עסן און טרינקען געזונט

געזונטע שמועסן און ידיעות
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1559
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3543

עסן און טרינקען געזונט

פאוסט דורך נקודות טובות »

טרינק צוואנציג מינוט פארן עסן א גלאז אדער צוויי וואסער.

טרינק נישט אין די צוואנציג מינוט פארן עסן.

טרינק נישט בשעת'ן עסן.

טרינק נישט ביז א שעה נאכן עסן.

נאך א שעה טרינק א גלאז אדער צוויי וואסער.

עס איז זייער שווער פון אנהויב, אבער פראבירט עס אויס און לאזט וויסען אייער פידבעק.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
א קלער
מנהל המערכת
פאוסטס: 293
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 4:51 pm
x 109

Re: עסן/טרינקען געזונט.

פאוסט דורך א קלער »

viewtopic.php?t=233
נישט די זעלבע זאך?
איידער איך שרייב געב איך א קלער, ווייל פארעכטן איז צו שווער
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 792
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 849

Re: עסן/טרינקען געזונט.

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

א קלער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 3:15 pm viewtopic.php?t=233
נישט די זעלבע זאך?
ניין דאס איז אינגאנצן עפעס אנדערש.

@נקודת טובות פון וואנעט נעמט זיך דער מהלך?
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1559
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3543

Re: עסן/טרינקען געזונט.

פאוסט דורך נקודות טובות »

אסמכתא בעלמא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 3:47 pm

איך וועל בלי נדר אביסעל מער מאריך זיין אין דעם, אבער פאר יעצט וועלן מיר זיך באגניגען מיט דעם.

מענטשען מיינען אז דער מאגן איז כאילו א בלענדער וואס צומאלט. אין פאקט אבער איז דאס ווייט פון ריכטיג, די מאגן איז א בלויזע מוסקעל וואס ציעט זיך איין און אויס (אזוי ווי די לונגען) און דאס צוקוועטש די עסן.

כדי דאס זאל קענען געהעריג ארבעטען פעהלט זיך אויס די הילף פון געוויסע שארפע פליסיגקייטן וואס אונזער קערפער פראדעצירט, וואס אויב דער מאגן איז פיל מיט וואסער בשעת'ן פארדייען די עסן ווערן די פליסיגקייטן פארוואסערט, און די מאגן ארבעט זיך איבער. און ווי אויך קען נישט אונזער קערפער ארויסנעמען די ריכטיגי מאס nutrients פון די עסן.

נאך א פראבלעם וואס מאכט זיך איז איבריגע גאז, און ווי אויך אן אנגעפאקטער מאגן.

די נומבער צוואנציג מינוט פארן עסן איז וויבאלד אזוי לאנג נעמט פאר וואסער צו ווערן פארדייעט (ערשטע מאגן) נאכן עסן איז שרוי במחלוקת העקספערטן.

נ''ב מילך איז נישט פאררעכנט אלץ א וואסער, און דאס מעג מען לכתחילה טרינקען בשעת'ן עסן.

איך וועל בעזר השם פראבירן אביסעל אויסצוקלארן אויב וועט זיין א פארלאנג.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3145
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3577

Re: עסן און טרינקען געזונט

פאוסט דורך שמח »

נקודת טובות האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 2:36 pm טרינק צוואנציג מינוט פארן עסן א גלאז אדער צוויי וואסער.

טרינק נישט אין די צוואנציג מינוט פארן עסן.

טרינק נישט בשעת'ן עסן.

טרינק נישט ביז א שעה נאכן עסן.

נאך א שעה טרינק א גלאז אדער צוויי וואסער.

עס איז זייער שווער פון אנהויב, אבער פראבירט עס אויס און לאזט וויסען אייער פידבעק.
דאס קען אויך ארויסהעלפן אז מ'זאל טרינקען גענוג וואסער דורכ'ן טאג וויבאלד מ'האט א סדר ווען מ'טרינקט.
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
פארנומען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 121
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 1:46 pm
x 140

Re: עסן און טרינקען געזונט

פאוסט דורך פארנומען »

ישר כח @נקודת טובות פאר די אינפארמאציע, איך פערזענליך טרינק נישט ביז צוויי שעה נאכן עסן, איך פלעג ליידן אויף שטארקע ריפלוקס, ב"ה נאכן זיך אנהייבן פירן אזוי איז עס כמעט פארשווינדן, כן יעזור ה' להלאה.
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 711
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1038

Re: עסן און טרינקען געזונט

פאוסט דורך ווירקליך »

דאס נישט טרונקען ביים עסן איז ביי מיר שווערער פון סיי וועלכע דיעטע.. ביי מיר גייען עסן און טרונקען אינאיינעם! איך שלונג ממש דאס עסן מיט וואסער.

ברויך מען זיך נעמען אין די הענט אריין
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1559
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3543

Re: עסן און טרינקען געזונט

פאוסט דורך נקודות טובות »

ווירקליך האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 1:41 am דאס נישט טרונקען ביים עסן איז ביי מיר שווערער פון סיי וועלכע דיעטע.. ביי מיר גייען עסן און טרונקען אינאיינעם! איך שלונג ממש דאס עסן מיט וואסער.

ברויך מען זיך נעמען אין די הענט אריין
דאס איז טאקע די גרעסטע פראבלעם.
סיי מען קייעט נישט די עסן גענוג. און אזוי מאכט מען פארן מאגן גאר שווער די ארבעט.
און סיי ווען מען מאכט דעם מויל נאס קומט נישט ארויס גענוג שפייעכטץ, וואס אין די שפייעכטס ליגט א גרויס חלק פון די מאטריעל וואס דער מאגן דארף אויף צו פארדייען.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5066
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8937

Re: עסן און טרינקען געזונט

פאוסט דורך דער תהלים איד »

ריכטיג אז דאס נישט טרינקען איז זייער א שווערע זאך! און ביזדערווייל קען איך דאס נישט באווייזן. אפשר איין טאג וועל איך זוכה זיין אויפצוארבעטן מיינע @נקודת טובות או זיך פירן ווי מען דארף.

לגבי קייען אסאך, איז שייך מסביר צו זיין וואס דער גדר איז? וואס מיינט צוקייט?
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1559
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3543

Re: עסן און טרינקען געזונט

פאוסט דורך נקודות טובות »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 9:33 am ריכטיג אז דאס נישט טרינקען איז זייער א שווערע זאך! און ביזדערווייל קען איך דאס נישט באווייזן. אפשר איין טאג וועל איך זוכה זיין אויפצוארבעטן מיינע @נקודת טובות או זיך פירן ווי מען דארף.

ווען דו ווילסט שוין אראפ שלינגען, געב נאך איין לעצטע קיי.
וואס דו וועסט אויפאטוהן מיט דעם איז, אז דו וועסט כאפן וואספארא גרויסע שטיקלעך דו שלינגסט. און דו וועסט מיר שוין נישט פרעגן וויפיל מען דארף צו קייען.

אבער לגופא של ענין איז זייער שווער צו געבן פונקטליכע אנווייזינגען. נאר זאלסט וויסען זיין אז דער אויבערשטער האט דיר געגעבן א מתנה וואס הייסט ציינער. און דאס האט ער דיר געגעבן כדי דיין מאגן וואס איז א בלויזער מוסקעל אזוי ווי א balloon, זאל נישט דארפן ארבעטען אזוי שווער. נאר דו זאלסט האבן ספעציעלע כלים וואס זאלן דאס צומאלן פארן אנקומען אין בויך.
נוץ עס אויס!!!

חוץ מזה וואס מיטן קייען מער מישט זיך די עסן אויס מיט מער שפייעכטץ, און דאס העלפט אסאך ארויס פארן פארדייען סיסטעם.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1559
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3543

Re: עסן און טרינקען געזונט

פאוסט דורך נקודות טובות »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 9:33 am ריכטיג אז דאס נישט טרינקען איז זייער א שווערע זאך! און ביזדערווייל קען איך דאס נישט באווייזן. אפשר איין טאג וועל איך זוכה זיין אויפצוארבעטן מיינע @נקודת טובות או זיך פירן ווי מען דארף.

לגבי קייען אסאך, איז שייך מסביר צו זיין וואס דער גדר איז? וואס מיינט צוקייט?
זיך צוגעוואוינען צו דעם איז זייער שווער.
קודם דארפסטו מאכן זיכער צו טרינקען גענוג פארן עסן, און דערנאך קענסטו זיך קאנסעטרירן אויף נישט טרונקן בשעת'ן עסן.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
גייזער
פרישער באניצער
פאוסטס: 50
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 12:13 pm
x 81

Re: עסן און טרינקען געזונט

פאוסט דורך גייזער »

ווירקליך האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 1:41 am דאס נישט טרונקען ביים עסן איז ביי מיר שווערער פון סיי וועלכע דיעטע.. ביי מיר גייען עסן און טרונקען אינאיינעם! איך שלונג ממש דאס עסן מיט וואסער.

ברויך מען זיך נעמען אין די הענט אריין
דער גרעסטער דאקטאר בימיו, דער הייליגער רמב"ם, שרייבט (הלכות דעות פרק ד') אז א מענטש זאל נישט טרינקען בלויז ווען ער איז דארשטיג, ווייל דאס מאכט שווער דעם קערפער. און לגבי א סעודה שרייבט ער אין הלכה ב' ולא ישתה מים בתוך המזון אלא מעט ומזוג ביין - מ'מעג טרינקען אביסל וואסער, און דאס זאל אויך זיין מיט עפעס צוגעגאסן און נישט בלויז וואסער. און אפילו נאכדעם וואס מ'ענדיגט עסן זאל מען נאר טרינקען וויפיל מען דארף, און נישט טרינקען צופיל אפילו ווען די גאנצע עסן איז שוין פארדייעט. ס'איז אינטערעסאנט, ווייל היינטיגע דאקטורים זאגן אז וואס מער מען טרינקט איז עס אלץ געזונטער. אבער מיר נעמען אן כשיטת הרמב"ם. (גראדע דער אורחות צדיקים שרייבט די זעלבע זאך אין שער האהבה ד"ה לכן צריך)
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 711
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1038

Re: עסן און טרינקען געזונט

פאוסט דורך ווירקליך »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 9:33 am ריכטיג אז דאס נישט טרינקען איז זייער א שווערע זאך! און ביזדערווייל קען איך דאס נישט באווייזן. אפשר איין טאג וועל איך זוכה זיין אויפצוארבעטן מיינע @נקודת טובות או זיך פירן ווי מען דארף.

לגבי קייען אסאך, איז שייך מסביר צו זיין וואס דער גדר איז? וואס מיינט צוקייט?
זאגט מיר איינער וואס טוט דערין אז קייען דארף מען ביז דו פילסט אז דו קייסט וואסער...
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5066
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8937

Re: עסן און טרינקען געזונט

פאוסט דורך דער תהלים איד »

פעככך... הער אויף...
גבריאל
פרישער באניצער
פאוסטס: 65
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:23 am
x 86

Re: עסן/טרינקען געזונט.

פאוסט דורך גבריאל »

נקודת טובות האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 4:48 pm
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 3:47 pm
א קלער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 3:15 pm viewtopic.php?t=233
נישט די זעלבע זאך?
ניין דאס איז אינגאנצן עפעס אנדערש.

@נקודת טובות פון וואנעט נעמט זיך דער מהלך?
נ''ב מילך איז נישט פאררעכנט אלץ א וואסער, און דאס מעג מען לכתחילה טרינקען בשעת'ן עסן.

איך וועל בעזר השם פראבירן אביסעל אויסצוקלארן אויב וועט זיין א פארלאנג.
דאס איז א פיינע עצה פאר פרישטאג, וואס איז מיט נאכטמאל? וואס קען מען טרינקען אנשטאט וואסער?
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1559
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3543

Re: עסן און טרינקען געזונט

פאוסט דורך נקודות טובות »

גייזער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 11:13 am
ווירקליך האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 1:41 am דאס נישט טרונקען ביים עסן איז ביי מיר שווערער פון סיי וועלכע דיעטע.. ביי מיר גייען עסן און טרונקען אינאיינעם! איך שלונג ממש דאס עסן מיט וואסער.

ברויך מען זיך נעמען אין די הענט אריין
דער גרעסטער דאקטאר בימיו, דער הייליגער רמב"ם, שרייבט (הלכות דעות פרק ד') אז א מענטש זאל נישט טרינקען בלויז ווען ער איז דארשטיג, ווייל דאס מאכט שווער דעם קערפער. און לגבי א סעודה שרייבט ער אין הלכה ב' ולא ישתה מים בתוך המזון אלא מעט ומזוג ביין - מ'מעג טרינקען אביסל וואסער, און דאס זאל אויך זיין מיט עפעס צוגעגאסן און נישט בלויז וואסער. און אפילו נאכדעם וואס מ'ענדיגט עסן זאל מען נאר טרינקען וויפיל מען דארף, און נישט טרינקען צופיל אפילו ווען די גאנצע עסן איז שוין פארדייעט. ס'איז אינטערעסאנט, ווייל היינטיגע דאקטורים זאגן אז וואס מער מען טרינקט איז עס אלץ געזונטער. אבער מיר נעמען אן כשיטת הרמב"ם. (גראדע דער אורחות צדיקים שרייבט די זעלבע זאך אין שער האהבה ד"ה לכן צריך)
מיר נעמען נישט אן ווי דער רמב''ם, ער שרייבט אליינס אין די איגרות אזוי
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1559
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3543

Re: עסן און טרינקען געזונט

פאוסט דורך נקודות טובות »

ווירקליך האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 11:14 am
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 9:33 am ריכטיג אז דאס נישט טרינקען איז זייער א שווערע זאך! און ביזדערווייל קען איך דאס נישט באווייזן. אפשר איין טאג וועל איך זוכה זיין אויפצוארבעטן מיינע @נקודת טובות או זיך פירן ווי מען דארף.

לגבי קייען אסאך, איז שייך מסביר צו זיין וואס דער גדר איז? וואס מיינט צוקייט?
זאגט מיר איינער וואס טוט דערין אז קייען דארף מען ביז דו פילסט אז דו קייסט וואסער...
גיי נישט עקסטרעם, ווייל אז יא וועסטו אויפגעבן אזוי שנעל ווי דו געבסט אויף אלע דייעטס. קיי יעדע לעפל דריי עקסטרע מאל, ביסטו אין גוטן ריכטונג.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
בעריש סגל
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 3:43 pm
x 59

Re: עסן און טרינקען געזונט

פאוסט דורך בעריש סגל »

@נקודת טובות

שיינע סברות, זיי האבן אויך דעקונג פון געהעריגע שטודיעס?
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1559
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3543

Re: עסן און טרינקען געזונט

פאוסט דורך נקודות טובות »

בעריש סגל האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 9:42 pm @נקודת טובות

שיינע סברות, זיי האבן אויך דעקונג פון געהעריגע שטודיעס?
וואס ווילסטו א שטודיע, אז דער מאגן איז א balloon, אדער אז מיטן גוט צוקייען עסן מאכט מען גרינגער אויפן מאגן?
אויב אויף דער אויסקוק פונעם מאגן קען איך פראבירן בעטן דער פון די תורה מאזיעם אויב ער האט נישט פערצופאל א מאגן פון איינער פון די בוני המגדל ביין דור הפלגה.
און אויב מיטן צוקייען מאכט מען גרינגער די ארבעט פונעם מאגן, אויף דעם האב איך טאקע נישט קיין שטודיע.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5066
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8937

Re: עסן און טרינקען געזונט

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@נקודת טובות איך האלט גראדע אז @בעריש סגל האט א פונקט.

איך האב נישט באשאפן דעם מאגן צו קענען באשליסן מיט מיין פארשטאנד אויב וואסער מאכט אים שווער די ארבעט. אויב האסטו נישט קיין שום שטודיע דערויף איז די סברא נישט מאסגעבנד. (קען זיין ס'איז יא דא, דאס פרעגט מען).

לויט סברא וואלט איך אפשר געזאגט אז באוואסערן זומען שטערט דאס וואקסן ווייל די ערד ווערט בלאטע און קען נישט טון די ארבייט... כמיין, דאס איז נישט קיין מען-מעיד זאכן אז כזאל קענען מאכן סברות.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1559
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3543

Re: עסן און טרינקען געזונט

פאוסט דורך נקודות טובות »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 7:57 am @נקודת טובות איך האלט גראדע אז @בעריש סגל האט א פונקט.

איך האב נישט באשאפן דעם מאגן צו קענען באשליסן מיט מיין פארשטאנד אויב וואסער מאכט אים שווער די ארבעט. אויב האסטו נישט קיין שום שטודיע דערויף איז די סברא נישט מאסגעבנד. (קען זיין ס'איז יא דא, דאס פרעגט מען).

לויט סברא וואלט איך אפשר געזאגט אז באוואסערן זומען שטערט דאס וואקסן ווייל די ערד ווערט בלאטע און קען נישט טון די ארבייט... כמיין, דאס איז נישט קיין מען-מעיד זאכן אז כזאל קענען מאכן סברות.
דאס אז טרינקען אינמיטן עסן איז נישט גוט שרייבט שוין דער רמב''ם.
און יא, בנוגע באוואסערן גראז איז די מציאות אויך אזוי. מען דארף וויסען ווען און וויפיל וואסער צו גיסען. ווייל אז נישט פארלירט עס לופט.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
א געזונטער
פרישער באניצער
פאוסטס: 69
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:47 pm
x 43

Re: עסן/טרינקען געזונט.

פאוסט דורך א געזונטער »

נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 4:48 pm
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 3:47 pm
א קלער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 3:15 pm viewtopic.php?t=233
נישט די זעלבע זאך?
ניין דאס איז אינגאנצן עפעס אנדערש.

@נקודת טובות פון וואנעט נעמט זיך דער מהלך?
איך וועל בלי נדר אביסעל מער מאריך זיין אין דעם, אבער פאר יעצט וועלן מיר זיך באגניגען מיט דעם.

מענטשען מיינען אז דער מאגן איז כאילו א בלענדער וואס צומאלט. אין פאקט אבער איז דאס ווייט פון ריכטיג, די מאגן איז א בלויזע מוסקעל וואס ציעט זיך איין און אויס (אזוי ווי די לונגען) און דאס צוקוועטש די עסן.

כדי דאס זאל קענען געהעריג ארבעטען פעהלט זיך אויס די הילף פון געוויסע שארפע פליסיגקייטן וואס אונזער קערפער פראדעצירט, וואס אויב דער מאגן איז פיל מיט וואסער בשעת'ן פארדייען די עסן ווערן די פליסיגקייטן פארוואסערט, און די מאגן ארבעט זיך איבער. און ווי אויך קען נישט אונזער קערפער ארויסנעמען די ריכטיגי מאס nutrients פון די עסן.

נאך א פראבלעם וואס מאכט זיך איז איבריגע גאז, און ווי אויך אן אנגעפאקטער מאגן.

די נומבער צוואנציג מינוט פארן עסן איז וויבאלד אזוי לאנג נעמט פאר וואסער צו ווערן פארדייעט (ערשטע מאגן) נאכן עסן איז שרוי במחלוקת העקספערטן.

נ''ב מילך איז נישט פאררעכנט אלץ א וואסער, און דאס מעג מען לכתחילה טרינקען בשעת'ן עסן.

איך וועל בעזר השם פראבירן אביסעל אויסצוקלארן אויב וועט זיין א פארלאנג.
ווי אזוי קען זיין אז מילך איז נישט פאררעכנט אלץ א וואסער ?
אוועיטער
אביסל צו שפעט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 180
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 5:25 pm
x 104

Re: עסן/טרינקען געזונט.

פאוסט דורך אביסל צו שפעט »

א געזונטער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 9:59 pm
נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 4:48 pm
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 3:47 pm

ניין דאס איז אינגאנצן עפעס אנדערש.

@נקודת טובות פון וואנעט נעמט זיך דער מהלך?
איך וועל בלי נדר אביסעל מער מאריך זיין אין דעם, אבער פאר יעצט וועלן מיר זיך באגניגען מיט דעם.

מענטשען מיינען אז דער מאגן איז כאילו א בלענדער וואס צומאלט. אין פאקט אבער איז דאס ווייט פון ריכטיג, די מאגן איז א בלויזע מוסקעל וואס ציעט זיך איין און אויס (אזוי ווי די לונגען) און דאס צוקוועטש די עסן.

כדי דאס זאל קענען געהעריג ארבעטען פעהלט זיך אויס די הילף פון געוויסע שארפע פליסיגקייטן וואס אונזער קערפער פראדעצירט, וואס אויב דער מאגן איז פיל מיט וואסער בשעת'ן פארדייען די עסן ווערן די פליסיגקייטן פארוואסערט, און די מאגן ארבעט זיך איבער. און ווי אויך קען נישט אונזער קערפער ארויסנעמען די ריכטיגי מאס nutrients פון די עסן.

נאך א פראבלעם וואס מאכט זיך איז איבריגע גאז, און ווי אויך אן אנגעפאקטער מאגן.

די נומבער צוואנציג מינוט פארן עסן איז וויבאלד אזוי לאנג נעמט פאר וואסער צו ווערן פארדייעט (ערשטע מאגן) נאכן עסן איז שרוי במחלוקת העקספערטן.

נ''ב מילך איז נישט פאררעכנט אלץ א וואסער, און דאס מעג מען לכתחילה טרינקען בשעת'ן עסן.

איך וועל בעזר השם פראבירן אביסעל אויסצוקלארן אויב וועט זיין א פארלאנג.
ווי אזוי קען זיין אז מילך איז נישט פאררעכנט אלץ א וואסער ?
א אנדערע טעקשע''ר בלע''ז
קומט אריין אפגעבן אייער הבטחה,
די עפפ קען נאך היינט זיין פאר פובליק!
דריקט https://abcharity.org/campaign.php?id=544 אפצוגעבן אייער געלט.
אייסקריעם
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 5:20 pm
Location: williamsburg

Re: עסן און טרינקען געזונט

פאוסט דורך אייסקריעם »

איז דא נאך עפעס אויסער מילך וואס ווערט נישט גערעכנט אלס א טרינקען?
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3145
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3577

Re: עסן און טרינקען געזונט

פאוסט דורך שמח »

אייסקריעם האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 11:56 pm איז דא נאך עפעס אויסער מילך וואס ווערט נישט גערעכנט אלס א טרינקען?
כמדומה לי איז וויין אױך נישט קיין פראבלעם אינמיטן עסן, אזוי געדענק איך פונעם רמב''ם.

שרייב פאוסט