רחמנות שטריכן; איך עס נישט אזאנס!

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3056
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8960

רחמנות שטריכן; איך עס נישט אזאנס!

פאוסט דורך פופציגער »

לאמיר היינט רעדן פון אן ערנסטן נקודה.

מענטשן קוקן מיר צומאל אן מאדנע. כ'מיין, ביסט ערנסט? האלטסט זיך באמת צוריק פון דאס עסן ווייל עס קומט פון א לעבעדיגן באשעפעניש? שוינסט דעם מאכל? חחח...

נישט אלעס קען מען מסביר זיין פאר מענטשן, און אודאי נישט ווען עס קומט צו געפיל געטריבענע זאכן, אבער לאמיר פרובירן אביסל צו מסביר זיין.

די נקודה איז נישט פשוט ווייל עס קומט פון א לעבעדיגן באשעפעניש, נאר איך קען זיך נישט זען עסן עפעס וואס איך ווייס אז דער מאכל וואס איך גיי יעצט ארייננעמען אין מויל האט פיזיש געליטן און אין זיין קורצע לעבנסשפאן אויף די וועלט האט ער נישט געהאט קיין גוטע מינוט נאר אלעמאל געסאפערט, בלויז ווייל א הונגעריגער מאן האט אים געלאזט אויפוואקסן מיט'ן איינעם ציהל אים צו פארשניידן און פארוואנדלען אין א מאכל.

לאמיר אביסל פארשטיין וואס דער מאכל איז דורך פון ווען ער איז געקומען אויף דער וועלט.

פון ווען ער איז געווען גאר פיצל האט עס זעלטן געהאט די געלעגנהייט צו זיין אויף די פרייע לופט, איינגעשפארט און איינגעצוימט, שטייף פארמאכט און פארקלאפט, און יעדע ריר זיינער קאנטראלירט פון די הייעך, ווען ער האט נישט די מעגליכקייט ארויסצוגיין פון דעם איינגעשפארטן זאנע און זיך באוועגן אויף די פריי.

עס זאגט זיך שווער, און גלייבט זיך נאך שווערער, אבער נישט בלויז האלט מען אים פארשפארט, נאר ער האט קוים די מעגליכקייט צו זען די שיין פון די זון אדער אפילו דעם בלאסן לבנה. ער איז פארמאכט אין די טונקל.

ער ווערט נאכאנאנד דערנידערט, און גייסטיש צעטרויטן, דער גאנצער מהלך וויאזוי מ'האדעוועט אים איז גאר פארשעמנד און דערנידערנד, און זייער אפט ברענגט עס אז אפילו אין זיין קורצע לעבנסשפאן זאל ער אויפוואקסן קרום און נישט געזונט, בשעת ווען דער האדעווער קימערט זיך ניטאמאל דערמיט.

אזוי וואקסט ער אויף שטאפלווייז, ביז ענדליך איז ער שוין א יצירה. ער איז שוין נישט דער קליינטשיגער שוואכער, און קען שוין אפילו נוצן זיינע אייגענע כלים צו דורכרייסן די צוימען וועלכע נעמען אים פיזיש ארום, און ער טרוימט שוין פון קענען ארויסשטעקן כאטש זיין קעפל צו די פריי, און נישט זיין מער אזוי פארשקלאפט.

דאן קומט אבער זיין טראגישע ענדע, ווען דער האדעווער כאפט אים אן קאלטבלוטיג און שעכט אים אפ, אראפ מיט'ן קאפ, פארטיג.

איך דארף מקצר זיין, אבער טראכט אריין דערין, איז נישט אוממאראליש צו עסן אזאנס?
האלט איר נישט אז עסן ירקות איז פיל בעסער ווי טרעטן אזוי בשאט נפש אויף געפילן פון אזא מיטגעמאכטער מאכל - טראץ וואס אויפ'ן מאמענט איז עס שוין א טויטער שטיק?

און דאס איז די סיבה פארוואס איך עס קיינמאל נישט קיין נעגל פון מיינע פיס.

איך בין שטייף אנטשלאסן דערין. א גוטן טאג.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
א קלער
מנהל המערכת
פאוסטס: 296
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 4:51 pm
x 122

Re: רחמנות שטריכן; איך עס נישט אזאנס!

פאוסט דורך א קלער »

יעעעעעעעך
:lol: :lol:
איידער איך שרייב געב איך א קלער, ווייל פארעכטן איז צו שווער
אוועיטער
פנים חדשות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 186
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:50 pm
x 342

Re: רחמנות שטריכן; איך עס נישט אזאנס!

פאוסט דורך פנים חדשות »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
אוועיטער
טישטוך
פרישער באניצער
פאוסטס: 22
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 3:49 pm
x 190

Re: רחמנות שטריכן; איך עס נישט אזאנס!

פאוסט דורך טישטוך »

הונדערט ביסטו זיכער נישט. פופציגער? מממ…
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6687
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15477

Re: רחמנות שטריכן; איך עס נישט אזאנס!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

:lol: :lol:

פופציגער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 5:32 pm ער טרוימט שוין פון קענען ארויסשטעקן כאטש זיין קעפל צו די פריי, און נישט זיין מער אזוי פארשקלאפט
בעליוו איט אר נאט, מיינע נעגל האבן עס שוין עטליכע מאל באוויזן... כ'קען דיר אפילו צייגן די שטרימפ :oops:
אוועיטער
הייסע גרעיפ דזשוס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 112
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 9:00 pm
x 120

Re: רחמנות שטריכן; איך עס נישט אזאנס!

פאוסט דורך הייסע גרעיפ דזשוס »

פופציגער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 5:32 pm לאמיר היינט רעדן פון אן ערנסטן נקודה.

מענטשן קוקן מיר צומאל אן מאדנע. כ'מיין, ביסט ערנסט? האלטסט זיך באמת צוריק פון דאס עסן ווייל עס קומט פון א לעבעדיגן באשעפעניש? שוינסט דעם מאכל? חחח...

נישט אלעס קען מען מסביר זיין פאר מענטשן, און אודאי נישט ווען עס קומט צו געפיל געטריבענע זאכן, אבער לאמיר פרובירן אביסל צו מסביר זיין.

די נקודה איז נישט פשוט ווייל עס קומט פון א לעבעדיגן באשעפעניש, נאר איך קען זיך נישט זען עסן עפעס וואס איך ווייס אז דער מאכל וואס איך גיי יעצט ארייננעמען אין מויל האט פיזיש געליטן און אין זיין קורצע לעבנסשפאן אויף די וועלט האט ער נישט געהאט קיין גוטע מינוט נאר אלעמאל געסאפערט, בלויז ווייל א הונגעריגער מאן האט אים געלאזט אויפוואקסן מיט'ן איינעם ציהל אים צו פארשניידן און פארוואנדלען אין א מאכל.

לאמיר אביסל פארשטיין וואס דער מאכל איז דורך פון ווען ער איז געקומען אויף דער וועלט.

פון ווען ער איז געווען גאר פיצל האט עס זעלטן געהאט די געלעגנהייט צו זיין אויף די פרייע לופט, איינגעשפארט און איינגעצוימט, שטייף פארמאכט און פארקלאפט, און יעדע ריר זיינער קאנטראלירט פון די הייעך, ווען ער האט נישט די מעגליכקייט ארויסצוגיין פון דעם איינגעשפארטן זאנע און זיך באוועגן אויף די פריי.

עס זאגט זיך שווער, און גלייבט זיך נאך שווערער, אבער נישט בלויז האלט מען אים פארשפארט, נאר ער האט קוים די מעגליכקייט צו זען די שיין פון די זון אדער אפילו דעם בלאסן לבנה. ער איז פארמאכט אין די טונקל.

ער ווערט נאכאנאנד דערנידערט, און גייסטיש צעטרויטן, דער גאנצער מהלך וויאזוי מ'האדעוועט אים איז גאר פארשעמנד און דערנידערנד, און זייער אפט ברענגט עס אז אפילו אין זיין קורצע לעבנסשפאן זאל ער אויפוואקסן קרום און נישט געזונט, בשעת ווען דער האדעווער קימערט זיך ניטאמאל דערמיט.

אזוי וואקסט ער אויף שטאפלווייז, ביז ענדליך איז ער שוין א יצירה. ער איז שוין נישט דער קליינטשיגער שוואכער, און קען שוין אפילו נוצן זיינע אייגענע כלים צו דורכרייסן די צוימען וועלכע נעמען אים פיזיש ארום, און ער טרוימט שוין פון קענען ארויסשטעקן כאטש זיין קעפל צו די פריי, און נישט זיין מער אזוי פארשקלאפט.

דאן קומט אבער זיין טראגישע ענדע, ווען דער האדעווער כאפט אים אן קאלטבלוטיג און שעכט אים אפ, אראפ מיט'ן קאפ, פארטיג.

איך דארף מקצר זיין, אבער טראכט אריין דערין, איז נישט אוממאראליש צו עסן אזאנס?
האלט איר נישט אז עסן ירקות איז פיל בעסער ווי טרעטן אזוי בשאט נפש אויף געפילן פון אזא מיטגעמאכטער מאכל - טראץ וואס אויפ'ן מאמענט איז עס שוין א טויטער שטיק?

און דאס איז די סיבה פארוואס איך עס קיינמאל נישט קיין נעגל פון מיינע פיס.

איך בין שטייף אנטשלאסן דערין. א גוטן טאג.
:lol: :lol: :lol:
ביזן לעצטן שורה האסטו מיך געהאט אויף די רייד...
מטות
פרישער באניצער
פאוסטס: 56
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:55 am
x 83

Re: רחמנות שטריכן; איך עס נישט אזאנס!

פאוסט דורך מטות »

ניינע פייעס
טשיינע קלאזעט
פרישער באניצער
פאוסטס: 54
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 1:11 am
x 91

Re: רחמנות שטריכן; איך עס נישט אזאנס!

פאוסט דורך טשיינע קלאזעט »

אוי געוואלד :lol:
קיינמאל נישט געטראכט פון רחמנות שטריכן אויף נעגל....
דו ביסט מעסיוו..!!!
לא רעב ללחם אלא לקאקאש קעיק
אוועיטער
שוש אשיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 248
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 7:41 pm
x 661

Re: רחמנות שטריכן; איך עס נישט אזאנס!

פאוסט דורך שוש אשיש »

גוטע ארטיקל, עקעלדיגע טעמע, פוי.
נאדיר א גרינע- כ’מיין - א לייק- נע, בעסער א זאק.
SOS
אוועיטער
דאפלטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 335
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:37 pm
x 399

Re: רחמנות שטריכן; איך עס נישט אזאנס!

פאוסט דורך דאפלטער »

:lol: :lol: :lol:
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1033
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 619

Re: רחמנות שטריכן; איך עס נישט אזאנס!

פאוסט דורך צווייזייטיג »

יאך וואלט עס קיינמאל נישט געגלייבט אויף דיר.

ווען נישט וואס דו זאסט מיר עס אזוי אפן און גראב.
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
טייטלבוים
פרישער באניצער
פאוסטס: 50
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 8:11 pm
x 69

Re: רחמנות שטריכן; איך עס נישט אזאנס!

פאוסט דורך טייטלבוים »

כ’פארשטיי נישט, אויב אזוי מיט וואס מאכסטו גאלע?
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3746
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 6081

Re: רחמנות שטריכן; איך עס נישט אזאנס!

פאוסט דורך וואוילער »

אוי ביסטו גוט... :lol:

אבער די פראבלעם איז א די דאזיגע געפיל קען אין צומאל באקומען אינמיטן עסן א באדעם פונעם טשיקן.
כ'ווייס אז ס'נישט ריכטיג, סאוי מיין מח שליטנעל הלב לאזט וויטער עסן, אבער ס'נערווירט מיר אינעווייניג.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 658
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 888

Re: רחמנות שטריכן; איך עס נישט אזאנס!

פאוסט דורך מאטאווירט »

וואוילער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 9:30 am אוי ביסטו גוט... :lol:

אבער די פראבלעם איז א די דאזיגע געפיל קען אין צומאל באקומען אינמיטן עסן א באדעם פונעם טשיקן.
כ'ווייס אז ס'נישט ריכטיג, סאוי מיין מח שליטנעל הלב לאזט וויטער עסן, אבער ס'נערווירט מיר אינעווייניג.
אסאך האלטן זיך אפ פון עסן פלייש פאר דעם סיבה
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2442
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7650

Re: רחמנות שטריכן; איך עס נישט אזאנס!

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

נו שוין...
וואס זאלעך זאגן?
@פופציגער ארטיקל איז בעסטע אילוסטראציע וואס קען דעסקרייבן א געלונגענע געבאשרייבאכטס...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 422
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 966

Re: רחמנות שטריכן; איך עס נישט אזאנס!

פאוסט דורך בודקע »

@פופציגער , אוי ביסטו משוגע!!! כ'בין שוין געווען זיכער אז דו רעדסט פון פלייש, און ס'קומט א סיריעס ארטיקל, שוין אויסגעגראדט די רוקן און ציזאם גענומען די פיאות... און... בום! @פופציגער בתפארתו!!
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 3:52 am ווען א רייזע האט נישט קיינע טשעלענדזשעס ווערט דער גאנצער רייזע א טשעלענדזש!
שרייב פאוסט