האט איר שוין געדאוונט אמאל אין בית השחיטה?
געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 11:49 am
היינט צופרי בין איך צום ערשטן מאל געגאנגען אין ביהמ"ד מיט א ריזיגע בהמה אין די האנט. עפעס א חשוב'ע ארגעניזאציע האט זיך מרחם געווען אויף מיר מפני הזקנה, און געקויפט א גרויסע בהמה טלית בייטל, מיט א פארלאנג אז איך מוז עס נוצן.
וואס טוט מען דען נישט פאר שלום? איך האב שנעל איבערגעפאקט דעם אלטן פעקל אריין אין די נייע גרויסע פרעכטיגע לעדערנע האריגע בייטל, און געלייגט צווישן די ארמס, זיך געמאכט כאילו ס'אינטערסירט מיך בכלל נישט די זאכן, געלאפן אויפן געהעריגן ריהטם ווי סתם א טאג ווען ס'איז בכלל נישט קיין שמחה.
איך האב אפי' נישט באמערקט אז מיין שכן ביים דאווענען קוקט אויף די דימאנטן וועלכע מ'האט איינגעפלאנצט אין גוף פון די בהמה, ער האט זיכער געמיינט אז עס איז ביי מיר א דבר פשוט אז איך באקום אזוינע מתנה'לעך, און מיר האבן זיך געשטעלט דאווענען.
אבער דא פלוצים האב איך מיך געשפירט ווי אין בית השחיטה ווען איך האב געדארפט ארויסנעמען דעם רש"י בייטל, אריינלייגנדיג די הענט אין דעם גרויסן פעל האב איך באקומען דעם געפיהל פון מאכן א בדיקת פנים, אויף אזוי ווייט אז איך האב שיער געוואלט אנטון הענטשיך.
אויף איין ווינקל פון מיין בייטל איז דא אזא געמויזעכץ ווי די האר מיט די לעדער פארמירן אן אויגעלע סארט רינג און דאס האט מיך אנגעקוקט נעבעכדיג א גאנצן דאווענען, אזש איך האב געמוזט אדער אוועק קוקן אדער שמייכלען צו אים שעמעוודיג.
צו אלע צרות האט זיך צוגעשטעלט צום עמוד א ליטווישער שוחט, מיט א פגום'דיגן חלף, נישט קיין פארגלייך צום הייליגן ר' ר' בער'ס חלפים, און דער האט געמאכט א שטיקל שחיטה מעומד מיט פגימות און מיט צייט אויף זיין זייט, אז נאך אביסל וואלט איך שוין אפי' געשפירט דעם גערוך פון בית השחיטה נאכן זיין אין אזא מצב.
איין מזל איז געווען אז דער אידל איז נאר א אורח עובר און ער האט יארצייט נאר איין יאר, ווייל איך קען אפאר וואס ווען זיי האבן יארצייט איז עס יארן צייט און עס ענדיגט זיך קיינמאל נישט דער אפעטיט. פונקט רעד איך צו איינעם פון די וואס האבן זיך צוגעטשעטפעט צום ברעטל ווי א דבק טוב, זאגט ער אז פשט איז וויבאלד כל מי שלא נבנה ביהמ"ק בימיו איז דאך כאילו נחרב, איז דאס זעלבע מיט זיין זעליגן מאמע, יעדע יאר ווען זי קומט נישט צוריק איז א נייע יארצייט. איך פארשטיי דעם געדאנק ואין משיבין על הדרוש, אבער אלו הצאן מה חטאו? די ציין בייגן זיך דאך פאר יסורים פון שטייטקייט. נו שוין.
אלנספאלס געמאכט בדיקת פנים, פארענדיגט בדיקת חוץ, דער ליטוואק האט אונז גענומען אויף א רייד ביז תחנון ער איז געווען ממש בגילופין'דיג ארויסווארטנדיג אויפן תחנון וואס ער האט שוין 24 שעה נישט געזאגט (ווייס איך נישט, אפשר ביי מנחה נעכטן יא? אויך שוין באלד 24 שעה אויפן חסידישן בליק) און דא האט פאסירט א קאטאסטראפע.
דער האט אויסגעזעהן ווי די בהמה שעכט אים צוריק ווען ער האט געהערט די קולות "יתגדל", זיין גאנצע פלאן, זיין גאנצע שטרעבן פאר דעם תחנון איז אויסגערינען ווי א זייפן בלאז, איך האב באמת געוואלט פסק'ן ווען מ'פרעגט מיך ווען אז פאר פיקוח נפש מעג מען אפי' ווען אליהו הנביא שטייט ביים עמוד, אבער קיינער האט מיך נישט געפרעגט.
פון דארט און ווייטער איז דער דאווענען געגאנגן נידריג און שנעל א געהעריגע חסידיש'ע ווירטשאפט, דער האט נאר געוואלט אנטלויפן כאפן א מנין ערגעץ אין די מאונטעין'ס צו פארענדיגן דעם תחנון...
האב איך מיך איין זאך געלערנט כאטשיג: ווען דו זעהסט א ליטוואק ביים עמוד, זאג אים גראד ביי הודו אז מ'זאגט נישט קיין תחנון. עס וועט זיין א פליסיגער דאווענען....