נוסחאות פאר פאעמס און פאר Thank you קארטלעך וכדו'

אלעס ארום שרייבעריי און אויסגאבעס
notification
פרישער באניצער
פאוסטס: 16
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:09 am
x 8

נוסחאות פאר פאעמס און פאר Thank you קארטלעך וכדו'

פאוסט דורך notification »

איך זיך א נוסח פאר א טענק יו קארד פאר איינעם וועם איך בין שילדיג א שטארקן הכרת הטוב איך שיק אים א שיינע זילבערנע האניג האלטער און איך וויל עפעס ארויס ברענגען מיין הכרת הטוב אז פינקט ווי ער האט זיס געמאכט מיין לעבן זאל ער אויך געבענטשט ווערן מיט א זיס לעכטיג יאר אזוי ווי די האניג עפעס אזוי קען מיר איינער העלפן מיט א שיינעם נוסח

און יודיש, מעג זיין מענעריש געשריבן אריינגעווארפן אביסל לשון קודש, א שיינע מליצה, אבער עס דארף נישט.
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 477
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 642

Re: נוסחאות פאר פאעמעס און פאר Thank you קארטלעך וכדו'

פאוסט דורך שמייכלדיג »

לכבוד

ת' ודה וקול זמרה, שרייט זיך ארויס א אימרא, משפטו יצא לקולא ולא לחומרא, כי עמו החסד והרבה עמו פדו'ת
ש' נה טובה ומתוקה, מיט א כוונה עמוקה, אזוי ווי דו האסט געמאכט פריקה, מיר געמאכט זיס און פרי'ש
פ' אר דעם יעמוד לך זכותא, ותכתב בספר לאלתר לחיותא, צו א 'האניג' יאר א זיסע, שמחה ונחת בלי הר'ף
ד' ער יאר יאר דעם נייעם, הבא עלינו לטובה ולחיים, זאלן מיר זוכה זיין צו בנין ציון וירושלים, בביאת בן דו'ד
אוועיטער
ר' ישעי'
פרישער באניצער
פאוסטס: 40
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 1:01 pm
Location: שבתי בבית ה' כל ימי חיי
x 17

Re: נוסחאות פאר פאעמס און פאר Thank you קארטלעך וכדו'

פאוסט דורך ר' ישעי' »

ווייסט איינער פון א געניטער שרייבער וואס קען מיר אהער שטעלן עטליכע שרייב ארבעט?
ס'דא ר' יושע און ס'דא ר' יושע'לע,
ס'דא ר' ישעי'לע און ס'דא ר' ישעי'!
ר' משה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 256
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 3:02 pm
x 156

Re: נוסחאות פאר פאעמס און פאר Thank you קארטלעך וכדו'

פאוסט דורך ר' משה »

איך וויל געבען א מתנה פאר מיין אשת חיל אבער איך בין נישט גוט און שרייבן.
איינער מיט א שיינע Poem?

איך טראכט ארויסצוברענגען אז איך וויל שוין א לאנגע צייט געבן עפעס אבער יעצט שטייענדיג ערב פסח צוזעהנדינג דיין שווערע ארבעט פון צופרי ביז צופרי קען איך מיר נישט איינהאלטן פון געבן א מתנה. עפעס אזוי
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4853
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8072

Re: נוסחאות פאר פאעמס און פאר Thank you קארטלעך וכדו'

פאוסט דורך דער תהלים איד »

שוין לאנג איך וויל
פארקוקן אויף סיי וועלכע ביל

דיר שענקען עפעס אנערקענונג
פאר אזא געשמאקע באנעמונג

ס'איז אבער שווער צו טרעפן עפעס פאסיג
וואס זאל רעפלעקטירן וויפיל איך וויל זיין משיג

אבער יעצט זעענדיג עפעס ספעציעל
ביי די ארבעט פון אויסרוימען יעדע ברעקל מעהל

מ'קען שוין שטיל נישט בלייבן
די ארבעט פון צופרי ביז צופרי נישט צום גלייבן

זאל דער בורא עולם דיר ווייטער צאלן
א שיין לעבן פאר אונז ביידע אויסמאלן

ביז דער חסל סידור פסח כהלכתו מ'וועט זינגען מיט הארמאניעס
ווען מ'וועלמיר אינאיינעם גיין קעגן משיח בזכות נשים צדקניות
ר' משה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 256
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 3:02 pm
x 156

Re: נוסחאות פאר פאעמס און פאר Thank you קארטלעך וכדו'

פאוסט דורך ר' משה »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 3:20 pm שוין לאנג איך וויל
פארקוקן אויף סיי וועלכע ביל

דיר שענקען עפעס אנערקענונג
פאר אזא געשמאקע באנעמונג

ס'איז אבער שווער צו טרעפן עפעס פאסיג
וואס זאל רעפלעקטירן וויפיל איך וויל זיין משיג

אבער יעצט זעענדיג עפעס ספעציעל
ביי די ארבעט פון אויסרוימען יעדע ברעקל מעהל

מ'קען שוין שטיל נישט בלייבן
די ארבעט פון צופרי ביז צופרי נישט צום גלייבן

זאל דער בורא עולם דיר ווייטער צאלן
א שיין לעבן פאר אונז ביידע אויסמאלן

ביז דער חסל סידור פסח כהלכתו מ'וועט זינגען מיט הארמאניעס
ווען מ'וועלמיר אינאיינעם גיין קעגן משיח בזכות נשים צדקניות
א גרויסן שכח!!
שרייב פאוסט