הערות בפרשיות השבוע
געפאוסט: דינסטאג יוני 02, 2026 3:00 pm
די וואך אין פ' בהעלותך זאגט די פסוק: ויהי אנשים אשר היו טמאים לנפש אדם ולא יכלו לעשת הפסח ביום ההוא ויקרבו לפני משה ולפני אהרן ביום ההוא:
די גמרא אין סוכה (כ"ה ע"א) ברענגט א מחלוקת התנאים ווער עס זענען געווען די מענטשן וואס האבן געזאגט פאר משה רבינו: ״אנחנו טמאים לנפש אדם למה נגרע״.
ר' יוסי הגלילי זאגט אז דאס זענען געווען די נושאי ארונו של יוסף, ר' עקיבא זאגט אז דאס זענען געווען מישאל ואלצפן וואס האבן זיך מטמא געווען צו נדב ואביהוא, און ר' יצחק זאגט אם נושאי ארונו של יוסף היו כבר היו יכולין ליטהר, אם מישאל ואלצפן היו יכולין היו ליטהר, נאר זאגט ר' יצחק אז עס זענען געווען מענטשן וואס האבן זיך מטמא געווען למת מצוה און חל שביעי שלהן להיות בערב פסח, ולא יכלו לעשות הפסח ביום ההוא, ביום ההוא אין יכולין לעשות הא למחר יכולין לעשות.
לכאורה איז שווער, אז אויף ר' עקיבא איז די קשיא נאך אסאך שטארקער ווי סתם ״יכולין היו ליטהר״. ביי מישאל ואלצפן שטייט דאך מפורש פריער אין פרשה ביי טהרת הלוים: ״וכה תעשה להם לטהרם, הזה עליהם מי חטאת״ (במדבר ח', ז). און לויט ר' לוי אין מסכת גיטין (דף ס.) אז שמונה פרשיות נאמרו בו ביום, איז די פרשה פון טהרת הלוים אויך געזאגט געווארן אין דעם זעלבן טאג. (רש''י ברענגט עס אין פ' נשא (קאפיטל ז' פסוק א')) אויב אזוי איז נישט נאר אז זיי האבן געקענט ווערן טהור, נאר לכאורה האבן זיי שוין געהאט בפועל דעם סדר הטהרה.
איינער מיט עפעס א תשובה?