אסרו חג סינדראם

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 434
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 973

אסרו חג סינדראם

פאוסט דורך דריידל »

יוי, די געגעסאכץ און שלאפלאזע טעג האט א פרייז.

אסרו חג אינדערפרי, ווען מ'וועקט זיך אויף און כאפט א קלאפ אין קאפ: "העלאו, די חלומות זענען פארביי, מיר גייען צוריק אין ריעליטי"
נאך צוויי וואכן פון לעבן אויף א לויזע סקעזשועל וואס הייבט זיך אן ביי חצות היום און ענדיגט זיך ערגעץ פארטאגס, פלוצים דארף מען צוריק ווערן אן עבד. דער זייגער קלינגט 6:30 אינדערפרי, און דו קוקסט אויפן טעלעפאן מיט א מאדנע בליק: ווער ביסטו בכלל און וואס ווילסטו פון מיין לעבן?

מ'שטייט אויף און טראכט: "איך גיי היינט אריינקומען אין אפיס ווי א נייער מענטש. פריש, אויסגערוהט, מיט נייע כוחות."
די מציאות: מ'פרובירט ארויפציען די הויזן פון פאר יום טוב, אבערוואס. צווישן די פלייש, קוגלען און די איבערגעבליבענע שטיקלעך קיכן, האבן די הויזן באשלאסן זיך איינצוציען. ס'פארמאכט זיך פשוט נישט.

אין שול זענען די פריע מנינים שחרית ווי זונטאג נאך שבת נחמו. 'שטא צו וועם צו רעדן. נישט קיין גבאי נישט קיין שמש, נישט קיין דיין. אלעס איז נאך פארטיפט אין די נעכטיגע הקפות.

דאס פארן אין אפיס איז א פרשה פאר זיך, יעדער קוקט אויס ווי א צעקלאפטער האן. יעדער פרובירט זיך צו דערמאנען וויאזוי מ'רעדט צו אנדערע מענטשן אן צו זאגן "גוט יום טוב", אדער "גוט געבענטשט יאר". דו קומסט אן צום דעסק, עפענסט דעם קאמפיוטער, און דיין אינבאקס קוקט אויס ווי א שטח הפקר נאך א שטורעם. 1,432 אומגעלייענטע אימעילס. דו קוקסט אויפן ערשטן אימעיל, דו פארשטייסט נישט די ווערטער. "וואס מיינט 'אורדער'? וואס מיינט 'שיפינג'?" די מוח איז נאך אלץ איינגעטונקען אין די טומל פון הושענות און די שמחה פון שמחת תורה.

מ'זיצט ביים דעסק, דער קאפ פאלט אראפ, און מ'הייבט אן מאכן די חשבונות: "אקעי, ווען קומט אויס חנוכה? אה, מ'ארבעט חנוכה... ווען איז פורים? נאך חדשים אוועק פסח? הוי, שוין בעסער צו ארבעטן."

צום סוף, קראכט מען אריין אין בעט אסרו חג ביינאכט, אויסגעמוטשעט פון א גאנצען טאג "גארנישט טון", און מען ווארט שוין אויפן קומענדיגן שבת קודש צוריקצוכאפן די כוחות!
שטותים איז נישט דער אלטערנאטיוו פון שכל (קרעדיט: @הדסים)
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3975
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4866

Re: אסרו חג סינדראם

פאוסט דורך אנדערער »

😂
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 940
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1939

Re: אסרו חג סינדראם

פאוסט דורך צווייטער »

ס'איז גוט צו וויסן אז מ'קען מאכן אסרו חג פאר אביסל א יום טוב.

די גמרא זאגט און אזוי ווערט גע'פסק'נט אין שו''ע (סי' תכ''ט) אז ס'איז א מצוה מרבה צו זיין באכילה ושתיה אסרו חג. די גמרא אין סוכה איז מורא'דיג מפליג אויף די סעודה, (מה:) א"ר ירמיה משום ר"ש בן יוחי ור' יוחנן משום ר"ש המחוזי משום ר' יוחנן המכותי כל העושה איסור לחג באכילה ושתיה מעלה עליו הכתוב כאילו בנה מזבח והקריב עליו קרבן שנא' אסרו חג בעבותים עד קרנות המזבח. ס'איז אינטערסאנט אנצומערקן וואס רש''י לייגט צו, בעבותים. בהמות עבות ושמנות:

מיר פירן זיך שוין אזוי יארן צו מאכן א גרויסע סעודה אסרו חג טאקע מיט פרישע פלייש עבות ושמנות.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3960
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 13503

Re: אסרו חג סינדראם

פאוסט דורך פופציגער »

צווייטער האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 05, 2026 2:36 pm ס'איז גוט צו וויסן אז מ'קען מאכן אסרו חג פאר אביסל א יום טוב.

די גמרא זאגט און אזוי ווערט גע'פסק'נט אין שו''ע (סי' תכ''ט) אז ס'איז א מצוה מרבה צו זיין באכילה ושתיה אסרו חג. די גמרא אין סוכה איז מורא'דיג מפליג אויף די סעודה, (מה:) א"ר ירמיה משום ר"ש בן יוחי ור' יוחנן משום ר"ש המחוזי משום ר' יוחנן המכותי כל העושה איסור לחג באכילה ושתיה מעלה עליו הכתוב כאילו בנה מזבח והקריב עליו קרבן שנא' אסרו חג בעבותים עד קרנות המזבח. ס'איז אינטערסאנט אנצומערקן וואס רש''י לייגט צו, בעבותים. בהמות עבות ושמנות:

מיר פירן זיך שוין אזוי יארן צו מאכן א גרויסע סעודה אסרו חג טאקע מיט פרישע פלייש עבות ושמנות.
המממ... אויב איז דא עפעס וואס קען מיר מאכן דעם אסרו חג לייכטער איז עס נישט ממש זיך זעצן צו נאך א סעודה...

זען סעלמאן פיש פארנט פון מיר וועט דעפינעטלי נישט הייבן דעם מוט פונעם טאג.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אוועיטער
דעת קדשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1801
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 4418

Re: אסרו חג סינדראם

פאוסט דורך דעת קדשי »

פופציגער האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 05, 2026 4:37 pm
צווייטער האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 05, 2026 2:36 pm ס'איז גוט צו וויסן אז מ'קען מאכן אסרו חג פאר אביסל א יום טוב.

די גמרא זאגט און אזוי ווערט גע'פסק'נט אין שו''ע (סי' תכ''ט) אז ס'איז א מצוה מרבה צו זיין באכילה ושתיה אסרו חג. די גמרא אין סוכה איז מורא'דיג מפליג אויף די סעודה, (מה:) א"ר ירמיה משום ר"ש בן יוחי ור' יוחנן משום ר"ש המחוזי משום ר' יוחנן המכותי כל העושה איסור לחג באכילה ושתיה מעלה עליו הכתוב כאילו בנה מזבח והקריב עליו קרבן שנא' אסרו חג בעבותים עד קרנות המזבח. ס'איז אינטערסאנט אנצומערקן וואס רש''י לייגט צו, בעבותים. בהמות עבות ושמנות:

מיר פירן זיך שוין אזוי יארן צו מאכן א גרויסע סעודה אסרו חג טאקע מיט פרישע פלייש עבות ושמנות.
המממ... אויב איז דא עפעס וואס קען מיר מאכן דעם אסרו חג לייכטער איז עס נישט ממש זיך זעצן צו נאך א סעודה...

זען סעלמאן פיש פארנט פון מיר וועט דעפינעטלי נישט הייבן דעם מוט פונעם טאג.
מיר האבן געגעסן היינט פאר נאכטמאל א סלייס סעלמאן מיט קאטעשניו...ב''ה אלע טעמים געהאט הלואי איז נאכאמאל א' סליחות
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3975
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4866

Re: אסרו חג סינדראם

פאוסט דורך אנדערער »

פופציגער האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 05, 2026 4:37 pm
צווייטער האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 05, 2026 2:36 pm ס'איז גוט צו וויסן אז מ'קען מאכן אסרו חג פאר אביסל א יום טוב.

די גמרא זאגט און אזוי ווערט גע'פסק'נט אין שו''ע (סי' תכ''ט) אז ס'איז א מצוה מרבה צו זיין באכילה ושתיה אסרו חג. די גמרא אין סוכה איז מורא'דיג מפליג אויף די סעודה, (מה:) א"ר ירמיה משום ר"ש בן יוחי ור' יוחנן משום ר"ש המחוזי משום ר' יוחנן המכותי כל העושה איסור לחג באכילה ושתיה מעלה עליו הכתוב כאילו בנה מזבח והקריב עליו קרבן שנא' אסרו חג בעבותים עד קרנות המזבח. ס'איז אינטערסאנט אנצומערקן וואס רש''י לייגט צו, בעבותים. בהמות עבות ושמנות:

מיר פירן זיך שוין אזוי יארן צו מאכן א גרויסע סעודה אסרו חג טאקע מיט פרישע פלייש עבות ושמנות.
המממ... אויב איז דא עפעס וואס קען מיר מאכן דעם אסרו חג לייכטער איז עס נישט ממש זיך זעצן צו נאך א סעודה...

זען סעלמאן פיש פארנט פון מיר וועט דעפינעטלי נישט הייבן דעם מוט פונעם טאג.
מען עסט נישט צו הייבן די מוט

שרייב פאוסט