זענען אידן געווען פארמישט אין הרג'נען די 6 מיליאן קדושים רח"ל?
געפאוסט: זונטאג מערץ 15, 2026 3:42 pm
איך בין נישט געשלאפן די בעסטע נעכטן נאכט.
פרעגסט פארוואס?
ווייל מיין בחור זאגט מיר נעכטן: טאטי, די גרעסטע רוצחים פון אידן זענען ליידער געווען אידן אליין, די רשעים די ציוניסטן!
וואס הייסט? פרעג איך,
טראכטנדיג ביי מיר פון וואו דאס קומט צו אים? נישט איך און נישט ער האבן געלערנט אין מוסדות וואס זענען גערופן נאך א שטאט אין רומעניע.
זאגט ער מיר: איך האב געהערט אויף א פאפולערע טעלעפאן ליין א דרשה פון הרב מה"ש, א חשוב'ע פערזענליכקייט, וואס לייגט עס אראפ מיט אלע דעטאלן וואס זענען דאקומענטירט.
איך וועל עס דיר אנצינדן, וועסטו אליין הערן און זיך איבערצייגן.
נו, אומר ועושה, מיר האבן פארברענגט איבער א שעה הערנדיג פלאמדיגע ווערטער, און צווישן זיי געשרייען ווי: "רשעים ארורים", "ימח שמם", וכדומה.
שפעטער אין בעט האט עס מיר נישט געלאזט שלאפן; עס האט מיר געברויזט אין קאפ:
פארוואס דארף מען באשולדיגן אונזערע אייגענע ברידער אין דער גרעסטער קאטאסטראפע וואס האט אונז נאר באטראפן?
און מיט דעם ארומחושן און אנפילן יונגע מוחות מיט האס און שנאה?
איז ער אזוי נישט זיכער מיט זיין התנגדות צו ציונות מצד תורה'דיגע יסודות, אז מען קען זיך נאר פארזיכערן מיט'ן אויסמאלן די ציונים ווי בלוט-דורשטיגע ברידער-מערדער?
איז דאס וואס דער יסוד וואס די שיטה קעגן ציונות איז געבויט?
אבער איבער אלעס, האט מיך געגעסן די וועג וויאזוי מען טוט דאס, מיט א שלייער פון לאזונגען אז דאס זענען "פאקטן" און עס איז "דאקומענטירט", ווען אין פאקט נוצט מען האלבע דרושים און פשט'לעך וואס זענען געפלאכטן מיט ליגנט.
אין די אמת'ער פאקט איז, אז אסאך פון די אקציעס צו ראטעווען אידן זענען גאר געטאן געווארן דורך דעקלערטע ציוניסטן.
דאנט געט מי ראנג, זיכער אז מיט אונזער היינטיגן בליק, וואס איז א 20/20 היינדסייט וויזשן, קענען מיר זען וואו און וויאזוי טעותים זענען געמאכט געווארן, אבער דאס איז יעצט; מענטשן דעמאלטס האבן דאס אלעס נישט געוואוסט.
און איבער אלעם, די סארט טעותים זענען געמאכט געווארן ביי אלע קרייזן, נאר ווען עס איז ביי דיין אייגענעם קרייז רעדט מען נישט דערפון, אדער ווען איינער פרעגט זאגט מען: נו, וואס האט מען געקענט טון? עס זענען געווען פארנעפלטע אדער העכערע זאכן.
אבער אין די זעלבע צייט קאכט מען זיך איבער די טעותים פון אנדערע קרייזן, נאך מיט א שמיץ אריבער, מיט'ן צולייגן און פארדרייען די פאקטן, זאגן פשט'לעך און אריינלערנען כוונות, און מיט דעם פראקלאמירט מען: די רשעים די ציונים ימם שמם האבן געהרגעט זעקס מיליאן!
איך האב אסאך וואס צו שרייבן, און איך קען איבערגיין דעם בעל דרשנ'ס דרשה פונקט נאך פונקט און אויפווייזן סיי ווי מאדנע דער עצם לאגיק ער נצוט איז, אין סיי פון פאקטשע זאכן, באזירט אויף דאקומענטירטע פאקטן.
און צו זיין קלאר: איך באשולדיג נישט דער בעל דרשן, ער זאגט נאר איבער דאס וואס מען האט אים געזאגט מיט 30 יאר צוריק, נאר ער טוט עס אפשר מיט מער כח, און האס.
אבער אז מען קען דאס פארשפרייטן בחוצות – און ער קען אריינשרייען זיינע פשטלאך אין מיין בחור'ס מוח – וואלט רעכט געווען אז אנדערע זאלן קענען ארויסשטעלן די פאקטן, כדי כאטש ערוואקסענע זאלן קענען לערנען און אויסשמועסן די זאך מיט אן אמת, ווי ערוואקסענע מענטשן.
האב איך געטראכט אז אידטיש איז א פאסיגער פלאץ, וואו מען רעדט טאקע ווי ערוואקסענע, און מען האט נישט מורא אדורכצוטאן און אויסשמועסן א זאך אמתדיג.
אבער עס קען זיין אז איך האב א טעות, אין דאס איז נישט די פלאץ, - און צו שרייבן אין אלעס זאל געמעקט ווערן, האב איך נישט קיין צייט.
וועלן מיר זען אויב דאס וועט איבערלעבן; און אויב דער עולם וויל מען זאל ממשיך זיין, וועלן מיר בעזרת השם ווייטער גיין פונקט נאך פונקט, מיט פאקט נאך פאקט.
הוספה: דער המשך געפינט זיך דא.