רחמנות שטריכן; איך עס נישט אזאנס!
געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 5:32 pm
לאמיר היינט רעדן פון אן ערנסטן נקודה.
מענטשן קוקן מיר צומאל אן מאדנע. כ'מיין, ביסט ערנסט? האלטסט זיך באמת צוריק פון דאס עסן ווייל עס קומט פון א לעבעדיגן באשעפעניש? שוינסט דעם מאכל? חחח...
נישט אלעס קען מען מסביר זיין פאר מענטשן, און אודאי נישט ווען עס קומט צו געפיל געטריבענע זאכן, אבער לאמיר פרובירן אביסל צו מסביר זיין.
די נקודה איז נישט פשוט ווייל עס קומט פון א לעבעדיגן באשעפעניש, נאר איך קען זיך נישט זען עסן עפעס וואס איך ווייס אז דער מאכל וואס איך גיי יעצט ארייננעמען אין מויל האט פיזיש געליטן און אין זיין קורצע לעבנסשפאן אויף די וועלט האט ער נישט געהאט קיין גוטע מינוט נאר אלעמאל געסאפערט, בלויז ווייל א הונגעריגער מאן האט אים געלאזט אויפוואקסן מיט'ן איינעם ציהל אים צו פארשניידן און פארוואנדלען אין א מאכל.
לאמיר אביסל פארשטיין וואס דער מאכל איז דורך פון ווען ער איז געקומען אויף דער וועלט.
פון ווען ער איז געווען גאר פיצל האט עס זעלטן געהאט די געלעגנהייט צו זיין אויף די פרייע לופט, איינגעשפארט און איינגעצוימט, שטייף פארמאכט און פארקלאפט, און יעדע ריר זיינער קאנטראלירט פון די הייעך, ווען ער האט נישט די מעגליכקייט ארויסצוגיין פון דעם איינגעשפארטן זאנע און זיך באוועגן אויף די פריי.
עס זאגט זיך שווער, און גלייבט זיך נאך שווערער, אבער נישט בלויז האלט מען אים פארשפארט, נאר ער האט קוים די מעגליכקייט צו זען די שיין פון די זון אדער אפילו דעם בלאסן לבנה. ער איז פארמאכט אין די טונקל.
ער ווערט נאכאנאנד דערנידערט, און גייסטיש צעטרויטן, דער גאנצער מהלך וויאזוי מ'האדעוועט אים איז גאר פארשעמנד און דערנידערנד, און זייער אפט ברענגט עס אז אפילו אין זיין קורצע לעבנסשפאן זאל ער אויפוואקסן קרום און נישט געזונט, בשעת ווען דער האדעווער קימערט זיך ניטאמאל דערמיט.
אזוי וואקסט ער אויף שטאפלווייז, ביז ענדליך איז ער שוין א יצירה. ער איז שוין נישט דער קליינטשיגער שוואכער, און קען שוין אפילו נוצן זיינע אייגענע כלים צו דורכרייסן די צוימען וועלכע נעמען אים פיזיש ארום, און ער טרוימט שוין פון קענען ארויסשטעקן כאטש זיין קעפל צו די פריי, און נישט זיין מער אזוי פארשקלאפט.
דאן קומט אבער זיין טראגישע ענדע, ווען דער האדעווער כאפט אים אן קאלטבלוטיג און שעכט אים אפ, אראפ מיט'ן קאפ, פארטיג.
איך דארף מקצר זיין, אבער טראכט אריין דערין, איז נישט אוממאראליש צו עסן אזאנס?
האלט איר נישט אז עסן ירקות איז פיל בעסער ווי טרעטן אזוי בשאט נפש אויף געפילן פון אזא מיטגעמאכטער מאכל - טראץ וואס אויפ'ן מאמענט איז עס שוין א טויטער שטיק?
און דאס איז די סיבה פארוואס איך עס קיינמאל נישט קיין נעגל פון מיינע פיס.
איך בין שטייף אנטשלאסן דערין. א גוטן טאג.