אסרו חג סינדראם
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 05, 2026 12:15 pm
יוי, די געגעסאכץ און שלאפלאזע טעג האט א פרייז.
אסרו חג אינדערפרי, ווען מ'וועקט זיך אויף און כאפט א קלאפ אין קאפ: "העלאו, די חלומות זענען פארביי, מיר גייען צוריק אין ריעליטי"
נאך צוויי וואכן פון לעבן אויף א לויזע סקעזשועל וואס הייבט זיך אן ביי חצות היום און ענדיגט זיך ערגעץ פארטאגס, פלוצים דארף מען צוריק ווערן אן עבד. דער זייגער קלינגט 6:30 אינדערפרי, און דו קוקסט אויפן טעלעפאן מיט א מאדנע בליק: ווער ביסטו בכלל און וואס ווילסטו פון מיין לעבן?
מ'שטייט אויף און טראכט: "איך גיי היינט אריינקומען אין אפיס ווי א נייער מענטש. פריש, אויסגערוהט, מיט נייע כוחות."
די מציאות: מ'פרובירט ארויפציען די הויזן פון פאר יום טוב, אבערוואס. צווישן די פלייש, קוגלען און די איבערגעבליבענע שטיקלעך קיכן, האבן די הויזן באשלאסן זיך איינצוציען. ס'פארמאכט זיך פשוט נישט.
אין שול זענען די פריע מנינים שחרית ווי זונטאג נאך שבת נחמו. 'שטא צו וועם צו רעדן. נישט קיין גבאי נישט קיין שמש, נישט קיין דיין. אלעס איז נאך פארטיפט אין די נעכטיגע הקפות.
דאס פארן אין אפיס איז א פרשה פאר זיך, יעדער קוקט אויס ווי א צעקלאפטער האן. יעדער פרובירט זיך צו דערמאנען וויאזוי מ'רעדט צו אנדערע מענטשן אן צו זאגן "גוט יום טוב", אדער "גוט געבענטשט יאר". דו קומסט אן צום דעסק, עפענסט דעם קאמפיוטער, און דיין אינבאקס קוקט אויס ווי א שטח הפקר נאך א שטורעם. 1,432 אומגעלייענטע אימעילס. דו קוקסט אויפן ערשטן אימעיל, דו פארשטייסט נישט די ווערטער. "וואס מיינט 'אורדער'? וואס מיינט 'שיפינג'?" די מוח איז נאך אלץ איינגעטונקען אין די טומל פון הושענות און די שמחה פון שמחת תורה.
מ'זיצט ביים דעסק, דער קאפ פאלט אראפ, און מ'הייבט אן מאכן די חשבונות: "אקעי, ווען קומט אויס חנוכה? אה, מ'ארבעט חנוכה... ווען איז פורים? נאך חדשים אוועק פסח? הוי, שוין בעסער צו ארבעטן."
צום סוף, קראכט מען אריין אין בעט אסרו חג ביינאכט, אויסגעמוטשעט פון א גאנצען טאג "גארנישט טון", און מען ווארט שוין אויפן קומענדיגן שבת קודש צוריקצוכאפן די כוחות!