האט איר שוין געדאוונט אמאל אין בית השחיטה?

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
זאלץוואסער
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 11:15 am
x 110

האט איר שוין געדאוונט אמאל אין בית השחיטה?

פאוסט דורך זאלץוואסער »

היינט צופרי בין איך צום ערשטן מאל געגאנגען אין ביהמ"ד מיט א ריזיגע בהמה אין די האנט. עפעס א חשוב'ע ארגעניזאציע האט זיך מרחם געווען אויף מיר מפני הזקנה, און געקויפט א גרויסע בהמה טלית בייטל, מיט א פארלאנג אז איך מוז עס נוצן.

וואס טוט מען דען נישט פאר שלום? איך האב שנעל איבערגעפאקט דעם אלטן פעקל אריין אין די נייע גרויסע פרעכטיגע לעדערנע האריגע בייטל, און געלייגט צווישן די ארמס, זיך געמאכט כאילו ס'אינטערסירט מיך בכלל נישט די זאכן, געלאפן אויפן געהעריגן ריהטם ווי סתם א טאג ווען ס'איז בכלל נישט קיין שמחה.

איך האב אפי' נישט באמערקט אז מיין שכן ביים דאווענען קוקט אויף די דימאנטן וועלכע מ'האט איינגעפלאנצט אין גוף פון די בהמה, ער האט זיכער געמיינט אז עס איז ביי מיר א דבר פשוט אז איך באקום אזוינע מתנה'לעך, און מיר האבן זיך געשטעלט דאווענען.

אבער דא פלוצים האב איך מיך געשפירט ווי אין בית השחיטה ווען איך האב געדארפט ארויסנעמען דעם רש"י בייטל, אריינלייגנדיג די הענט אין דעם גרויסן פעל האב איך באקומען דעם געפיהל פון מאכן א בדיקת פנים, אויף אזוי ווייט אז איך האב שיער געוואלט אנטון הענטשיך.

אויף איין ווינקל פון מיין בייטל איז דא אזא געמויזעכץ ווי די האר מיט די לעדער פארמירן אן אויגעלע סארט רינג און דאס האט מיך אנגעקוקט נעבעכדיג א גאנצן דאווענען, אזש איך האב געמוזט אדער אוועק קוקן אדער שמייכלען צו אים שעמעוודיג.

צו אלע צרות האט זיך צוגעשטעלט צום עמוד א ליטווישער שוחט, מיט א פגום'דיגן חלף, נישט קיין פארגלייך צום הייליגן ר' ר' בער'ס חלפים, און דער האט געמאכט א שטיקל שחיטה מעומד מיט פגימות און מיט צייט אויף זיין זייט, אז נאך אביסל וואלט איך שוין אפי' געשפירט דעם גערוך פון בית השחיטה נאכן זיין אין אזא מצב.

איין מזל איז געווען אז דער אידל איז נאר א אורח עובר און ער האט יארצייט נאר איין יאר, ווייל איך קען אפאר וואס ווען זיי האבן יארצייט איז עס יארן צייט און עס ענדיגט זיך קיינמאל נישט דער אפעטיט. פונקט רעד איך צו איינעם פון די וואס האבן זיך צוגעטשעטפעט צום ברעטל ווי א דבק טוב, זאגט ער אז פשט איז וויבאלד כל מי שלא נבנה ביהמ"ק בימיו איז דאך כאילו נחרב, איז דאס זעלבע מיט זיין זעליגן מאמע, יעדע יאר ווען זי קומט נישט צוריק איז א נייע יארצייט. איך פארשטיי דעם געדאנק ואין משיבין על הדרוש, אבער אלו הצאן מה חטאו? די ציין בייגן זיך דאך פאר יסורים פון שטייטקייט. נו שוין.

אלנספאלס געמאכט בדיקת פנים, פארענדיגט בדיקת חוץ, דער ליטוואק האט אונז גענומען אויף א רייד ביז תחנון ער איז געווען ממש בגילופין'דיג ארויסווארטנדיג אויפן תחנון וואס ער האט שוין 24 שעה נישט געזאגט (ווייס איך נישט, אפשר ביי מנחה נעכטן יא? אויך שוין באלד 24 שעה אויפן חסידישן בליק) און דא האט פאסירט א קאטאסטראפע.
דער האט אויסגעזעהן ווי די בהמה שעכט אים צוריק ווען ער האט געהערט די קולות "יתגדל", זיין גאנצע פלאן, זיין גאנצע שטרעבן פאר דעם תחנון איז אויסגערינען ווי א זייפן בלאז, איך האב באמת געוואלט פסק'ן ווען מ'פרעגט מיך ווען אז פאר פיקוח נפש מעג מען אפי' ווען אליהו הנביא שטייט ביים עמוד, אבער קיינער האט מיך נישט געפרעגט.

פון דארט און ווייטער איז דער דאווענען געגאנגן נידריג און שנעל א געהעריגע חסידיש'ע ווירטשאפט, דער האט נאר געוואלט אנטלויפן כאפן א מנין ערגעץ אין די מאונטעין'ס צו פארענדיגן דעם תחנון...

האב איך מיך איין זאך געלערנט כאטשיג: ווען דו זעהסט א ליטוואק ביים עמוד, זאג אים גראד ביי הודו אז מ'זאגט נישט קיין תחנון. עס וועט זיין א פליסיגער דאווענען....
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2367
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 5560

Re: האט איר שוין געדאוונט אמאל אין בית השחיטה?

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

בדיקת פנים, פגום'דיגער חלף, שחיטה מעומד, שקאנאנונג פון וואס דו רעדסט!!!

אה, יעצט כאפ איך, פון זאלץ.
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1466
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2287

Re: האט איר שוין געדאוונט אמאל אין בית השחיטה?

פאוסט דורך טיפע טאשן »

פיין פיין
צום פגום'דיגן חלף געהאט אפאר וואכן צוריק א ערשטע קאזין צום דיין עמוד שטייער וואס האט נישט געהאלטן ביים אויפגעבן אויפן תחנון ביז דער עולם האט אריבערשפאצירט צום דערנעבנדיגע שטיבל,
איך וועל איבערגעבן מען זאל דיר געבן א קאָסמעטיק בעג צו ניצן עס פילט זיך בעסער און מער פאפעלער ביי אינגעלייט, (איינוועגס וועסטו זיך שפירן אינגער)
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
אוועיטער
אלף טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 144
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:44 pm
x 282

Re: האט איר שוין געדאוונט אמאל אין בית השחיטה?

פאוסט דורך אלף טויב »

@זאלץוואסער אווי געפינט מען די ארגענעזאציעס?

אלץ באמפסטו אריין אין בהימות, ליטווישע, חסידישע, כ'קלער ס'צייט אנהייבן קוקן ווי די גייסט, נישט אזוי?
זאלץוואסער
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 11:15 am
x 110

Re: האט איר שוין געדאוונט אמאל אין בית השחיטה?

פאוסט דורך זאלץוואסער »

און דא האב איך געמיינט ועל איך טרעפן מיינס גלייכן טרעף איך מיך מיט טויבעלעך @אלף טויב
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 736
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1217

Re: האט איר שוין געדאוונט אמאל אין בית השחיטה?

פאוסט דורך ווירקליך »

😂😂😂

זיי זאגן אז בהמה פלייש איז שטארק ארויף. לכאורה צוליב'ן אויפשטייג אין ארגאניזאציעס וואס נוצן בהמות צו באערן די רייט פיפל.
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
זאלץוואסער
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 11:15 am
x 110

Re: האט איר שוין געדאוונט אמאל אין בית השחיטה?

פאוסט דורך זאלץוואסער »

ווירקליך האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:27 pm 😂😂😂

זיי זאגן אז בהמה פלייש איז שטארק ארויף. לכאורה צוליב'ן אויפשטייג אין ארגאניזאציעס וואס נוצן בהמות צו באערן די רייט פיפל.
דארף נאר PETA געוואויר ווערן דערפון, און מ' וועט מוזן אנהייבן מאכן "וויגען טלית בייטלעך"
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 736
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1217

Re: האט איר שוין געדאוונט אמאל אין בית השחיטה?

פאוסט דורך ווירקליך »

אין ליכט פון די העכערונג אין פרייזן האבן די פירמעס שוין געמאלדן אז זיי גרייטן זיך צו פארקאשן טלית בייטלעך מיט סארדינס פעל.

מהיום והלאה וועט דער סארדינס גערוך פארציילן עשירות.
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5971
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 12959

Re: האט איר שוין געדאוונט אמאל אין בית השחיטה?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

זאלץוואסער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:29 pm
ווירקליך האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:27 pm 😂😂😂

זיי זאגן אז בהמה פלייש איז שטארק ארויף. לכאורה צוליב'ן אויפשטייג אין ארגאניזאציעס וואס נוצן בהמות צו באערן די רייט פיפל.
דארף נאר PETA געוואויר ווערן דערפון, און מ' וועט מוזן אנהייבן מאכן "וויגען טלית בייטלעך"
דא האסטו פון מפואר. (כהער אז מלכות גייט מאכן פון סינטעטישע בהמות)

Gקר.jpg
Gקר.jpg (210.14 KiB) געזען געווארן 961 מאל
זאלץוואסער
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 11:15 am
x 110

Re: האט איר שוין געדאוונט אמאל אין בית השחיטה?

פאוסט דורך זאלץוואסער »

באשעפער באהיט!!! דארף מען דאס מפרסם זיין פאר די בהמות, עס וועלן זיין מאסן דעמאנסטראציעס.
אוועיטער
רעגנדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 156
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:53 am
x 84

Re: האט איר שוין געדאוונט אמאל אין בית השחיטה?

פאוסט דורך רעגנדיג »

קוקו דעלוקו! :lol: :lol: :lol:

פיין הנאה געהאט, יישר כח!
פיקח
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 1

Re: האט איר שוין געדאוונט אמאל אין בית השחיטה?

פאוסט דורך פיקח »

נאר דאס האט נאך אויסגעפעלט צום שעחט הויז, זאלץ און וואסער, און עס איז א כשרע פארציע
שפיקח היה מה ראה לשטות זה
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5971
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 12959

Re: האט איר שוין געדאוונט אמאל אין בית השחיטה?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

הערשט יעצט!

כאפ איך.

זייט ווען שרייבט זאלצי אין הקריה?!.... :lol:




Screenshot 2023-08-17 190256.jpg
Screenshot 2023-08-17 190256.jpg (215.81 KiB) געזען געווארן 685 מאל
קאטשקע פלייש
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 11:03 pm
x 9

Re: האט איר שוין געדאוונט אמאל אין בית השחיטה?

פאוסט דורך קאטשקע פלייש »

קעפל האט מיך אהער געברענגט. יא
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 596
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 790

Re: האט איר שוין געדאוונט אמאל אין בית השחיטה?

פאוסט דורך מאטאווירט »

קאטשקע פלייש האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 11:02 pm קעפל האט מיך אהער געברענגט. יא
די קאטשקעס אין בית השחיטה אראנדזשירן עמטליך מנינים?
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
אוועיטער
קאנאדישע פארמער
ניי צום טיש
פאוסטס: 13
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 4:58 pm
x 9

Re: האט איר שוין געדאוונט אמאל אין בית השחיטה?

פאוסט דורך קאנאדישע פארמער »

:lol: :lol: 😂😂
גוט געשמייכלט.
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 944
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 1290

Re: האט איר שוין געדאוונט אמאל אין בית השחיטה?

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

קאנאדישע פארמער האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 8:30 pm :lol: :lol: 😂😂
גוט געשמייכלט.
יישר כח פאר'ן ארויסברענגען
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
שרייב פאוסט