נוקלעאר איז א ווארט וואס ווארפט א פחד, יעדער קען נוקלעאר אלס א געפערליכע מאנסטער, א וואפן וואס קען אנזייען חורבן און פארניכטונג און קען פארטיליגן גאנצעטע שטעט אין געציילטע מינוטן. נוקלעאר איז אבער נישט קיין וואפן וואס ווערט פאקטיש גענוצט אין מלחמות מען נוצט עס מער אלס א סטראשע. אזא סארט וואפן איז אינגאנצן בלויז צוויי מאל גענוצט געווארן אין היסטאריע, ווען אמעריקע האט באמבאדירט צוויי שטעט אין יאפאן, היראשימא און נאגאסאקי אין 1945 ביים ענדע פונעם צווייטן וועלט קריג אומברענגענדיג צווישן 150,000 און 246,000 מענטשן, און דעמאלטס האט מען געזען וואסערע גרויסע שאדן אזא באמבע קען אנמאכן.
די אטאם באמבע רייסט אויף אין היראשימא, יאפאן
היינט צוטאגס זענען פארהאן בלויז צוועלעף לענדער אין די וועלט - וואס איז באשטעטיגט - וואס פארמאגן נוקלעאר וואפן, אמעריקע, רוסלאנד, כינע, פאנקרייך, ענגלאנד, מדינת ישראל, אינדיע, פאקיסטאן, צפון קארעא, און נאך עטליכע וואס אמעריקע שטעלט זיי צו, בעלגיע, איטאליע, דייטשלאנד, טערקיי און די נעדערלאנדס.

ליסטע פון די לענדער וואס פארמאגן נוקלעאר
צוליב די גרויסע שעדליכקייט פון די וואפן וועלן אלע לענדער וואס זענען א נוקלעאר מאכט זיכער מאכן אז אנדערע אומצעוויליזירטע לענדער זאלן שטיין ווייט דערפון. אונז האבן אלע מיטגעהאלטן וואס איז געשען יעצט אין איראן, ווען אמעריקע האט - מיט די פארארדענונג פון פרעזידענט טראמפ - פארניכטעט זייערע נוקלעארע פלענטס.
פאר די זעלבע סיבה איז אין יאר 1957 געגרינדעט געווארן די 'אינטענאציאנאלע אטאמישע ענערגיע אגענטור' (IAEA). די הויפט ציל פון די ארגאניזאציע איז צו פארשפרייטן די פרידליכע באנוץ פון נוקלעארע ענערגיע און צו פארמיידן איר באנוץ פאר יעדן מיליטערישן צוועק, אריינגערעכנט נוקלעארע וואפן. איר הויפטקווארטיר געפונט זיך אין די UN אפיס געביידע אין וויען, עסטרייך. דאס איז געשאפן געווארן אין דירעקטע רעזולטאט פון וואקסנדיקע אינטערנאציאנאלע זארג פונעם קאלטן קריג ווען די צוויי גרויסמאכטן, אמעריקע און רוסלאנד, זענען געווען אין א געיעג צו ווייזן פאר די וועלט אז זיי זענען פאראויס מיט וואפן - ספעציעל נוקלעאר - און ספעיס טעכנעלאגיע.
די סימבאל פון די IAEA
די הויפטקווארטיר פון די IAEA אין וויען, עסטרייך
אבער ווי מאדנע עס הערט זיך האט אמעריקע ווירקליך פלאנירט צו באמבאדירן די לבנה מיט נוקלעאר אין 1958. דער קריאזע פלאן, גערופן 'פראיעקט A119'. איז אנטוויקלט געווארן אינמיטן ברען פונעם קאלטן קריג, נאך וואס די סאוויעטישע רוסלאנד האט באקומען די אויבערהאנט אינעם ספעיס געיעג, ווען זיי האבן באוויזן אין דעם 4'טן פון אקטאבער 1957 ארויפצושיסן א ראקעט ארויס צו ספעיס וואס האט ארומגערינגלט די וועלט, גערופן די ספוטניק 1, דאס איז געווען גאר א שטארקע קלאפ פאר אמעריקע, און די אמעריקאנע באפעלקערונג האבן זיך געשפירט זייער צוקלאפט דערפון וויבאלד ביז דאן איז אמעריקע געווען פאראויס פון די סאוויעטן.
די פראיעקט איז אנגעפירט געווארן דורך די אמעריקאנע עיר פארס און עס איז געווען אונטער א שטרענגן געהיימעניס, און די ציל דערפון איז געווען צו פאראורזאכן א מעכטיגע נוקלעארע אויפרייס אויפ'ן לבנה וואס מען וואלט געקענט זען פון דער ערד און איינמאל פאר אלעמאל זאל די וועלט איינזען ווי מאכטפול אמעריקע איז, און דער עיקר צו הייבן די מאראל פון די אמעריקאנע באפעלקערונג.
זיי זענען געגאנגען אזוי ווייט ווי צו פארשפרייטן אין די צייטונגען אז רוסלאנד גאר פלאנירט צו עקספלאדירן א היידריזשען באמבע אויף די לבנה, און אז די סאוויעטן פלאנירן צו אפצוצייכענען דעם יארטאג פון דער אקטאבער רעוואלוציע דורך פאראורזאכן א נוקלעארע אויפרייס אויפן לבנה. (א זאך וואס האט זיך שפעטער ארויס געשטעלט אלס אמת)
א מאנשאפט פון צען גרויסע וויסנשאפטלער איז געווארן צוזאמגעשטעלט, עס איז אנגעפירט געווארן דורך אן אמעריקאנער סייענטיסט מיט'ן נאמען לעאנארד רייפעל, און איז אוועקגעשטעלט געווארן אין די אילינאי טעכנעלאגיע אינסיטיטוט אוו שיקאגא. זייער אויפגאבע איז געווען צו שטודירן אויף ווי ווייט די עקספלאוזשען וועט זיין זעהבאר פון די ערד, און די וואס די סייענטיפישער וועלט וועט קענען לערנען דערפון.
אין אנהייב האט מען פלאנירט צו ניצן א היידריזשען באמבע פאר דעם פראיעקט, אבער די אמעריקאנע עיר פארס האט עס אפגעווארפן צוליב די שווערע וואג דערפון און עס וואלט געווען צו שווער צו ווערן ארויפגעשאסן דורך א ראקעט. האט מען באשלאסן צו ארויפלייגן א W25 נוקלעארע שפיץ אויפ'ן באמבע, וואס איז א קליין און לייכט און וועגט אינגאנצן 1.7 קילאטאן, און עס ארויפשיקן מיט א אונטער קאנטינענטעל באליסטיק מיסיל. (צו פארשטיין, די נוקלעאר שפיץ פון די 'ליטל בוי' אטאם באמבע וואס איז געווארפן געווארן אויף די יאפאנעזע שטאט היראשימא אין 1945 האט געוואויגן צווישן 13 און 18 קילאטאן).
די אויפרייס האט געזאלט פארקומען אויף די טערמינעטאר ליניע דארט ווי עס ווערט צוטיילט די ליכטיגע און טונקעלע זייט פון די לבנה, אזוי אז די שטויב-וואלקן פון די אויפרייס זאל באלאכטן ווערן דורך די זון און עס זאל גוט געזען ווערן פון דער ערד, ספעציעל פון איבער די גאנצע סאוויעטישע פאראיין. רייפעל האט געהאלטן אז די פראיעקט וועט זיין מעגליך צו ווערן אויסגעפירט ביז 1959.

די טערמינעטאר ליניע פון די לבנה
דער פראיעקט איז אבער אפגעשטעלט געווארן דורך די עיר-פארס אין יאנואר 1959, אויס מורא אז די ראקעט וועט נישט קענען דערגרייכן איר ציל און עס וועט אראפטראסקענען צוריק צו דער ערד און שאפן א ערנסטע קאטאסטראפישן חורבן, און צוליב וואס די סייענטיסטן זענען נישט געווען זיכער אז דער אויפרייס וועט טאקע שאפן א מאסיווע מאשרום וואלקן, צוליב וואס אויף די לבנה איז נישט פארהאן קיין אטמאספערע.
לעאנארד רייפעל די פירער פון דעם פראיעקט האט יארן שפעטער געזאגט אז די סיבה פארוואס עס איז נישט אויסגעפירט געווארן איז וויבאלד מען האט מורא געהאט אז די אויפרייס וועט ברענגען א שווערע ראדיאציע אויסגיס אויף די לבנה ערד און עס וועט אפהאלטן שפעטערדיגע מיסיעס צו לאנדן א מענטש אויף די לבנה - א זאך וואס מען האט שוין דאן העפטיג פלאנירט - וואס וועט זיין אסאך א שטעקערע דערגרייכונג.
די עקזיסטענץ פון דעם פראיעקט איז באהאלטן געווארן און מערסטנס פון די דאקומענטן און פלענער האט מען פארברענט. ביז אין יאר 2000 האט די הויפט סייענטיסט און פירער פון דעם פראיעקט לעאנארד רייפעל, אויפגעדעקט אז אזא פראיעקט איז ווירקליך פלאנירט געווארן. און טראץ רייפעלס אנטפלעקונגען, האט די אמעריקאנע רעגירונג קיינמאל נישט אפיציעל אנערקענט איר ראלע אין דעם פראיעקט.
באריכטן אין יאר 2010 האבן געוויזן אז א רוסישע פראיעקט האט טאקע עקזיסטירט, די אפיציעלע רוסישע פלאן האט אריינגענומען פיר שטאפלען, E-1 צו גרייכן די לבנה, E-2 און E-3 האבן אריינגענומען צו ברענגען בילדער פון די לבנה, און די לעצטע שטאפל E-4 איז געווען א נוקלעארע אטאקע אויף די לבנה, און אזויווי די אמעריקאנע פלאן איז די רוסישע פלאן אויך אפגעשטעלט געווארן צוליב זארגן אויף א קאטאסראפישע חורבן. אבער דאס האט צוגעברעגנט אז די ביידע לענדער זאלן אין יאר 1967 אונטערשרייבן אויף אן אפמאך נישט צו פארניכטן די לבנה.
אמעריקע איז ביי די ענדע געווען דער ערשטער צו ארויפשיקן א מענטש אויף די לבנה מיט די סוקסעס פון די אפאלא 11 מיסיע. אין יולי 16 1969 האט דער אמעריקאנע אסטראנאט נעיל ארמסטראנג אראפגעשטעלט די ערשטע מענטשליכע טריט אויף די לבנה בשעת מיליאנען אמעריקאנע בירגער האלטן עס מיט און אפלאדירן דעם מאמענט.