רבינו החת”ס זצוק”ל

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 956
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2575

רבינו החת”ס זצוק”ל

פאוסט דורך מסתמא »

רבינו החת”ס זצוק”ל, קורות ימי חייו


ה'תקכ"ג - אום ז’ תשרי ערב שבת תשובה סמוך לחשיכה איז רבינו משה ב"ר שמואל געבוירן אין פראנפורט דמיין, למספרם סעפטעמבער 24 1762, זיין מאמע מרת רייזל האט געשיקט צום פראנקפורטער רב ר’ אבישל זצוק”ל צו ציווארטן מיט קבלת שבת ביז דאס קינד געבוירט (סאיז משמע פון אנדערע פלעצער אז דאס איז געווען דער מנהג אין שטאט אין פאל פון א געבורט, צו ציווארטן מיט מעריב און נישט מקבל שבת זיין פרי). דער חת”ס איז געוועזן א בכור וועלכער איז געבוירן נאך יאארן לאנג פון ווארטן אויף קינדער, מרת רייזל איז ביים געבורט פונעם חת”ס שוין געווען 36 יאר. (זי האט דערנאך געהאט נאך צוויי קינדער, ר’ שמעון נפטר לע’ ה’תקכ”ז ור’ יוזפא נפטר ה’תקכ”ט)

תקכ”ו - ביי די 3 יאר איז דער חת”ס שוין געווען גענוג ערוואקסן פיזיש און גייסטיש אז זיין פאטער האט אים שוין געשיקט לערנען אין חדר. יעדעס צופרי, מיטאג און ביינאכט האט אים די מאמע גענומען אין די האנט אין חדר אריין בשעתן היטן אויף זיינע אויגן. דער חת”ס האט געפרעגט דעם מלמד אין פרשת ברשית אויף ”עפר מן האדמה” פארוואס דארף שטיין ערד פון ערד? אוואדע נעמט מען ערד פון ערד.. פון וואו דען? דער מלמד האט אים געשלאגן דערפאר.. ווען ר’ שמואל דער טאטע פונעם חת”ס האט דאס דערציילט פאר הגאון ר’ נתן אדלער זצוק”ל האט ער אים גע’עצה’ט אז ער זאל אפלאזן אלע זיינע געשעפטן און אליינס לערנען מיט זיין קינד, מורא האבנדיג דאס קינד מיט זיינע געבענטשטע כשרונות זאל חלילה נישט חרוב גיין צוליב עפעס א נערוועזן מלמד. די קומענדיגע פאר יאר האט דער חת”ס געלערנט מיט זיין טאטן. יעדע נאכט פלעגט אים דער פאטער פארלייגן א קשיא אין די נושא וואס מהאט געלערנט און דער חת”ס האט געמוזט אינדערפרי האבן א תשובה.. אויב האט ער נישט געוויסט קיין תשובה האט ער געקריגן א פסק אין בעסטן פאל, דאס האט אים געקאסט אסאך פעטש.

תקכ"ט - ביי די 6 האט ער שוין געלערנט תורה ביי הגאון ר' משולם זלמן חסיד זצ"ל. א נגיד ומחזיק ביהמ"ד ומקוה בביתו, ויש אומרים אז ער איז נאך אליינס געפארן צום הייליגן בעל שם הקדוש זי"ע (וויקי). יענע יאר האט דער חת”ס שוין געלערנט אלע דיני ברכות און זינט דאן עד יומו האחרון נישט געגעסן צוקער אלץ ספק ברכה טראץ זיין יארגאנג

תק"ל - ביי די 7 יאר האט ער שוין געקענט אויסעווייניג חמשה חומשי תורה, ובפרט ספר ויקרא תורת כהנים מסודר מיט די הלכות. אויכעט האט ער יענע יאר מסיים געווען מסכת ביצה צו די התפעלות פון די רבני העיר הגאון ר”נ אדלער און דער הפלאה. יארן שפעטער האט דער חת”ס נאכגעזאגט פאר זיינע תלמידים א חידוש אויף מסכת ביצה וואס ער האט דאן מחדש געווען.

תקל”א - ביי די 8 יאר האט דער גאון ר’ משה מרגליות דער בעל פני משה אויף ירושלמי באזוכט אין פראנקפורט און נאכן שמועסן מיטן חת”ס געבעטן די טאטע אז ער וויל אים מיטנעמען מיט זיך אבער די מאמע האט געוויינט און נישט געלאזט.

תקל"ב - ביי די 9 יאר האט ער שוין געלערנט אין די ישיבה פון הגאון החסיד שבכהונה ר' נתן הכהן אדלער זי"ע.

תקל”ג - פון די 10 יאר איז דער הייליגער חת”ס נישט געגאנגען קיין ד’ אמות בלא תורה ויראה. ער פלעגט שטיין אין ביהמ”ד אויפן אויווען זייענדיג נאך קורץ געוואקסן ביי די 10 יאר און זיך מיט’טענה’ען מיט די לומדי ביהמ”ד.

תקל”ד - פון די 11 יאר האט דער הייליגער חת”ס שוין יעדן טאג געלייגט סיי תפילין דרש”י און סיי תפילין דר”ת.

תקל”ה - ביי די 12 יאר האט דער חת”ס געהאלטן א דרשה, כנהוג דעמאלטס אז יעדע וואך זאל א צווייטער האלטן א דרשה אין א סוגיא, פאר די אנדערע תלמידים פון הגאון מהר”ן אדלער וואו ער האט זיך אויסגעדריקט אויף זיין זיידע דער גאון דער מהרשש”ך מיט בערך דאס לשון : אבער דער זיידע האט געהאט א טעות דא” דער חת”ס טאטע ר’ שמואל איז דאן צוגעגאנגען און אראפגעלאזט א פראסק פארן חת”ס ברבים און דער חת”ס איז שטיל געבליבן. הגר”ן אדלער האט אויסגעמוסרט דעם חת”ס פאטער אז דער חת”ס האט יא רעכט אבער דער הייליגער חת”ס אליינס האט גאר אליינס פארטיידיגט זיין פאטער זאגנדיג אז ער איז נאך בעצם צו יונג און אפילו ער פארשטייט נישט מיינט נאכנישט אז דער מהרשש”ך האט א טעות געהאט.. און ער האט זיך אנטשולדיגט.. למעשה האט הגאון ר”נ אדלער גוזר געווען אז דער חת”ס טאר מער נישט רעדן מיט זיין פאטער מורא האבענדיג אז דאס זאל זיך נישט איבערשפילן און סזאל חלילה נישט אפהאלטן דעם הייליגן חת”ס פון אויסשטייגן. דער חת”ס פאטער האט דאס מקבל געווען באהבה און פון דאן אן האט דער חת”ס ממש געוואוינט ביי זיין רעבין ר”נ אדלער.

תקל”ו - ביי די 13 נאכן נישט אויסהאלטן דאס נישט קענען רעדן מיט זיין טאטן האט דער חת”ס באשלאסן צו גיין לערנען קיין מיינץ (מאגענצא) צו הגאון ר’ טעבל שייאר זצ”ל (ר’ יעקב משה דוד טעבלי שייאר זצ”ל) א יליד פראנקפורט וועלכער האט געפירט די ישיבה אין מיינץ מיט זיין זון הגאון ר’ מיכל זצ”ל (ר’ יחיאל מיכל). ער האט דארטן באקומען די תואר "משוחרר" ד.מ. אז דער רבי איז מוחל על כבודו און דער תלמיד איז נישט מחיוב אין אים מכבד זיין, וואס נאר א מציון ביותר כמובן האט געקענט באקומען (סאיז פארהאן א מחלוקת צו ער האט דאס באקומען תיכף נאך א חודש פון דארט זיין אדער נענטער צום אהיימפארן). דער חת”ס איז אריינגענומען געווארן אין א בית גביר וואו ער האט געהאט צוטריט צו א ריזן אוצר הספרים און אויכעט ספרים איבער חשבון אסטראנאמיע און היסטאריע וכו’ וואס איז אים שפעטער צוניץ געקומען.

תקל”ז - טראץ זיין גוטע מצב בגשמיות האט זיך דער חת”ס שטארק פארבענקט אהיים און צו זיינע רביס, און זייענדיג ארום 15 יאר אלט איז ער אהיים געקומען צוריק קיין פראנקפורט זיין צוריק מיט זיינע רביס, עלטערן און געבורטסשטאט. דארטן האט ער ווייטער געלערנט אין די ישיבה פונעם הייליגן ההפלאה און הגאון ר”נ אדלער זי”ע.

תקל”ט - ביי די 16 יאר האט דער חת”ס געענדיגט גאנץ ש”ס און בפקודת רבו הגאון ר”נ אדלער האט ער געפאסט 3 טאג ברציפות, ביים דריטן טאג האט ער שפאצירט מיט זיינע פריינט אין די פעלדער אין פ”פ און א גוי האט זיי געוואלט שעדיגן, די חבירים זענען אנטלאפן און דער חת”ס איז געבליבן אליינס, דער חת”ס האט אראפגעלאזט דעם גוי איין קלונגעדיגן פראסק פון וואס ער האט אויפן פלאץ גע’פגר’ט. דאס יאר איז דער חת”ס פאטער ר’ שמואל ע”ה נסתלק געווארן לחה”ה.

תקמ”א - פון די 18 יאר האט דער הייליגער חת”ס נישט פארפאסט א טאג אין די יאר פון לערנען תורה ברבים מיטן אויסנאם פון ת”ב, אפילו ליל יו”כ האט ער פארגעלערנט די עבודה. עפ”ר האט ער פארגעלערנט טעגליך 3 שיעורים.

תקמ”ב - נאך גרויסע רדיפות מצד די פראנקפורטע אידן צוליב זיין קבלה’דיגע מנהגים (נוסח ומבטה ספרדית, קבלה מעשיות, ברכת כהנים בכ”י, חשדות בהכת ש”ץ וכו’ ) האט הגאון הקדוש ר’ נתן אדלער באשלאסן צו אננעמען דאס רבנות אין די שטאט באסקאוויץ אין מעהרין (היינט טשעכיי). א ריזן ציבור האט ארויסבאגלייט ר”נ אדלער אויפן וועג קיין באסקאוויץ, דער חת”ס האט זיך אנגערופן: כוויל ווייטער קענען באדינען דעם רעבין אזויווי דא אין פראנקפורט! דאן האט זיך דער חת”ס געכאפט אז יתכן אז ער האט דא געמאכט א נדר און זיך געבעטן מיט טרערן אז הגאון ר”נ אדלער זאל אים מיטנעמען אבער דער גאון האט געזאגט: סאיז נישטא קיין פלאץ אינעם וואגן.. הגאון ר”ש סופר מקראקא זאגט אז דאס איז געווען ווי א נסיון מצד ר”נ צו זעהן אויף ווי ווייט דער חת”ס וועט חושש זיין צום מוצא שפתיך תשמור.. עכ”פ, ר”נ האט הפנים געוואלט אז דער חת”ס זאל פארבלייבן אין פראנקפורט. דער חת”ס האט צוגעווארט אז דער וואגן זאל זיך דערווייטערן און דאן האט ער זיך ארויסגעלאפן אין א געלויף צופיס קיין באסקאוויץ!! באופן פלא האט ער דערגרייכט זיין רעבין אין א גאסט הויז נאכן לויפן א טאג און א נאכט. זיין רעבין דערזעענדיג דעם חת”ס איז זייער נתרגש געווארן און ער האט אים ארויפגענומען אויפן וואגן און מיטגענומען מיט זיך קיין באסקאוויץ. אינטערוועגנס האט ר”נ אדלער זיך אפגעשטעלט אין פראג און באזוכט דעם הייליגן נודע ביהודה וועלכער האט מכבד געווען דעם הייליגן חת”ס מיט א דרשה שבת קודש אין ביהכ”נ, וכך הוה, ער האט דארטן גע’דרשן’ט אין די סוגיא פון ציץ מרצה. דארטן אין פראג האט זיך דער חת”ס באקאנט געמאכט מיט הגאון הגדול ר’ דוד דייטש
וועלכער איז לימים געווארן גאר שטארק בידידות מיטן הייליגן חתם סופר (וואס איז געווען עטוואס יונגער פון אים) זעה דא
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=11154
(אט די מעשה האט פאסירט אדער אין סוף תקמ”ב אדער אין אנהייב תקמ”ג)

תקמ”ג - דאס יאר אין חודש כסליו איז הגאון ר’ נתן, זייענדיג 41 יאר, אנגעקומען קיין באסקאוויץ מיט זיין תלמיד דער חת”ס קיין באסקאוויץ בכדי אנצונעמען דאס רבנות אין שטאט. דארטן אין באסקאוויץ האט דאן געוואוינט דער בעל מחצית השקל מורינו הגאון ר’ שמואל קעלין זצוק”ל וואו ער האט אויפגעהאלטן א ישיבה און געלערנט מיט בחורים, טראצדעם וואס ער האט אין זיין לעבן נישט געוואלט אננעמען אויף זיך קיין עול הרבנות. לויט ווי סאיז מקובל אין די משפחת החת”ס פלעגט דער חת”ס יענע טעג אין באסקאוויץ גיין צו די שיעורים פונעם מחצית השקל אין שו”ע או”ח.

תקמ”ה - צוליב א וויכטיגער ענין פארבינדן מיט א מסירה אויף מהרנ”ת אדלער זצוק”ל (כבין נישט אינגאנצן קלאר אין די פרטי הדברים) איז ר’ נתן געפארן צוזאמען מיטן חת”ס קיין עיה”ב וויען. איבער דער נסיעה ברענגט דער חוט המשולש אראפ אז פון נאך די טויערן פון שטאט באסקאוויץ איז דער פאהרמאן איינגעשלאפן און דער גאנצער וועג געדויערט אן ערך פון 2 שעה, ממש קפיצת הדרך.. דער בעל עגלה האט זיך אויפגעוועקט שוין אין וויען מיט מידע אויגן אינגאנצן צימישט נישט וויסנדיג וואס אזאנס דא גייט פאר.. דארטן אין וויען זענען זיי איינגעשטאנען אויף פסח ביי דעם גביר ר’ נתן ארענשטיין ע”ה וועמענס קינדער זענען שוין געכאפט געווארן אין השכלה, דער חת”ס איז געגאנגען עפעס איינקויפן אין מארק פאר יו”ט און ביים צוריקקומען האט ער געזעהן דעם גביר’ס שניר בגילוי ראש און דער חת”ס האט איר אריינגעגעבן א א פסק אז אזוי זעהט נישט אויס קיין בת ישראל און זי האט געסטראשעט אז אויב ווארפט מען נישט ארויס דעם חת”ס פון דערהיים וועט זי מחלל יו”ט זיין און אהיימלויפן צוריק צו אירע עלטערן בעצם חג הפסח. דער נגיד ר’ נתן האט זיך שטארק באדאנקט פאר חת”ס פארן איר באזאגן אבער ער האט זיך געבעטן ביי אים אז ער זאל פארלאזן די הויז פשוט אפצוהאלטן חילול יו”ט פון זיין שניר. פירט דער לקוחב”ח אויס: ואתה בן אדם, פקח עיניך וראה, אם יש עוד נין ונכד לר”נ ארענשטיין בתוך בני ישראל. ואלה תולדות פרועות ראש בבנות ישראל. אגב, ברענגט דער חת”ס איבער יענער פסח אז סאיז נישט געווען צו באקומען ריינע ראומעין לעטטוס און אז מהאט יוצא געווען די מרור אויף כריין. דארטן אין וויען איז הגאון ר”נ נתכבד געווארן אלץ כהן ביי א פדיון הבן (תשובות חת”ס יו”ד רצ"ד).
שפעטער דאס יאר ביום ג’ כ”ב סיון ש’ תקמ”ה ביי די 22 און אהאלב איז דער חת”ס א חתן געווארן צום שטאט פרוסטיץ מיט אן אלמנה מרת שרה מלכה בת ר’ משה יערוויץ זצ”ל ראב”ד פרוסטיץ וועלכער איז נארוואס נפטר געווארן אין תקמ”ה, נישט ווייט פון באסקאוויץ וואו דער חת”ס איז געווען. דער שידוך איז צישטאנד געקומען אין די דערנעבענדיגן שטאט ברין (ברונא?). איר ברודער א גביר ר’ הירש יערוויץ האט זיך אינטערגענומען א נדן פון הונדערט גילדן און 4 יאר קעסט מיט א מעגליכקייט עס צו פארלענגערן מיט נאך 3 יאר. הגאון ר”נ אדלער האט אים אפירגעהאלטן דערפאר אפאר מאל היתכן ער טוט אזוי חתונה צו האבן צו א פרוי אן אלמנה וואס איז דאפלט אזוי אלט ווי אים (כפי השמועה האט זי נישט געקענט האבן קיין קינדער, שמעתי) און הגרנ”א האט זאגאר פארגעשלאגן א חשובע שידוך פון פפד”מ... אבער דער חת”ס האט קלארגעשטעלט אז איינמאל ער איז שוין איינגעגאנגען אויפן שידוך וועט ער נישט צוריקציען און מבזה זיין א בת ישראל. דער חת”ס איז אהיימגעפארן קיין פראנקפורט נעמען א ברכה פון זיין מאמע און אינטערוועגנס זיך אפגעשטעלט אין קעלין (ביהעמען, היינט טשעכיי) וואו ער האט ציווארפן עפעס א געוויסע רב’ס דרוש בשעת יענעמס דרשה צוליב דעם וואס ער האט זיך אויסגעדריקט אפאר יאר פריער מיט זילזול אויף ר’ נתן אדלער מיטן לשון; סקומט זיך זיי פאר די שטאט באסקאוויץ פארן אויפנעמען דעם דייטשער און נישט מיך... אנקומענדיג קיין פראנקפורט האט ער געוואלט אפנעמען טויזנט גילדן נדן וואס איז געליגן אוועקגעלייגט ביי זיין רעבין דער הפלאה דורך דעם חת”ס פעטער וואס האט מנדר געווען דאס געלט ע”מ שיחיה בנו. אבער דער הפלאה האט עס אים נישט געגעבן מיטן טענה אז דער חת”ס מאמע האט אים נישט געגעבן רשות צו פארלאזן פראנקפורט. ביני לבין ווען דער חת”ס איז צוריק און חתונה געהאט קיין פרוסטיץ איז דער פעטער פארארעמט געווארן און ארויסגעבארגט די דאזיגע טויזנט גילדן פונעם חת”ס/הפלאה און ער האט דאס אויכעט דערלייגט..

תקמ”ו - דאס יאר האט ר”נ אדלער פארלאזט די שטאט באסקאוויץ נאך ווייטערדיגע רדיפות וואו דער חת”ס האט אים באגלייט ביז די שטאט פיורדא אין בייערן (דייטשלאנד) דער חת”ס האט געקלערט ווייטער אהיימצופארן צוזאמען מיט זיין רעבין אבער דארטן אין פיורדא אום יום ה’ ג’ כסליו תקמ”ו האט הגאון ר”נ אדלער אים באפוילן צוריק צו פארן צו די שטאט פרוסטיץ (מעהרין) וואו ער איז געווען א חתן און ער זאל דארטן לערנען דערווייל מיט תלמידים. סהאט דעם חת”ס נישט געשמעקט צו גיין אליינס צו די שטאט פרוסטיץ וואס איז געווען א שבתאי’שע פעסטונג נאך פון די טעג פון לייבל פרוסטיץ שר”י, אבער נאך א ווארימע געזעגענונג מיט א פארשריבענע לוח פון שיעורים און זמנים ע”פ די פסקים פונעם רבי’ן אויף הלכה למעשה איז דער חת”ס געגאנגען אויפן וועג קיין פרוסטיץ און געלערנט דארטן מיט בחורים און בעלי בתים צוגלייך. אין פיורדא איז געוועהן דאס לעצטע מאל וואס דער חת”ס האט געזעהן זיין רבי’ן הגאון הגדול ר”נ אדלער זצוק”ל. דאס יאר תקמ"ו (למספרם 1786) ביי די 25 איז דער חת”ס געפארן קיין פרוסניץ.
דאס יאר איז אויכעט הגאון ר’ וואלף באסקאוויץ בן הגאון הגדול דער בעל מחצית השקל (ר’ בנימין וואלף באסקאוויץ בן הגאון ר’ שמואל קעלין זצ”ל) נתקבל געווארן אלץ רב אין קעלין (מעהרין, היינט טשעכיי). זיין פאטער דער מחצית השקל האט אים געשריבן א בריוו: הנה שם עמך הבחור מפראנקפורט, אל תסור מכל אשר יורך ימין ושמאל” און כך הוה, זיי זענען געווען גאר נאנט און טעגליך פלעגן בחורים פון ר’ וואלף’ס ישיבה קומען לערנען מיטן חת”ס א שיעור טפל (גערופן היינט א שיעור בקיאות). ביני לבין איז ארויס א געזעץ אין מעהרין אז ווער סאיז נישט קיין סיטיזען דארף פארלאזן דאס לאנד. דער חת”ס האט נישט געוויסט וואס צו טון, צו אפשר זאל ער יעצט יא אפלאזן די שידוך? סוכ”ס קען ער דאך נישט קענען בלייבן וואוינען דא במילה און היות ער קען זיך נישט רעכענען אויף די קעסט פון זיין שוואגער, אדעתא דהכי קען ער ווען אפשר יא אפלאזן די שידוך? ער האט געשיקט א בריוו צום הייליגן הפלאה פרעגן וואס צו טון, נאכדעם וואס איז פארביי מער פון א פערטל יאר אן קיין תשובה האט דער חת”ס געקלערט אז דער הפלאה וויל נישט מכריע זיין און ער האט חתונה געהאט בשעה טובה אין שטאט סעמניץ (אונגארן).. איין טאג דערויף האט ער באקומען די בריוו פונעם הפלאה וואו ער שרייבט אז ער דארף נישט חושש זיין ”כי לית דין צריך בשש, ובלי ספק יבא לעיר מולדתו, ושמה בתופים ובמחולות יצאו לקרתו..” האט דער הייליגער חת”ס אבער געזעהן אז דאס אלעס איז מן השמים און אויף דערווייל געבליבן וואוינען אין שטאט סעמניץ.. ר’ וואלף דער רב אין שטאט איז אויכעט געווען אין א פארלעגנהייט ווייל היות ער איז געווען פארהייראט צו א פרוי פון אובן ישן (היינט בודא פון בודאפעסט) און ער האט אויכעט געוואוינט אין בודאפעסט פאר א וויילע האט ער אטאמאטיש פארלוירן זיין מעהרין’ער בירגערשאפט און ער האט אויכעט געדארפט פארלאזן די שטאט.. די בני הקהילה האבן געשיקט א בריוו צום קיסר בעהטן אז מזאל מאכן אן אויסנאם פארן רב און אלץ א נ.ב. אויכעט געבעטן אן אויסנאם פארן חת”ס היות ער האט געלערנט מיט בחורים בחינם. דער קיסר האט געפסקנט אז פארן רב גיבט ער א פארלענגערונג פון 3 יאר צו פארלאזן דאס שטאט און דער בחור, יעצט שוין א יונגערמאן, וואס האט געלערנט מיט יונגע בחורים בחינם ווערט תיכף ומיד א מעהרינער סיטיזען און אט אזוי האט זיך דער חת”ס צוריק אומגעקערט קיין פרוסטיץ און ווייטער פארברענגט די קומענדיגע 7 יאר אין פרוסטיץ. ר’ וואלף איז א וויילע דערויף געווארן רב אין שטאט באניאד (אונגארן). די גאנצע 7 יאר פון דעם חת”ס וויילן אין פרוסטיץ האט ער נישט געגעסן קיין פלייש צוליב דעם וואס דער רב ר’ וואלף איז נישט געווען אינגאנצן רואיג מיט די באגלויבטקייט פון די קצבים. איזוי אויכעט האט דער חת”ס דארטן מקיים געווען 2 יאר ברצופות דעם ישנתי א”ז ינוח ל”י און געשלאפן בלויז 8 שעה און דאן געוועזן אויף פאר 40 שעה אין וועלכע ער האט געלערנט ברצופות, און דאס איז חוץ מזה וואס דער חת”ס איז קיינמאל נישט געשלאפן אין די שעה ביינאכט פון 11 ביז 12 אלץ סגולה קעגן א מ”ל. רוב לימודים האט דער חת”ס געלערנט בעמידה אזויווי ער האט זיך געפירט כל ימיו.

תקמ”ח - סאיז נישט פאריבער קיין צוויי יאר פונעם חת”ס חתונה און דער מצב הפרנסה ביים שוואגער האט אנגעהויבן גיין מטה מטה. דאן האט דער חת”ס פרובירט זיך צו לערנען שניידעריי פונעם דערנעבענדיגן שניידער... ער האט געזוכט א פרנסה אזויווי די תנאים ואמוראים פלעגן צו טון... מיטן חשבון צו ארבעטן בייטאג און לערנען ביינאכט. אבער שוין זייענדיג דאן אין די מיטעלע צו העכערע צוואנציגער יארן איז עס אים שוין נישט געגאנגען..

תקנ”ג - איין פרייטאג צונאכטס האט דער חת”ס באמערקט אז די רעבעצין גייט נישט מיטן שבת’דיגע שטערן טיכל (סאיז געווען די מנהג צו גיין שבת מיט אזא סארט גאלדענע קרוין) און ער האט איר געפרעגט פארוואס זי טוט עס נישט אן לכבוד שבת, האט זיך די רעבעצין ציוויינט אז זי האט עס געדארפט פאר’משכון’ען בכדי צו קענען בארגן געלט אויף שבת צו מאכן.. הערשט דאן האט דער חת”ס צום ערשטן מאל מסכים געווען אין טעאריע צו אננעמען א רבנות פאסטן, אויב סוועט זיך מאכן אזא געלעגנהייט.. און טאקע נישט לאנג דערויף דאס יאר תקנ”ג אום ג’ אלול ביום א’ האט דער חת”ס באקומען א כתב רבנות פונעם שטאט דרעזניץ אין וועלכע זיי רופן אים צו ווערן רב אין שטאט..

תקנ”ד - אנהייב יאר אין טו”ב (י”ז) חשון ביום ד’ האט דער רב המדינה הגאון מהר”ם באנעט זצוק”ל געגעבן די אפיציעלער היתר הוראה פארן חת”ס וואס דאס האט אים ערלויבט צו אפיציעל אננעמען דאס רבנות’שאפט מטעם המדינה אויכעט. אין דאס יאר תקנ"ד (למספרם 1794) האט דער חת”ס אפיציעל מקבל געווען אויף זיך די עול הרבנות אין שטאט דרעזניץ (מעהרין).

תקנ"ח - (למספרם 1798) האט ער מקבל געווען אויף זיך די עול הרבנות אין שטאט מאטערסדארף, וועלכער ציילט זיך צווישן די שבע קהילות פון מדינות בורגענלאנד (מאטערסדארף איז דאן געווען אינטער אונגארן און איז היינט אינטער עסטרייך). דער חת”ס איז אנגעקומען מיט א בכבוד’יגער משלחת פון ראשי קהילה קיין מאטערסדארף. די שטאט איז געווען אויסגעצירט מיט בלומען לכבוד דעם נייעם רב מיט יובלען און געשרייען פון שמחה אן קיין אפשטעל. דער חת”ס האט דארטן עטאבלירט א שיינע ישיבה מיט פילע תלמידים, פון וועלכע עס זענען ארויס גדולי עולם. טייל תלמידים זענען נאך מיטגעקומען פון דרעזניץ, צווישן זיי א בחור פנחס ליב וועלכער האט שפעטער חתונה אין מאטערסדארף געהאט צום חת”ס שטיף טאכטער, א קרובה צו רעבעצין שרה מלכה וואס ער האט אויפגעצויגן, נישט האבנדיג נאך דאן קיין קינדער. שפעטער האט דער חת”ס אויפגעצויגן אין מאטערסדארף נאך א שטיף קינד, א קליין קינד מיטן נאמען עזרא א זון פון ר’ נתן דער מאטערסדארפער חזן הכנסת ואכמ”ל. אין מאטערסדארף האט דער חת”ס געוואוינט אויפן צווייטן שטאק פון א בנין און פונעם פענסטער פון זיין שטוב האט מען געקענט זעהן אריין אינעם בית החיים. די 9 יאר אין מאטערסדארף און די 5 יאר אין דרעזניץ האט דער חת”ס געלערנט בעמידה און נישט געשלאפן אין קיין בעט. ווען ער איז געווארן מיד האט ער געלייגט זיין פיס אין קאלט וואסער און ווען ער האט שוין געשפירט אז ער מוז שלאפן האט ער געלייגט זיין שטערן אנגעליינט אויף א שליסל און ווען סאיז אראפגעפאלן האט ער זיך אטאמאטיש אויפגעוועקט.. וחוזר חלילה, זי”ע (עפי”ס חוט המשולש).

תקנ”ט - אום ט”ו אלול האט קהל טריטש (מעהרען) געשיקט אן איינליידענונג צום חת”ס צו ווערן דארטן רב וואס דאס האט באוואויגן דעם מאטערסדארפער קהילה צו מוסיף זיין צו זייערע התחייבותער אזוי אז דער חת”ס זאל פארבלייבן.

תק”ס - אום יום ד’ כ”ז אלול איז הגאון ר’ נתן אדלער זצוק”ל נסתלק געווארן לחה”ה און נקבר געווארן צומארגנס אין פפד”מ. אום כ”ז תשרי איז אנגעקומען די שמועה צום הייליגן חת”ס וועלכער האט אים מספיד געווען בפישוט ידים ורגלים פארנט פונעם ארון קודש, דערציילנדיג דערביי אז ער האט געזעהן אין חלום ספרי תורה באקליידעט מיט שווארצע מענטעלעך און אויף זיין וואונדער האט מען אים געענטפערט אז דאס איז דאך דער מנהג אין פראנקפורט צו אנטון ספרי תורה אין שווארצן ביום תענית ציבור. פון דאן אן פלעגט דער חת”ס יערליך גיבן א דרשה ביום ז”ך אלול לכבוד דעם יאהרצייט פון זיין רבי’ן.

תקס”א - האט קהל דרעזניץ זיך געבעטן אז דער חת”ס זאל צוריקקומען ווערן רב אבער אין דער לעצטער מינוט האט עס דער חת”ס אפגעזאגט ווייל די ישיבה איז שוין געווען צו גרויס אז סזאל זיין לאגיש פאר דרעזניץ עס צו קענען אויפהאלטן, טראץ איר שטארקע רצון. הגם דער חת”ס האט זיך שטארק געבענקט קיין דרעזניץ, האבנדיג דארטן די בעסטע צייטן מיט א גרויסע שפע.

תקס”ב - דער חת”ס האט זיך געטראפן זיין דער רב פון א שטאט אין צענטער פון א ברענעדיגע מחלוקת.
סהאט זיך געהאנדלט איבער די זכות פון ווער סהאט די רעכט ארויסצודינגען די לאקאלער ביר ברענעריי, דער דאזיגער מחלוקה האט אריינגענומען גרויסע און איינפלוסרייכע משפחות וואס האט עווענטועל אריינגעצויגן די גאנצע שטאט אין א ריזן מחלוקת עד כדי כך אז דער חת”ס האט באשלאסן צו אוועקגיין פון שטאט און אננעמען א פרישע רבנות פאסטן וואס מהאט אים פארגעשלאגן אינעם וויענער נוישטאט (אביסל אראפציר אויפן מאפע פונעם עיר הבירה וויען, עסטרייך) נאכן פרובירן מיט אלע מיטלען צו ברענגען צו א שלום אבער אן ערפאלג. דער חת”ס האט שוין געהאלטן ביים אויפטרעטן מיט זיין געזעגענונגס דרשה.. אבער אלע פלענער האבן זיך געטוישט ווען ס’האט ממש דאן אויסגעבראכן א שריפה אין שטאט מאטערסדארף, טאקע פון אט דעם ביר ברענעריי בנין (פון א גויאישע דירה) וואס האט פארברענט דעם גאנצן אידישן קווארטל אויסער דעם בית הכנסת. דער פייער האט פאסירט בעצם שבת קודש ביום ח”י אדר בשנת תקס”ב, הארט בעפארן שבת’דיגער געזעגענונגס דרשה.
דער דאזיגער ביר ברענעריי איז געוועזן בעבר געדינגען ביי א יוד וועלכער האט דארטן געקאכט אין שבת און דער פריערדיגער רב ר’ ירמי’ ע”ה שוין זייענדיג אין שטאט סאנטוב האט געשאלטן אז דער הויז זאל פארברענט ווערן. און יעצט איז דאס מקיום געווארן..

דער דאזיגער שריפה גופא האט געפירט צו פרישע געפעכטן אין די קהילה פונקטליך די גדרים פון יעדעמס פראפערטי. דער חת”ס האט אבער באשלאסן נישט צו פארלאזן דעם קהילה אין אירע שווערסטע צייטן און האט צוזאמענגעשטעלט גרויס געלט פון איבער דער וועלט בכדי צוריק צושטעלן די קהילה אויף אירע פוס.
צו מסביר זיין, אין מדינת בורגענלאנד אין וועלכע מאטערסדארף האט זיך געפונען איז דעמאלטס געווען א געזעץ אז קיינער טאר דארטן נישט חתונה האבן חוץ אויב ער פארמאגט א פראפערטי אויף זיין נאמען. דאס האט באדייט אז אין יעדע הויז האט יעדעס שטוב באלאנגט פאר איינעם אנדערש.. סאיז גארנישט געווען פשוט. און דער חת”ס האט נאכן שריפה געדארפט קובעה זיין פונקטליך יעדעמס חלק פון וואו ביז סגייט. מדערציילט אויף יענע תקופה אז די שטאט ריכטער האט אמאל איבער א ספעציפישע פאל, נאך טענות פון איין בעה”ב אויפן רב’ס פסק, געפרעגט דעם חת”ס אויף וואס ער בויעט זיין פסק.. סהאט זיך געדוכט פאר די ריכטער אז דער חת”ס איז כאילו מתנבא מפי הגבורה אן קיין דעקונג און טיילט גרעניצן.. דער חת”ס האט אפיר גענומען א האמערל און אויפגעהאקט די אויבערשטע שיכט ליים און געוויזן קליפ און קלאר ווי די ציגל אקוראט אויף יענעם ארט טוישט איר ריכטונג און איז אנדערש געלייגט, זייענדיג מסביר דערביי אז ער האט דאס באמערקט שוין אויף די ליים פון דערויסן לויט ווי די טראפן פונעם דאך גייען, ווייל דאס גייט געווענטליך ביי די גרעניצן. זי”ע.
אין יענע תקופה איז דער חת”ס אריבער ביטערע ענייות עד כדי כך אז ער האט נישט געהאט קיין געלט אויף צו קויפן פאפיר, עכ”ז האט דער חת”ס אפגעזאגט דאס רבנות פון שטאט נייטרא וואס מהאט אים דאן אנגעטראגן.

דאס יאר תקס”ב ביום ח”י תשרי איז אין פרעסבורג נסתלק געווארן דער גאון וקדוש דער רב ר’ משולם איגרא זצוק”ל און דער פרעסבורגער רבנות פאסטן איז ליידיג געבליבן ביז דעם חת”ס אויפנאמע 5 יאר דערויף.

תקס”ד - דאס יאר האט קהל באלאש יארמוטה געשיקט רופן דעם חת”ס ווערן דארטן רב, נאכדעם וואס הגאון ר’ וואלף באסקאוויץ האט איבערגעלאזט דאס רבנות אין שטאט שוין קרוב צו א יאר און זיך געצויגן קיין קעלין (בוהעמיע, טשעכיי), אבער דער חת”ס האט עס אפגעזאגט.

תקס”ה - דאס יאר ד’ תמוז איז דער חת”ס צווייטער רבי הגאון הגדול ר’ פנחס הלוי איש האראוויץ זצוק”ל נסתלק געווארן, דער חת”ס האט געהאלטן אויף אים א ביטערע הספד און אים באוויינט פאר לאנגע טעג.

תקס"ז - (למספרם 1806) האט דער חת”ס מקבל געווען אויף זיך די עול הרבנות אין פרעסבורג. דאס איז געקומען נאך לאנגע דיונים מצד די פרעסבורגער קהילה און זיך נישט קענען אייניגן אויף א רב ביז דער נאמען פונעם חת”ס איז אויפגעקומען, דערצו זייענדיג ממש בשכינות אין מאטערסדארף. און דערצו האט איינער פון די נכבדי העיר ר’ זלמן בערנוי ע”ה אראפגעלייגט די גרויס כבוד וואס ר’ משולם זצוק”ל האט אפגעגעבן דעם חת”ס ביי א באזוך נאך אלץ אב”ד דרעזניץ אסאך מער ווי זיין שטייגער (י”א דאס איז געווען אויפן וועג צו אננעמען דאס רבנות אין מאטערסדארף און אז הגאון ר’ משולם האט זיך דאן אויסגעדריקט מיט א לשון אז דער חת”ס וועט נאך פארשפרייטן תורה פון פרעסבורג. דאס זעהט אויס קראנט) וואס דאס האט געפירט אלע צו מסכים זיין פה אחד צום חת”ס התמנות. ביום ג’ פרשת לך לך דאס יאר איז דער חת”ס אנגעקומען קיין פרעסבורג.

ארום די התמנות אין פרעסבורג איז אויכעט דא צו שמועסן. בקיצור, אין פרעסבורג איז געוועזן א למדן מיטן נאמען רבי זלמן ליב סג”ל (ר’ שלמה ארי’ זלמן ליב גרינספעלד וועמען דער חת”ס האט לימים בשנת תקע”ד געהאלפן ווערן רב אין דונאסערדעהעלי), זיין בני משפחה האבן נישט געקענט אראפשלינגען אז מהאט אים נישט אויפגענומען אלץ רב אין פרעסבורג (משטייט דא שוין 5 יאר נאך ר’ משולם’ס פטירה, כנראה איז עס נישט געווען מרוצה), ר’ זלמן ליב איז געוועזן א גרויסער חריף און געקענט ציווארפן סיי וועלכע לומדישע דרשה. די בני משפחה האבן בסוד נאכגעשריבן פונעם חת”ס פנקס אלע חידושי תורה וואס דער חת”ס האט געהאט פארשריבן אויף די סוגיא וואס ער דער חת”ס האט פארשפראכן צו דרשנען אום שבת מיטן חשבון עס צו אפווענדן.. דער חת”ס איז געוואר געווארן דערפון און צוגעגאנגען צום ספרים שאנק און אפיר גענומען א גמרא און אריינגעקוקט דערין.. סהאט זיך אויפגעמישט א גמרא עדיות.. און אט אויף דעם האט דער חת”ס געזאגט זיין דרשה. דאס האט געלאזט דעם גאנצן ציבור נבהל ונשתומם און כמובן אז די דרשה איז געוועזן מיט הצלחה. דארטן האט דער חת”ס געזאגט צווישן די שורות: אויב קהל פרעסבורג איז א זריז (מיטן זיך אנגרייטן פירכות..) אפשר ווייל זיי רעכענען אז כבין א סריס (נישט האבנדיג קיין קינדער) און סוועט ענק נישט קאסטן א הויז ווערטשאפט.. וויל איך ענק זאגן אז אז דארטן האבעך נישט זוכה געווען צו קיין קינדער אבער דא וועל איך אי”ה אויפשטעלן א שטוב.. הפלא ופלא. סהאט נישט גענומען לאנג און גאנץ פרעסבורג האט געלעבט גאר אין גוטן מיטן הייליגן חת”ס און אינגאנצן מקבל מרות געווען פון אים.

תקס”ט - דאס יאר האט זיך די שטאט פרעסבורג געטראפן אין צענטער פון א מלחמה צווישן מלכות עסטרייך און מלכות פראנקרייך, דער באקאנטער נאפאליאן האט דאן דארטן ארום געוואויוועט. דער חת”ס האט מעורר געווען דעם ציבור צו תשובה ותיקון המעשים און קיין איין איד איז טאקע נישט אומגעקומען במשך דעם גאנצן קריג טראצדעם וואס כמעט אלע בנינים זענען טיילווייז אדער אינגאנצן חרוב געווארן מיטן אויסנאם פון 4 בנינים, דאס רעכנט אריין דעם הויז פונעם חת’ס ביזן ביהכ”נ. בעפאר דעם קריג האו מען געוויזן דאס אלעס פארן חת”ס אין פארשידענע חלומות און חזיונות, הן בחלום והן בהקיץ... און דער חת”ס האט דאס אלעס פארשריבן.

תק”ע - דאס יאר בשעת פרעסבורג איז געווען אינטער די פראנצויזן זענען געווען צוויי אידן, עמיצער מיטן נאמען מרדכי אבערברייט מיט נאך איינעם וועלכע פלעגן גיין אויפן שלאכטפעחד צוזאמעננעמען געווער פון די געפאלענע זעלנער און/אדער סתם איבערגעלאזטע געצייג און עס אפשיקן קיין בודאפעסט פאר די עסטרייכער ארמיי. לימים האט מען זיי געכאפט און נאך ניסי ניסים זיי ארויסגעלאזט אויף דער פריי.. למעשה האט אויסגעבראכן א סיכסוך צווישן זיי איבער דאס געשעפט און זיי זענען געגאנגען צו דין תורה ביים פרעסבורגער בי”ד.. ווען איינער האט געזעהן אז ער פארלירט דעם דין תורה איז ער געגאנגען מיטן פסק פונעם בי”ד (הגם דער חת”ס אליינס האט נישט גע’חתם’עט דערויף) מאסרן דעם חת”ס אין קאלאבעראציע און שפיאנאזש פאר די עסטרייכער, והא ראיה ער האט זיי נישט איבערגעגעבן פארן פראנצויזישער קריגסגעריכט.. און דערצו איז נאך דער חת”ס א דייטשער געבוירענער.. נאך א שרעקעדיגע געריכט/אויספארשונג ארומגענומען מיט א רינג פון סאלדאטן מיט אויסגעשטרעקטע שווערד, האט מען פריי געשפראכן דעם חת”ס, נאך דעם חת”ס אויפטריט אין געריכט. א פלא, דער שופט איז געוועזן א פראנצויזישער זעלנער ווען דער חת”ס האט געלערנט אין מיינץ ביי ר’ טעבל שייאר און ער האט נאך געדענקט דעם חת”ס ווען זיי ביידע האבן זיך אויפגעהאלטן ביים זעלבן נגיד אין שטוב און דער חת”ס איז געוועזן גאר העפליך צו אים און אים ארויסגעהאלפן מיט וואס אימער.. דער שופט איז אריין מיטן חת”ס אין א שטוב שמועסן פריוואט וואו דער שופט האט זיך אנטפלעקט ווער ער איז און בארואיגט דעם חת”ס אז ער ווייסט אז ער טוט נישט קיין שלעכטס און ער האט אים טאקע פולקאם באפרייט.

תקע"א - (למספרם 1811) האט דער חת"ס אפגעהאלטן דאס אויפשטעלן אין פרעסבורג א בית הספר מיטן ציל צו לערנען לימודי חול. דאס יאר האט דער עסטרייכער קייזער יאזעף (נישט דער שפעטערדיגער פראנץ יאזעף) צוליב די מלחמות אפיציעל געמאכט אינפלאציע דורכן פלוצים אנערקענען אלע מטביעות אלץ א פינעפטל פון איר ארגינעלע ווערד.. און אסאך שאלות זענען אנגעקומען צום חת”ס איבער דעם נושא וויאזוי צו באהאנדלען פריערדיגע חובות. דער לאקאלער שטאט האלטער גראף אפפאני פלעגט שטילערהייט נאכקוקן אלע בריעוו ארויס פונעם חת”ס און ער האט געכאפט התפעלות פונעם חת”ס קענטעניסט אין געזעץ אזש אד ער איז געווארן א שטארקע אנהענגער פונעם חת”ס און מיט זיין הילף האט דער חת”ס אפגעהאלטן דאס בויען די קינדער שולע. דער גראף אפפאני פלעגט פרעגן פון די אלע וועלכע זענען אים געקומען בעטן פאר אן אישור צו ערעפענען אזא שולע: און וואס זאגט ענקער רב?.. אזוי שטארק פלעגט דער לאקאלער מושל האלטן פונעם חת”ס.
דאס יאר אום פרשת בשלח י”א שבט תקע”א איז פארגעקומען דער באקאנטער דרשה פונעם חת”ס גערופן דער אויסטערליצער שלאכט (ע”ש דעם בארימטער רוסלאנד פראנצויזישער שלאכט אום י”א כסליו תקס”ו אין אויסטערליץ). דער דרשה איז געווען א הספד אויפן רב פון אויסטערליץ ר’ יעקב גלייוויג זצ”ל. דער דרשה איז צישטאנד געקומען נאכדעם וואס דער פריערדיגער פארנאכטס האט עמיצער פון די משכילים געזאגט פארן חת”ס אז זיי האבן שוין באשלאסן צו עפענען א קינדער שולע און דער חת”ס האט געזאגט: דאס וועט נישט מצליח זיין, לא תקום ולא תהיה! און דער מחוצף האט צוריק געשריגן: דו וועסט זעהן וועמענס ווערטער וועט שטיין בלייבן.. דער דרשה איז געווען אזוי שטארק מיט אזויפיל אהבת תורה ויראת שמים אז טייל פון די פריצים אליינס זענען נתרגש געווארן. דער שפיץ פונעם דרשה איז אז מקען נישט זיין קלוגער פון אונזערע עלטערן און חכמים. אויב לערנט מען מיט די קינדער בלויז פשטות התורה און מלאזט די גמרא און הלכה אויף שפעטער דאן טרעפט מען זיך מיט ערוואקסענע אפגעפארענע באקעס וועלכע זענען בוחר אין הפקירות. מדארף לערנען מיט די קינדער צום ערשט די דברי חז”ל וואס זענען אונז מחייב, דאס איז דער עיקר און דערמיט דארף מען אנהייבן.

תקע"ב - (למספרם 1812) דאס יאר אום י”ג מנחם אב איז דער חת"ס ערשטער רעבעצין די צדקת שרה מלכה נפטר געווארן. דער חת”ס האט איר ביטער באוויינט זייענדיג א ריכטיגע אשת חיל, ככלות השבעה האט דער חת”ס באפוילן צו שטעלן א מציבה. פילע שידוכים האט מען אנגעטראגן דעם חת”ס אבער ווען מהאט אנגעטראגן דעם טאכטער פון הגאון הגדול ר’ עקיבא אייגער זצוק”ל די רעבעצין שרל, וועלכע איז געווען אן אלמנה בזיו"ר פון ר' אברהם משה קלישר, דאן איז אלעס אטאמאטיש אראפ פון טיש און שוין אום כ”ח מנחם אב זעהט מען שוין א בריוו איבער דעם שידוך. איבער דעם שידוך איז דאך באקאנט די מעשה ווי יעדער פון די צוויי גאונים האט געקלערט אז דער צווייטער וועט נישט וועלן זיך משדך זיין מיט אזא ע”ה ווי איהם.. און ווי גרויס איז שמחה געווען ביי ביידע ווען דער צווייטער האט מסכים. געוויסע האבן אבער ארויסגעלאזט א שמועה איבער די אויסזעהן אז סאיז ממש נישט און חז”ל זאגן דאך אסור לקדש וכו’ נאכן אראפשיקן צוויי נכבדי הקהילה הנגיד ר’ הירש לוביאס מיט נאכאיינעם און באשטעטיגן אז סאיז לגיונות איז דער שידוך צישטאנד געקומען. זיי האבן נישט געוואלט רעדן בפרטיות כמובן ובפרט צום רב פון שטאט דער הייליגער חת”ס דעריבער האבן זיי זיך אויסגעדריקט מיט דאס לשון: מאת ד’ היתה ”זאת” היא נפלאת בעינינו” אלץ מליצה, און אזוי איז דער הייליגער חת”ס צוגעגאנגען צום שידוך.

תקע”ג - דער תנאים און חתונה מיט רעבעצין שרל איז פארגעקומען אין אייזענשטאט אום יום ה’ כ”ג מר חשון תקע”ג. און טאקע מיט אט די צדקת האט דער הייליגער חת"ס האט געהאט אלע זיינע קינדער (פיר יונגלעך; אברהם-שמואל, שמעון, יוזפא, און יצחק לייב. און זיבן טעכטער: הינדל, גיטל, ינטל, שמחה, רייכל, רייזל ואסתר).
עקסטערדעם, האט זי אריינגעברענגט אירע צוויי טעכטער מזו”ר גליקל וועלכע איז אוועק יונג און מרת ראדיש וואס דער חת”ס האט געגעבן 1200 גילדן פאר איר נדן, די סכום וואס דער חת”ס האט גענומען נדן פון איר מוטער ביים חתונה האבן מיט איר..


תקע"ה - אום א' באדר א' (למספרם 1815 פעברואר 11) איז געבוירן הרב הגאון ר’ שמואל בנימין סופר זי”ע, דער כתב סופר.

תקע"ט - (למספרם 1819) דאס יאר איז ארויס אין שטאט דעסאו פון עמיצער לעיזער ליבערמאן א ספר ציטיילט אין צוויי חלקים, דער ערשטער חלק האט געהייסן ”אור נוגה” און דער צווייטער ”נוגה צדק” מלא כפירה מיטן ציל צו אפחוזקן און אויסרייסן די תורה הקדושה רח”ל. דער חת”ס איז דאן געווען בקשר מיט אלע גדולי עולם פון יענע דור אין בריוו. צו ר’ משה מינץ פון אובן ישן שרייבט ער: כרעד נישט דערפון דאהי צו קיינעם, ווייל כ”ז מיר לעבן דאהי בשלוה פארוואס דארף איך צירייצן די שלאפעדיגע דערנער דאהי? בעסער צו לוחם זיין צו דערווייטנס מתוך שלוה פון דער נאנט. צו ר’ מרכי באנעטה זצוק”ל און צו ר’ עקיבה אייגער זצוק”ל האט דער חת”ס מסביר געווען פארוואס ער קומט נישט ארויס מיט א ספר עס אפווענדן: זיי וועלן דרוקן דערויף בכמות כהנה וכהנה.. און ווער וועט פסק’נען ווער סהאט רעכט? די קאפעהייזער און ווערצהויז זיצער? השכם והערב עליהם לבית המדרש והם כלים מעליהם! דער חת”ס שרייבט דארטן אז פארוואס זאל עס נקבע ווערן לדורות כאילו דא איז געווען אפילו צוויי צדדים. נאך שרייבט דער חת”ס אז ווען נישט דאס אז רעק”א רודף’ט אזוי דעם ליעבערמאן (כבין נישט קלאר אין די פרטי הדברים) מן יימר אז ער וואלט געשריבן דעם ספר נוגה און זיך מתחבר געווען צו די רעפארמער. דער שפיץ נקודה פונעם חת”ס איז געווען דאס נישט זיך איינגעבן און פירן אן אפענע מלחמה פערזענליך מיט מענטשן און/אדער זיי אפענטפערן, נאר אדרבה ואדרבה זיך ווייטער גיין מיט אונזער אויסגעטרעטענע וועג און לוחם זיין מיט יראת חטא, ענוה און מיט א הארץ צו תורה און עבודת השם.
דאס יאר האט אויכעט דער חת"ס זיך צוגעשטעלט צום בי"ד פון האמבורג אנטקעגן אויפשטעלן דארטן א רעפארמער טעמפל אויפן איניציאטיוו פון עפעס א גביר א משכיל מיטן נאמען בער הערצבערג וועלכער האט פרובירט איינפירן שינויים אין בערלין, האמבורג און איטאליע ווי דאווענען אויף דייטש און שפילן אויף כלי שיר בשת קודש ויו”ט אין די בתי כנסיות וכו’ רח”ל. דער חת”ס שרייבט דארטן אין זיין תשובה צום האמבורגער בי”ד;
אילו היה דינם מסור בידינו היה דעתי להפרישם מעל גבולינו. לא יותן מבנותינו לבניהן ומבניהם לבנותינו, כי היכי דלא ליתי לאמשוכי אבתרייהו. ויהיה עדתם כעדת צדוק ובייתוס ענן ושאול. אינהו בדידהו ואנן בדידן. כל זה כ"ל להלכה ולא למעשה מבלי רשות דמלכא יר"ה. וזולת זה יהי דברי בטילים וכלא חשיבי.”
דאס יאר תקע”ט האט דער חת”ס ביים ז’ אדר דרשה געשטורעמט קעגן דעם דעמאלטסדיגער אראדער ראבינער אהרן חארינער (אין א בריוו צו רעק”א באטילט אים דער חת”ס אלץ אח”ר מיט די ווערטער ”זה שמו לעולם..) וועלכער איז דאן געוועזן דער ראש המשכילים אין אונגארן און ער האט ציביסלעך פרובירט מתיר זיין געהעריגע איסורים, לדוגמת א מינקת חבירו נאך 3 חדשים וכו’ און דער חת”ס האט דערביי גע’אסר’ט צו האלטן ביי זיך זיין’ס א ספר געדריקט אין די משכילישע קובץ נוגה צדק און אזוי אויכעט גע’אסר’ט דעם משכילישער אור נוגה. סאיז שפעטער נתגלה געווארן א בריוו וואו דער אח”ר שר”י שרייבט צו דער ארכי בישאף פון קאלוצ’א אז ער פרובירט דאס נאנטברענגען אידישקייט צו קריסטעטנטום היל”ת ימ”ש.

תקפ"א - אום י"ג בטבת (למספרם 1820) איז געבוירן הרב הגאון ר’ שמעון סופר זי”ע דער רב פון קראקא דער בעל מכתב סופר. אום חודש שבט האט דער חת”ס באקומען אן איינליידענונג פון ק”ק פיורדא צו איבערנעמען דאס רבנות (דער בריוו איז דאטירט צו ווערן געשריבן מוצש”ק ח”י שבט) נאכדעם וואס א יאר פריער איז דער רב פון פיורדא נסתלק געווארן לחה”ה, הגאון ר’ משולם זלמן הכהן דער בעל שו”ת בגדי כהונה זצ”ל. אבער נאכדעם וואס הנגיד התורני ר’ הירש יפה ע”ה האט גע’טענה’ט צום חת”ס אז מאי חזית צו מאכן פון פיורדא אידן און לאזן אין די אונגארישע גלילות אינטערגיין דאס יהדות.. האט דער חת”ס מקבל געווען זיינע רייד און אין א מכתב דאטירט אויף יום ב’ ג’ אדר ראשון אפגעזאגט דעם איינליידענונג.
דאס יאר אום ט”ו אדר ב’ שנת תקפ”א איז דער חת”ס ברודער יוזפא נפטר געווארן לחה”ה נישט איבערלאזנדיג קיין קינדער און דער חת”ס האט געדארפט גיבן חלוצה פאר זיין ברודערס ווייב מרת חולדה וועלכע האט זיך אנגעשטרענגט צו קומען קיין פרעסבורג און נישט מחייב געווען דעם חת”ס צו קומען ביז פראנקפורט, עפעס וואס דער חת”ס האט איר גאר שטארק מכיר טוב געווען פארן נישט אים מאכן מבטל תורה זיין.
אין דעם יאר תקפ”א זענען אלע קינדער פונעם חת”ס אנגעשטעקט געווארן מיט עפעס א אינטערגאנג רח”ל און אין חג הסוכות איז איין 4 יעריג קינד פונעם חת’ס יצחק ליב נפטר געווארן און דער חת”ס האט דערמאנט די רעבעצין אז סאיז יו”ט און פון דאן אן ביז מוצאי יו”ט האט די רעבעצין נישט פארלאזט קיין טרער. אויף יענעם יאר איז באקאנט דער מעשה אז דער ישמח משה האט געזעהן דעם צורה פונעם חת”ס ביי כל נדרי ביינאכט און האט פארשטאנען דערפון אז ער דארף רחמים און מוצאי יו”כ איז טאקע אנגעקומען די פאסט ווי דער חת”ס בעהט צו דאווענען פאר זיינע קינדער. אויכעט איז באקאנט אז דער חת”ס האט זיך דאן אויסגעדריקט אויפן כתב סופר אז ער האט אים אויסגעפויעלט נאך 50 יאר שוין נאכדעם וואס די חברה קדישא האט געצינדן ליכט פאר אים און געזאגט פסוקי יחוד. אום סוכות זיצנדיג אין סוכה האט דער חת”ס געזאגט אז ער הערט זאגן תהילים, מאיז געגאנגען קוקן אינעם ערשטן שטאק אין ביהכ”נ אין הויז פונעם חת”ס און מהאט גארנישט געזעהן וכו’ ביז דער חת”ס האט זיך אנגערופן; אויב זאגט מען נישט תהילים דא אינטן דאן זאגט מען תהילים דארטן אויבן” און פון דאן אן זענען אלע קינדער אויסגעהיילט געווארן איינס ביי איינס, מיטן אויסנאם פון הילד יצחק ליב וועלכער איז אוועק אין יו”ט.

תקפ”ב - דאס יאר אום י”ז אדר איז דער חת”ס מאמע הצדקת מרת ריזל ע”ה נפטר געווארן. דער חת”ס שרייבט אין א בריוו צו רעק”א אייגער אז ליינענדיג צוויי קושיות בהלכות שמחות וואס ר’ עקיבא אייגער האט געשיקט צום חת”ס איז ער דערשראקן געווארן זייענדיג א גברא קפדנא און דאן איז געקומען צו אים די שמועה איבער די פטירה פון זיין מאמע. דער מוטער פונעם חת”ס האט גערופן איר געוועזענע שנור מרת חולדה אשת ר’ יוזפא , דעם חת”ס ברודער, יענעם טאג נאך תפילת מנחה אין פראנקפורטער ביהכ”נ ווי איר שטייגער איז געווען טעגליך צו דאווענען און זי האט געבעטן פון איר תכריכין זאגנדיג אז היינט איז געקומען איר טאג און נאך אייניגע תפילת במעמד הנשים איז זי נסתלק געווארן מיט מיתת נשיקה. (המעשה מובא בחוט המשולש)

תקפ”ז - דאס יאר איז מיטן איניציאטיוו פון חארינער געלונגען פאר די משכילים צו עטאבלירן א בית חינוך פאר קינדער אין וועלכע זיי האבן פארשפראכן צו לערנען חכמות חיצוניות רוב פונעם טאג און ממש א מעט מן המעט תורת השם, דער חת”ס האט געשטורעמט מיט א דרשה ז’ אב און דאן צוויי טאג דערויף זענען די פוחזים וריקים בעצם יום ט’ באב זיך צוזאמענגעקומען צו א סועדת מריעים רח”ל וואס דאס האט נאכגעפאלגט שבת ואתחנן מיט א פרישער דרשה פונעם חת”ס. סוכ”ס האבן די ווערטער פונעם חת”ס געהאט אן השפעה און די אלע פארמישט אין די שענדליכע עזות זענען נאך דאס יאר געשטארבן. איינער האט זיך געהאנגען און א צווייטער האט זיך דערטראנקען וכו’ איינער פון יענע איז אנטלאפן קיין וויען זעענדיג וואס פאסירט האט געשריבן אן איבערבעטונגס בריוו מיט א בקשה אז דער חת”ס זאל אים אינזינען האבן ביים דאווענען.. האט דער חת”ס געענטפערט: כוועל אים אינזינען האבן ביי ולמלשינים אל תהי תקוה, און נישט לאנג דערויף איז יענער אויכעט אומגעקומען. עכ”ז האט דער חת”ס נישט ארויסגעוויזן קיין שמחה. יענע חברה האבן געטון די ראדיקאלע שריט בכדי צו ברענגען דעם חת”ס צו פשרות, ווייניג האבן זיי געוויסט אז דער חת”ס איז געווען אנטשלאסן זיך צו אפטיילן פון זיי אינגאנצן, בכלל נישט גיין מיט זיי צום טיש.

תקצ”א - (למספרם 1831) איז געווען דאס יאר וואס דער חת”ס האט זיך פארעלטערט און אנגעהויבן ליידן אויף פארשידענע שוואכקייטן און מיחוש’ן, ביז צו די 68 איז דער חת”ס ניטאמאל ווייס געווארן.

תקצ"ב - (למספרם 1832) ביום ג’ ח”י אדר ב’ איז רעבעצין שרל נפטר געווארן און בו ביום נקבר געווארן זייענדיג בלויז 44 יאר אלט, דער חת”ס האט ביי זיין הספד אויסגערעכנט אויף איר דעם גאנצן קאפיטל ”אשת חיל” און ער האט אויכעט פאר איר מיטה פארגעליינט איר צוואה אין וועלכע זי בעהט איבער איר מאן אין כלומרשט זיך נישט אפגעבן גענוג מיט אים, זייענדיג א בעלת יסורים. און זי האט אויכעט באפוילן אירע קינדער נישטנצו פאסטן אין איר יארצייט נאר זיך מזרז זיין בלימוד התורה און אז די טעכטער זאלן בעטן די מענער יענע טאג צו לערנען פלייסיגער, דער חת”ס האט עס געהייסן פאלגן.

תקצ”ג - דאס יאר האבן די פאליטיקאנטן אינעם רייכסטאג פון פרעסבורג מעט געקומען צום מסקנה פון גיבן די אידן גלייכבארעכטיגונג, באקאנט אלץ עמאנציפאציע. די ראשי קהילה האבן דאן געבעטן דעם חת”ס אז ספאסט צו האלטן א דרשה אין הכרת הטוב צו די מלכות. דער חת”ס האט געהאלטן א גאר ווארימע דרשה אום ח’ טבת תקצ”ג אין וועלכער ער האט אויסגעדריקט הכרת הטוב צו די מלוכה וכו’ דער חת”ס האט אראפגעלייגט א משל ווי א מלך האט פארטריבן זיין קינד פאר לאנגע טעג, ווען דער קעניג האט באשלאסן צו בויען א הערליכע פאלאץ פאר זיין זון דארטן אין גלות מיט אלע סארט באקוועמליכקייטן הערשט דאן האט זיך דאס קינד ביטערליך ציוויינט, זאגנדיג; ביז אהער האב איך מיך נאך גערישט יעדן טאג אז דו וועסט מיך אהיימנעמען אבער יעצט אז דו מאכסט מיך אזוי באקוועם אין גלות ווייזט דאס אז דו פלאנסט מיך צו לאזן דא נאך פאר א לאנגע צייט.. דער חת”ס האט זיך צושריגן מיט א ביטער הארץ: רבותי! איך האלט ניכט מעהר אויס, איך מוסס מטיח דברים כלפי מעלה זיין” מה לו לאב שהגלה את בניו, מה חסר לו לאבינו שבשמים ”וואס פעלט אים” אשרי למלך שמקלסין אותו בביתו כך בתורה ובתפילה ומה גם בארץ נכריה, אבער אוי להם לבנים שגלו משולחן אביהם! אתה ד’ לעולם תשב כסאך לדור ודור! דיך פעלט גארנישט.. אבער, למה לנצח תשכחינו תעזבינו לאורך ימים.. לאמיר מתפלל זיין אויף משיח צדקינו! דער חת”ס האט דערביי אנגעכאפט זיינע צוויי פיאות און זיך אוועקגעדרייט די פנים מיט בכיות נוראות און זיך ממש געהאקט די קאפ אין ארון קודש, סאיז דארטן פארגעקומען אין ביהמ”ד בכיות נוראות ווי קיינמאל געזעהן דארטן בעפאר אין היסטאריע. (מובא בדרשות ח’ טבת תקצ”ג, ובמשכיל אל דל ח”ב כלל י’ נאך מער באריכות פון ר’ הלל קאלעמייער וועלכער איז אליינס געווען דארטן ביים דרשה). מאנכע האבן גאר באצייכנט דעם דרשה אז דער אויסטערליצער שלאכט צוליב די עמאציפאציע און שטעלנדיג אין שאטן אלע פריערדיגע דרשו (עיין בזכרון יהודה על חת”ס)
דאס יאר אום ניסן צייט איז דער חת”ס נתמנה געווארן אלץ נשיא ארץ ישראל אויף די צדקה קאסע נאך א מחלוקת צווישן די חסידים און פרושים איבער די חלוקת המעות און א בריוו פונעם ישמח משה זצוק”ל דאטירט אויף יום ב’ כ”ז ניסן תקצ”ג.

תקצ”ה - דאס יאר האט דער חת"ס חתונה געהאט צו רעבעצין חי' די אלמנה פון ר" צבי הירש הלר (גערופן ר' צבי הירש חריף) פון אלט-אובן, היינט באקאנט אלץ בודא (א חלק פון בודא-פעסט) וועלכער איז נסתלק געווארן דאס יאר אום כ”ה תשרי תקצ”ה (לפלא אינעם זעלבן טאג אין חודש פונעם חת”ס). דאס איז געקומען נאכדעם וואס די צווייטע ווייב פונעם חת”ס האט זיך צו אים באוויזן און אים מרמז געווען אז די הויז דארף א שמירה.
דאס יאר איז אויכעט פארגעקומען די מעשה מיטן דייטשן ש”ס אין וועלכער דאקטער פיננער האט ארויסדערווישט אן הסכמה פונעם חת”ס נאכן זיך אהערשטעלן ווי אן ערליכער איד און משקר זיין אז ר’ נתן אדלער ע”ה מלאנדאן דער בעל נתינה לגר (א נעפיו פון ר’ נתן אדלער הגדול, דער רבי פונעם חת”ס) איז אויכעט פארמישט אינעם פראיעקט. נאכן אריינבליקן אין דעם ש”ס און טרעפן דברי השכלה האט דער חת”ס צוריקגעצויגן דערפון אין א בריוו צום רבים נאכדעם וואס דר. פיננער איז אנטרינען געווארן מיטן חת”ס הסכמה.. דער בריוו איז דאטירט יום ה’ כ”א טיבת שנת תקצ”ה און הייבט זיך אן מיט די ווערטער ״חנוני חנוני, שמעוני שמעוני״.. דער דאקטער פיננער האט מער גארנישט געדריקט דערנאך, בס”ה האט ער בעפארדעם געדריקט איין עקזעמפלאר אויף מסכת ברכות.

תקצ”ו - דאס יאר איז דער חת”ס יוגנט פריינט און תלמיד הגר”נ אדלער פון באסקאוויץ הרב הגאון ר’ חיים דייטשמאן זצ”ל געקומען באזוכן דעם חת”ס און די צוויי זקינים וקדושים האבן זיך אויסנאם שטארק געפרייט איינער צום אנדערן.

תקצ”ז - דאס יאר ביום ה’ ט”ו כסליו האט דער חת”ס אפגעשריבן זיין צוואה

תקצ”ח - דאס יאר האט דער חת”ס באקומען א געשווילעכץ אויף איין פיס (א גאוט הייסט עס היינט) וואס האט אים זייער אפגעשוואכט און ער איז געפארן צום קור ארט יערגען (בגלילות פרעסבורג) פאר 10 וואכן (נאך היינט רעכנט מען סאלפעיט בעדער אלץ נאטורליכע הייל מיטל ווירקזאם פאר אינפלעמאציע, מאנכע קויפן עפסום זאלץ פאר אינדערהיים אפילו). דער חת”ס האט זיך דאן אויסגעדריקט: אויב קען איך נישט לערנען מיט תלמידים, צו וואס דארף איך דאס לעבן?..." דער דעמאלטסדיגער תענית שבעה עשר בתמוז האט אים אזוי אפגעשוואכט אז ער האט למעשה געמוזט עסן בשר עוף אין די ערשטע וואך פון די 9 טעג (נישט די שבועה שחל בו) און דער חת”ס האט זיך דאן אויסגערעדט מיט ביטערניש אז אין זיינע יונגע יארן פלעגט ער פאסטן די גאנצע 3 וואכן... למעשה איז ער געגאנגען קעגן די ראט פון זיין דאקטער ה’ ליב קוה וועלכער האט דאן פארבאטן פארן חת”ס דאס פאסטן און ער האט ער ט’ באב איינגעפאסטן בס”ה אויף אביסל זופ און אפילו געשלאפן ביינאכט אויף דער ערד און בכל זאת האט אים די תענית גארנישט געשאדט. דער חת”ס האט דערציילט די אויבנדערמאנטע ביים אויפנעמען בשמחה התורני ה’ זאנוויל ברילל וועלכער איז געקומען מיטן דאקטער באזוכן דעם חת’ס נאך ט’ כאב.
דער פיס ווייטאג האט דער חת”ס תולה געווען אין נישט עסן איין שבת גארנישט חוץ א פיסל פון אן עוף, ווידעראום די קינדער פונעם חת”ס (הגר”ש סופר ז”ל) האבן עס תולה געווען אין זאגן ביי זיין באקאנטער דרשה די ווערטער: איך מוז מטיח דברים כלפי מעלה זיין (ועיין תענית כ”ה ע”א).
דאס אום י”ג תשרי איז דער חת”ס שווער רעק”א נסתלק געווארן לחה”ה. דער חת”ס גבאי האט געזעהן דעם חת”ס זיך רייסן קריעה באהאלטענערהייט נישט וויסנדיג פארוואס, הערשט שפעטער ווען די שמועה איז אנגעקומען אין שטאט דורך די צייטונגען האט דער גבאי אויף למפרע געזעהן אז דער חת”ס האט געריסן קריעה אקוראט דער זעלבער צייט פון די פטירה, אבער דער חת”ס האט עס באהאלטן פון די ארומיגע.

ה'ת”ר - איז רבינו משה ב"ר שמואל נסתלק געווארן לחה"ה אום כ"ה תשרי, למספרם 1839 אקטאובער 3, ממש אנהייב פונעם נייען יאר.

(מקורות: וויקי, בניו רש”ב ור”ש סופר זיע, לקחב”ח, הגאון ר’ יהודה ליב לאנדסבערג, ר”מ שרייבער בהכ”ס, ר’ מיכאל הערצפעלד, הגאון ר’ יהודה גרינוואלד, חוט המשולש, תורה פורום)
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 956
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2575

Re: רבינו החת”ס זצוק”ל קורות ימי חייו

פאוסט דורך מסתמא »

בלי”נ כהאף צו מוסיף זיין בעתיד און אויסברייטערן די קורות ימי חייו, סאיז ווייט ווייט פון פארטיג. אבער מקען נישט אזויפיל אויסווארטן מיט די לאנגע דרעפטס. לאמיר האפן אז איר וועט נהנה זיין און עפעס אפלערנען פון די אלע זאכן. מיין כוונה איז צו שרייבן אין קורצן אויפן שפיץ גאפל.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
תינוק הבורח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 400
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 295

Re: רבינו החת”ס זצוק”ל קורות ימי חייו

פאוסט דורך תינוק הבורח »

יישר כח.
איך האב נישט געוויסט אז די ערשטע רעביצין האט געהייסן שרה "מלכה".
און אז דער חת"ס האט חתונה געהאט א דריטע מאל.
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 956
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2575

Re: רבינו החת”ס זצוק”ל קורות ימי חייו

פאוסט דורך מסתמא »

היינט איז די יום מולדת פונעם חת”ס. ממש אזוי ווי די יאר איז ז’ תשרי דאן אויסגעפאלן ערב שבת קודש. זיעועכי”א.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 714
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2160

Re: רבינו החת”ס זצוק”ל קורות ימי חייו

פאוסט דורך מירון »

מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 2:49 pm בלי”נ כהאף צו מוסיף זיין בעתיד און אויסברייטערן די קורות ימי חייו, סאיז ווייט ווייט פון פארטיג. אבער מקען נישט אזויפיל אויסווארטן מיט די לאנגע דרעפטס. לאמיר האפן אז איר וועט נהנה זיין און עפעס אפלערנען פון די אלע זאכן. מיין כוונה איז צו שרייבן אין קורצן אויפן שפיץ גאפל.
יישר כח, שרייב נאך, איך זאל האבן וואס צו ליינען יו"ט.
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 871
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1432

Re: רבינו החת”ס זצוק”ל קורות ימי חייו

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

ווען ר' דניאל פרוסטיץ ראב"ד פרעשבורג איז אוועק האט מען איהם געוואלט לייגן נעבן די חת"ס [ווי ס'איז נאך געוועהן איין פלאץ ליידיג] ווייל ער איז דאך געוועהן דער וואס האט מציע געוועהן און גע'שתדל'ט נאכן פטירה פון ר' משולם איגרא אז מ'זאל אויפנעמען די חת"ס אלס רב אין שטאט און ער האט מצליח געוועהן און מ'האט איהם טאקע אויפגענומען אלס רב און ווען מ'איז אנגעקומען אינעם ביה"ח האט מען באמערקט אז די ערד אויפ'ן רעכטן זייט פונעם חת"ס וואס האט געדארפט זיין ליידיג איז זייער אויסגעטריקענט און צוזאמגעצויגן און ס'איז נישט מעגליך צו באגראבן א מענטש דארט אבער די חברה קדישא האט נישט געוואלט אויפגעבן און זיי האבן ארויס גענומען שופרות און געבלאזו און אויסגערופן אז די ערד זאל זיך מאכן פלאץ אז מ'זאל קענען באערדיגן דעם צדיק וקדוש און פלוצלינג האט מען באמערקט אז די ערד האט זיך אויפגעפרישט און מ'האט איהם טאקע געקענט באגראבן דארט ויהי לפלא ממש א בעל שם'סקע מעשה.
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 871
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1432

Re: רבינו החת”ס זצוק”ל, קורות ימי חייו

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

היינט געפאלט אויס די 184'סטע יארצייט פונעם הייליגן חתם סופר רבינו משה בן שמואל סופר זי"ע
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 956
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2575

Re: רבינו החת”ס זצוק”ל, קורות ימי חייו

פאוסט דורך מסתמא »

צו ווייסט איר אז דער חת”ס איז געוועזן א שוואגער מיט ר’ שלמה קלוגער?

ר’ שלמה יעקב יוסף קלוגער זצוק”ל איז געבוירן אין חשון תקמ”ו און חתונה געהאט ביי די 17 יאר בשנת תקס”ב צו האשה מרת ליבא מאליא בת ר’ חיים מראווע רוסקא.. איר שוועסטער איז געוועזן מרת חי’ די רעבעצין פון הגאון ר’ צבי הירש חריף זצוק”ל וועלכע האט נאכדעם חתונה געהאט צום חת”ס בשנת תקצ”ה/תקצ”ו.

ר’ שלמה קלוגער’ס רעבעצין מרת ליבא מאליא איז נפטר געווארן בשנת תקצ”ח/תקצ”ט. ווייטער דער חת”ס איז נסתלק געווארן בשנת ת”ר.

ס”ה קומט אויס אז דער חת”ס און ר’ שלמה קלוגער זענען געווען שוואגערס פאר 3-4 יאר. הפלא ופלא

https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A9%D7 ... 7%92%D7%A8
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A6%D7 ... 7%99%D7%95
--------
ייש”כ גדול @תינוק הבורח פארן ציווייזן
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 956
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2575

Re: רבינו החת”ס זצוק”ל

פאוסט דורך מסתמא »

כלייג דא ארויס צוטאטן פונעם הייליגן חת”ס אן קיין הערות אדער איבערטייטש וואס ווארפט א ליכט אויף די שיטת החתם סופר איבער חסידות.
נישט די חלק המנהגים אויף וואס דער חת”ס האט עקסטערע תשובות. כרעד פון די חלק ההשקפה אויף פרומקייט, עניני נזירות וכל שם וחניכה דאית ליה, ביחס צום דרך הממוצע.

או"ח תשובה קצ"ז

האמת לא אכחיד כי מרגלא בפומי כי כל האמור להלכה בש"ע היא תורה נתונה לכל ישראל בשוה ואין בודד במועדיו אכן מי שאין לו אלא תורה אפי' תורה אין לו כי זה נעשה מצות אנשים מלומדה ואב לבנים יודיע ע"כ כל המתחסד עם קונו ניכר במעלליו מה שלבו בודה לשם ה' להזיר נזיר מכל מה אשר ידבנו לבו ובזה אין סגנון א' עולה לשנים כי אין לב ב' בני אדם שוה באהבת ה' ולכן נקראים בני כושיים משונה במעשיו אך רק משונה באור"ו אבל תוכו מתאחד עם כל ישראל ואך לעשות עדה שלמה כולם יתחסדו במנהג א' לכולם א"כ היא גופי' נעשה חק לישראל ומצות אנשים וזה א"א ולכן ראיתי רבותי הגאון הפלאה ז"ל ומורי החסיד שבכהונה מהו' נתן אדליר זצ"ל והגאון מהו' זלמן חסיד ז"ל שלא המשיכו עדה מעיד אני עלי שמימי לא שמעתי מפי קדושי ישראל הנ"ל ס' הזוהר יוצא מפי קדשם בשום דרוש ותלי"ת לא זזה ידי מתוך ידם ולא חסרתי מהם וכו' ותלי"ת תלמידיהם אין פרץ וכו' כדבס"פ הי' קורא ומ"מ אין א' דומ' לחברו זה הוא מה שמרגלא בפומי ועוד אמרתי כי התפלה בנוסח ספרדי' איננו גנאי ופחיתות לנוסח אשכנזי אשר התורה מקובלת בידיהם מאבות הראשוני' יעיי' אריכות היעב"ץ בכלי' אורב אך היות כי בעו"ה נשכחו סתרי הכוונ' בצרות ויגונות ובדור האחרון העמיד' נר מזרחי האר"י זצ"ל וזכו הספרדי' שהיה מבניהם והוא גילה תעלומות בנוסחאות שלהם ואלו היינו גם אנחנו זוכים לכיוצא בו היה מבאר לנו כהנה וכהנה בנוסחאות שלנו והיות בעו"ה אין אתנו יודע עד מה ע"כ מי שרוצ' לכוון והוא אינו יודע צריך להתפלל בנוסח האר"י והיות בעוונותי לא זכיתי לא לזה ולא לזה ע"כ בנוסחא שהורגלתי אחזיק ולא ארפנו כי מה לי הכא ומה לי התם
פתגם ממרן החת"ס שכתב לעצמו

”החסיד מימין מחלל, והאפיקורס בשמאל זורק ומולל, הת"ח בתוך ידום ויחולל”

מובא ע”י בנו הגר"ש סופר באיגרות סופרים ובלקחב"ח
חת"ס על שבת לא עמוד א

עירבת לי בהן קב חומטין וכו'. פירש"י ארץ מלחה ומשמרת הפירות מהתליע עכ"ל. והנה ארץ מלחה אינה מגדלת פירות אבל משמרת הפירות וה"נ יראת שמים נראה קצת כמבטלת בעליה מתורה כמ"ש על חסידים הראשונים תורתו מתי משתמרת. אלא לעומת זה הלומד לשמה זוכה לדברים הרבה והקב"ה מגלה לו רזי תורה ומעמידו על האמת כמו שתי' הש"ס שם כיון שחסידים הם תורתם משתמרת בקרבם והיינו ממש כמו קב חומטין אך די בקב לכור ולא יבלה זמנו במלי דחסידא ח"ו כי היינו חסידות שתהי' תורתו אומנתו כרשב"י וחבריו אך הכל לשם שמים לא לקרדום ולא לעטרה ה' יצילנו מכוונה כזו
חת"ס על שבת יד עמוד ב

בני אם חכם לבך ישמח לבי. עיין תוס' עירובין שהקשו הא תיקן גם שניות לעריות ואיזן ותקן משלים הרבה. ואני אומר להוסיף איסורים וגדרים כבר הי' לעולמים ואדה"ר הוסיף איסור נגיעה אעפ"י שחטא בזה היינו משום שלא אמר שהוא מגזירה דילי' ונעשה כמוסיף על דברי ה' אבל יפה עשה שגזר. עיין באבות דר"נ. ומרע"ה גזר על הזאה בשבת כמ"ש סמ"ג אך שהע"ה עשה תקנה לבל יכשלו הוא גזר שלא יאכל קדש בידים ותקן לזה נטילה נמצא לא תצא מכשול מת"י. וכן אסר להוציא מחצר למבוי ומבתים לחצר ועשה לזה תקנה עירובי חצירות לבל יכשלו בתוספת איסורו. עיין ביצה ט"ז ע"ב כיון דמקלקלי בי' רבים היינו קלקולא:
בתשובות או”ח קמ”ה

”כל המערב דברי קבלה עם ההלכות חייב משום זורע כלאים"
חת”ס על התורה פרשת קדושים

דבר אל כל עדת בני ישראל וגו' קדושים תהיו ופרש"י פ' זו בהקהל נאמרה לפי שרוב גופי תורה תלוים בה וי"ל עפ"י מה שכתב החובת הלבבות בגודל מעלת הפרישות והבדידות שאין רצון הקב"ה להיות פרוש דהיינו שילך במקום שאין אנשים למדבריות ויערים לבחון ולהשכיל את מעשה ה' כי נורא היא כי לא תהו בראה לשבת יצרה אלא רצון ה' ית' להיות אוהב את הבריות ולחבר עמהם ללמדם בינה והשכל בתורת ה' ואם אמנם שממעט בזה להשלים עצמו אפ"ה הוא רצון ה' להיות אוהב הבריות שעי"ז מקרבן לתורה בחיבור ובדביקות זו ואם כוונתו רק לתכלית זה אז יהי' בחיבור עם אנשים ולבו דבק בה' ואעפ"כ פרוש מכל תענוגי עולם הזה וזה הפרישות בחר ה' וזה שביאר כאן באמרו קדושים תהיו שתהיו בפרישות ונוכל לטעות שענין פרישות היינו בדידות הגוף לכך נאמר דבר אל כל עדת וגו' והיינו פ' זו בהקהל נאמרה שיהי' פרוש אבל מעורב עם בני אדם והטעם מפני שרוב גופי תורה שיקויים התורה בגוף תלוים בזה ללמוד וללמד ולהיות ממלכת כהנים
חת”ס על התורה פרשת קדושים

קדושים תהיו כי קדוש אני ה' ר"ל כי יש הרבה פרושים בחכמי או"ה והם יותר פרושים מעוה"ז יותר מצדיקי ישראל ואמנם פרישותם מהעולם ותאוותיו משנאתם את העולם לרוב חקירתם כי הכל הבל ולעמל ויגיעה יולד האדם וסופו למות כמות הבהמה, לא כן אנחנו הדבקים בד' חיים אין אנו פורשים מחמת שנאת העולם אלא אוהבים את הבריות כי ה' אוהב את בריותיו וברא בעולם בריות טובות ואילנות טובות ליהנות מהם בני אדם אך אנו פורשים עד שיעור וערך ידוע להתדמות להקב"ה שהוא קדוש והיינו קדושים תהיו פרושים תהיו מטעם כי קדוש אני ה' ועד"ז פירש"י לקמן בסוף הסדר גבי פסוק ואבדיל אתכם מן העמים להיות לי שלא יאמר אדם א"א בבשר חזיר וגו'
חתם סופר על התורה פרשת ויחי

יששכר חמור גרם וגו', רובץ בין המשפתים וירא מנוחה כי טוב וגו' יש לפרש דכשם שחייב הצדיק לשמור ולעשות את כל התורה והמצוות כך הוא מחוייב שלא יהי' אכזר על גופו שלא למנוע ממנו הצורך וכמו שספרו חז"ל על הילל שאמר על גופו נגמול חסד לאכסניא דין וכן אמרו חכז"ל האי בר בי רב דיתיב בתעניתא ליכול כלבא לשירותא וכן כל ענינים שיש בין אדם לחבירו להורותם ולהיות בחברתם לפעמי' הוא הכל חיוב שעי"ז מקרבם לתורה וזה דבר חמור לשער הדרך הממוצע שלא יוסיף ושלא ימעט בצרכי גופו וצרכי גוף חבירו ועם כל זה יעסוק בתורה וכל כוונתו לשם שמים וזה יששכר חמור גרם רובץ בין המשפתים רק בדרך הממוצע וירא מנוחה כי טוב היינו מנוחת התורה והמצוות ואת הארץ מעשה הארץ וישובם כי נעמה לאחד ב' הדברים יחדיו ולזה ויט שכמו לסבול את כל זאת והוא דבר גדול
חתם סופר על התורה בהעלותך

אל מול פני המנורה יאירו לומר אמצעי משובח שיאחז כל אדם דרך הממוצע לא יפליג לשמאל אל תרשע הרבה ולא יפליג לימין אל תצדק הרבה והנה כתיב ויבדל את אהרן להקדישו קדש קדשים ונראה קצת הפלגת קדושתו ופרישתו כמי שנטה מהממוצע ע"כ אמר ויעש כן אהרן להגיד שבחו שלא שנה ואחר שהקדישו הקב"ה קודש קדשים אחז הממוצע באותו התנהגות עצמו
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
שרייב פאוסט