בלאט 1 פון 1

איז די ברכה אויף פאטעיטא טשיפס "האדמה"?

געפאוסט: זונטאג יולי 30, 2023 3:13 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
דעם שבת נאכמיטאג האבמיר זוכה געווען צו טועם זיין פון די LAYS פאטעיטא טשיפ, וואס איז לעצטנס דא צו באקומען מיט די השגחה פון די עדה (גראדע א ערנסטע אישו מיט'ן זיך אזוי גרינג טועה זיין מיט די וואס ליגט אויפן שעלוו אין וואלמארט וכו', באט דעטס נאט דע נושא).

זעה איך די עדה שרייבט דערויף "ברכתו האדמה".

ס'די ערשטע מאל איך הער אזא געדאנק, ווייס איך נישט צו ס'איז מיין טעות אדער איז עס טאקע א חידוש. אפשר האט מען אנגענומען אז כהיום איז שוין דאס דער דרך וויאזוי מ'עסט רוב פאטעיטאס? הפנים כבין נייגעריג צו דאס איז אן אנגענומענע זאך.

Re: איז די ברכה אויף פאטעיטא טשיפס "האדמה"?

געפאוסט: זונטאג יולי 30, 2023 3:21 pm
דורך וואוילער
ס'דא אסאך פראדוקטן וואס די ברכה ווענדט זיך וויאזוי די פראדוקט איז געמאכט.
למשל קארן פלעקס איז באקאנט אז די ברכה איז אנדערש ביי איין קאמפעני ווי די צווייטע.

עטליכע קאמפעניס/הכשרים האבן לעצטנס אנגעפאנגען ארויפלייגן די ברכה אויף זייערע זאכן.

Re: איז די ברכה אויף פאטעיטא טשיפס "האדמה"?

געפאוסט: זונטאג יולי 30, 2023 4:22 pm
דורך veltsman
ביי אונז מאכט מען אויף פאטעטעס אויך שהכל איז נישט קיין נפק״מ

Re: איז די ברכה אויף פאטעיטא טשיפס "האדמה"?

געפאוסט: זונטאג יולי 30, 2023 4:24 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
ווער איז 'אונז'

Re: איז די ברכה אויף פאטעיטא טשיפס "האדמה"?

געפאוסט: זונטאג יולי 30, 2023 5:29 pm
דורך צדקת הצדיק
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 3:13 pm דעם שבת נאכמיטאג האבמיר זוכה געווען צו טועם זיין פון די LAYS פאטעיטא טשיפ, וואס איז לעצטנס דא צו באקומען מיט די השגחה פון די עדה (גראדע א ערנסטע אישו מיט'ן זיך אזוי גרינג טועה זיין מיט די וואס ליגט אויפן שעלוו אין וואלמארט וכו', באט דעטס נאט דע נושא).

זעה איך די עדה שרייבט דערויף "ברכתו האדמה".

ס'די ערשטע מאל איך הער אזא געדאנק, ווייס איך נישט צו ס'איז מיין טעות אדער איז עס טאקע א חידוש. אפשר האט מען אנגענומען אז כהיום איז שוין דאס דער דרך וויאזוי מ'עסט רוב פאטעיטאס? הפנים כבין נייגעריג צו דאס איז אן אנגענומענע זאך.
פאטעיטא טשיפס איז פינקט ווי סתם פאטעיטעס וואס איז דא וואס האבן זיך געפירט צי מאכן שהכל, אבער בפשטות ע״פ הלכה איז עס האדמה.

Re: איז די ברכה אויף פאטעיטא טשיפס "האדמה"?

געפאוסט: זונטאג יולי 30, 2023 5:50 pm
דורך טראפקעלע
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 3:13 pm דעם שבת נאכמיטאג האבמיר זוכה געווען צו טועם זיין פון די LAYS פאטעיטא טשיפ, וואס איז לעצטנס דא צו באקומען מיט די השגחה פון די עדה (גראדע א ערנסטע אישו מיט'ן זיך אזוי גרינג טועה זיין מיט די וואס ליגט אויפן שעלוו אין וואלמארט וכו', באט דעטס נאט דע נושא).

זעה איך די עדה שרייבט דערויף "ברכתו האדמה".

ס'די ערשטע מאל איך הער אזא געדאנק, ווייס איך נישט צו ס'איז מיין טעות אדער איז עס טאקע א חידוש. אפשר האט מען אנגענומען אז כהיום איז שוין דאס דער דרך וויאזוי מ'עסט רוב פאטעיטאס? הפנים כבין נייגעריג צו דאס איז אן אנגענומענע זאך.
פארוואס נישט? ס'איז נישט צומאלן?
דאס אז ס'איז די דרך צו עסן אזוי איז נאר שייך ביי קוגל אדער לאטקעס וכדו'.

אגב כ'ווייס נישט פארוואס הכשרים שרייבט נאך נישט ברכות אויף זייערע פראדאקטן, מענטשן ווערן אסאך נכשל בטעות (למשל געוויסע טשאקלעט וואס האט אריינגעמישט קוקיס, ועוד ועוד),
ווען ס'איז דא א מחלוקה, קען מען שרייבן ביידע דיעות, אזוי ווי די סקווירא'ע הכשר אויף סיריעלס.

Re: איז די ברכה אויף פאטעיטא טשיפס "האדמה"?

געפאוסט: זונטאג יולי 30, 2023 6:04 pm
דורך טראפקעלע
מענין לענין,
אויף אראנטש זשאָס טוט זיך אויך, אז מ'וואלט געדארפט מאכן א העץ, וויבאלד רוב אראנטשעס גייען פאר זשאָס,
דא א תשובה פון ברך משה איבער דעם.

Re: איז די ברכה אויף פאטעיטא טשיפס "האדמה"?

געפאוסט: זונטאג יולי 30, 2023 6:18 pm
דורך בן שמחה
די וואס מאכן אויף פאטעיטאס אדמה, פארוואס זאל עס זיין אנדערש ווען סאיז ממש גאנץ בלויז צושניטן און געפרעיגלט.

Re: איז די ברכה אויף פאטעיטא טשיפס "האדמה"?

געפאוסט: זונטאג יולי 30, 2023 7:27 pm
דורך אסמכתא בעלמא
א מורא'דיגע חידוש. קיינמאל געהערט אזאנס.

Re: איז די ברכה אויף פאטעיטא טשיפס "האדמה"?

געפאוסט: זונטאג יולי 30, 2023 7:46 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
טראפקעלע האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 6:04 pm מענין לענין,
אויף אראנטש זשאָס טוט זיך אויך, אז מ'וואלט געדארפט מאכן א העץ, וויבאלד רוב אראנטשעס גייען פאר זשאָס,
דא א תשובה פון ברך משה איבער דעם.
און? ס'דא ווער עס פירט זיך אזוי?

Re: איז די ברכה אויף פאטעיטא טשיפס "האדמה"?

געפאוסט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:03 am
דורך צייטווייליג
בן שמחה האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 6:18 pm די וואס מאכן אויף פאטעיטאס אדמה, פארוואס זאל עס זיין אנדערש ווען סאיז ממש גאנץ בלויז צושניטן און געפרעיגלט.
יא יא, סאיז נישט נשתנה געווארן די תואר פון די פרי/ירק. נישטא קיין שום טעם צו מאכן א צווייטע ברכה פון פאטעיטעס אויף וואס רוב וועלט מאכט האדמה

Re: איז די ברכה אויף פאטעיטא טשיפס "האדמה"?

געפאוסט: מאנטאג יולי 31, 2023 1:14 pm
דורך אני-הק'
א ריזן היימישן ציבור מאכט אויף קארטאפל די ברכה שהכל נהיה בדברו
און א ריזן פון דעם ציבור עסט אויך די טשיפ'ס, איז פארוואס שטייט מיט א זיכערקייט ברכתו האדמה ווען ס'איז דא אסאך קאסטומער'ס וואס נעמען אן אנדערש?
אפשר איז גאר פאטעטע יא האדמה, און נאר קארטאפל איז שהכל.... :D :D

Re: איז די ברכה אויף פאטעיטא טשיפס "האדמה"?

געפאוסט: מאנטאג יולי 31, 2023 1:50 pm
דורך איך
איך האב טאקע זייער הנאה פון די הכשרים וואס שרייבן ארויס וועלכע ברכה מען דארף מאכן איף די פרדוקט
אז איינער געט א הכשר קען איך אים געטרויען אויך אויף וועלכע ברכה מען דארף מאכן

Re: איז די ברכה אויף פאטעיטא טשיפס "האדמה"?

געפאוסט: מאנטאג יולי 31, 2023 3:55 pm
דורך בעריש סגל
אין ראפשיץ (און שפעטער צאנז) האט מען געמאכט שהכל אויף קארטאפל. באמת איז דאס געווען אלס ספק ברכה, און דאס איז וויכטיג צו וויסן פאר דער וואס פירט זיך אזוי, טאמער האט ער למשל פלייש און קארטאפל זאל ער מאכן שעם שהכל אויפן פלייש. אזוי אויך אויב מאכט מען האדמה פריער אויף עפעס אנדערש, קען מען שוין נישט מאכן קיין שהכל אויף קארטאפל.

פסח ביינאכט האט מען אין ראפשיץ יא גענוצט קארטאפל פאר כרפס און געמאכט א האדמה. מען פלעגט דאס רופן דער פיפטע קשיא.

לגבי פאטעיטא טשיפס ווענדט זיך וועלכע. די דאזיגע וואס זענען געמאכט פון גאנצע רעפטלך קארטאפל, מאכט מען דער זעלבע ברכה ווי אויף קארטאפל. אזעלכע ווי למשל גדילה - זיי קומען אין לאנגע טובס - ווערן געמאכט מיט קארטאפל מעל, און דערויף מאכט מען לכל הדעות שהכל.

Re: איז די ברכה אויף פאטעיטא טשיפס "האדמה"?

געפאוסט: מאנטאג יולי 31, 2023 6:54 pm
דורך וואוילער
איך האט געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 1:50 pm איך האב טאקע זייער הנאה פון די הכשרים וואס שרייבן ארויס וועלכע ברכה מען דארף מאכן איף די פרדוקט
אז איינער געט א הכשר קען איך אים געטרויען אויך אויף וועלכע ברכה מען דארף מאכן
ס'דא בעלי מכשירים וואס טענה'ן אז ער זאגט נאר אויב ס'כשר, אבער ער דארף נישט נעמען א שטעלונג אין די הלכה'דיגע שאלות פון ברכות.

Re: איז די ברכה אויף פאטעיטא טשיפס "האדמה"?

געפאוסט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:10 pm
דורך איך
וואוילער האט געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 6:54 pm
איך האט געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 1:50 pm איך האב טאקע זייער הנאה פון די הכשרים וואס שרייבן ארויס וועלכע ברכה מען דארף מאכן איף די פרדוקט
אז איינער געט א הכשר קען איך אים געטרויען אויך אויף וועלכע ברכה מען דארף מאכן
ס'דא בעלי מכשירים וואס טענה'ן אז ער זאגט נאר אויב ס'כשר, אבער ער דארף נישט נעמען א שטעלונג אין די הלכה'דיגע שאלות פון ברכות.
נאכמאל דאס איז זיכער אז די ברכה ווענד זיך ווי אזוי עס איז געמאכט געווארן ...
נו ווער נאך ווי די בעל מכשיר דארף וויסן וואס עס ליגט דארט????
ווער נאך קען אפי' וויסן וועלכע ברכה מען מאכט אויב נישט ער ??????

Re: איז די ברכה אויף פאטעיטא טשיפס "האדמה"?

געפאוסט: מאנטאג יולי 31, 2023 10:19 pm
דורך יאנטשי
איך האט געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:10 pm
וואוילער האט געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 6:54 pm
איך האט געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 1:50 pm איך האב טאקע זייער הנאה פון די הכשרים וואס שרייבן ארויס וועלכע ברכה מען דארף מאכן איף די פרדוקט
אז איינער געט א הכשר קען איך אים געטרויען אויך אויף וועלכע ברכה מען דארף מאכן
ס'דא בעלי מכשירים וואס טענה'ן אז ער זאגט נאר אויב ס'כשר, אבער ער דארף נישט נעמען א שטעלונג אין די הלכה'דיגע שאלות פון ברכות.
נאכמאל דאס איז זיכער אז די ברכה ווענד זיך ווי אזוי עס איז געמאכט געווארן ...
נו ווער נאך ווי די בעל מכשיר דארף וויסן וואס עס ליגט דארט????
ווער נאך קען אפי' וויסן וועלכע ברכה מען מאכט אויב נישט ער ??????
עס איז צוויי באזונדערע זאכן, אפילו נעמט אן א דיין לגבי כשרות מוז ניט זיין אז ביי די ברכה נעמט מען אן ווי אים

(למשל אפילו די אלע וואס האבן אלס געהאלטן אז מזונות ברויט איז המוציא האבן אבער געהעריג געגעסן התאחדות אפילו זיי געבן א הכשר אויף מזונות ברויט.

די זעלבע מיט די גאנצע געטוהעכץ איבער די ברכה אויף קדם לייט גרעיפ דשוס האט אבער קיינער פון די מעוררים נישט מפקפק געווען אין די השגחה פון אב"ד צהעלים שליט"א)