פארוואס איך האב אויסגעוועלט אידטיש

היימישע זייגער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 190
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 2:43 am
x 147

פארוואס איך האב אויסגעוועלט אידטיש / המשך: שמועס איבער שטימען פאר ליבעראלן

פאוסט דורך היימישע זייגער »

איז אזוי.

א ישיבה קטנה געווענטליך קומט די נייע בחורל אריין און האט זייער מורא פון די ראש ישיבה ווייל באמת זענען די ראשי ישיבות שטרענגער ווייל זיי דארפן אויסלערנען די בחורים ווי אזוי זיך אויפצופירן, פאר יעדע קלייניגקייט סטראשעט מען מיט ארויסווארפן וכדומה און יעדע קלייניגקייט וואס די בחור טוט אדער וויל טוהן לעבט ער אין א פחד און ווייסט אסאך מאל באמת נישט וואס ער מעג יא אדער נישט טוהן.
א ישיבה גדולה פארשטייען שוין די ראשי ישיבות אז די בחורים זענען שוין מער פארשטענדליך און מען דארף זיך נישט בעציען צו זיי ווי א סטאדע לעמעלעך וכו און עס הערשט נארמאל מער א פארשטענדליכקייט צווישן די איינגעשטעלטע און די בחורים.

כלפי מה דברים אמורים, איך האב געשריבן אויף אייוועלט טויזענטער תגובות און לויט די פיעדבעק האט דער עולם שטארק הנאה געהאט, יא איך האב געשריבן אויך קאנטראווערשל ענינים וואס איז פארקערט ווי מעינסטריעם מידיע וואס די הנהלה וואס איז לינקס געשטימט האט נישט ליעב געהאט, א חלק איז גלייך אריין אין אקטועלע וואס איז ווי מען פלעגט אריינלייגן אין די גמראס צייטן ווען עס איז נאר געווען א עד אחד אין א קליין צימער ומאכילו שעורים עד … די זעלבע ביי אקטועלע האט די אשכול א שטייטע טויט ווייל אפילו ווען די מנהל איז זיך שוין מרחם און אפראוועד א תגובה איז עס שוין אויף די פיפטע פעידזש ביי אקטיווע און קיינער קוקט שוין נישט דערויף.

די מכה בפטיש איז געווען ווען איך האב געפרעגט די פאלגענדע

ווייס איך נישט ווי עס קומט אריין
כהאב אמאל געהאט א געוויסע שאלה און מען האט מיר געפסקנט לאיסור וועגן לפני עור (כלפי אידן אפילו פרייע)
פארוואס איז נישטא לפני עור ביים העלפן אויסוועלן א ליבעראל וואס מאכט געזעצן קעגן די תורה און קען למעשה אויסמאכן פאר אידן (פרייע)?


ווען מען האט געמעקט די תגובה האב איך געפרעגט אין די צענזור אשכול ווי איך מעג דאס פרעגן אויף וואס מען האט פארשפארט מיין גאנצע ניק…

אינטרעסאנט צוצולייגן וואס איינער האט מיר געאימעילט נאכן שפארן..

פאראזיטים

אני שונא את הלקיחת צד אחד של אלו המתיימרים להציג את כלל הציבור, על שלל גווניו

אם זה אתר פתוח לכל הצדדים, אסור שיהיה כזה דבר נעילת ניק, חוץ אם הוא פשוט מדבר נגד גדולים ומנהיגים, או מדבר דברי נבלה, חוץ מזה, אסור שיהיה מצב של סגירת ניק.

אבל מה לעשות, שהאתר הזה לא בידיים שלנו

חבל

רבים וטובים כבר עזבו שם, ואם פעם זה היה מקום לגדולים לשוחח ולשמוע אחד מהשני, זה נעשה משנה לשנה יותר ויותר קטנטוני.


וה' הטוב יכפר.


המזדהה עמך, ומרגיש צערך


ממילא צום פוינט איך האב אפילו נישט געבעטן צוריק צו עפענען די ניק ווייל איך בין שוין נישט אין ישיבה קטנה, דא קוקט אויס צו זיין נארמאלערע הנהלה און בלייבט איבער צו האפן אז עס וועט בלייבן א ערוואקסענע זייטל ווי מען קען רוהיג אויסשמועסן אלע ענינים אפילו עס איז נישט ווי מעינסטריעם מידיע.

אויך זעה אטעטשעד וואס מען האט געשריבן דערוועגן די סיבה פארן שפארן די ניק, איי געס פרעגן אזא שאלה מיינט בארעדן גדולי ישראל וויל רבנים האבן געשריבן ביי אזא איינעם אז ווער עס וועלט נישט פאר אונזערע אינדארסירטע קאנדידאט זענען עתיד ליתן את הדין.
D323C9FF-F311-43B1-8EB1-7DAC61C4ECFF.jpeg
D323C9FF-F311-43B1-8EB1-7DAC61C4ECFF.jpeg (51.71 KiB) געזען געווארן 1515 מאל
_______________________________________

דא א לינק צו מיינע תגובות אויף אייוועלט https://www.ivelt.com/forum/search.php? ... c19773d985
אוועיטער
צייטווייליג
חבר המערכת
פאוסטס: 357
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
x 733

Re: פארוואס האסטו אויסגעוועלט אידטיש?

פאוסט דורך צייטווייליג »

קודם כל ברוכים הבאים, מאכט אייך היימטיש...

צוויי נקודות אויף אייער אריינפיר. ערשטנס, מיר גלייכן זייער נישט דאס בארעדן עמיצן אנדערש, און מיר וואלטן נישט געוואלט אז יעדער זאל דא אריינקומען מיט זיין עבר. מיר גלויבן אז נישט דאס וועט אונז בויען. עס פארט ב"ה פאזיטיוו, בעסער און שנעלער ווי געראכטן.

א צווייטע נקודה, אויב איינער קען זיך טועה זיין: מיר פארמאגן אויכעט פארשריפטן וואס איז גאר וויכטיג צו אדורכליינען בעפארן אנהייבן שרייבן.

אזוי צו אזוי, מיר האפן אז איר וועט זיין היימיש דא און אז איר וועט אליינס דא הנאה האבן און האפנטליך צוגעבן קוואליטעט אזוי אז אנדערע זאלן הנאה האבן.
קיינמאל
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 622
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:57 pm
x 504

Re: פארוואס האסטו אויסגעוועלט אידטיש?

פאוסט דורך קיינמאל »

פארוואס איך בין געקומען צו אידטיש איז אזוי

זייער פשוט דא רעספעקט מען א ניק וואס געט צו צום זייטל די ווארענונגען קוקט נישט אויס ווי א כיתה א' שטעלפערטרעטער וואס זיכט צו קאנטראלירן אנדערע

זייענדיג א באקאנטע ניק וואס האט אסאך אסאך צוגעגעבן צו אייוועלט זיך געפלאגט געברענגט נייעס דעבאטירט

אבער געפלויגן פון דארט פאר גארנישט.
איך האב קיינמאל נישט עובר געווען אויף קיין תקנות דארט נישט גערעדט אויף קיינעם נאר פאר ווער עס איז נייגעריג פארוואס איך בין געפלויגן פון דארט
איך האב איבערגעשריבן א געמעקטע תגובה וואס איך האב נישט געוויסט אז מען מעג נישט. וועגן דעם האט מען געווארפן א ניק מיט 300 רייכע תגובות.




א לינק צו מיינע תגובות אויף אייוועלט

https://www.ivelt.com/forum/search.php? ... 7%90%D7%9C
אוועיטער
צייטווייליג
חבר המערכת
פאוסטס: 357
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
x 733

Re: פארוואס האסטו אויסגעוועלט אידטיש?

פאוסט דורך צייטווייליג »

אקעי, פליז פליז נישט קומען דא מיט די טענות און ווייטאג וואס מהאט אויף אנדערע.

לאמיר פארברענגען בשבת אחים אן קיינעם ארינטעררייסן.
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 807
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 927

Re: פארוואס האסטו אויסגעוועלט אידטיש?

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

@היימישע זייגער א יישר כח פאר'ן צואווייזן דיין היסטאריע, איך בין דארט געוואויר געווארן פון דיר עפעס א עצה וועגן עקזימא וואס קען מיר צונוץ קומען... (באמת)

צו דיין ענין דא, היות ס'איז טאקע ערלויבט עני נארמאלע דעבאטע וואס בארעדט נישט קיינעם, אפשר טאקע לאמיר אויסשמועסן דיין נושא.

ס'איז לכאורה גאנץ קלאר אז "רוב" היימישע היינטיגע גדולי ישראל האלטן נישט אז היינט צוטאג צו וועלן פאר א ליבעראלער איז א פראבלעם.

איך זע למשל דו בארירסט די נושא פון "לפני עור". דאס איז א הלכה'דיגע נושא וואס אפילו אויב אין די ליטווישע גאס איז דא ווער עס טייטשט עס די וועג, איז דאס אמאל זיכער אז ביי אונזערע היימישע רבנים איז נישטא כמעט קיינער וואס האלט אזוי, היינטיגע צייטן. בעצם, די גאנצע לפני עור איז דאך נאר אויב דו ביסט א דירעקטע גורם. כהיום אז כמעט אלע קאנדידאטן שטיפן בערך די זעלבע אגענדעס, איז דאס כמעט נישט שייך בכלל, לכאורה.

אויב פארזע איך עפעס, שמועס עס אויס.
אוועיטער
אני-הק'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 328
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:13 am
x 196

Re: פארוואס האסטו אויסגעוועלט אידטיש?

פאוסט דורך אני-הק' »

אגב, די טעמע איז געעפנט געווארן איבער דעם ענין פ"וו מ'האט אויסגעוועלט אידטיש, אדער איבער דעם ענין פון בחירות חוקי התועבה וכו' ?
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש

איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
היימישע זייגער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 190
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 2:43 am
x 147

Re: פארוואס האסטו אויסגעוועלט אידטיש?

פאוסט דורך היימישע זייגער »

אני-הק' האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 7:22 pm אגב, די טעמע איז געעפנט געווארן איבער דעם ענין פ"וו מ'האט אויסגעוועלט אידטיש, אדער איבער דעם ענין פון בחירות חוקי התועבה וכו' ?
אסמכתא האט עס פארדרייט… די נושא איז אז דער עולם זאל שרייבן וואס עס האט זיי געמאכט אויסוועהלן אידטיש.
היימישע זייגער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 190
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 2:43 am
x 147

Re: פארוואס האסטו אויסגעוועלט אידטיש?

פאוסט דורך היימישע זייגער »

והיתם נקיים האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 7:08 pm @היימישע זייגער, אז דו ווילסט דא האבן דעם דעסקוסיע דאן זייט וויסן אז דא זענען דא פון אלע שטערמונגען און אויך פון די וואס האלטן פונקט פארקערט ווי דיר, איז אדרבא ס'איז דא מיט וועמען עס צו דעבאטירן (אויף וויפיל די פארשריפטן ערלויבן עס), זיי נאר נישט אזוי זיכער ביי דיר אז דו גייסט געווינען דעם דעבאטע...
ווייס איך, איך זוך נאר א פלאץ ווי מען מעג אלעס דעבאטירן.
אוועיטער
רעגנדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 155
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:53 am
x 81

Re: פארוואס האסטו אויסגעוועלט אידטיש?

פאוסט דורך רעגנדיג »

היימישע זייגער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 7:34 pm
והיתם נקיים האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 7:08 pm @היימישע זייגער, אז דו ווילסט דא האבן דעם דעסקוסיע דאן זייט וויסן אז דא זענען דא פון אלע שטערמונגען און אויך פון די וואס האלטן פונקט פארקערט ווי דיר, איז אדרבא ס'איז דא מיט וועמען עס צו דעבאטירן (אויף וויפיל די פארשריפטן ערלויבן עס), זיי נאר נישט אזוי זיכער ביי דיר אז דו גייסט געווינען דעם דעבאטע...
ווייס איך, איך זוך נאר א פלאץ ווי מען מעג אלעס דעבאטירן.
טוויטער
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 807
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 927

Re: פארוואס האסטו אויסגעוועלט אידטיש?

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

היימישע זייגער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 7:33 pm
אני-הק' האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 7:22 pm אגב, די טעמע איז געעפנט געווארן איבער דעם ענין פ"וו מ'האט אויסגעוועלט אידטיש, אדער איבער דעם ענין פון בחירות חוקי התועבה וכו' ?
אסמכתא האט עס פארדרייט… די נושא איז אז דער עולם זאל שרייבן וואס עס האט זיי געמאכט אויסוועהלן אידטיש.

ריכטיג... ווייל די נושא איז מיר מער באקוועם...
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1646
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4011

פארוואס איך האב אויסגעוועלט אידטיש

פאוסט דורך נקודות טובות »

צ''ק
צוליב די זינלאזע געמעקאכטס וואס גייט פאר אויף אנדערע פורומס.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5336
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9954

Re: פארוואס איך האב אויסגעוועלט אידטיש

פאוסט דורך דער תהלים איד »

זינלאזע? שוואכע אויסדרוק. היפאקריטישע? איז אויך שווער צו זאגן ווען די היפאקריטיע פאלט יעדע 5 מינוט אויף א פארקערטע ריכטונג.

נארוואס, איך האב אבער שוין לאנג איינגעזען אז ווילאנג וואלמארט פארקויפט נישט 'שכל' אויפ'ן שעלוו, וועל איך נישט קענען שטיין נאנט צו קרומע מענטשן, נאר ענדערשט גיין אויף די אנדערע זייט גאס. וכן נוהגין.
אוועיטער
דזשארדזש וואשינגטאן
פרישער באניצער
פאוסטס: 66
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:23 am
x 55

Re: פארוואס איך האב אויסגעוועלט אידטיש

פאוסט דורך דזשארדזש וואשינגטאן »

צ'ק
סאיז מיר באקוועם צו זיין און א פלאץ, ווי איך קען שרייבן.
דארט האב איך געקלאפט אויפן טיר צו ווערן אנגענומען, און דארט האט זיך עס געענדיגט, קיינער האט נישט געעפענט דעם טיר....
איך בין נישט פון דעי מענטשן וואס זעצן און שטויסן אויף א טיר ביז זיי זעהן זיך אינדעווייניג!!😉
פאר די באקוועמליכקייט פון יעדער, ביטע נוצט ! ? , ; : " ' - . , ווי עס פעלט זיך אויס.
גייזער
פרישער באניצער
פאוסטס: 50
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 12:13 pm
x 81

Re: פארוואס איך האב אויסגעוועלט אידטיש

פאוסט דורך גייזער »

צ"ק

אויף 'יענע וועלט' האט מען מיר נישט אנגענומען מיין ניק נאכן בעטן איינמאל און נאכאמאל. האמיר דא פראבירט.
אוועיטער
שוש אשיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 197
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 7:41 pm
x 493

Re: פארוואס איך האב אויסגעוועלט אידטיש

פאוסט דורך שוש אשיש »

די אשכול דערמאנט נישט אביסעלע דאס?
viewtopic.php?p=13345#p13345
שׂ֧וֹשׂ אָשִׂ֣ישׂ בַּֽה' תָּגֵ֤ל נַפְשִׁי֙ בֵּֽאלֹקי כִּ֤י הִלְבִּישַׁ֙נִי֙ בִּגְדֵי־יֶ֔שַׁע מְעִ֥יל צְדָקָ֖ה יְעָטָ֑נִי כֶּֽחָתָן֙ יְכַהֵ֣ן פְּאֵ֔ר וְכַכַּלָּ֖ה תַּעְדֶּ֥ה כֵלֶֽיהָ׃
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5336
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9954

Re: פארוואס איך האב אויסגעוועלט אידטיש

פאוסט דורך דער תהלים איד »

חס וחלילה...

יענער איז געגאנגען אראפ. מיר גייען ארויף.
אוועיטער
שוש אשיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 197
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 7:41 pm
x 493

Re: פארוואס איך האב אויסגעוועלט אידטיש

פאוסט דורך שוש אשיש »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 2:18 pm חס וחלילה...

יענער איז געגאנגען אראפ. מיר גייען ארויף.
ברור.
נאר געמיינט ארויסצוברענגען דעם ’’כן יפרוץ!’’
און א ראיה לדבריך אז מיר גייען טאקע ארויף: די בין אדם לחבירו דא איז געוואלדיג!
כה יתן וכה יוסיף!
שׂ֧וֹשׂ אָשִׂ֣ישׂ בַּֽה' תָּגֵ֤ל נַפְשִׁי֙ בֵּֽאלֹקי כִּ֤י הִלְבִּישַׁ֙נִי֙ בִּגְדֵי־יֶ֔שַׁע מְעִ֥יל צְדָקָ֖ה יְעָטָ֑נִי כֶּֽחָתָן֙ יְכַהֵ֣ן פְּאֵ֔ר וְכַכַּלָּ֖ה תַּעְדֶּ֥ה כֵלֶֽיהָ׃
טובי' שרייבער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 224
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 8:33 pm
x 277

Re: פארוואס איך האב אויסגעוועלט אידטיש

פאוסט דורך טובי' שרייבער »

ס'איז זייער א געשמאקע און פריינטליכע אטמאספערע.

כ'האב געהערט דערפון, און, וואס זאל איך טוהן אז ס'איז מיר געפאלן...
אז מ'טויגט טויגט מען...
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1676
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3579

Re: פארוואס איך האב אויסגעוועלט אידטיש

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

צ"ק.

ווייל איך וויל ערגעץ קענען פארברענגען אין די ליידיגע מינט'ן, אבער נישט פארשוועמט און אריינגעשלעפט ווערן אין אפאר טויזנט באריכטן + אמפערייען + קושיות + אא"וו. מ'קען דאך פון זינען גיין... (און מ'גייט טאקע, הע?)
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1020
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 600

Re: פארוואס איך האב אויסגעוועלט אידטיש

פאוסט דורך צווייזייטיג »

ווייל ס'איז אלעמאל גוט אויך צו זען וואס יענער מאכט...
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
אוועיטער
פייל און בויגן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 536
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 5:00 pm
x 917

Re: פארוואס איך האב אויסגעוועלט אידטיש

פאוסט דורך פייל און בויגן »

גרינג אלעס צו דעקן.
א געזונטע ווינטער.
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3682
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 10719

Re: פארוואס איך האב אויסגעוועלט אידטיש

פאוסט דורך פליט »

א געשמאקע ווינקל אן אלע נעגאטיווע שטערונגן.
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1507
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2921

Re: פארוואס האסטו אויסגעוועלט אידטיש?

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

קיינמאל האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 6:40 pm פארוואס איך בין געקומען צו אידטיש איז אזוי

זייער פשוט דא רעספעקט מען א ניק וואס געט צו צום זייטל די ווארענונגען קוקט נישט אויס ווי א כיתה א' שטעלפערטרעטער וואס זיכט צו קאנטראלירן אנדערע

זייענדיג א באקאנטע ניק וואס האט אסאך אסאך צוגעגעבן צו אייוועלט זיך געפלאגט געברענגט נייעס דעבאטירט

אבער געפלויגן פון דארט פאר גארנישט.
איך האב קיינמאל נישט עובר געווען אויף קיין תקנות דארט נישט גערעדט אויף קיינעם נאר פאר ווער עס איז נייגעריג פארוואס איך בין געפלויגן פון דארט
איך האב איבערגעשריבן א געמעקטע תגובה וואס איך האב נישט געוויסט אז מען מעג נישט. וועגן דעם האט מען געווארפן א ניק מיט 300 רייכע תגובות.




א לינק צו מיינע תגובות אויף אייוועלט

https://www.ivelt.com/forum/search.php? ... 7%90%D7%9C
זייער פשוט דא רעספעקט מען א ניק וואס געט צו צום זייטל די ווארענונגען קוקט נישט אויס ווי א כיתה א' שטעלפערטרעטער וואס זיכט צו קאנטראלירן אנדערע -

איך מיין אז דאס איז א גרויסער חלק פונעם עולם'ס סיבה
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 726
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2217

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מירון »

פון יענעם סייט
אייוועלט.png
אייוועלט.png (110.95 KiB) געזען געווארן 361 מאל
וואלף
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 407
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:23 pm
x 692

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וואלף »

מירון האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 4:07 pm פון יענעם סייט
אייוועלט.png
?
שרייב פאוסט