הערות בפרשיות השבוע

צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 879
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1821

הערות בפרשיות השבוע

פאוסט דורך צווייטער »

די וואך אין פ' בהעלותך זאגט די פסוק: ויהי אנשים אשר היו טמאים לנפש אדם ולא יכלו לעשת הפסח ביום ההוא ויקרבו לפני משה ולפני אהרן ביום ההוא:

די גמרא אין סוכה (כ"ה ע"א) ברענגט א מחלוקת התנאים ווער עס זענען געווען די מענטשן וואס האבן געזאגט פאר משה רבינו: ״אנחנו טמאים לנפש אדם למה נגרע״.

ר' יוסי הגלילי זאגט אז דאס זענען געווען די נושאי ארונו של יוסף, ר' עקיבא זאגט אז דאס זענען געווען מישאל ואלצפן וואס האבן זיך מטמא געווען צו נדב ואביהוא, און ר' יצחק זאגט אם נושאי ארונו של יוסף היו כבר היו יכולין ליטהר, אם מישאל ואלצפן היו יכולין היו ליטהר, נאר זאגט ר' יצחק אז עס זענען געווען מענטשן וואס האבן זיך מטמא געווען למת מצוה און חל שביעי שלהן להיות בערב פסח, ולא יכלו לעשות הפסח ביום ההוא, ביום ההוא אין יכולין לעשות הא למחר יכולין לעשות.

לכאורה איז שווער, אז אויף ר' עקיבא איז די קשיא נאך אסאך שטארקער ווי סתם ״יכולין היו ליטהר״. ביי מישאל ואלצפן שטייט דאך מפורש פריער אין פרשה ביי טהרת הלוים: ״וכה תעשה להם לטהרם, הזה עליהם מי חטאת״ (במדבר ח', ז). און לויט ר' לוי אין מסכת גיטין (דף ס.) אז שמונה פרשיות נאמרו בו ביום, איז די פרשה פון טהרת הלוים אויך געזאגט געווארן אין דעם זעלבן טאג. (רש''י ברענגט עס אין פ' נשא (קאפיטל ז' פסוק א')) אויב אזוי איז נישט נאר אז זיי האבן געקענט ווערן טהור, נאר לכאורה האבן זיי שוין געהאט בפועל דעם סדר הטהרה.

איינער מיט עפעס א תשובה?
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
אוועיטער
יענץ מבין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 273
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
Location: brooklyn
x 1328

Re: הערות בפרשיות השבוע

פאוסט דורך יענץ מבין »

לעצטע וואך, פרשת נשא ביי די קרבנות פון די נשיאים, ברענגט רש"י פון ר' משה הדרשן א רמז אונטער די פונקטליכע מספר און וואג פון אלע קרבנות.

וואס איז אינטערסאנט איז, אז רש"י ברענגט דאס נאר אראפ ביי די צווייטע נשיא, פארוואס איז דאס רש"י נישט מסביר גלייך ביי די ערשטע נשיא?

נאר קען זיין, אז ביי די ערשטע נשיא דארף מען נישט קיין רמזים, ער האט געברענגט די צאל, ווייל דאס האט ער געהאט. אבער ווען מען זעהט אז די צווייטע נשיא האט געברענגט פונקט די זעלבע, דאס האט שוין געבאדערט פאר רש"י, היתכן ער האט סתם נאכגעמאכט זיין חבר?
ממילא זאגט רש"י, אז עס מוז זיין, אז עס איז נישט געווען סתם נאכגעמאכט, נאר עס איז האט געליגן א טיפערע קוונה אונטער די פונקטליכע מספר.
ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 879
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1821

Re: הערות בפרשיות השבוע

פאוסט דורך צווייטער »

@יענץ מבין זייער שיין, דער רמב''ן טאקע ביי די פרשת הנשיאים איז מאריך בנפלאות אז יעדער נשיא האט געהאט א עקסטערע כוונה ביי זייער קרבנות, אפילו זיי האבן יעדער געברענגט די זעלבע. והביא כן גם ממדרשי חכז''ל.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
אוועיטער
יענץ מבין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 273
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
Location: brooklyn
x 1328

Re: הערות בפרשיות השבוע

פאוסט דורך יענץ מבין »

בדרך צחות:

לעצטע וואך ביים זאגן אין די הפטרה: וַיְהִי בַעֲלוֹת הַלַּהַב מֵעַל הַמִּזְבֵּחַ הַשָּׁמַיְמָה וַיַּעַל מַלְאַךְ יְהוָה בְּלַהַב הַמִּזְבֵּחַ וּמָנוֹחַ וְאִשְׁתּוֹ רֹאִים וַיִּפְּלוּ עַל פְּנֵיהֶם אָרְצָה: וְלֹא יָסַף עוֹד מַלְאַךְ יְהוָה לְהֵרָאֹה אֶל מָנוֹחַ וְאֶל אִשְׁתּוֹ אָז יָדַע מָנוֹחַ כִּי מַלְאַךְ יְהוָה הוּא: וַיֹּאמֶר מָנוֹחַ אֶל אִשְׁתּוֹ מוֹת נָמוּת כִּי אֱלֹהִים רָאִינוּ: וַתֹּאמֶר לוֹ אִשְׁתּוֹ לוּ חָפֵץ יְהוָה לַהֲמִיתֵנוּ לֹא לָקַח מִיָּדֵנוּ עֹלָה וּמִנְחָה וְלֹא הֶרְאָנוּ אֶת כָּל אֵלֶּה וְכָעֵת לֹא הִשְׁמִיעָנוּ כָּזֹאת:

איז מיר שווער געווארן, מנוח האט דאך אויך געוויסט אז ער איז געבליבן לעבן, סך הכל האט ער אויסגעדריקט זיין עמאציענאלע פיללינג, ער האט געפילט זייער דערשראקן.

קומט זיין ווייב און אנשטאטס צו וועלאדעיטן זיין פיללינג, הייבט זי אן מסביר זיין מיט לאגיק פארוואס ער דארף נישט מורא האבן... הנשמע כזאת???

אפשר קען מען פארענטפערן, אז עס איז נאך דעמאלטס נישט געווען קיין נפשי אויסגאבעס...
ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 879
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1821

Re: הערות בפרשיות השבוע

פאוסט דורך צווייטער »

יענץ מבין האט געשריבן: דינסטאג יוני 02, 2026 3:46 pm בדרך צחות:

לעצטע וואך ביים זאגן אין די הפטרה: וַיְהִי בַעֲלוֹת הַלַּהַב מֵעַל הַמִּזְבֵּחַ הַשָּׁמַיְמָה וַיַּעַל מַלְאַךְ יְהוָה בְּלַהַב הַמִּזְבֵּחַ וּמָנוֹחַ וְאִשְׁתּוֹ רֹאִים וַיִּפְּלוּ עַל פְּנֵיהֶם אָרְצָה: וְלֹא יָסַף עוֹד מַלְאַךְ יְהוָה לְהֵרָאֹה אֶל מָנוֹחַ וְאֶל אִשְׁתּוֹ אָז יָדַע מָנוֹחַ כִּי מַלְאַךְ יְהוָה הוּא: וַיֹּאמֶר מָנוֹחַ אֶל אִשְׁתּוֹ מוֹת נָמוּת כִּי אֱלֹהִים רָאִינוּ: וַתֹּאמֶר לוֹ אִשְׁתּוֹ לוּ חָפֵץ יְהוָה לַהֲמִיתֵנוּ לֹא לָקַח מִיָּדֵנוּ עֹלָה וּמִנְחָה וְלֹא הֶרְאָנוּ אֶת כָּל אֵלֶּה וְכָעֵת לֹא הִשְׁמִיעָנוּ כָּזֹאת:

איז מיר שווער געווארן, מנוח האט דאך אויך געוויסט אז ער איז געבליבן לעבן, סך הכל האט ער אויסגעדריקט זיין עמאציענאלע פיללינג, ער האט געפילט זייער דערשראקן.

קומט זיין ווייב און אנשטאטס צו וועלאדעיטן זיין פיללינג, הייבט זי אן מסביר זיין מיט לאגיק פארוואס ער דארף נישט מורא האבן... הנשמע כזאת???

אפשר קען מען פארענטפערן, אז עס איז נאך דעמאלטס נישט געווען קיין נפשי אויסגאבעס...
ממש א עולם הפוך, די ווייב בארואיגט מיט לאגיק...
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
שרייב פאוסט