ערשטמאליגע אריינבליק אין די F-47 פייטער זשעט - מיליטערמאן

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
מיליטערמאן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 502
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 09, 2026 2:14 am
Location: ארלינגטאן, ווירדזשיניע
x 3010

ערשטמאליגע אריינבליק אין די F-47 פייטער זשעט - מיליטערמאן

פאוסט דורך מיליטערמאן »

ערשטמאליגע אריינבליק אין די F-47 פייטער זשעט - מיליטערמאן

בילד

אנאליז:

קודם די טרוקענע נייעס: א נייע טערמאל פיקטשער (א בילד געכאפט דורך א סענסער וואס כאפט אויף היץ) איז לעצטנס ארויסגעקומען, ווי מ'זעט א פליגער מיט א מאדנע דעזיין וואס איז נאך קיינמאל פריער נישט געזען געווארן. די בילד איז באריכטעט געווארן אלס א בילד וואס איז געכאפט געווארן ביינאכט העכער די גאר געהיימע Groom Lake עירפארס באזע אין דרום נעוועדע, וואס געפינט זיך אין עריע 51. כאטש די קוואליטעט פונעם בילד איז שוואך, וואס קומט מסתמא צוליב די סארט סענסאר וואס איז גענוצט געווארן, זעט מען אבער א שעיפ וואס איז שטארק ענליך צו די F-47 פליגער. וואס איז די נייע זעקסטע זשענערעישן סטעלט פייטער זשעט וואס באואינג פלאנט צו בויען, ס'קען זיין אז די פיקטשער איז פון די "X-plane" וואס איז די מאדעל וואס באואינג האט גענוצט צו דעמאנסטרירן די טעכנאלאגיע פאר די פענטאגאן, נאך פאר זיי האבן באקומען די קאנטראקט, הגם דאס איז דערווייל נאר א שאצונג און איז נאכנישט באשטעטיגט געווארן אפיציעל.

די פיקטשער איז די ערשטע מאל ארויסגעלייגט געווארן אויף די אינטערנעט דעם מיטוואך דורך די Project Fear יו-טוב טשענעל, זיי האבן עס ארויסגעלייגט אלס א פראמא פאר א פולע ווידיאו וואס גייט בקרוב ארויסקומען, מיט די קעפל: 'א פליגער וואס דער עולם האט נאך קיינמאל פריער נישט געזען.' כאטש וואס ס'איז נישט געווארן אפציעל באשטעטיגט געווארן וויבאלד די עירפארס און די פענטאגאן האבן זיך אנטזאגט פון קאמאנטירן אויף די בילדער, איז עס אבער יא באשטעטיגט געווארן אלס עכטע אויטענטישע בילדער גענומען אין די געגנט פון עריע 51, און אזוי ווי באואינג האלט שוין ביי די ערשטע פאזע פון בויען די F47 איז נישט מער ווי נארמאל צו ציען די מסקנא אז די רעדע איז טאקע פון די ערשטע פראטאטייפס, אדער די X plane.

איז לאמיר אביסל אנאליזירן די פיקטשער. (די ערשטע בילד)
איז קודם כל זעט מען אז די פליגלען זענען געבויגן אויף צוריק אין א לאמבדא שעיפ, וואס מיינט א שעיפ מיט אסאך V's ווי למשל די B-2 באמבארדיר פליגער וואס מ'קען זען אין די צווייטע בילד, אדער ווי די באואינג X-45 וואס מ'קען זען אין די דריטע בילד.


בילד

בילד

בילד


ווי אויך קען מען זען אז די פליגלען זענען געבויגן מיט די שפיצן אויף אראפ, אזויווי די באואינג 'בירד אוו פרעי פליגער', וואס מ'קען זען אין די בילד.

בילד

ווי אויך זעט מען גלייך אז ס'פארמאגט גאר גרויסע קאנארד פליגלעך פון פארנט, קאנארד פליגלען מיינט אזאלכע קליינע פליגלען ביים קאפ פון א פליגער פארנט פון די געהעריגע גרויסע פליגלען, ווי למשל אויף די Saab 37 Viggen וואס מ'קען זען אין די ערשטע בילד און די JAS 39 Gripen וואס מ'קען זען אין די צווייטע בילד. און דעיס איז א זאך וואס מען זעט אויך אין די בילדער פון די F-47 ווי אין די בייגעלייגטע אפציעלע רענדערינג פון די עירפארס וואס מ'קען זען אינעם קעפל בילד. ווי אויך קען מען זען אז די ברייטע נאז שטימט מיט די בילד פון די F-47 ביים קעפל.

בילד

בילד

כאטש ס'איז נאך אלץ נישט קלאר וויפיל די אלע זאכן זענען באמת באזירט אויף די מציאות. עס איז כדאי צו באמערקן אז אויף די נייע פיקטשער זעט מען א קלארע פארום פון א דאפלטע פייל, ווען די גאנצע זאך ווערט שמעלער גלייך פאר די קאנארד פליגלען, און נאכדעם ווערט די פליגער נאכאמאל שמעלער אינמיטן גלייך פאר די פליגלען הייבן זיך אן, און ס'קען זיין אז אפילו די קאנארדס אליין זענען געבויט פון עטליכע שטאפלען, מיט די עקן געבויגן אויף אראפ פונקט ווי די הויפט פליגלען, כאטש וואס אין די פיקטשער זעט נישט אויס אזוי.

ווי אויך קוקט אויס און ס'איז זייער מסתבר אז דער פליגער האט נישט קיין וויידל, א זאך וואס מען זעט ביי כמעט אלע נייע זעקסטע זשענערעישן פליגער וואס זענען פארעפנטליכט געווארן ביז היינט, למשל די טשייניזע J-36 אינעם בילד, אבער היות די פיקטשער איז געכאפט פון אונטן פון די פליגער, קען מען דאס נאכנישט פעסטשטעלן אויף הונדערט פראצענט.


בילד

לגבי די מאטארן, איז לויט די לאמבדא שעיפ זעט אויס אז ס'פארמאגט נאר צוויי ענדזשינס, ווי ס'איז שוין באשטעטיגט געווארן דורך די עירפארס אז די F-47 וועט טאקע האבן 2 ענזשינס, און דעיס וואס מען זעט נישט קיין רויך אדער היץ ארויסקומען פון די פליגער (א קאנטרעיל) זעט אויס אביסל מאדנע, אבער ס'קען זיין אז ס'קומט צוליב די סארט סענסאר וואס מען האט גענוצט ביים כאפן די פיקטשער, אדער קען זיין אז בשעת'ן כאפן די פיקטשער איז די פליגער געפלויגן שטייט און די ענזשינס האבן נישט געארבעט פול פארס, אדער קען פשוט זיין אז מ'האט אריינגעבויט ספעציעלע טעכנאלאגיע אין די פליגער צו באהאלטן די היץ.

אויף די F-47 בכלל זעט מען א שטארקע השפעה פון די פענטאם ווארקס X-36 פליגער (אינעם בילד), וואס איז אויך געבויעט געווארן אן א וויידל און מיט קאנארד פליגלען און באמת זענען די אפיציעלע רענדערינגס פון F-47 טאקע זייער ענליך צו די X-36 פליגער, וואס איז אנטוויקלט געווארן פאר ריסירטש פאר א זיין א high-performance פייטער דזשעט וואס איז שווער צו באמערקן אויף די ראדאר.


בילד

יעצט הגם די F-47 איז נישט ערווארטעט צו פליען ביז 2028, מיט דעם אלעם האט שוין די עירפארס מודה געווען נאך אין 2020 אז זיי האבן שוין געבויעט א פראטאטייפ און שוין געפלויגן דערמיט, ווי אויך האט שוין דארפא באשטעטיגט אז צוויי X פלעינס זענען שוין געבויעט געווארן ערגעץ נאך 2017, און איינס איז געפלויגן צום ערשטן מאל אין 2019 און די צווייטע אין 2022. אין א סעטעלייט פיקטשער פון עריע 51 צוריק אין 2022 זעט מען טאקע א וויידל- לאז עירקרעפט וואס איז לכאורה איינע פון די פראטאטייפס, אבער איז קלאר נישט די פליגער וואס איז יעצט געווארן אפגעכאפט, בייגעלייגט איז די בילד פון 2022.

בילד

ס'קען אבער אויך זיין אז די פליגער וואס מען זעט אויף די טערמאל בילד איז בכלל נישט קיין 6'טע זשענערעישן מענד פייטער זשעט, נאר אפשר איז עס גאר, א פארגעשריטענע דראון. די אמעריקאנער מיליטער האט אין די לעצטע יארן אריינגעגאסן ריזיגע געלטער אין פראגראמען פאר סטעלט דראונס, אריינגערעכנט גאר געהיימע דראונס וואס זענען געמאכט פאר שפיאנאזש, עלעקטראנישע מלחמה, און אויך די CCA דראונס, אןן אזויווי די טערמאל פיקטשער איז זייער אומקלאר און מען זעט עס נאר פון איין זייט, סא ס'איז מעגליך אז ס'איז גאר א CCA פראטאטייפ אדער א צווייטע סארט דראון, און נישט קיין פראטאטייפ פון די F-47. פון די אנדערע זייט אבער, כאטש דראונס קענען זיין אלע סארטן דיזיינס, איז די דעזיין פון די פליגער זייער קאמפליצירט און ס'ענדלט זייער שטארק צו דעם וואס מען ווייסט שוין איבער דעם F-47, וואס דעיס מאכט עס ווייניגער מסתבר אז עס זאל זיין סתם א דראון.

ס'איז אבער נאכאלץ ווערד צו נעמען אין חשבון אז אין עריע 51 ווערן דורכגעפירט כסדר'דיגע טעסטס אויף פארשידענע פראגראמען, וואס רוב דערפון זענען קלאסיפיצירט, ממילא זענען דא אסאך (אומאידענטיפיצירטע) אביעקטן וואס פליען דארט כסדר ארום, וואס מ'קען מ'קען אבער יא קלאר זעהן פון די פיקטשער איז, אז ס'איז זיכער נישט און איז טאטעלי דיפרענט פון די J-36 וואס איז די טשייניזע 6'טע זשענערעישן פייטער זשעט, פאר בילדער פון די J-36 קען מען קוקן דא.

Project Fear האט שוין ארויסגעלייגט די פולע ווידיאו וואס זיי האבן אפגעכאפט אנגעבליך פון די F-47, און ווי שוין געשריבן פריער, זעט אויס פון די פיקטשער אז די פאדערשטער חלק פונעם פליגער איז דיזיינט געווארן ווי א דאפלטע פייל צוליב וואס ס'ווערט שמאל גלייך פאר די קאנארד פליגלען, וואס כאטש דאס איז א גאר אייגנארטיגע זאך, וואס קיין שום עקזיסטירנדע פליגער האט, קען עס פשוט זיין א טעות צוליב די שוואכע קוואליטעט פונעם בילד און די ביליגע טערמאל קאמערע וואס איז גענוצט געווארן צו כאפן די בילד. זייט דעמאלט האט Project Fear ארויסגעגעבן די פולע ווידיאו, און מ'זעט טאקע אז די בילד איז זייער א שוואכע קוואליטעט און אומקלאר וואס צוליב דעם איז מעגליך אז דער עראפלאן האט טאקע באמת א נארמאלע נאז וואס מען נוצט געווענליך ביי פארגעשריטענע עראפלאנען, פונדעסטוועגן, אויב זאל יא זיין אמת אז די נאז איז דיזיינט געווארן ווי א דאפלטע פייל וואלט געווען אינטערעסאנט צו אנאלאזירן וואספארא מעלות אזא דיזיין קען ברענגען פאר א פארגעשריטענע פייטער זשעט, און אויך א בליק אויף צוריק צו זען אויב מ'האט שוין אמאל פרובירט צו דיזיינען אזא סארט פליגער.

שטעלט זיך ארויס אז ס'איז דא גאר אסאך ענדליכקייטן צווישן די פליגער וואס מ'האט אויפגעכאפט העכער עריע 51, און די 'קראצמעך בוים' פייטער זשעט קאנצעפט, וואס איז געווארן דיזיינט מיט צענדליגער יארן צוריק דורך דעראלד קאמינגס, וועלכער איז געווען איינע פון די הויפט אינזשענירן פון די YF-23 פייטער זשעט פראטאטייפ געבויעט דורך נארטראפ גראמאן, איז לאמיר אביסל אריינקוקן אין די היסטאריע ווער איז דעראלד קאמינגס, וואס איז די א.ג. 'קראצמעך בוים' פייטער דזשעט קאנצעפט, און וואס זענען זיינע מעלות.

איז קודם א ווארט איבער מר. קאמינגס, דעראלד קאמינגס איז א ערא ספעיס אינזשעניר שוין פאר איבער 55 יאר, זיין קאריערע האט זיך אנגעהויבן אין 1967 אלס אן אינזשעניר ביי ראקוועל ווי ער איז געווען א דיזיינער פאר נייע פליגערס, און נאכדעם איז ער געווארן די טשיף פון די דיזיינינג אפטיילונג ביי די קאמפאני. אין 1982 איז ער ארויס פון ראקוועל אין געגאנגען צו נארטראפ גראמאן ווי ער איז אויפגענומען געווארן צו זיין די טשיף אינזשעניר צו דעוועלאפן די YF-23 פייטער זשעט, וואס האט למעשה פארלוירן די קאמפעטישן קעגן לאקהיד מארטינ'ס F-22 רעפטאר אין די ATF קאמפעטישאן (Advanced Tactical Fighter) וואס איז געווען די פראגראם פון די עירפארס אין די פריע 1980 יארן צו בויען א פארגעשריטענע סטעלט פייטער זשעט וואס זאל ריפלעיסן די F-15.

שפעטער פון 1988 ביז 2004 איז קאמינגס צוריקגעגאנגען ארבעטן ביי באואינג (ראקוועל איז געווארן אפגעקויפט דורך באואינג אין 1996). ביי באואינג האט ער אנגעפירט מיט די אנטוויקלונג פון די X-40A 'ספעיס מאנואווער' מאשין, וואס איז געווען א פראגראם פון נאסא צו אנטוויקלען א ספעיס שיף וואס מ'זאל קענען איבערנוצן, און דאס האט טאקע שפעטער געפירט צו די אנטוויקלונג פון די X-37B ספעיס-שיף וואס איז ריוזעבל. אויסער דעם, האט ער געדינט אלס דער הויפט אינזשעניר און הויפט דיזיינער פאר 'ראקוועל'ס' Ranger 2000 דזשעט טרעינער, און נאך פארשידענע פליגער, שפעטער האט ער געעפנט זיין אייגענע קאמפאני גערופן ForzAero וואס ספעציעלעזירט זיך אין דיזיינען, בויען פראטאטייפס, און טעסטן נייע קאנצעפטס פאר אלע סארטן פלי מאשינען, פון פליגער און ספעיס מאשינען ביז דראונס און ווערטיקאל טעיקאף פליגער.

פון אויבן אראפ. די YF-23, די X-40A, די X-37B און די Ranger 2000 טרעינער זשעט.


בילד

בילד

בילד

בילד

לעצטנס האט ער פארציילט אז אין 1983 האט נארטראפ גראמען האט פרובירט צו בויען א '4 ספייק' פייטער זשעט (ענדליך צו די B-2 באמבארדיר פליגער) אבער ס'איז זיי נישט געגאנגען, איז ער אריינגעשפרונגען אין די פראיעקט און עס פרובירט צו דיזיינען אין די אויסגאנג איז געווען די DP-21 פייטער זשעט וואס קוקט אויס ווי א קראצמעך בוים, למעשה איז עס אבער נישט געווען קיין קאנדידאט פאר די ATF פראגראם וויבאלד מיט די דעמאלטס'דיגע טעכנאלאגיע איז געווען זייער שווער צו פליען אזא קאמפליצירטע פליגער.

די DP-21 בלו פרינט.


בילד

בילד

ווען ער איז אנגעפרעגט געווארן געווארן איבער די בילדער פון די F-47, האט ער געזאגט אז די בילדער זענען זייער אינטערעסאנט, און איז א זאך וואס קע ארבעטן, אבער די וויכטיגסטע נקודה האט ער ארויסגעברענגט אז צוריק אין 1983 האט קיינער נישט געגלייבט אז ס'איז מעגליך צו פראדוצירן א '4 ספייק' פייטער זשעט, און אויב וועט די F-47 האבן אזא דיזיין אזויווי ס'קוקט טאקע אויס פון די בילדער, וואלט עס געווען א געוואלדיגע דערגרייכונג און וואלט גאר שטארק פארבעסערט די סטעלט, הגם ער טענה'ט אז די קאנארד פליגלען אין די דיזיין וועט נישט בעסער מאכן די סטעלט נאר אויב עפעס פארקעט, פונדעסטוועגן זאגט ער אז מיט די היינטיגע טעכנאלאגיע קען מען עס מסדר זיין דורך פארגעשריטענע פלייט קאנטראלס וואס קענען אויסרעכענען פונקטליך וויאזוי צו מאנואווערן די פליגלען אז די ראדאר זאל עס נישט אויפכאפן.

ווען מ'האט אים געפרעגט צי זיין 'DP-21' קאנצעפט האט מעגליך געהאט א השפעה אויף די F-47 (אויב די בילד איז טאקע פון די F-47 שטייצעך). האט ער געזאגט אז היות די בילדער זענען שוין פובליק א לאנגע צייט, מילא קען זיין אז ס'האט געהאט א השפעה אבער ס'מוז נישט זיין. (ס'איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז חוץ פון די נאז, זענען דא נאך אסאך שטארקע ענליכקייטן צווישן די פליגלען און דעם גוף פונעם עראפלאן וואס מ'זעט אין די ווידיאו, קעגן קאמינגס’ DP-21 קאנצעפט.) אבער ווען ער איז געפרעגט געווארן זיין מיינונג איבער די השפעה וואס באואינג'ס עקספערימענטאלע 'X-36' און 'בירד אוו פרעי' דעזיינס האבן געהאט אויפ'ן F-47. האט ער געזאגט אז ער גלייבט אז סיי די X-36 און סיי די 'בירד אוו פרעי' האבן געהאט א שטארקע השפעה אויפ'ן דעזיין פונעם F-47. און ער האט צוגעלייגט אז די X-36 האט אים אלץ זייער שטארק אימפרעסט, ווייל ס'האט אויסגעזען פיל מער פארגעשריטן ווי זיין צייט."

די X-36.

בילד

פאר די וואס ווילן בעסער פארשטיין וואס ס'מיינט א 4 ספייק דיזיין און וויאזוי סטעלט ארבעט העמיר פרובירן אביסל צו מסביר זיין מיט אידישע ווערטער די מערסטע וואס איז שייך:

אין א פאוסט אויף 'לינקד-אין', סוף לעצטע יאר, דערציילט קאמינגס: "איך בין אויפגענומען געווארן דורך באב סאנדוסקי (די אנפירער פון די דיזיין אפטיילונג ביי נארטראפ) אין יאר 1982 צו זיין דער הויפט אינזשעניר פאר די 'נארטראפ' ATF פראגראם (די YF-23). אנהייב 1983 האט ער מיר דערציילט אז 'נארטראפ' האט פרובירט צו אנטוויקלען א 4 ספייק פייטער זשעט (אזוי ווי די B-2 באמבארדיר פליגער), אבער עס האט זיך ארויסגעשטעלט אלס אוממעגליך, וויבאלד מ'האט געהאלטן אז א פייטער זשעט וואס ווערט געבויעט מיט א פלייאינג-ווינג דיזיין איז נישט רעאליסטיש". קאמינגס שרייבט ווייטער: "איך האב אים געזאגט אז איך קען יא דיזיינען אזאנס, און ער האט מיך טאקע געבעטן צו פרובירן. און די איינציגסטע וועג דאס צו באווייזן איז געווען דורך נוצן א רייע גאר שיפע (55-דיגרי) פליגלען לענגאויס די גאנצע פליגער, (וויבאלד אן קיין פליגלען קען די זשעט זיך נישט שלאגן מיט די ווינט ביי העכערע ספידס, ממילא דארף מען מאכן די גאנצע פליגער זיג-זעג) די רעזולטאט איז געווען דער DP-21, וואס די דיזיין איז פארטיג געווארן אין יוני 1983".

א טראפ טיפער:
די טערמין א 4-spike פליגער, מיינט וויפיל RCS ס'איז דא, דהיינו א ראדאר ארבעט אז ס'שיסט ארויס עלעקטראנישע כוואליעס אין די לופטן, ס'קלאפט אן אין א אביעקט, און ס'קומט צוריק צו די רעסיווער, סא ווען א פליגער האט מער ווי איין פונקט ווי די ראדאר וועט אנקלאפן וועט צוריק קומען אפאר ראדאר סיגנעטשורס צו די רעסיווער, וואס מאכט אסאך שווערער צו לאקן און אראפשיסן די פליגער, און אויך מאכט עס גרינגער פאר די עראפלאן צו פארדרייען און מאנאפאלירן אז די שטראלן זאלן ווערן אוועקגעדרייט און נישט צוריק קלאפן דיירעקט אויף די רעסיווער, און א 4 ספייק דיזיין מיינט אז ס'האט פיר עקסטערע ראדאר סיגנעטשור 'האט ספאטס'. און די חכמה ליגט אויך אין וויאזוי די 4 האט ספאטס זענען אויסגעשטעלט, אז ס'זאל זיין נאך גרינגער צו פארדרייען די שטראלן און שווערער צו לאקן די פליגער.

נאך א טראפ טיפער:
אזא פלאן פון א 4 ספייק דיזיין אזוי ווי מ'זעט למשל ביים B-2 באמבארדירער, איז ספעציעל אויסגעשטעלט אז ס'זאל נישט ארויסגעבן קיין שום ראדאר סיגנאלן פון פארנט אדער אינבעק. ווייל דאס זענען די מערסט וויכטיגע פלעצער וואס דארף זיין באהאלטן, און וויבאלד די שפיצן אויף די B-2 זענען אויסגעשורה'ט מיט די וועג וויאזוי דער עראפלאן פליט, ווייזט עס א סטאבילן בילד אויף די פיינטליכע ראדארן ווען דער עראפלאן פליט גראד צו אדער אוועק פונעם סענסאר, משא"כ די זייטן פון די פליגער געבן נאר ארויס א שנעלע סיגנאל וואס ווערט גלייך פארשווינדן. בקיצור זיי האבן געזוכט צו בויען א פייטער זשעט וואס זאל האבן א ענדליכע סארט ראדאר סיגנעטשור ווי די B-2.

קאמינגס שרייבט ווייטער אין זיין פאוסט אויף לינקד-אין אז ער האט עס קיינמאל נישט גערעכנט אלס אן ערנסטן קאנדידאט פאר די ATF פראגראם, וויבאלד דער עראפלאן איז געווען זייער אומסטאביל (ס'האט געהאט מער פון א 10 דעגרי עס איז אריבער א צען דעגרי 'ענגל אוו אטאק'), און צוריק אין יאר 1983 וואלט עס געווען גאר שווער צו פליען. אבער מיט די היינטיגע פארגעשריטענע קאנטראל סיסטעמען וואלט מען שוין יא געקענט באהאנדלען דעם דעזיין, (אפילו ביי א הויכע 'ענגל אוו אטאק'.) ענגל אוו אטאק מיינט מיט וויפיל דעגרי די פליגל איז געבויגן און ווי מער ס'איז געבויגן אלץ מער קלאפט עס אן אין די ווינט סא א 10 דעגרי ענגל אוו אטאק מיינט אז די פליגער דארף זיך גאר שטארק שלאגן מיט די ווינט ממילא איז די פליגער נישט סטאביל.

אויך שרייבט ער דארט האט אז ביים אויספארעמען די פליגלען דארף מען אלץ מאכן געוויסע פשרות כדי צו קענען מאקסימיזירן די סטעלט אבער ס'זאל נאך אלץ קענען גוט פליען, רוב פון די פשרות האבן צוטון מיט די פארום פון די נאז פון די פליגער וואס דאס שפילט א גרויסע ראלע אין וויאזוי דער ראדאר כאפט עס אויף, אבער אין די זעלבע צייט שפילט עס אויך א הויפט ראלע אין ווי גוט די פליגער זאל קענען פליען, ווי אויך האט ער צוגעלייגט אז קאנארד פליגלען מיט פלייט קאנטראלס אויף דעם וואס רוקן זיך כסדר וועט געווענליך שטערן די סטעלט צוליב די שארפע עקן וואס ריפלעקט שטארק אויפן ראדאר, און דאס איז די סיבה פארוואס אויף די YF-23 זענען די פאדערשטע פליגלען געווען דיזיינט צו זיין גלייך מיט די אונטערשטע פליגלען בשעת'ן אריינפליען אין פיינטליכע טעריטאריע, ווייל ווען ס'איז פלאך צוזאמען מיט די בעק פליגלען וועט עס פאר די ראדאר שטראלן אויסקוקן ווי איין גרויסע פליגל.)


ווי שוין פריער דערמאנט, ברענגט די ווידיאו וואס איז ארויסגעקומען, נייע שאלות בנוגע דעם פונקטליכן אויסזען פון די נאז פון די פליגער, וויבאלד אין די קליפ קוקט אויס אז די נאז איז מער שפיציג און פון די אנדערע זייט ניצן סטעלט פליגער געווענליך א 'שאוול נאז' (א ברייטע נאז), א שאוול-נאז סטייל ביי א סטעלט עראפלאן איז שוין א אלטע זאך וואס שטאמט נאך פון נארטראפ גראמאן'ס "Tacit Blue" עקספערימענטאל פליגער, און איז אויך שטארק מערקבאר אויף די YF-23. היינט צו טאגס איז דאס שוין געווארן א נארמאלע זאך ביי אלע סטעלט פליגערס, און מ'האט טאקע געזען אין די אפיציעלע בילדער פונעם F-47 וואס זענען ביז יעצט פארעפנטליכט געווארן, אז די פליגער האט א ברייטע שאוול נאז.

די Tacit Blue, און די ברייטע נאז פון די F-47 רענדערינג.


בילד

בילד

בילד

אין די זעלבע צייט דארף מען אבער נעמען אין באטראכט אז אלע אפיציעלע בילדער פון די F-47 און F/A-XX וואס זענען ביז יעצט פארעפנטליכט געווארן, זענען פונקטליך דיזיינט געווארן מיט גרויס פארזיכטיגקייט. כדי צו היטן אויף די סודות פון די גאר געהיימע פראגראמען, און כדי צו פארפירן די פיינט מיט פאלשע אינפארמאציע, מען קען האפן אז מ'וועט פשוט קענען "ווארטן און זען" צי דער פליגער וועט האבן א געווענליכע נאז ווי א שאוול, אדער אפשר גאר א שטיקל "קריסמעס-טרי" דעזיין, אבער ס'איז דא אן אמת'ע מעגליכקייט אז מ'וועט עס שוין קיינמאל נישט זען נאכאמאל. האפענטליך וועט דאס נישט זיין דער פאל, בפרט נאכדעם וואס מ'וועט ארויסגעבן דעם F-47 פאר'ן פובליק. אבער ס'איז קלאר אז דער ענדגילטיגער דעזיין וועט זיין היבש אנדערש פון די פריערדיגע מאדעלן וואס זענען גענוצט געווארן צו ווייזן די טעכנאלאגיע.

ביזדערווייל זעט נישט אויס אז אן געהעריגע F-47 פראטאטייפ איז שוין געבויעט געווארן, וויבאלד די עירפארס האבן שוין עטליכע מאל קלארגעשטעלט אז מ'ערווארט נישט דעם ערשטן פלייט פון די F-47 פאר יאר 2028, וואס מ'ווייסט אבער יא איז, אז די קאמפאניס בואינג און לאקהיד מארטין האבן געבויט X פלעינס דהיינו מאדעלס וואס זאלן דעמאנסטרירן זייער איידיע און דיזיין, וואס דאס איז געווען די ערשטע שטאפל אין די קאמפעטישן צווישן די צוויי קאמפאניס ווער ס'זאל באקומען די קאנטראקט פאר די NGAD פראגראם (די 6'טע זשענערעישן פייטער זשעט פראגראם פון די עירפארס.) פריערדיגע באריכטן האבן געוויסט אנצוגעבן אז ס'איז מעגליך דא א דריטע NGAD מאדעל וואס נארטראפ גראמאן האט געבויעט, שפעטער ארום 2023 האבן זיי זיך אליין ארויסגעצויגן פונעם NGAD קאמפעטישן, נאך וואס עס זענען געווען באריכטן אז זיי וועלן סייווי פארלירן די פארמעסט. (אפציעל זענען זיי נאך אבער יא אין די קאמפעטישן פאר די F/A-XX פראגראם.)

נאך א מעגליכקייט וואס אונז האבן נאכנישט אויסגעשמועסט, איז אז ס'קען גאר זיין אז די ווידיאו געכאפט אין עריע 51 האט בכלל נישט קיין שייכות מיט די F-47. די נעיווי ארבעט אויך שוין די לעצטע פאר יאר אויף די F/A-XX פראגראם, וואס איז די נעוויס פראגראם צו אנטוויקלען א נייע 6'טע זשענערעישן פייטער זשעט, וואס זאל זיך קענען הייבן און לאנדן אויף עירקרעפט קעריער שיפן, עס זענען דא געוויסע זאכן וואס זענען ענליך צווישן די F/A-XX פראגראם און די עיר-פארס'ס NGAD פראגראם. א רענדערינג וואס באואינג האט ארויסגעגעבן פון זייער F/A-XX דיזיין, קוקט אויס זייער ענליך צו דאס וואס מ'ווייסט שוין ביז יעצט איבער די F-47. אויך נארטראפ גראמען, די צווייטע קאמפאני וואס קאמפיט פאר די F/A-XX, האט שוין ארויסגעגעבן אירע אייגענע בילדער, (לאקהיד מארטין איז געווארן ארויסגעשטעלט פון די קאמפעטישן אין מארטש 2025 נאכדעם וואס זייער דיזיין קאנצעפט איז נישט נאכגעקומען די נעוויס פארלאנגען.)

די FA/XX רענדערינג פון באואינג, און אונטן צוויי פון נארטראפ גראמאן.


בילד

בילד

בילד

דרך אגב, אז מ'רעדט שוין פון די F/A-XX פראגראם, איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז מר. קאמינגס האט אויך מיטגעטיילט זיינע געדאנקען איבער די נעווי ווערסיע פון די F-47 אין א עקסטערע לינקד-אין פאסט פאריגע יאר. יענע צייט האט ער געשריבן: "איך האב באקומען א דירעקטע מעסעדזש וואו מ'האט מיך געפרעגט צי איך האב געטראכט פון מאכן א נעיווי ווערסיע פאר מיין נייע F-47 פייטער קאנצעפט, בערך אזא בחינה ווי די F-35A, די F-35B, און די F-35C". (קאמינגס ווי דערמאנט פריער, האט היינט צוטאגס זיין אייגענע קאמפאני וואס געבט זיך אפ מיט דיזיינען נייע סארטן פליגער קאנצעפטס, און ער האט אויך אריינגעגעבן א דיזיין קאנצעפט פאר די NGAD פראגראם, וואס האט למעשה נישט געשפילט קיין ערנסטע ראלע אין די פיינעל דיזיין וואס איז געווארן פיינעלייזט דורך באואינג און דארפא, אבער ער איז נאכאלץ אינוואלווד אין דיזיינען דראון קאנצעפס פאר די CCA פראגראם.)

שרייבט ער ווייטער: "איך האב שוין זייט דעמאלטס געענדיגט מיין F-47 נעיווי מאדעל, וואס איך האב א נאמען געגעבן די F-47N. אבער מיין מהלך איז געווען אביסל אנדערש ווי די F-35 פראגראם, וואס די F-35C (די נעווי F-35) האט א גרעסערע פליגל צו האבן מער 'ליפט' ביי נידריגע ספידס, משא"כ איך האב אנגעהאלטן מיין ארגינעלע F-47 פליגל-סטרוקטור און אנשטאט דעם האב איך צוגעלייגט א קאנארד פליגל פאר בעסערע קאנטראל און העכערע ליפט ביי נידריגע ספידס. די קאנארד דעזיין אויף מיין F-47N איז אינספירירט געווארן פון די X-36, און אויך האב איך עס דיזיינט מיט 'מאלטי-עקסיס טראסט וועקטארינג' (Multi-Axis Thrust Vectoring) וואס איז אינספירירט געווארן פון די X-44A, ווייל געווענליך איז אנגענומען אז קאנארד פליגלען נעמט אוועק פון די סטעלט, אבער, ביי די YF-23 האט מען געזען אז אויב די קאנארד פליגלען מיט די פלייט קאנטראלס זענען פאראלעל מיט די געהעריגע פליגלען וועט עס נישט אוועקנעמען פון די סטעלט, סא כדי צו קענען מאנואווערן די פליגער בשעת'ן אריינדרינגען אין פיינטליכע טעריטאריע וואס איז אויסגעשטאט מיט ראדארן וואס דעמאלטס וועלן די קאנארד פליגלען און די פלייט קאנטראלס דארפן זיין פלאך, וועט מען קענען נוצן טראסט וועקטארינג.

קאמינגס דיזיין קאנצעפט, פאר די F-47N.


בילד

(פאר די וואס פארשטייען נישט, פלייט קאנטראלס מיינט די שטיקלעך פון די פליגלען וואס מ'קען אויפהייבן און אראפבייגן צו קענען מאנואווערן די פליגער, זעה בילד. און טראסט וועקטארינג מיינט אז ביי די עק פון די ענזשין די לעצטע שטיקל פון ווי די לופט קומט ארויס וואס ווערט גערופן די 'נאזעל' איז דיזיינט אז ס'זאל זיך קענען בייגן אדער דרייען, כדי צו קאנטראלירן וועלכע זייט די עקזאסט זאל ארויסקומען, וואס דאס שטופט אטאמאטיש די פליגער אין די פאקערטע דירעקשן וואס העלפט העלפט וואס געבט פאר די פליגער אויסערגעווענליכע מאנווערעביליטי, א 'מולטי עקסיעס טראסט וועקטארינג נאזעל' מיינט אז די נאזעל קען זיך דרייען צו אלע זייטן אזוי ווי די X-44 אדער די רוסישע SU-57, און א 2D טראסט וועקטארינג נאזעל מיינט אז ס'קען זיך נאר דרייען ארויף אין אראפ אזויווי די F-22)

פון אויבן אראפ, פלייט קאנטראלס, די X-44 MANTA מיט די מאלטי עקסיעס טראסט וועקטארינג ענזשין 'נאזעל', א בילד פון די רוסישע SU-57, וואו מ'זעט צוויי ענדזשינס איינס מיט א 3D רינדעכיגע טראסט וועקטארינג נאזעל וואס קען זיך דרייען צו אלע זייטן, און איין 2D נאזעל אזויווי די F-22.

בילד

בילד

בילד

ס'איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז כאטש וואס אונז האבן ארויסגעברענגט אז ס'איז זייער מעגליך אז אין די ווידיאו וואס איז געכאפט געווארן אין עריע 51, זעט מען א F/A-XX דעמאנסטרעיטער, אדער א CCA דראון קאנצעפט, אדער גאר עפעס א אנדערע געהיימע פראגראם, פונדעסטוועגן איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז דאס איז ווארשיינליך יא די דעמאנסטרעיטאר פון באואינג פאר די F47 פראגראם, סיי צוליב די קאמפליצירטע דיזיין און די ענליכקייט צו די אפיציעלע רענדערינגס ווי שוין פריער געשמועסט, אבער אויך ווייל אויף די אפציעלע סימבאל און פעטש פון די סיסטעם מענעדזשמענט אפיס פון די F-47, קען מען קלאר זען ווי זיי האבן אריינגענייט א בילד פון די דיזיין פון די פליגער, זעה בילד. אינטערעסאנט איז צו באמערקן, אז בואינג'ס בירד אוו פרעי פליגער האט אויך געהאט איר דיזיין באהאלטן אין די פעטש, די בירד אוו פרעי פליגער איז געווען א געהיימע דעמאנסטרעיטאר פליגער צו טעסטן א סטעלט פליגער מיט געבויגענע פליגלען, וואס מ'זעט טאקע אויך אויף די ווידיאו פון די F-47 אז ס'וועט אויך האבן געבויגענע פליגלען ווי דערמאנט אין חלק א'

די פעטש פון די F-47, די פעטש פון די בירד אוו פרעי (מערקט די דיזיין אין די הענטל פון די שווערד), און די בירד אוו פרעי.


בילד

בילד

בילד

בילד

אינטערעסאנט צוצולייגן אז אין די פעטש קוקט אויך אויס אזוי ווי אין די ווידיאו אז ס'האט א שפיציגע נאז, און נישט קיין 'שאוול נאז', אנדערש ווי אין די אפיציעלע רענדערינגס, וואס כאטש ס'קען זיין אז די פאקטישע דיזיין פון די F-47 וועט זיין אביסל ארומגעטוישט פון די F-47, פונדעסטוועגן וואלט איך נאך אלץ ענדערש געגלייבט, אז די רענדערינג איז ארומגעשפילט צו פארדרייען א קאפ פאר אמעריקע'ס שונאים, אויך זעט מען אויף די פעטש די קאנארד פליגלען, א שמאלע פיוסעלעדזש (די גוף פונעם פליגער), און פליגלען וואס בייגן זיך שטארק אויף צוריק.

בייגעלייגט איז די ווידיאו פון די F-47 איבער עיריע 51, די שטיקל איז ארויסגעקאט 12 מינוט בערך פון 49:00 ביז 1:01:00, פאר די פולע ווידיאו פון פראזשעקט פיער איבער עיריע 51 קען מען קליקן דא.


מיליטערישע נייעס קאנאל האסט הנאה פון די נייעס און דו ווילסט נישט לייקן יעדע תגובה, לייק נאר די ערשטע.
מיין 1000’סטע לייק
שרייב פאוסט