1. די ערשטע שבת וואס ער איז געוועהן אין סיביר (בשעת די מלחמה), האבן זיך יודן צוזאם גענומען צו פראווען שלש סעודות צוזאמען, ביים אנקומען צו ה' מלך האט די עולם זיך אויף געשטעלט.
די סאדאוונע רב, זייענדיג א פוילישע (ער איז געוועהן א שטארקע אלכסנדר חסיד),האט ער קיינמאל נישט געהערט פון אזא מושג פון זאגן ה' מלך אינמיטן שלש סעודות - איז ער געוועהן זיכער אז די עולם שטעלט זיך אויף וויבאלד זיי האבן באמערקט אז די KGB קומט צו גיין - איז האט ער זיך אויך אויפגעשטעלט אין זיך גענומען לויפן.
די עולם זעהנדיג אז סאדאוונע רב לויפט, האבן זיך פארגעשטעלט אז ער האט געזעהן אז די KGB קומט צו גיין, האבן זיי זיך אויך גענומען לויפן...
2. א גאליציאנע יוד איז אמאל צוגעגאנגען צום ציעשנוב'ער רב און אים געזאגט: היתכן דיין שוואגער - סאדאוונע רב - מאכט חוזק פון מיר? איך האב אים געפרעגט אויב מען גייט טאנצן הקפות שמיני עצרת צופרי (כמנהג צאנז) ביי אים אין ביהמ"ד, און ער האט מיר געענטפערט אז, יא. למעשה בין איך געגאנגן דאווענען ביי אים, און עס הייבט זיך נישט אן, מען האט בכלל נישט געטאנצען.
הייב נישט אן אפי' מיט די סקווירא מנהגים.....
אביסל מעט מן המעט פון פסח:
די מכות וויין אין אן ערד'נע כלי
א ברכה אויף הלל ערב פסח ביי מצות באקן
כשר'ן אלע טישטוכער האנטוכער מען רופט עס זאאלן
נאר אויף אנצוהייבן....
שלא לשמה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 19, 2026 2:36 pm

אין ספר 'אמרות טהורות' פון ראחמיסטריווקע רבי זי''ע (כ'געדענק נישט ווי, מסתם כמה מקומות) ברענגט ער זייער שיינע זאכן וואס ער האט געהערט פון זיין שווער הרה''ק מסקווירא זי''ע איבער די מנהגי קודש המקובל בבית סקווירא. די מערסטע האב איך הנאה געהאט פון די מעשיות וואס דער סקווירא'ע רבי זי''ע האט געהאט מיט חו''ז הגה''ק מהרי''ד מבעלזא זי''ע איבער די מנהגי קודש. זייער שיין און זיס, מלא חסידי'שן טעם.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
ווייס איך נאך נישט דעם סיבת המנהג, אבער דער געדאנק פון האבן רויע צוויבל אויפ'ן קערה איז מיר געווען א היבשער חידוש.
לדעתי בכלל נישט קיין חידוש ווען מווייסט וואס די אויסוואל איז בכלל געווען אין רוסלאנד....
אגב וועט אייך אויך זיין אינטערעסאנט אז אין אסאך רוסישע מקומות ובתוכם חב''ד נוצט מען א גארגל פארן זרוע.
דער אמת'ער חידוש פון רויע צוויבל איז אז מ'מאכט דערויף א בורא פרי האדמה כאטש וואס עפ"י הלכה מאכט מען א בפה"א נאר אויף געקאכטע צוויבל ווייל רויע איז נישט קיין דרך אכילה און דעריבער איז די ברכה שהכל, איך האב געזען אין די סקאליע הגדה רעדן וועגן דעם און דארט שטייט אז נאכן איינטונקען אין זאלץ וואסער גייט שוין ארויס די ארס (דוגמת מרור אין חרוסת) און דעריבער קען מען שוין מאכן א בופה"א.
אויב איך רעד שוין פון סאדאוונא רב און מנהגים וועל איך שוין צוצייכענען נאך א מעשה.
איך ווייס פון איינער וואס האט אנגערופן זיין זוהן די פריערדעגער סאדאוונא רב (ר' יעקב יצחק זצ"ל), און אים געזאגט אז ער נעמט צוזאם מנהגי אלכסנדר, און ער וויל הערן פון אים די מנהגים וואס ער געדענקט.
האט ער אים געזאגט אז ער זאגט שוין נישט קיין מנהגים, ומשום מעשה שהיה.
ומעשה שהיה כך היה:
איינמאל שבועות ביינאכט האט זיך די לעקטער אינעם סאדאוונא מקוה בטעות פארמאכט, האט מען אנגעצינדען אסאך נשמה לעכט אז עס זאל זיין עטוואס ליכטיג.
פארטאגס, ווען ער איז געגאנגן אין מקוה, האט אים איינער געפרעגט, וואס איז פשט פון די אלע לעכט דא, האט ער אים געענטפערט (בדרך צחות): וואס הייסט, שבועות ביינאכט קומען דאך אראפ אלע נשמות.
דערציילט סאדאונא רב ווייטער, אז אפאר יאר שפעטער האט ער עס שוין געטראפן געדריקט ערגעץ, אז אין סאדאוונא פירט מען זיך צו צינדן ליכט שבועות ביינאכט אין מקוה...
שלא לשמה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 19, 2026 2:36 pm
הייב נישט אן אפי' מיט די סקווירא מנהגים.....
אביסל מעט מן המעט פון פסח:
די מכות וויין אין אן ערד'נע כלי
א ברכה אויף הלל ערב פסח ביי מצות באקן
כשר'ן אלע טישטוכער האנטוכער מען רופט עס זאאלן
נאר אויף אנצוהייבן....
אין ספר 'אמרות טהורות' פון ראחמיסטריווקע רבי זי''ע (כ'געדענק נישט ווי, מסתם כמה מקומות) ברענגט ער זייער שיינע זאכן וואס ער האט געהערט פון זיין שווער הרה''ק מסקווירא זי''ע איבער די מנהגי קודש המקובל בבית סקווירא. די מערסטע האב איך הנאה געהאט פון די מעשיות וואס דער סקווירא'ע רבי זי''ע האט געהאט מיט חו''ז הגה''ק מהרי''ד מבעלזא זי''ע איבער די מנהגי קודש. זייער שיין און זיס, מלא חסידי'שן טעם.
טאקע הערליך שיין דארט אין אמרות טהורות, פון בית סקווירא איז ארויסגעקומען אפאר יאר צוריק "נתיבות קודש" הגדה של פסח אויך זייער שיין און רייך
יענץ מבין האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 19, 2026 3:34 pm
אויב איך רעד שוין פון סאדאוונא רב און מנהגים וועל איך שוין צוצייכענען נאך א מעשה.
איך ווייס פון איינער וואס האט אנגערופן זיין זוהן די פריערדעגער סאדאוונא רב (ר' יעקב יצחק זצ"ל), און אים געזאגט אז ער נעמט צוזאם מנהגי אלכסנדר, און ער וויל הערן פון אים די מנהגים וואס ער געדענקט.
האט ער אים געזאגט אז ער זאגט שוין נישט קיין מנהגים, ומשום מעשה שהיה.
ומעשה שהיה כך היה:
איינמאל שבועות ביינאכט האט זיך די לעקטער אינעם סאדאוונא מקוה בטעות פארמאכט, האט מען אנגעצינדען אסאך נשמה לעכט אז עס זאל זיין עטוואס ליכטיג.
פארטאגס, ווען ער איז געגאנגן אין מקוה, האט אים איינער געפרעגט, וואס איז פשט פון די אלע לעכט דא, האט ער אים געענטפערט (בדרך צחות): וואס הייסט, שבועות ביינאכט קומען דאך אראפ אלע נשמות.
דערציילט סאדאונא רב ווייטער, אז אפאר יאר שפעטער האט ער עס שוין געטראפן געדריקט ערגעץ, אז אין סאדאוונא פירט מען זיך צו צינדן ליכט שבועות ביינאכט אין מקוה...
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am
ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!