גע’פועל’ט אלעס גוטס!
לאמיר זיך אביסל צאמנעמען און אפשרייבן עטליכע נאטיצן און אויפפאסונגען פונעם היינטיגן טאג דורך מיינע ברילן.
דער טאג הייבציך אן מיט א פארוואלקנטע רויעך אריינקומענדיג אין מיין לאקאלע שוהל. דער משמש גיבט איבער אז איינער האט געכאפט א פחד פון די צענדליגע אנגעצינדענע ליכט און עס ספאנטאניש אויסגעבלאזן לע”נ רביה”ק זי”ע, איבערלאזנדיג דעם גאנצן ביהמ”ד אין א גערוך געמישט פון צעלאזטע חלב, הערינג (העמיר שוין צוריקקומען צו דעם), און מקוה האנטוכער.
דער משמש פארדאמט גראדע דעם טאהט, אויסרופנדיג אז ”ס’ארבעט נישט אזוי! מ’לעשט נישט אויס קיין לעכט ווען מ’וויל!” - עפעס וואס איז גראדע געווען היבש קאמיש און פאראדאקסיש ווען ער איז בשעת’ן הכרזה געשטאנען נעבן דעם טישל וואו עס האט זיך קלאר דערקענט אז אין פאקט לעשט מען יא אויס לעכט...
נאכ’ן דאווענען זעמיר נאטירליך צוגעצויגן געווארן צום תיקון טישל וואו טויטע הערינג פישלעך האבן געמיטלעך געווארט אויף זייערע פארציקער, מיטנעמענדיג מיט זיך דעם שטימען סוד אז דער וואס פארציקט זיי וועט שוין באלד געוואר ווערן ווי מאכטפול טויטע פישלעך קענען זיין און קענען זאגאר פארציקן דעם גאנצן טאג פון זייער קרבן.
זיצט דארט א אינגערמאן וועלכע זאגט הויך עדות אז ביי אים בפנימיות שווימען שוין ארום אפאר פון די חברה, פון אלע סארטן און פון אלע פישיגע שיכטן און קרייזן, און ער טענה’ט אז קיין שטארקע שלום בית צווישן די שטיגליץ און מאטיאש הערינג איז נישט דא. ער זעט שוין זיין בראך עין בעין.
אזוי זיצנדיג דארט אן קיין אפציע זיך אויפצושטעלן אפילו, איז ער אויפגעקומען מיט א טיפזיניגע חקירה אינעם ענין פון צינדן ליכט לע”נ צדיקים, וואס כידוע האבן צדיקים מבטיח געווען גרויסע זאכן אבער מיר פארשטייען נישט מיט אונזערע פליישיגע (אדער אין דעם פאל - הערינג’דיגע) אויגן דעם פשט.
איז זיין חקירה צי הדלקה עושה מצוה און כבתה אין זקוק לה, אדער איז דער ענין אז ס’זאל ברענען דער ליכט, וואס אויב אזוי ברויך מען צוריק אנצינדן די אלע פארלאשענע ליכט.
למעשה איז געבליבן אז דאס איז זיכער אז געבן צועסן איז א טובה פאר א נשמה, סיי צוליב די צענדליגע ברכות און גלייכצייטיג דאס מחי’ זיין אידן, און אויב געבט מען הערינג איז עס ממש מצוה מן המובחר, ברענגענדיג א קרבת אלקים ווען דער הערינג עסער איז מובטח אז איבער’ן טאג וועט ער מערערע מאל זיך צוקרעכצן ”אוי באשעפער” ווען די פישלעך וועלן פרובירן ארויסצושוווימען צוריק... נו שוין, עפעס געלערנט היינט.
היינט איז געווען לעגאל חול המועד, שוין פון אינדערפרי האט מען נישט געארבעט, ווארום מ’ברויך גיין צום ציון!
למעשה זעמיר אנגעקומען דערצו הערשט ארום זייגער 5 (האסט א גוטע קשיא... כהאב נישט געארבעט און נישט אנגעקומען צו גיין צום ציון ביז אזוי שפעט? אה, האסט מסתם פארגעסן אז ס’זונטאג אויך...) און געמאכט דעם וועג צום ציון הק’.
אויפ’ן וועג שטייען אויסגע’שורה’ט הונדערטער מענטשן, לענגאויס דעם גאנצן וועג, און אפפערן מיר זייערע פינגערס. יישר כח, כהאב צען אייגענע.
ערנסט גערעדט, נעקסטיים איר דארפט א היטש, ביטע זיך נישט שטעלן אינמיטן די ראוד ווייל איך גיי אפבייסן פינגערס! האלאו! ווייסט מ’קען עכט נפטר ווערן אויב איינס פון די הונדערטער קארס מאכן חלילה א טעות און געבן דיר אזא שטויס?
למעשה האמיר אנגעפולט דעם קאר מיט היטש כאפערס און אזוי געפארן ווייטער מיט די זכותים פון די מעשי חסד.
דער וועג איז געווען גאנץ גוט, די חברה טוען א גוטן דזשאב דא מיט קאנטראלירן די טרעפיק. ביז מ’איז אנגעקומען אויף סקאנעמאנק...
דער פובליק סעיפטי בחור צייגט מיר ארויפצופארן אויף בארדיטשוב, נישט אז כהאב געהאט א וועג וויאזוי זיך אריינצודרייען אינעם פאר’גרידלאק’טן דריי, אבער ער מאכט מיט די הענט ווי ביים קלאפן הוישאנעס.
למעשה נאך א מינוט איז געווארן סדר און ענדליך בין איך אויפ’ן וועג ארויף.
אינמיטן דעם אנגעשטויסענעם וועג ארויף, זיך שטופענדיג צווישן קארס, גאלף קארס, מענטשן, און אויפגעהייטערטע בחורים וואס זענען נארוואס אנגעקומען פון קעמפ מיט זייערע באסעס, האבן מיינע געסט אנגעהויבן זיך רוקן אומבאקוועם ”עםם... כ’מיין אונז זאלמיר דא אראפגיין... א גרויסע יישר שקויעך...”
יא יא, צדיק, יעצט געב מיר א היטש ארויף צופיס ווייל איך האב נאך א לאאנגע וועג צו גיין דא..
אקעי, למעשה איז עס געגאנגען גאנץ שנעל און כהאב זיך געטראפן זיך דרייען דעם רעכטס צו סניף ברך משה וואו אויף א זאמד און שטיינער’דיגע וועג איז באשטימט געווארן דער מעין פארקינג לאט.
יעצט, נאו אפענס, אבער די שיכורים וואס האבן דארט קאנטראלירט די טרעפיק האבן נישט געהאט קיין זיכטיגן אנונג וואס מ’וויל פון זיי... אין די זעלבע צייט וואס ער ווייזט אז קארס זאלן פארן אויף ארויס אויף ביידע לעינס - די גאנצע ברייט פונעם ראוד, ווייזט ער מיר כ’זאל זיך איינדרייען... צדיק, וואו??? וואו פונקטליך זאל יכנס’ן כל הפשתן הזה? וואס’א’חילוק, ער שעלט פארוואס איך פאלג נישט...
שטייען דארט א כאפטע פארצווייפלטע פערזאנען און מאכן תנועות מיט די הענט אן קיין פארבינדונג מיט רעאליטעט, געוויס צום טאקט פון עפעס א ספאנישן דרור יקרא וואס דזשעמט זיי די אויערן.
דער וועג אריין צום בית החיים איז געווען עפעס אויסטערליש געשמאק. דער נייער ריזן לעכט שאטער ביים בנין הישיבה איז אריינגעקומען שטייף קלאר, הגם די לעכט דארט זענען רובם ככולם געווען פארלאשן - קענטליך פריצייטיג.
שטייט דארט א חבר מיינער און שפעקולירט פארוואס די לעכט לעשן זיך אויס נאך אפאר מינוט ברענען, אויף וואס א צווייטער חבר מיינער א שטיקל ידען רעאגירט אז דא איז אזוי שטיקיג אז די לעכט האבן נישט קיין אקסעדזשין צו ברענען!
דער ערשטער פארשטייט אבער נישט, דער טענט איז דאך אפן פון אויבן ביים ווינקל... איך ווייס נישט וויאזוי יענע שמועס האט זיך געענדיגט ווייל אפגעזען צי ס’יא אדער נישט דא א לאך אויבן איז קיין לופט נישט געווען און איך האב אנגעהויבן מורא האבן אז נישט נאר לעכט דארפן אקסעדזשין צו ברענען נאר אויב א מענטש שטייט דא פאר אפאר מינוט קען ער זיך אויך אויסלעשן רח”ל. האמיר אפגעצויגן פון דארט.
דער נייער טויער צום בית החיים איז א פיינער געדאנק, דארט איז געווען דער עיקר פארקער און די מער געריבענע גברי צדקה האבן ריכטיג אפגעשאצט פון פריער און זיך געזעצט דארט מיט זייערע געביידעס אנשטאט ביי זייערע ביז היינטיגע חזקה ווינקלען ביים אמאליגן איינציגן טויער וועלכע איז היי יאר געווען כמעט פארלאזט זייענדיג אקופירט מיט בחורים וועלכע בעטן זיך ביי די פאר דורכגייער זאלן רחמנות האבן און פועל’ן אלעס גוווווווטס...
דער נייער טויער האט קענטליך געברענגט א פרישע פירצה ווען טייל פון די בחורים האבן ליידער פארלאזט דעם אמאליגן מסורה’דיגן נוסח פון פאדערן בדרכי נועם מזאל שטיצן און פועל’ן, און אנשטאט דעם האבן שוין טייל בחורים זיך ערלויבן צו פארלאנגען מיט אפענע טראציגקייט און באפעלן צו פועל’ן אלעס גוטס אן קיין שום פארמאלע דעפלאמאטישקייט.
ערנסט גערעדט, נעקסטע יאר זאל מען ביטע מאכן סדר דארט מיט געיטס, אז די בחורים זאלן נישט פארציקן די דורכגייער און אריינהאקן זייערע קליינע טורח מאשינען אין די נעזער עד זוב דם.
דער גאנצער שטח ארום דעם אהל הק’ האט באקומען א נייע צורה, אויסגעפלאסטערט הערליך, און דער יערליכער געדרענג איז ב”ה אויפגעלעזט געווארן מיט’ן עפענען דעם נייעם טויער וואס האט עלימינירט די געפערליכע אנשטויסענישן אויפ’ן וועג אריין ביז’ן אהל.
קודאס פאר די הנהלת חברה קדישא וועלכע האבן ענדליך אנערקענט אז ס’לוינט צו פארציכטן אויף די צדקה בודקעס אינקאם און געעפנט אלע וועגן פאר’ן ציבור זיך נישט צו דארפן שטופן.
בין איך געגאנגען קוקן אביסל וואס טוט זיך אויפ’ן וועג ארויף - וואו עס איז אמאל געווען דער הויפט וועג, אוי עס האט געריסן ביים הארץ... וויפיל שעות האב איך פארברענגט בימי בחרותי צו בויען טענטס, האקן שרויפן, רייסן טיי רעפס, גנב’ענען מילך קעסטלעך, וכו’, צו בויען דאס פלאץ... דרכי ציון אבילות...
די אבני חסד בחורים מיט די קריעטיווע שטריימל באקס פושקעס טענה’ן גראדע אז די זאך איז פעסט אקטיוו, טאקע נישט כבימי קדם, אבער געב א קוק, א פארנומענע פארקער אגאנצן טאג.
בעיקר דערקענט זיך א ליידיגקייט צוליב די פולע ליידיגע בודקעס ווען אסאך ארגאניזאציעס האבן זיך אריבערגעצויגן צום נייעם הויפט וועג.
אונטן זע איך בחורים זיצן אויפ’ן וואנט, איי געס מהרי”י איז יעצט ביים ציון. זאלן די בחורים אויך פועלן וואטעווער זיי ווילן, און דערנאך גיין מתפלל זיין און פועל’ן אלעס גוטס.
אינעם עסן שאטער איז נישט עכט געווען פלאץ פאר מיר, אבער מיט א בליק אריין האב איך געזען א אינגערמאן, גאנץ א באלבאטישער, זיצט מיט זיין קליין אינגעלע און זאגט מיט אים תהלים ווארט ביי ווארט, ווען זיין פנים שטראלט מיט פרייד. אידיש נחת. א שאד כאניש געהאט א קעמערע אויף מיר דאס צו פאראייביגן אין א בילד.
האב איך זיך ארומגעדרייט דארט אביסל, געגעבן א נדבה פאר העסקן הדגול ר’ יושע קארנבלי וועמענ’ס פרעצעדענטלאזע פעולות החסד איך שעץ זייער שטארק, און געזוכט מענדי רייזמאן צו געבן מיין נדבה ווי יאר יערליך פאר זיין הייליגן ארגאניזאציע, אבער למעשה נישט געטראפן. נו שוין, געטיילט אביסל געלט, באגריסט ידידים, געלאכט פון אלע קארני וויצן וואס די איבערגעמידעטע בחורים טיילן בהרחבה, און צוריק צום ציון!
אנקומענדיג צוריק אויבן האט זיך מיר געדאכט אז ס’רעגנט, אבער ניין, למעשה איז עס בלויז א שווארמע פון דראונס וואס שמועסן אין די לופטן דארט. זאלן זיי אויך פועלן אלדאס גוטס.
אזוי שטייענדיג דארט טרעף איך אן א חבר, א אינגערמאן וואס מזאגט אויף אים אז ער קוקט אויס ווי דער רבי זי”ע אין די אינגע יארן, מיט אזא ריזן ברייטן הוט און לאנגע פאות, און ער באגריסט מיר גאר העפליך.
בתוך הדברים ווייזן ער מיר זיינע עיר-פאדס אין זיינע מיט-פאות-פארשטעקטע אויערן, און זאגט מיר אז אויפן וועג ארויף ביזן אהל הק’ הערט ער די נענועים ניגון! וואסענייעס... א השגה...
ער זאגט אז סגיבט אים א געפיל פון עולה רגל זיין... עפעס א פשעטל האב איך געטרייט צו מאכן מיט שלש רגלים, שלש פעמי רגלינו, וועגן די דריי אפענע טויערן צום ביה"ח, אבער ער טענה’ט אז כ’בין קארני. איז נישט. ביי.
נאכ’ן ארומזוכן א תהלים פאר 5 מינוט איז מיר הערט בייגעפאלן צו קוקן סיינס, און טאקע תיכף געטראפן.
דער זון שיינט און באקט, און איך לויף ארום זוכן א שאטן. ביז כהאב געכאפט אז ממש ביים טיר צום אהל איז דא א פיינעם שאטן. איך בין סייווי א כהן און אין אהל קעניך נישט אריינגיין, האב איך זיך געשטעלט דארט אנגעלאנט אויפן געיט און געזאגט תהלים.
די סקוואד חברה דארט ביים טיר האבן געמאכט א גוטן דזשאב, איינער אן ענערגישער אינגערמאן מיט א הויכע הוט און ארץ ישראל’דיגן רי”ש האט דארט קאנטראלירט און מיט זיין זיסע שטימע געווינטשן ברכות לרוב בזכות רביה”ק און בזכות דאס זיך האלטן צום ארדענונג... ער האט אנגעהויבן מיטן טראדיציאנאלן ’פועלט אלעס גוטס’ און געגאנגען ווייטער מיט א טוץ פון ברכות אויף בני חיי מזוני, א גוט קוויטל און א גוט יאר, א גוטן ווינטער און גוטע דיעלס אין ביזנעס, און אזוי א גאנצע ליסטע וואס האט זיך אין מיין מח נאטירליך געענדיגט מיט א ”און א גוטע וואך” ווי די רבון העולמים פון מלוה מלכה... א מזל ער האט נישט אזוי אויסגעפירט למעשה.
כ’מוז זאגן ער האט געמאכט א פיינעם דזשאב, מענטשן האבן געגליכן זיין כאריזמע און זיך צוגעשטעלט צו זיינע געבעטן, עפ”י רוב.
שפעטער ווען ס’געווארן מער געדעכט איז ידידי היקר פנחס נחמן גלויבער אויך געקומען שטיין דארט ביים טיר און בבחי’ טובים השנים מן האחד האבן זיי אינאיינעם גערוקט דעם ליניע ווי געניטע פידל שפילער אויף די סטרינעס.
איין גוטע קרישקעלע, כנוסח בחורי חמד האבן בחור’לעך פרובירט צו איבערטאנצן די געיט און זיך שפארן דאס שטיין אין די ליין, וואס די סקוואד חברה האבן פרובירט אפצוהאלטן לטובת הציבור.
זע איך ווי איין בחור טאנצט איבער, און ר’ חיים פרידלענדער דער סקוואד אנפירער וועלכע איז פונקט אנוועזנד געווען האלט אים פאר ”דא שטייען אידן שוין איבער א שעה אין די ליין!” אבער דער בחור כאפט נישט וואס פאר חיים שטערט אזוי... ’און דו זעהסט נישט אז איך האב איבערגעקראכן די געיט?”... פשוט.
למעשה האב איך איבערדערציילט דעם עפיזאד פאר מיין פריער דערמאנטן נענועים הערנדער חבר, און ער גיבט פאר’ן בחור גערעכט, ווארום דער גאנצער זאך פון שטיין אין א ליין איז אין זיינע אויגן א אביעקטיווע ראציאנאלע פאראדאקסישע וואטעוווער... יוי, כהאב עכט נישט פארשטאנען זיין הסבר. סארי.
אנקומענדיג צוריק צו מיין קאר האב איך זיך אנגעטראפן אין א חשוב’ן אינגערמאן וואס האט מיר דערציילט אז ער גייט דורך א ביטערן פרשה, און נאכן מיר דערקוטשען אויף א גוטע סאפט ספאט אין מיין הארץ האט ער ארויסגערוקט א שיינעם נדבה פון מיר, עכט שלא כדרכי, מער ווי איך קען געבן באמת.
ער האט מיר פארשפראכן צו אינזין האבן מיין נאמען ביי זיינע טעגליכע מאסן תפילות, און כדי צו קענען נעמען די נעמען צו אינזין האבן האט ער מיר געגעבן זיין נומער וואו עס אריינצושיקן.
שפעטער, האבנדיג זיין קאנטאקט אינפארמאציע, האב איך געטון אביסל ריסורטש בין איך געוואר געווארן אז יענער איז אן אלטער גנב וואס האט א רעקארד פון פאבריצירן געשיכטעס און רייטן דערמיט אויף די סאטמאר’ע הערצער, ווען דאס געלט גייט באמת פאר צווייפלהאפטיגע צוועקן - אדער אין בעסטן פאל פאר אים אין טאש...
האב איך ארויסגענומען א תהלימ’ל און געזאגט נאך א קאפיטל און מתפלל געווען אז פונקט ווי איך האב דא געגעבן גרויס געלט פאר א איד בלינדערהייט כאטש וואס עס קומט אים נישט, זאל מיר דער אויברעשטער שיקן השפעות טובות לרוב, אויך מער ווי עס קומט זיך מיר!
זאל מען האבן גע’פועל’ט אלעס גוטס!
***
אנטשולדיגט פאר’ן שרייבן אזוי צומישט און אומקלאר. ס’שפעט ביינאכט און איך שרייב יעצט בלויז ווייל דערווייל בין איך נישט מצליח צו שלאפן.
א גוטע נאכט.
פופציגער’ס ברילן: כ”ו אב תשפ”ג ערפארונג
פופציגער’ס ברילן: כ”ו אב תשפ”ג ערפארונג
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
Re: פופציגער’ס ברילן: כ”ו אב תשפ”ג ערפארונג
!!!wow!!!wow
הערליך!!!
גיטע נאכט.
הערליך!!!
גיטע נאכט.
Re: פופציגער’ס ברילן: כ”ו אב תשפ”ג ערפארונג
עפעס איז פאני דא. וואו בין איך דא? איז דעיס די זעלבע פופציגער פון זונטאג אויף אייוועלט? איימעניט, ווער האט בכלל געלאזט דעם לינק זיך עפענען?
האב איך דען בכלל א רשות כתיבה אויף דעם סייט? טריי.
די מעין פארקינג לאט פון וואס דו רעדסט איז געווען איין שטיק בלאטע קנאפע 10-12 שעה פאר דו האסט פוקד געווען דעם כהנים שטיבל. און די גוים דארט מיט זייערע שלעפער טראקס האבן סתם געשלעפט קארס ווייל פארוואס נישט. זיי האבן עכט געוואלט אז די קארס וואס האבן געפארקט דארט ווען אין שפאניע שלאפט מען נאך זאלן אפישעלי פארקירן אינעם בלאטע, און איינמאל זיי האבן נאכדעם געלייגט קאונס נעבן די קארס קומט אויטאמאטיש אויס אז זיי מעגן אויספרובירן אויף די אומשולדיגע קארס אלע מהלכים וויאזוי מגנבענט א קאר.
די ליכט, איז אויך געווען א דיזעסטער, כבין ארויף מיט מיינע קינדער צום ציון און זיי האבן געוואלט צינדן ליכט אבער סאם האו האב איך נישט געטראפן דעם ליכט טענו, קען זיין עס איז גאר געווען זייער שלעכטע מזל, ווייל שפעטער ווען איך בין ארויף האב איך עס יא געטראפן אומגעזוכטערהייט (אזא יגעתי מצאתי..)
ביים ציון גופא איז געווען גאנץ מסודר דיג, שכוח פאר די סיינס וואס האבן אנגעזאגט נישט צו מאכן קיין ה׳ ה׳ נאר בשעה :00 און :30, עס האט דעפענעטלי צו געגעבן צום רואיגקייט אויפן ארט.
עקסטער דארף איך באדאנקן דער וואס האט מיך אינזין געהאט מיט דעם האלצערנעם ווייסן צאמלייג בענקל דארט אינעם אוהל, יא! עס איז געווען באקוועם.
פארגעסן וועגן די מקוה אינעם ישיבה וואס איז מיר יעצט אויסגעקומען צו ניצן, כווייס נישט אויב סאיז געווען צוגעשטעלט אלע יארן אדער סאיז די ערשטע יאר, אבער נהניתי מאוד. נישט אז סאיז א כווייס וואס באקוועמע אדער שיינע מקוה, באט איט סערווד איטס פערפוס.
אקעי, עס ווערט שוין פרי.
שיק.
האב איך דען בכלל א רשות כתיבה אויף דעם סייט? טריי.
די מעין פארקינג לאט פון וואס דו רעדסט איז געווען איין שטיק בלאטע קנאפע 10-12 שעה פאר דו האסט פוקד געווען דעם כהנים שטיבל. און די גוים דארט מיט זייערע שלעפער טראקס האבן סתם געשלעפט קארס ווייל פארוואס נישט. זיי האבן עכט געוואלט אז די קארס וואס האבן געפארקט דארט ווען אין שפאניע שלאפט מען נאך זאלן אפישעלי פארקירן אינעם בלאטע, און איינמאל זיי האבן נאכדעם געלייגט קאונס נעבן די קארס קומט אויטאמאטיש אויס אז זיי מעגן אויספרובירן אויף די אומשולדיגע קארס אלע מהלכים וויאזוי מגנבענט א קאר.
די ליכט, איז אויך געווען א דיזעסטער, כבין ארויף מיט מיינע קינדער צום ציון און זיי האבן געוואלט צינדן ליכט אבער סאם האו האב איך נישט געטראפן דעם ליכט טענו, קען זיין עס איז גאר געווען זייער שלעכטע מזל, ווייל שפעטער ווען איך בין ארויף האב איך עס יא געטראפן אומגעזוכטערהייט (אזא יגעתי מצאתי..)
ביים ציון גופא איז געווען גאנץ מסודר דיג, שכוח פאר די סיינס וואס האבן אנגעזאגט נישט צו מאכן קיין ה׳ ה׳ נאר בשעה :00 און :30, עס האט דעפענעטלי צו געגעבן צום רואיגקייט אויפן ארט.
עקסטער דארף איך באדאנקן דער וואס האט מיך אינזין געהאט מיט דעם האלצערנעם ווייסן צאמלייג בענקל דארט אינעם אוהל, יא! עס איז געווען באקוועם.
פארגעסן וועגן די מקוה אינעם ישיבה וואס איז מיר יעצט אויסגעקומען צו ניצן, כווייס נישט אויב סאיז געווען צוגעשטעלט אלע יארן אדער סאיז די ערשטע יאר, אבער נהניתי מאוד. נישט אז סאיז א כווייס וואס באקוועמע אדער שיינע מקוה, באט איט סערווד איטס פערפוס.
אקעי, עס ווערט שוין פרי.
שיק.
Re: פופציגער’ס ברילן: כ”ו אב תשפ”ג ערפארונג




אויך נישט געטראפן מענדי רייזמאן ער האט דאך געהאט א בעבי.ערנסט גערעדט, נעקסטיים איר דארפט א היטש, ביטע זיך נישט שטעלן אינמיטן די ראוד ווייל איך גיי אפבייסן פינגערס! האלאו! ווייסט מ’קען עכט נפטר ווערן אויב איינס פון די הונדערטער קארס מאכן חלילה א טעות און געבן דיר אזא שטויס?
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6393
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 14668
Re: פופציגער’ס ברילן: כ”ו אב תשפ”ג ערפארונג
נאדער א ליבלעך דריק אויפן בלויען האנטעלע!
אלעס און אידטיש הייבט זיך אן ביי אלף!!!
זאג מיר אויף אידטיש טייטש וואס מיינט ???
הארדוועיר! סאפטוועיר! פראגרעמינג! איי טי טעקנישן! הארד דרייוו! אָו עס! מאדערבאורד! רעם! סי פי יאו! מעלעוועיר! סערווער! דרייווערס!
זאג מיר אויף אידטיש טייטש וואס מיינט ???
הארדוועיר! סאפטוועיר! פראגרעמינג! איי טי טעקנישן! הארד דרייוו! אָו עס! מאדערבאורד! רעם! סי פי יאו! מעלעוועיר! סערווער! דרייווערס!
Re: פופציגער’ס ברילן: כ”ו אב תשפ”ג ערפארונג
אין בית המדרש ביי די לעכט איז געווען א צעטעל בעטענדיג צוצינדן לעכט נעבן די שטיגן צו חדר קילא וויבאלד די לעכט אונעם געווענליכן באקס פארלעשט זיך פון די היץ!
קיינמאל געוויסט אז היץ פארלעשט פייער???
קיינמאל געוויסט אז היץ פארלעשט פייער???
אלעס און אידטיש הייבט זיך אן ביי אלף!!!
זאג מיר אויף אידטיש טייטש וואס מיינט ???
הארדוועיר! סאפטוועיר! פראגרעמינג! איי טי טעקנישן! הארד דרייוו! אָו עס! מאדערבאורד! רעם! סי פי יאו! מעלעוועיר! סערווער! דרייווערס!
זאג מיר אויף אידטיש טייטש וואס מיינט ???
הארדוועיר! סאפטוועיר! פראגרעמינג! איי טי טעקנישן! הארד דרייוו! אָו עס! מאדערבאורד! רעם! סי פי יאו! מעלעוועיר! סערווער! דרייווערס!