שרייב-טיש פ''ג ארטיקל #6: מיין בעסטער חבר

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
זאלץוואסער
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 11:15 am
x 106

שרייב-טיש פ''ג ארטיקל #6: מיין בעסטער חבר

פאוסט דורך זאלץוואסער »

123.jpg
123.jpg (89.86 KiB) געזען געווארן 353 מאל


מיין בעסטע חבר, איך האב אים אויסגעקליבן איינזייטיג, אן אים פרעגן צו ער איז אויך מסכים, עס איז געווען נאך אין כיתה ג' ווען איך בין געזעצן ביים טיש נאך חדר ווען מ'האט אנגעהויבן די נייע שיעור אויף וועלכן איך האב גע'חלומ'ט נאך פון כיתה ב' אז ווען איך וועל שוין זיין א גרויסער כיתה ג' חברה מאן וועל איך דערצו זוכה זיין.

מיין מלמד הרה"ח ר' ישראל חיים ווייס שליט"א, האט אונז אריינגעפירט צו דעם נייעם שיעור מיט גאר געלאסענע טריט, און מתק לשונו איבער די כללים ופרטים פון דעם נייעם לימוד, עס האט זיך געעפנט פאר אונז קינדערלעך נייע וועלטן,

מיר זענען געזעצן אויף די שפיץ פון בענקל מיט גרויס נייגער און זיך צוגעהערט וויאזוי מ'האלט א בליי, א לענגליכן געלישן דינעם העלצעלע מיטן שפיץ אויפן עק, ער האט אונז געוויזן אויף זיינע גרעסערע פינגערס וויאזוי מיר קליינע קינדער זאלן באלאנצירן דעם בליי אנהאלטן מיטן אצבע און אנליינען אויפן אגודל, איבערלאזן גענוג שפיץ מיט געלע האלץ צו אטאקירן דעם אומשולדיגן פאפיר און פירקלען מיט פארזיכטיגקייט ביז עס באווייזן זיך די סימנים פון שטריכן וואס וועלן מיט שוועריגקייטן גערופן ווערן אותיות.

מיר קינדער זענען געווען אין עקסטאז, עס איז ענדליך געקומען די צייט, מיר וועלן קענען לייענען דעם מצוה צעטל וואס די מאמע שיקט מיט אונז, מיר וועלן אפי' קענען אין אונזער שפיל צייט אליינס שרייבן מצוה צעטלעך ווען מ'שפילט חדר. אה און מיר וועלן אויך קענען אפשר ווען מיר וועלן אביסל אונטערוואקסן לייגן דעם בליי אויפן אויער אזוי ווי די "קאממי", דאס איז געווען דער גוי וועלכער האט געהאלפן אין קאך. זיין אויער איז געווען "אומגעהויער", עס האט געהאלטן דעם בליי ווי אריינגעבויט, מיר האבן נישט געקענט דאס נאכמאכן אויף די קליינע אויערן.

מיין בעסטע חבר איז געווען גראד נעבן מיר, ער האט נאך דאן נישט געוואוסט אז ער ווערט מיט מיר באהאפטן מיט אזא סארט קשר פון וועלכן מיר וועלן זיך שווער אפרייסן, און אז מיר וועלן אויפוואקסן צוזאמען אויפן פארנעם ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט, איך האב נאך אויך נישט געוואוסט, אבער איך האב שוין געשפירט א גאר נאנטן געפיל פון אנערקענונג צו אים ווי נאר איך האב אים באגעגנט.

זיין איידעלן צוגאנג צו מיינע באדערפענישן, און זיין מהלך פון אויספאלגן מיינע גרימאזן, און אן קיין שום פארוואורף מיטוואקסן מיט דעם קליינעם כיתה ג' אינגל ארויף צו כיתה ד' און ה' און אזוי ווייטער, מאכט מיך טראכטן אז באמת האט ער זיך אונטערגעשמייכלט און אפשר ווען ער האט געשמועסט מיט זיינע פריינט האט ער זיי פארצייליט אז ער האט א נייעם חבר פון כיתה ג' און וואספארא סארט טעותים און קינדערישע נארישקייטן דאס קינד באגייט, אבער צו מיר האט ער קיינמאל נישט ארויסגעוויזן קיין אומרעספעקט.
מיין חבר איז שוין געווען ערוואקסן פאר זיין גיל, און פלעגט נאר קלענער ווערן מיט די צייט, ווייל אזוי איז די סדר פון א "בליי" עס ווערט אפגענוצט ביז אויס, און מ'נעמט א צווייטן. אבער ווען איך האב גענומען דעם צווייטן בליי, איז דער גוף אפשר געווען א צווייטער, אבער מיין חבר'ל איז דארט געווען, ער האט געשריבן די זעלבע. אין כיתה ג' האט ער זיך נאך געפלאגט, און אין כיתה ד' שוין בעסער.

די יארן זענען געלאפן, מיין בליי האט בר מצוה געהאט צו א שיינעם פעדער, די רייץ פאר א פיר קאלארדיגן פעדער צו קענען צייכענען ווי דער מנהל אויף די בחינות אין רויט און אין גרין, איז געווען מיין אפיקומן חלום פאר עטליכע יאר ביז איך האב עס פון מיינע עלטערן באקומען, זעהט זיך אויס יעדע קאליר פאר אן אנדערן פסח, איך געדענק נאך די שמחה וואס איך האב געהאט ווען די ריקערלעך פון אויבן האבן געטוישט די קאלירן ספאנטאניש און מיך געלאזט באשליסן צו שרייבן און פירקלען מיט סיי וועלכע קאליר איך האב ליב.
די גרינע האב איך קיינמאל נישט געגליכן ביז איך בין עלטער געווארן...

אין מיין הארץ איז דער קאליר געווען א אויסערליכער פאקטאר, מיין חבר איז געווען דער זעלבער ווי די בליי אין כיתה ג', ער האט מיך אויסגעהערט מיט געדולד און געטון זיין פליכטן מיט ערליכקייט.

עס איז געווען אין כיתה ה' ווען מיין זיידע ע"ה האט מיר פאר אפיקומן געגעבן א דריטן חבר צו די חבורה, עס איז געווען די שענסטע מתנה וואס איך האב נאך געקריגן ביז ווען מתנות האבן אנגעהויבן צו באקומען א צווייטן משמעות.

א שיינעם ביכל ארויף געמאלן דערויף מיין נאמען מיט א אזויגערופענעם נאמען פאר א ספר ווי מיין נאמען איז מרומז, אין וועלכן איך האב יעצט געקענט שרייבן מיינע "תורות", ווי מיין זיידע האט מיט זיין שמייכל מיר געזאגט אז אלס אזא תלמיד חכם קען איך שוין שרייבן א אייגענעם ספר מיט אייגענע תורות, דאס איז געווען איינע פון די ליגנטס וואס מיין זיידע דער איש האמת האט מיט זיין זיסן שמייכל געזאגט אין זיין לעבן, און איך האב עס אנגענומען פאר גוט געלט.

איך האב דעם ביכל מיינעם צוזאמגעפארט מיטן פעדער, און מיר האבן צוזאמען געמאכט א לעבן.
מיינע חברים פלעגן לאכן פון מיר ווען איך האב זיך איינגערעדט אז איך קען שוין שרייבן לשה"ק און מיין איינציגע מקור פון וויסן עפעס לשה"ק איז געווען די גמרא אין בבא מציעא, און איך פלעג שרייבן מיט אייפער אמר ר' משה יעקב אני אומר מותר און אזוי ווייטער, איך האב נישט בעסער געוואוסט, אבער געקוואלן פון דעם געדאנק אז איך שרייב א ספר וואס מיין זיידע וויל זעהן אין דרוק.

איך בין עלטער געווארן ב"ה, און פון מיין זיידנס ביכל איז געווארן אנדערע גרעסערע און קלענערע, פאפירן פון אלע קאלירן, מיט ליניעס און גלאטע, אלע האבן ביי מיר באקומען דעם קעניגליכן טריטמענט און אויסגענוצט ביידע זייטן, אפי' ווען מ'האט נישט געטארט באמת שמועסן מיט די חברים ווי למשל אינמיטן חדר, האב איך מיט מיין דרייערל חברותא זיך נישט געשיידט.

די קינדער אין חדר האבן זיך נישט אריינגעמישט אין אונזערע שמועסן, זיי האבן געוואוסט אז מיר האבן עפעס א סארט באקאנטשאפט און חבר'שאפט וואס איז אומגעוויינליך. זיי האבן אפי' נישט מקנא געווען דעם חברותא.

און אזוי זענען די יארן געלאפן, מיינע פעדערס האבן זיך געביטן, און די ביכער זיך געטוישט, און די שרייב ווערק האט באקומען אנדערע כאראקטערן, פון סתם פירקלען צו שרייבן זאצן, און אפי' שוין לענגערע אפשאצן, ביז איבערשרייבן חידושי תורה, באקומענדיג שוין דעם געפיהל פון זאמלען מיינע כתבים האבן די חברים'לעך מיינע באקומען א גאר שטארקן שעץ ביי מיר, א פאפיר איז שוין נישט געווען סתם ריסייקל מאטריאל, עס איז געווארן עפעס וואס ווען איך האב מיך מיט איר באגעגנט האב איך געוואוסט אז מיר וועלן זיך קענען פאר א לאנגע צייט.

מגידי שיעור האבן געזעהן אונזער פריינדשאפט אמאל מיט א שלעכט אויג, און געהייסן יעדן גיין צו זיין ווינקל, אבער מיט די צייט האבן זיי איינגעזעהן אז עס איז אן אמת'ער קשר של קיימא, און אונז מכבד געווען צו שרייבן זייערע שיעורים און אנדערע דרשות וכהנה, וועלכע מיר חברים האבן גערן געטון, ווארום דאס האט אונז געהאלטן צוזאמען.
אסאך פון מיינע רבי'ס און גאר חשוב'ע מורי דרך האבן געהאט די זכי' צו נהנה זיין פון אונזער חברותא, און דאס האט אונז נאך מער פארקניפט און פארבינדן.

א קורצע מעשה ענדיגט זיך אויך אמאל, אבער האפנטליך איז דאס א מעשה פאר נאך לאנגע יארן, אבער אין קורצן האט מיין חברותא אנגענומען עלעקטעראנישע פארמען.
געווען איז דאס ווען מיין חלום פאר דעם "טייפרייטער" וועלכן איך האב געזעהן ביי קויפמאן'ס עלעקטעראניקס אין וויליאמסבורג האט געצויגן מיין אויג, איך פלעג דערויף קוקן יעדעס מאל ווען מ'איז עס אריבער געגאנגען, איך ווייס אז מיין פעדער און ביכל האבן נישט געגליכן דעם בילד ווי איך קוק אזוי פארבענקט אויפן טייפרייטער, אבער איך האב אנגעשטעלט אלע צילינדערן צום ציהל פון ערהאבן דעם טייפרייטער,

עס איז געווען א פסח אין כיתה ח' אדער ט', ווען איך האב זוכה געווען צו דעם אפיקומן דעם גאנצן טייפרייטער, נישט א קנעפל פאר א פסח נאר אלעס אויף איינמאל.
פאר די יונגערע דורות איז שווער מסביר צו זיין אז אין אונזערע צייטן האט מען נישט באקומען קיין מתנות סתם פארן אוועקפאקן ספרים אדער פארן קושן די מזוזה צוויי מאל א טאג, מ'האט געדארפט דורך שוויצן א ממצרים ועד הנה מיום חג המצות הזה עד יום חג המצות הבא און חלומ'ן אויפן אפיקומן וואס איז געווען די איינציגע לעגאלע וועג צו באקומען א מתנה אן קיין שאלות פון גניבה אדער גניבת דעת.

דער טייפרייטער איז געווען עפעס וואס האט מיך ממש באנומען ביזן הארץ, די ציינדעלעך זענען געווען אויסגעשטעלט אין א רינג, געהאקט אויפן פאפיר וואס איז געלעגן אויף א פארעדיגן ראד, מ'האט נאך יעדע שורה געגעבן א דריי און א שטופ דעם ראד, און וואונדערליך פלעגט זיך דער פאפיר ארויפרוקן א כמעט גראדע שורה.
די טינט פלעגט זיך הייבן ספאנטאן און לאזן דעם אות קלאפן אויף די טינט וועלכע פלעגט איבערלאזן די אפדרוקן פון א אות אויפן פאפיר, און אין פאל פון א טעות האט מען געקענט אויסמעקן דורך ארויפרוקן דעם טינט פאסיג צו א ווייסן טינט וועלכע האט בדרך כלל געדארפט פשוט איבערדעקן דעם אות מיט ווייסע טינט צו פארמעקן איר זכר, וואס דאס פלעגט באמת נישט פאסירן, אבער גענוג געווען פאר א געניט אויג צו זעהן אז דער טעות איז באמערקט געווארן און דער שרייבער ווייסט אז ער איז זיך טועה.

מיין ערשטן בריוול פון דעם טייפרייטער האב איך צו מיין זיידן געשיקט, ער האט דאך מיר געשטופט צו די חברותא, עס האט נישט לאנג גענומען און איך האב עס צוריק באקומען רויט און באפירקלט מיט 10 טעותים וואס איך האב אויף יעדן שורה פון דעם בריוו, מיין זיידע האט מיך אזוי געוואלט לערנען שרייבן.

מיין פעדער און מיין ביכל זענען נאך אלס געווען מיינע בעסטע פריינט זינט דער טייפרייטער האט נישט געקענט ליגן אין טאש און כסדר זיין מיט מיר, אבער דאס האט אנגעהאלטן נישט פאר לאנג.

א יאר שפעטער אדער צוויי איז שוין געווען מער אנגענומען א עלעקטאראנישער טייפרייטער וואס צו די וואונדער פון אונז תמימות'דיגע קינדער איז קיין גרעניץ נישט געווען נישט קענענדיג פארשטיין וויאזוי דער אות ווערט באשאפן און אזוי שיין אויסגעלייגט.

אגב ווען מ'האט שוין געקענט שיקן די סאפיסטיקירטע פעקסן דורך ליע עוו. פאטא, פאר אפאר טולער א פאפיר, און ס'האט זיך געדרייט א ריזיגער ראלל גלאנציגע מעקוועדיגע פאפיר און באקומען א בריוול פון ווייט אוועק, האבן מיר קינדער געהאט א שמועס איבער דעם ריזיגן נס וויאזוי דאס פאסירט, (דאס וועל איך אפשר שרייבן ביים פורים פארמעסט)
מיין פאפיר און מיין פענע זענען געווארן אזוי נאענט מיט מיר אז מיט די צייט האב איך מיט זיי געטיילט גאר געהיימע סודות, און אפי' זיך געזעהן קלארער פארשטיין זאכן וועלכע איך האב אליינס נישט געקענט פארשטיין, איך האב אפגעשריבן און דערמיט אויסגעקלארט מיין מח.

זיי זענען מיר צונוץ געקומען אין איינזאמע צייטן ווען עס איז געווען אביסל קאלמוטנע, אדער אפי' אין צייטן ווען דער געפיהל איז געווען רוישיג און פרייליך, קיינער האט מיך נישט אזוי פארשטאנען ווי זיי.

א גוטער חבר האט מיר געראטן, אז די שרייבסט שוין יא, פארוואס נישט מזכה זיין אנדערע צו הנאה האבן און לייענען, און איך האב מיט גרויס פחד ארויסגעגעבן אן ארטיקל פארן פובליקום און באקומען נאך גוטע פריינט וועלכע זענען נאנטע קרובים צום פעדער און פאפיר.

דער קשר מיט אט די פריינט האט מיר שוין געברענגט ריוח ברוחניות ובגשמיות, און עס איז א אמת'ער קשר וועלכער איך דאנק דעם בורא עולם פארן זיך באקענען מיט זיי, און אט מיט דעם נייעם מקור א וועבזייטל מיט ערליכע אידן וועלכע שרייבן ערליך און געשמאק וועט האפנטליך צווקומען נאך אסאך קרובים פון אלע זייטן וועלכע האבן דעם נאנטקייט צום פעדער און פאפיר.

וואס פארשטייען דען די וועלכע האבן קיינמאל אין דעם פריינדשאפט קיין נוצן נישט געזעהן? ווי קען מען מסביר זיין דעם טיעפן קשר? אבער צווישן אונז חברים איז דאך יא דא דער געפיהל, אלזא "ברוכים הבאים" און לאמיר זיך באקענען דא ביים "יודטישל".


דער שרייבער ווארט אויף פידבעק, באגיסט אים מיט לייקס און פאוסטס בלויז פאר נעמען די מיה צו אראפ שרייבן דעם ארטיקל.

די ענדגילטיגע שטימען וועלן פארקומען ווי נאר אלע ארטיקלען וועלן זיין ארויסגעלייגט.
פענסטער
חבר המערכת
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 10:21 pm
x 3

Re: שרייב-טיש פ''ג ארטיקל #6: מיין בעסטע חבר

פאוסט דורך פענסטער »

מאסיווע ארטיקל!

יישר כח
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 781
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 768

Re: שרייב-טיש פ''ג ארטיקל #6: מיין בעסטע חבר

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

האסט אנגעהויבן מיט נעמען, כהאב מיר אזוי געפריידט, אבער אינמיטן ביסטו געווארן אנאנים....

אבער למעשה צום סוף רעדסטו אפן, ס'שטייט נישט אידטיש... אבער ס'זייער קלאר :lol:

הערליך!!!!
אוועיטער
שוש אשיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 187
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 7:41 pm
x 444

Re: שרייב-טיש פ''ג ארטיקל #6: מיין בעסטע חבר

פאוסט דורך שוש אשיש »

פה נטמן טאלאנט, דער ווייסט וויאזוי צוצוגיין צום בליי, פעדער, טייפערייטער און קיבאורד.
שׂ֧וֹשׂ אָשִׂ֣ישׂ בַּֽה' תָּגֵ֤ל נַפְשִׁי֙ בֵּֽאלֹקי כִּ֤י הִלְבִּישַׁ֙נִי֙ בִּגְדֵי־יֶ֔שַׁע מְעִ֥יל צְדָקָ֖ה יְעָטָ֑נִי כֶּֽחָתָן֙ יְכַהֵ֣ן פְּאֵ֔ר וְכַכַּלָּ֖ה תַּעְדֶּ֥ה כֵלֶֽיהָ׃
אוועיטער
טראפקעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 718
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
x 525

Re: שרייב-טיש פ''ג ארטיקל #6: מיין בעסטע חבר

פאוסט דורך טראפקעלע »

ווער האט דיר געלאזט צוכאפן מיין חבר?
אהרן זאב
פרישער באניצער
פאוסטס: 64
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 7:58 am
x 23

Re: שרייב-טיש פ''ג ארטיקל #6: מיין בעסטער חבר

פאוסט דורך אהרן זאב »

וואף!!!
טאלאנט טאלאנט טאלאנט!!!
רייכע שטיקער טאלאנט!!

אז מקען - קען מען!!

בינעך נאר נייגעריג ווי נאך נוצטו דיין פריינדשאפט חוץ אויף יודטיש און אייוועלט(?), האסטו עפעס א שטעלע אין איינער פון די צייטונגען? אזעלכע טאלאנט מאכט זיך נישט יעדן טאג!
אוועיטער
מיילעך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 208
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:41 am
x 216

Re: שרייב-טיש פ''ג ארטיקל #6: מיין בעסטער חבר

פאוסט דורך מיילעך »

WOW! א געהעריגע שרייבער...
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 712
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 760

Re: שרייב-טיש פ''ג ארטיקל #6: מיין בעסטער חבר

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

@זאלץוואסער דיין פרישע ארטיקל האט מיר אהער געברענגט,

הערליך שיין ארויסגעברענגט וואס איך שפיר, קלארע שפראך,
איך וועל אייך באפייפען
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1615
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 1483

Re: שרייב-טיש פ''ג ארטיקל #6: מיין בעסטער חבר

פאוסט דורך אנדערער »

א מייסטער שטיק

און א יישר כח @בערל דער פייפער פאר ארויפברענגען
שרייב פאוסט