דאס אמעריקאנער רעוואלוציע פונעם בריטישן פערספעקטיוו

וועלטליכע היסטאריע
איך ווייס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 193
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:26 pm
x 217

דאס אמעריקאנער רעוואלוציע פונעם בריטישן פערספעקטיוו

פאוסט דורך איך ווייס »

לערנערדיג די היסטאריע פון די אמעריקאנע רעוואליציע פון די אמעריקאנער פרעספעקטיוו, לערנט מען אז די קאליניעס זענען געווען אונטערדרוקט דורך די געפערליכע טיראנט דזשארדזש די דריטע. און די קאליניעס זענען אויפגעטשאנען פאר פרייהייט און דעמעקראטיע. איז דאס אבער וואר? איז דען די קעניג געווען אזוי שלעכט? האט ער אפילו געהאט אזויפיל כח?

לאמיר צוריקגיין, בערך 75 יאר איידער די רעוולאציע, אין ענגלאנד טוהט זיך א שטיקל קריזיס, די קעניגען, וועלעכע פונקט וואו רוב לאנד איז געווען א פראטעסטענט, האט פארלוירען איהר 17'טע קינד, איבערבלייבינדיג אן קיין קינד. די נעקסטע יורש, איז געווען א קאטיליק, רוב המון עם האט נישט געוואלט א קאטוילשע קעניג. אין 1701 האט פארלימענט געמאכט א געזעץ אז די נעקסטע יורש וועט נישט זיין דער נענסטע משפחה, נאר די נעקסטע יורש וועט זיין די פרינצעסען פון האנאווער (אין ענגליש עלקטרעס electress, על שם די רעכט צו שטימען פאר די "הייליגע" רומישע עמפערער, סיי טאמער איהר טיטל איז עלעקטרעס, סיי אויב מען זאל איהר רופן פרינצעסען, איז זי למעשה געווען די מושל פון האנאווער). למעשה, האט די פרינציסען פון האנאווער שוין נישט געלעבט ווען די קעניגען פון ענגלאנד איז געשטארבן, און איהר זון דזשארדזש די ערטשע איז געווארן קעניג, דערנאך האט זיין זון דזשארדזש די צווייטע געפירט, און דערנאך דזאשרדזש די דריטע.

למעשה, זינט די געזעץ פון 1701, האט פארלימענט געוויזן אז זיי זענען בעלי בתים אויף די קעניג, זיי קענען ממליך ממלכים זיין, און אוועקפירן א קעניג וואס זיי גלייכן נישט, און אריינברענגן א קעניג וואס זיי גלייכן יא. דאס אלעס האט פאסירט 75 יאר פאר די רעוואליציע, און שוין בימים ההם איז די כח פון די קעניג געווען היפש אפגעשוואכט. אין פאקט, דזשארדזש די דריטע האט געהאט ווייניג מאכט, די איינציסגטע מאכט וואס די קעניג האט נאך געהאט, איז געווען די מעגליכקייט פון שטעלן א פריים מיניסטער. אבער דאס אויך, האט ער נאר געקענט טוהן טאמער די פריים מיניסטער האט געהאט א קאאליצע מיט א מערהייט פון פארלימענט, אן דעם האט ער גארנישט געקענט. למעשה אבער איז ער געווען גאר איינפלוסרייך איבער די פארהאנדלונגען ווער זאל ווערן די נייע פריים מיניסטער. (און די צייטן פון די רעוואליציע איז מער ווייניגער געווען בלויז איין פארטיי, די ווהיג פארטיי, וואס זיי האבן געהאט די איבערוועגענדיגע מערהייט פון די זיצן, אבער זיי האבן זיך ארומגעשלאגן צעווישן זיך ווער עס וועט פירן, דאס האט געמיינט אז למעשה איז געווען מערערע פראקציעס, און א קאאליצע האט געמוזט צוזאמשטעלן אפאר פראקציעס).

לאמיר זיך אומקערן קיין אמעריקע אביסל דורכגיין איהר היסטאריע. אין די יאר 1607 האבן אפאר ענגלישע זיך באזעצט אין דזשעמסטאון, צוביסליך האט זיך די ענגלישע אימעפעריע אין אמעריקע זיך צוואקסען, נישט בלויז די ענגלענדער האבן פארכאפט קאלאניעס אין אמעריקע, נאר פיל פון די אייראפשע מאכטן האבן זיך גענומען בויען אימפעריעס אין אמעריקע, מיט דעם, האבן זיי אויך מיטגעברענגט די פארשדינארטיגע קריגערייען וואס זיי האבן געהאט אין אייראפע.

בערך 20 יאר איידער די רעוואליציע האבן פראנקרייך מיט שפאניע זיך געשלאגן קעגן ענגלאנד אין די זיבן יעריגע מלחמה. ענגלאנד האט גענוצט די אמעריקאנע קאלאניעס אלץ שטעקן קעגן פראנקרייך, און אינוואדירט די פראנצויזשע קאלאניעס אין אמעריקע (די קריג וועט באצייכנעט אין אמעריקע אלץ די פראנצויזשע און אינדיאנער מלחמה). ענגלאנד האט געהאלטען אז זי טוהט מיט דעם "שיצן" די אמעריקאנער קאליניעס קעגן די פראנצויזן. ענגלאנד האט געזיגט אין די מלחמה, און האט באזיגט פראנקרייך סיי אין די זיבן יעריגע מלחמה אין אייראפע, און סיי אין די פראנצויזשע און אינדיאנער מלחמה אין אמעריקע. אבער דאס "זיגן" איז געקומען מיט א פרייז, א שטארקע געלט פרייז. ענגלאנד איז געווען באנקראט.

די ענגלענדער האבן געהאלטען אז זיי האבן באשיצט אמעריקע דורך די מלחמה, און מילא איז נישט מער פון יושר אז די קאליניעס זאלן באצאלן די פרייז. די מלחמה האט זיך געצויגען פון 1754 און די שלום איז גע'חתמ'ט געווארען ערשט אין 1763. דזשארדזש דער דריטער איז געווארן קעניג סוף מלחמה אין די יאר 1760 (די לעצטע יאר צוויי איז מען געווען פארנומען פארהאנדלען די שלום אפמאך).

אין 1762 האט די נייע קעניג געמאכט זיין ערשטער פריים מיניסטער, דזשאן סטוארט. סטאורט אויך באקאנט אלץ די עירל אוו בוט, ער איז געווען די פריוואטע לערירען פון די קעניג, ער האט אויסגעלערענט די קעניג ליינען, שרייבן, רעכענען, פיליזאפיע, און אויך פאליטיק. בוט איז געווען דער וואס האט ענדגילטיג שלום געמאכט מיט פראנקרייך. בוט איז געווען א פיסיקיל קאנסערוויטיוו, און נאכן זעהן אז די מלחמה האט געקאסט א פעטע מטבע, האט בוט געוואלט צוריק אנפילן די שאץ קאמארען פון די רעגירונג. איינער פון די מהלכים איז געווען דורך העכערן שטייערען אויף די קאליניעס, בוט האט אויך געהעכערט שטייערען אויף סיידער פאר גאנץ בריטאניע.

לאנג האט בוט נישט אנגעהאלטען, ווייניגער פון א יאר נאכן ווערן פריים מיניסטער האט ער רעזיגנירט. במקומו איז געקומען דזארדזש גרענוויל. אויך גרענוויל איז געווען זייער נאנט מיטן קעניג. גרענוויל האט אויך געלייגט נייע שטייערען אויף די קאליניעס, בעיקר די סטעמפ עקט, די קאליניסטען האבן אנגעהויבן פארפירן קעגן די אומ'יושר'דיג'ע שטייערען, און אז זיי האבן נישט קיין ווארט איבער די שטייערען. די ענגלישע אפיזאציע, האט זיך צוגעכאפט דערצו, און אויך זיי האבן אנגעפאנגן שרייען אז אויב מען וועט זיך נישט היטן, וועלן די אמעריקענע זיך דערקלערען זעלבסטשטענדיג, און זיי וועלן זיך אפטיילן, די אפיזיציע האט געטענהט אז מען דארף זיך אכטונג געבן אין אויסהערן וואס די קאליניסטען זאגן.

גרענוויל האט אנגעהאלטען זיין פאזיציע פאר 2 יאר, פון 1763 ביז 1765. אין 1765 איז געקומען צו די מאכט איינער פון די אפיזיציע טשאלס וואטסען ווענטווארט, באקאנט אלץ די מארקוועס פון ראקינגהעם. ראקינגהעם איז געווען פרא קאליניסטען, און האט זאפארט אנגעהויבן פארהאנדלען מיט פארלימענט צוריקצודרייען די סטעמפ אקט, די ענדגילטיגע פשרה איז געווען אז מען וועט צוריקדרייען די סטעמפ עקט, אבער מען וועט אויך מאכן א געזעץ אז ענגלאנד האט רעכט צו לייגן שטייערען אויף די קאליניעס.

זיין ממשלה האט אנגעהאלטען א יאר מיט 2 וואכן, דערנאך האט ער זיך צוקריגט מיט זיין הויפט שותף, פיט דער עלטערער (דער עירל אוו טשעטהעם). און פיט האט איבערגענומען די ממשלה, בעצם איז אויך פיט געווען פרא קאליניסטען, אבער זיין פרעמיערשאפט איז געווען א פארנומענע, פראנקרייך האט אנגעהויבן ווידערשפעניגען אין די שלום פון די 7 יעריגע מלחמה, אויך איז ער א צייט געווען נישט געזונט, אזוי איז אמעריקע נישט געווען זיין הויפט פיארטעיט, דאס האט ערלויבט זיין אונטערשמש, טשארלס טאונשענד איינפירן נייע שטייערען קעגן די קאליניסטען.

זיין ממשלה האט אנגעהאלטען 2 יאר. דערנאך איז געקומען אגוסטעס הענרי פיטצראוי, א שוואכער פרעמיער, זיין ממשלה האט אנגהאלטען אביסל מער פון א יאר.נאכדעם, אנהויב 1770 איז געווארען די פריים מיניסטער לארד פרעדריק נארט. נארט איז געווען אנטי קאליניסטען, ער האט געהאלטען אז מען דארף זיך באהאנלדען שטייף מיט זיי, און מען דארף זיי אונטערדרוקן, ביז זיי געבן זיך אונטער. אונטער די ממשלה פון נארט, האבן זאכן זיך אנגעהויבן רוקן. צוביסלעך האבן זיך די 2 זייטען אנגעפאנגען רוקן נענטער און נענטער צו מלחמה. פיט דער עלטערער און ראקינגהעם די פירער פון די אפיזיציע, האבן פארפירט אז מען דארף נאכגעבן, און זוכן צו מאכן שלום (אויך די קרוין פרינץ, דזשרדזש דער פערטער האט גערופן פאר שלום. אין פאקט 3 חדשים נאך די מלחמה איז די קרוין פרינץ אריינגעקומען אין פארלימענט אנגעטוהן מיט די מונדיער פון אן אמעריקאנע סאלדאט, צו ווייזן שטיצע פאר די אמעריקאנע), אבער נארט איז געווען ביי זיינס, מען געבט גארנישט נאך.

אין 1775, 5 יאר אריין אין נארט'ס ממשלה, האט אויסגעבראכן די קריג צעווישען ענגלאנד און די קאליניסטען, פאר די נעקסטע 7 יאר האט אנגעהאלטען די מלחמה. וואס לענגער די מלחמה האט אנגעהאלטען, אלץ שטערקער איז די אפזיציעס קול געווען אז די גאנצע מלחמה לוינט זיך נישט, און אז מען דארף שלום מאכן, און אלעס נאכגעבן. מיט יעדער מפלה פון די ענגלישע, האבן זיך די קלאנגן פאר שלום זיך געהעכערט.

ענדליך נאך די שלאכט פון יארקטאון האט די זאך געפלאצט, כמעט אלע האבן געהאלטען אז אפילו טאמער וועט מען זיגן, וועט די פרייז זיין צו טייער. בלויז נארט אליין, און די עירל אוו סענדוויטש (יא, יענע סענדוויטש), וועלעכע איז געווען די מיניסטער פון די אדמיראלטי האבן נאך געהאלטן אז מען דארף אנגיין מיט די מלחמה. נאך 12 יאר זיין פרעמיער, איז די ממשלה פון לארד נארט געקומען צו אן ענדע.

אין זיין ארט איז געווארען די געוועזנער פריים מיניסטער ראקינגהעם, וועלעכע האט געשריגן פאר שלום פון די ערשטע מינוט, ראקינגהעם האט טאקע אנגעפאנגן ארבייטען אויף א שלום אפמאך. 14 וואכן נאכן ווערן פריים מיניסטער, איז ראקינגהעם געשטארבען. די נעקסטע פריים מיניסטער לארד שעלבורן איז געווען דער וואס האט אויסגעהאממערט די דעטאלען פון די שלום אפמאך. אבער אויך ער האט נישט אונטערגעשריבן די אפמאך, נאך בלויז 9 חדשים איז ער געפלויגן, און אין זיין פלאץ איז געקומען די דוק פון פארטלענד, וועלעכע האט ענדגילטיג אונטערגעשריבן די אפמאך. וואו אייראניש עס זאל נישט זיין, איז די קאאליציע פון פארטלענד בעיקר אונטערגעשטיצט געווארן דורך נארט, און פארטלענד איז געווען נישט קיין סאך מער פון א פאפפעט פאר נארט, אבער דאך האט ער אונטערגעשריבן די אפמאך.

אויך פארטלענד האט נישט לאנג געהאלטען, בלויז 8 חדשים. נאך עם איז געווארן די זון פון פיט דער עלטערער, וועם מען האט גערופן פיט דער יונגערער. פיט איז געווען אלט בלויז 24 יאר, און אלע אנאליסטען האבן געהאלטן אז זיין ממשלה וועט אנהאלטען פאר 3 חדשים. למעשה האט ער עס אנגעהאלטען פאר 17 יאר.
אוועיטער
א קלער
מנהל המערכת
פאוסטס: 293
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 4:51 pm
x 109

Re: די אמעריקאנער רעוואלציע פון די בריטישע מבט

פאוסט דורך א קלער »

יישר כח!
א שטיק היסטאריע וואס כהאב שוין לאנג געוואלט ארויס האבן און קלאר די יארן
איידער איך שרייב געב איך א קלער, ווייל פארעכטן איז צו שווער
אוועיטער
שמח בחלקו
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:34 pm
x 31

Re: די אמעריקאנער רעוואלציע פון די בריטישע מבט

פאוסט דורך שמח בחלקו »

מבט אויף אידיש איז "פערספעקטיוו",
אפשר קען מען טוישן די קעפל?
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 792
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 849

Re: די אמעריקאנער רעוואלציע פון די בריטישע מבט

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

שמח בחלקו האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 4:32 pm מבט אויף אידיש איז "פערספעקטיוו",
אפשר קען מען טוישן די קעפל?
יישר כח
אוועיטער
צייטווייליג
חבר המערכת
פאוסטס: 346
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
x 650

Re: די אמעריקאנער רעוואלוציע פון די בריטישע פערספעקטיוו

פאוסט דורך צייטווייליג »

יישר כח גדול!

לענ”ד איז פשוט אז סקומט נישט אריין די נושא פון הכרת הטוב צו קיינעם ווען סהאנדלט זיך פון געבן פאר לאקאלן דאס רעכט זיך אליינס צו גאווערנערן.
תינוק הבורח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 401
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 295

Re: די אמעריקאנער רעוואלוציע פון די בריטישע פערספעקטיוו

פאוסט דורך תינוק הבורח »

דער קעניג האט געכאפט א ריק נאכן פארלירן אמעריקע.
איך ווייס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 193
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:26 pm
x 217

Re: די אמעריקאנער רעוואלוציע פון די בריטישע פערספעקטיוו

פאוסט דורך איך ווייס »

דער רוק איז געקומען שפעטער, אבער באמת האט ער געליטען דערפון זיין גאנצע לעבן. ווען ער איז פיזיש שוואך געווארן איז זיין מח אויך געגאנגען. שפעטער איז ער עלטער געווארן איז ער אלעמאל שוואך געווען, איז זיין מח קיינמאל נישט דארט געווען.
איך ווייס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 193
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:26 pm
x 217

Re: די אמעריקאנער רעוואלוציע פון די בריטישע פערספעקטיוו

פאוסט דורך איך ווייס »

צייטווייליג האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 7:45 pm יישר כח גדול!

לענ”ד איז פשוט אז סקומט נישט אריין די נושא פון הכרת הטוב צו קיינעם ווען סהאנדלט זיך פון געבן פאר לאקאלן דאס רעכט זיך אליינס צו גאווערנערן.
די שאלה איז נישט געווען הכרת הטוב. די שאלה איז געווען טאמער זיי דארפן באצאלען פאר א סערוויס וואס זיי האבן באקומען.

בריטישע קאלינעליזם האט געארבייט אויף א 2 וועי סטריט, דער קאלינעס שיקן געלט, און ענגלאנד שיקט צוריק שוץ. דאס האבן זיי געטוהן אין אמעריקע, און שפעטער אויך אין אינדיע און אפריקע. צום סוף האבן אלע געמאכט די חשבון אז עס לוינט זיך נישט. בלויז אין געציילטע אפריקאנע לענדער בענקט מען זיך צוריק צו די טעג פון בריטישע שוץ. דאכט זיך אפילו אז איין לאנד האט געבטען אז זיי ווילן צוריק ווערן א בריטישע קאלאניע. די אמעריקאנער האבן מחליט געווען אז עס לוינט זיך נישט.

די עיקר נקודה וואס איך האב געוואלט ארויסברענגן איז, אז אנדערש וואו מען לערנט אין די אמעריקאנע היסטאריע אז אלעס איז געווען די קעניג, און ווען מען האט נאכגעלאזט איז עס געווען ווייל די קעניג האט זיך "געבראכן", איז אין פאקט די שולד געלעגן ביי די פריים מיניסטארען פון ענגלאנד, און ווען מען האט נאכגעלאזט איז עס נישט געווען ווייל די קעניג האט זיך "געבראכען", נאר וויבאלד עס איז אריינגעקומען א נייע פריים מיניסטער, מיט נייע שיטות אין פאליסיס.

כאשט וואס בוט און גרענוויל, וועלעכע האבן צום ערשט געלייגט שטייערען אויף די קאליניסטען זענען געווען שטארק נאנט מיט די קעניג (בוט האט זיך שפעטער צוקריגט מיט די קעניג), איז אבער נישט אזוי געווען מיט נארט. נאך די קריג ווען נארט איז געגאנגען צוזאמען מיט פארטמאן, איז דאס געווען על אפו ועל חמתו פון די קעניג, וויבאלד זיי האבן זיך אויך צוזאמגעשטעלט מיט די קעניג'ס שונא טשארלס פאקס. און כאטש די קעניג האט געקענט זיך וועלן א פריים מיניסטער, האט דער פריים מיניסטער געמוזט האבן א קאאליציע, און די איינציגסטע מעגליכע קאאליצע איז געווען דורך צוזאמשטעלן נארט און פאקס. (פארטמאן אליין איז געווען א פאפפעט)
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 978
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2659

Re: די אמעריקאנער רעוואלוציע פון די בריטישע פערספעקטיוו

פאוסט דורך מסתמא »

איך ווייס האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 1:08 pm
צייטווייליג האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 7:45 pm יישר כח גדול!

לענ”ד איז פשוט אז סקומט נישט אריין די נושא פון הכרת הטוב צו קיינעם ווען סהאנדלט זיך פון געבן פאר לאקאלן דאס רעכט זיך אליינס צו גאווערנערן.
די שאלה איז נישט געווען הכרת הטוב. די שאלה איז געווען טאמער זיי דארפן באצאלען פאר א סערוויס וואס זיי האבן באקומען.

בריטישע קאלינעליזם האט געארבייט אויף א 2 וועי סטריט, דער קאלינעס שיקן געלט, און ענגלאנד שיקט צוריק שוץ. דאס האבן זיי געטוהן אין אמעריקע, און שפעטער אויך אין אינדיע און אפריקע. צום סוף האבן אלע געמאכט די חשבון אז עס לוינט זיך נישט. בלויז אין געציילטע אפריקאנע לענדער בענקט מען זיך צוריק צו די טעג פון בריטישע שוץ. דאכט זיך אפילו אז איין לאנד האט געבטען אז זיי ווילן צוריק ווערן א בריטישע קאלאניע. די אמעריקאנער האבן מחליט געווען אז עס לוינט זיך נישט.
די ענגלענדער האבן נישט געגעבן די אפציע זיך צו אנטזאגן פון זייערע ”סערוויסעס”..
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
איך ווייס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 193
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:26 pm
x 217

Re: די אמעריקאנער רעוואלוציע פון די בריטישע פערספעקטיוו

פאוסט דורך איך ווייס »

מסתמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 1:18 pm
איך ווייס האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 1:08 pm
צייטווייליג האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 7:45 pm יישר כח גדול!

לענ”ד איז פשוט אז סקומט נישט אריין די נושא פון הכרת הטוב צו קיינעם ווען סהאנדלט זיך פון געבן פאר לאקאלן דאס רעכט זיך אליינס צו גאווערנערן.
די שאלה איז נישט געווען הכרת הטוב. די שאלה איז געווען טאמער זיי דארפן באצאלען פאר א סערוויס וואס זיי האבן באקומען.

בריטישע קאלינעליזם האט געארבייט אויף א 2 וועי סטריט, דער קאלינעס שיקן געלט, און ענגלאנד שיקט צוריק שוץ. דאס האבן זיי געטוהן אין אמעריקע, און שפעטער אויך אין אינדיע און אפריקע. צום סוף האבן אלע געמאכט די חשבון אז עס לוינט זיך נישט. בלויז אין געציילטע אפריקאנע לענדער בענקט מען זיך צוריק צו די טעג פון בריטישע שוץ. דאכט זיך אפילו אז איין לאנד האט געבטען אז זיי ווילן צוריק ווערן א בריטישע קאלאניע. די אמעריקאנער האבן מחליט געווען אז עס לוינט זיך נישט.
די ענגלענדער האבן נישט געגעבן די אפציע זיך צו אנטזאגן פון זייערע ”סערוויסעס”..
ריכטיג, און פארדעם האט מען זיך געדארפט שלאגן מיט זיי. אבער פון די בריטישע קוק ווינקעל איז פשוט געווען אז אזוי קומט עס. דער קעפל איז נישט "פארוואס זענען די בריטישע געווען גערעכט", דער קעפל איז "פונעם בריטישן פרעספעקטיוו"
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 711
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1038

Re: דאס אמעריקאנער רעוואלוציע פונעם בריטישן פערספעקטיוו

פאוסט דורך ווירקליך »

יישר כח @איך ווייס ! זייער שיין און רייך!

דאס נישט לאזן עמיצן זיך פטר’ן פון גוטהארציגע שוץ איז א טיפישער מאפיאנערישע ביזנעס מיטל, אבער ווי דו זאגסט, נישט דאס איז דער פוינט דא.
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
איך ווייס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 193
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:26 pm
x 217

Re: דאס אמעריקאנער רעוואלוציע פונעם בריטישן פערספעקטיוו

פאוסט דורך איך ווייס »

ווירקליך האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 1:25 am יישר כח @איך ווייס ! זייער שיין און רייך!

דאס נישט לאזן עמיצן זיך פטר’ן פון גוטהארציגע שוץ איז א טיפישער מאפיאנערישע ביזנעס מיטל, אבער ווי דו זאגסט, נישט דאס איז דער פוינט דא.
די ענגלישע האבן עס אביסל אנגעקוקט וואו א גט. די אמעריקאנער האבן עס אנגעקוקט וואו א קינד וואס איז אויפגעוואקסן. בקיצור, אמעריקע האט אויך מודה געווען אז לכתחילה האט דאס אויסגעפעלט.

נאך א פרט צו געדענקען, בריטאניע האט געהאט 19 קאליניעס אין אמעריקע אין 1776, בלויז 13 האבן זיך אנגעשלאסן אין די רעוואליציע (קיוביעק, ניופאנדלאנד, נאווע סקאוטשיע און פרינץ עדווארד אינזעל (דאן גערופן סט. John) זענען געבליבן געטריי צו בריטאניע. פלארידע, וועלעכע איז געווען צוטיילט אין 2 קאליניעס, כאטש וואס ס'איז געבליבן געטריי פאר בריטאניע, האבן זיי דאס צוריקגעגעבן פאר שפאניע נאך די רעוולאציע, שפעטער האט אמעריקע עס אפגעקויפט פון שפאניע)
שרייב פאוסט