס ראש ישיבה, און מען זאל אויף נעמען דעם בעל דרשן אלס ראש ישיבה, ווייל צו זיין גדלות און גאונות בתורה איז נישט דא זיינס גלייכן, און דאן האט מען טאקע אויף גענומען דעם רבי יהונתן אלס ראש ישיבה, און פון דעם ישיבה האט דער גאון ארויס געגעבן גרויסע גאונים און רבנים וואס האבן באלאכטן די וועלט מיט זייער תורה און יראת שמים.

בשעת די גרויסע מחלוקה צווישן רבי יהונתן אייבשיץ זי"ע און רבי יעקב עמדין זי"ע, איז דער רבי יהונתן אמאל געווען אינמיטן וועג, און ער האט זיך אפגעשטעלט אין א גאסט הויז, דארט אינעם גאסט הויז זענען געזיצען עטליכע אידן און געשמועסט, און בתוך הדברים איז אריין געקומען די גאנצע פרשה פון די מחלוקה אויף רבי יהונתן, די אידן דארט האבן בכלל נישט געקענט דעם רבי יהונתן, אבער האבן גערעדט לשון הרע און דברי זלזול אויף רבי יהונתן,
האט זיך רבי יהונתן אנגערופן צו די אידן, איך בין א פשוטע דארפסמאן, אבער אפשר קענט איר מיר פאר ענטפערן א קשיא וואס איז מיר שווער פון די הגדה של פסח, אויפן פזמון פון חד גדיא, די אידן האבן זיך צו געכאפט צו אים און אויס געהערט זיין קשיא,
לכאורה האט דאך דער הונט פון חד גדיא געטון א גוטע זאך, ער האט זיך אנגענומען פאר דעם אומשולדיגע ציגעלע וועמען די קאץ האט פארציקט,
קומט דאך אויס,
די שטעקן איז נישט געווען גערעכט,
די פייער איז יא געווען גערעכט,
די וואסער איז נישט געווען גערעכט,
די אקס איז יא געווען גערעכט,
דער שוחט איז נישט געווען גערעכט,
דער מלאך המוות איז יא געווען גערעכט,
קומט דאס אויס ח"ו, אז דער גרויסער באשעפער האט נישט ריכטיג געטון מיטן שחט'ן דעם מלאך המוות.
די אידן דארט אינעם גאסט הויז האבן גלייך געזען, אז דער איד איז שוין גארנישט קיין פשוטע דארפסמאן, נאר ער איז אסאך גרעסער ווי ער זאגט, אבער זיי האבן נישט געהאט דעם ענטפער אויף זיין קשיא, האט זיי רבי יהונתן געזאגט אז ער וועט דאס פאר ענטפערן,
די תירוץ איז האט רבי יהונתן אייבשיץ זי"ע געזאגט פאר די אידן, דאס אז די קאץ האט פארציגט א ציגעלע איז טאקע א עוולה, אבער וואס האסטו דער הונט דא זיך אריין צו מישן, ווער האט דיר געהייסן זיין דער שופט און באשטראפן דעם קאץ, דערפאר איז דער הונט נישט געווען גערעכט פארן זיך אריינמישן, קומט אויס אז דער באשעפער כביכול איז געווען גערעכט,
דאס זעלבע איז דא, אז ווען צוויי גדולים האבן חילוקי דעות, ווער בעט דיך זיך אריין צו מישן אין די מחלוקה און נעמען א זייט, די אידן האבן גאנץ גוט פארשטאנען די משל און נמשל, און גלייך איבער געבעטן רבי יהונתן אייבשיץ פאר רעדן דברי זלזול.