ריעל עסטעיט, איינס פון די אינדוסטריעס ווי היימישע אידן זענען שטארק אקטיוו היינטיגע טעג, איז אין די האנדל און וואנדל פון די ריעל עסטעיט מארקעטס, היימישע אידן באזיצן שיינע שטיקער לאנד, פון אפאר אפארטמענטס אין די בראנקס אדער גאר אין ניובורג, ביז ריזיגע אפארטמענטס געביידעס, און הויכע וואלקן קראצער שראשם מגיע השמימה און ס'זענען דא אזעלכע וואס זענען שיין מצליח.
די מולטי ביליאן דאלאר'דיגע אינדוסטריע באשטייט נישט בלויז פון אינוועסטירער און מיליאנערן, נאר אויך פשוטע מענטשן זענען אין די מארקעט, יעדער מענטש וואס דינגט אדער קויפט א הויז איז פאררעכנט אלס א טייל פון דעם מארקעט, מאכענדיג ריעל עסטעיט אן אינוועסטמענט אבער אין די זעלבע צייט עפעס וואס יעדע מענטש וואס ברויך א דאך איבערן קאפ ברויך מיט דעם האבן א שייכות איין וועג אדער די אנדערע.
נאך א זאך מיט וואס ריעל עסטעיט שטייט ארויס פון אנדערע אינדוסטריעס, איז אז די ריעל עסטעיט מארקעט נישט עפעס וואס נעמט אריין נאר קויפער אין פארקויפער און פרודוצירער אדער אין דעם פאל בויער, נאר איז געווענטליך א ברייטער פראצעדור וואס נעמט פון ווען א שטיקל פראפערטי איז געליסטעט (Listed) ביזן אינטערשרייבן פונעם לעצטן דאקומענט. דאס נעמט אריין צווישן אנדערע ריעל עסטעיט בראוקערס, לויערס, מארטגעדש בראוקערס, בענק, רעגירונג אגענטורן ווי די טראנזאקציעס ווערן רעקארדירט, און פארשטייט זיך קויפער און פארקויפער.
דאס מאכט די אינדוסטריע זייער קאמפליצירט און שווער פאר אסאך מענטשן, די שווערע טערמינען און אסאך מאל קאמפליצירטע פראצעדורן וואס מ'דארף דורכגיין ביז מען זעט זיך מיט די שליסלעך אין די האנט קען צימאל זיין פרוסטרירנד, די פרעמדע ווערטער קענען קלינגען שווער אין די אויערן און מיט רעכט.
ארבעטנדיג ביי א היימישער ריעל עסטעיט לויער זע איך דאס טאג נאך טאג ווי מענטשן קוקן אריין אין א קאנטראקט מיט א פארקנייטשט שטערן און האבן נישט קיין השגה וואס דארט שטייט. דאס צו אדרעסירן עפען איך אויף דא דעם אשכול ווי איך וועל אי'ה איין מאל א וואך ארויסלייגן אן ארטיקל נישט בלויז איבער לעגאלע טערמינען, נאר איבער אלע אינפארמאציע וואס איר דארפט וויסן ווען איר גייט שליסן א מקח אויף א הויז אדער אינוועסטמענט צוגלייך.
ליינט און האט הנאה!
Disclaimer: The content shared is intended for informational purposes only and should not be considered legal or financial advice. Always consult with a qualified attorney or financial advisor before making decisions based on the information provided here.
ריעל עסטעיט- געזעץ און פראקטיק, ווייס וואס דו טוסט.
-
אלצווייסער
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 9
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 9:12 am
- Location: Monroe
- x 21
ריעל עסטעיט- געזעץ און פראקטיק, ווייס וואס דו טוסט.
תכלית הידוע - שלא נדע!
Re: ריעל עסטעיט- געזעץ און פראקטיק, ווייס וואס דו טוסט.
נו ווארט מיר פאר פרישע סחורה