תשעה באב שמועסן
תשעה באב שמועסן
איך עפן דעם אשכול ספעציעל פאר ת"ב צו שמועסן פון אינטערעסאנטע ענינים וואס איז אויסגעהאלטן אום ת"ב, ווי פון די חורבן,צווייטע וועלט מלחמה,וכדו',דעריבער אויב איר האט עפעס אינטערעסאנט טיילט עס מיט מיטן עולם דא אום ת"ב.
- צייטווייליג
- חבר המערכת
- פאוסטס: 350
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
- x 676
Re: תשעה באב שמועסן
גוטע געדאנק. ייש”כ
Re: תשעה באב שמועסן
איך האב געלערנט אין נייטרא ישיבה, צווישן אנדערע מנהגים לתשעה באב איז דא דארט א טראדיציע אז יעדעס יאר ת''ב נאכמיטאג האט מען אנגעצינדן א רעקארדירונג פון הרה''ח הישיש ר' בנימין זאב לאווי נ''י לאיוש''ט ווי ער פארציילט מיט 'בכיות נוראות' די פאלגענדע מעשה צו וואס ער איז אן עד ראי'
פארציילט ער אז מען איז געשטאנען ביים סעלעקציע אין די שורה, אלע מיט די פארציטערטע הערצער און אומעטיגע מחשבות, איז געשטאנען דארט אין די רייע א פרוי וואס האט געהאלטן מיט זיך א קינד פון אכט טאג אלט, און די פרוי איז צוגאנגען צום רשע וואס איז געשטאנען דארט און געפרעגט מיט שטארקייט, ''פילייכט האבן זי איינען מעסער ביטע'', דער סאדיסט איז געווען זיכער אז ער פארשטייט די בקשה פון די נעבעכדיגע אידענע, און ביי זיך אין מח האט ער שוין געזען ווי די אידישקע באגייט זעלבסטמארד פארנט פון די גאנצע שורה, א שריט וואס וועט נאר נאכמער צוקלאפן דאס מאראל פון איר גאנצן פאלק און זיין נאך א בחינמ'דיגע שוי שפיל פאר אים און זיינע קאלעגעס, מיט א הילכיגע געלעכטער האט ער צוזאמגערופן אלע סאלדאטן און קאמאנדירן פון די געגנט און מיט גרויס פרייד ארויסגענומען א שארפן מעסער און עס איבערגעגעבן צום פרוי, ''ביטע..'', די צדיקת האט גענומען די מעסער און דאן ארויס גענומען און געעפנט דאס קינד און אויסגעשריגן ''אשר קדשנו במצותיו וצונו על המילה'' און אפגע'מל'ט דאס קינד פארנט פון אלע פארזאמלטע מלאכי חבלה, זי האט צוריק געגעבן דאס מעסער פארן דייטש, און אויסגערופן יעצט קענט איר הרג'נען אבער כאטש איז ער א איד...
נחשבנו כצאן לטבח יובל אבל בכל זאת שמך לא שכחנו
טאטע לייז אונז אויס

אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
Re: תשעה באב שמועסן
ווען הרה''ק ר' איציקל ווארקער איז נסתלק געווארן לגנזי מרומים האט בנו וממלא מקומו הרה''ק ר' מענדל'ע זי''ע געקלערט צו זיך אז זיכער וועט זיך דער טאטע באווייזן צו אים בקרב הימים און אראפלייגן וויאזוי ס'קוקט אויס אויף יענע וועלט, איז דורך א תקופה און דער טאטע האט זיך נישט באוויזן, האט אים עס שטארק צוקלאפט שפירנדיג אז אפשר איז ער נישט ראוי די טאטע זאל צו אים אראפקומען, בצר לו איז ער געפארן צו הרה''ק מ'קאצק זי''ע וועלכער איז געווען גאר בידידות מיט זיין פאטער ר' איציקל, און ער האט אנגעפרעגט דעם קוצקער פשט פארוואס ער הערט נישט פון זיין פאטער, האט אים דער הייליגער קאצקער געזאגט אז מיר האט אויך געשטערט די זעלבע זאך, האב איך אפגעמאכט אז אויב קומט ער נישט צו מיר דאן וועל איך גיין צו אים, וכך הוה כ'האב געמאכט עליית נשמה און ארויפגעגאנגען זוכן ידיד נפשי, אנקומענדיג אויבן בין בין איך ארום געגאנגען צו די היכלים פון די אבות, פון משה רבינו, פון תנאים און אמוראים, און אזוי אלע גרויסע היכלים, איבעראל האב איך אנגעפרעגט פאר אים און איבעראל באקומען דעם זעלבן תירוץ, ''ער איז דא געווען אבער ער איז שוין אוועק געגאנגען'', האב איך אנגעהויבן צו פרעגן ביי די מלאכים ושרפים ווי מען קען אים טרעפן, ביז איין מלאך האט מיר געצייגט, זעסט דארט? ס'איז דא דארט א גרויסע טיפע טינקעלע וואלד, זייער טיף משונה'דיג טיף און זייער זייער טינקל, שפאציר דורך די גאנצע וואלד וועסטו אים טרעפן, און אזוי האב איך געטאן, אבער ווי מער איך בין אריין אין דעם טיפן טינקעלן וואלד האב איך אנגעהויבן הערן העכערע און העכערע קולות פון שטארקע וואלן, ס'האט זיך געהערט ווי גאר שטארקע וואסערן פאלן, ווען איך בין אנגעקומען צום עק האב איך שוין געהערט קולות וואס די אויער קען נישט פארנעמען, און דאן האב איך געזען וואלן פון די ערד ביז די הימל, און ביי די זייט האב איך געזען מיין ידיד דער הייליגער ווארקער, בין איך צוגעלאפן צו אים און געפרעגט, ר' איציק'ל וואס טוסטו דא? האט מיר ר' איציקל געענטפערט, אט דער טייך איז טרערן פון אידן אויפן גלות און אויף צרות ישראל, כ'האב מיר אהערגעשטעלט און געשוואוירן ביים אייבירשטן אז ווילאנג דער טייך איז נישט אויסגעטריקנט לגמרי ריר איך מיר נישט אוועק פון דא!
אוי טאטע
לייז אונז שוין אויס
טרוקן שוין אויס דעם קוואל פון טרערן
אוי טאטע
לייז אונז שוין אויס
טרוקן שוין אויס דעם קוואל פון טרערן
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
Re: תשעה באב שמועסן
די מעשה פון רבי יוסף די לע ריינא קען דער עולם? אדער מען וויל איך זאל עס שרייבן אויב איך האב צייט?
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
Re: תשעה באב שמועסן
יישר כח פותח הטעמע, יישר כח @דאפלטער , שיינע ענינים, ברענגט ארויף די ניווא פון אייטיש!
קנאקט, ביטע שרייבן.
קנאקט, ביטע שרייבן.
חכם הוא להטב!
וזאת למיודעי, אלע איבעריגע פינטלעך אין מיינע פאוסטס איז לאוו דווקא, עס האט זיך אויסגעגאסן א שאכטל פינטלעך אויף מיין שרייב טישן, און שוין...
אה דו האסט אויך באמעטדי מיסטעיקס אין מיין אינטערשריפט? גיי ווייטער.

- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1574
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 3325
Re: תשעה באב שמועסן
אודאי שרייבן. א גרויסן ייש"כ!
Re: תשעה באב שמועסן
גיימיר פרובירן,
אבער קודם א שטיקל געדאנק וואס כ'מיין ס'איז קרוב אל האמת,
איינס פון די פרייליכסטע פסוקים אין נ''ך איז ווארשיינליך די פסוק וואס אין געוויסע מקומות האט מען עס אסאך געזאגט אין די לעצטערע וואכן, און אפי' ווי נישט וועט עס אסאך געזאגט ווערן אין די קומענדיגע טעג און וואכן,
דאס איז דער פסוק אנכי אנכי הוא מנחמכם,
די פלא איז אבער אז די ניגון מיט וואס דער פסוק ווערט געזאגט איז אזא טרויעריגע אז עס קען זיך צודאכטן אז דער פסוק איז מבשר די חורבן,
לאמיר עס פארשטיין..
מיט עטליכע וואכן צוריק זייענדיג אויף וואקאנץ איז מיר אויסגעקומען צו פארוויילן במחיצת פון גאר א גרויסע איד, א באקאנטע ראש ישיבה, א קלוגע מענטש היבש אריבער די בן ארבעים לבינה, און באקאנט צו זיין א שטארקע און אוועקגעשטעלטע כאראקטער,
איין טאג האב איך אזוי רעדנדיג מיט אים באמערקט אז ער שפירט זיך נישט אמבעסטן, אויף מיין פראגע צו עפעס גייט פאר האט ער מיר געגעבן א זאג, נע כ'שפיר מיר נישט אזוי גוט, אבער יעצט גיי איך שוין שפירן בעסער , וויאזוי ווייסט די ראש ישיבה? וויל איך פארשטיין, זאגט ער מיר ווייל כ'האב גענומען א געוויסע וויטאמין וואס דארף צו זיין זייער גוט פארדעם, ''אזוי האט מיין מאמע געזאגט''
די ראש ישיבה'ס מאמע? זי איז דען דא? אבער די ראש ישיבה פארשטייט נישט מיין שאלה, כ'האב מיר נישט גוט געשפירט האב איך גערופן מיין "מאמע"...
און איך בלייב מיט א גרויסע פרעגעלע צייכן אין מח,
דער גרויסער ראש ישיבה רופט זיין מאמע ווען ער איז פארקילט?
אהיים פארנדיג פון דארט האט זיך אזוי ארויסגעשטעלט אז א גרויסער איש הציבור איז געקומען מיט די זעלבע פליגער ווי מיר. א איד וואס איז פארנומען מער ווי פיר און צוואנציג שעה א טאג צו מסדר זיין פארשידענע פראבלעמען וואס אנדערע קענען נישט, ער איז באקאנט צו זיין א זעל מיט גאר הארטע און אויל באשמירטע הויט ארומגענומען, בקיצור 'דער' עסקן..
האט דער אייבירשטער אזוי געפירט אז אונזער פליגער איז געווארן געקענסלט און מיר האבן זיך געטראפן אין עירפארט בעירום ובחוסר פאר די נאכט,
מיינע אויגן זענען געווען געווענדעט צו דעם עסקן האפנדיג צו קענען אינספירירט ווערן פון זיין זיכערקייט און שטארקייט,
ווי ערשטוינט בין איך געווען צו זען ווי ער פארציילט מיט גרויס זארג אויפן טעלעפאון אז ער האט פארלוירן דעם פליגער און ער פרעגט ראט וואס ער קען טון,
מיט נייגער האב איך אים א פרעג געטון, צו וועמען האט איר גערעדט? צו מיין 'טאטע' זאגט מיר דער עסקן, כ'האב געזען די מצב האב איך גערופן מיין טאטע פרעגן וואס ער קען מיר העלפן,
און איך בלייב מיט א פראגעלע צייכן אין מח, דער גרויסע שטארקע עסקן לויפט צו זיין טאטע פאר יעדע קלייניקייט?
כ'מיין איר כאפט שוין דעם געדאנק,
ווען א מענטש איז אין א לאך דאן מוז מען צוקומען צו די עלטערנס ווארעמקייט, און ווען מען מוז צוקומען צו עלטערנס ווארעמקייט איז טייטש אז מען איז אין א לאך,
תשעה באב קלאג מיר, אויוויי אנכי אנכי הוא מנחמכם, פארוואס זענען מיר אין אזא לאך אז מיר מוזן דערצו צוקומען..
אוי טאטע טרייסט אונז שוין און נעם אונז אהיים

בענין עשרה הרוגי מלכות
די אר"י הק' זאגט אז ר' ישמא-ל איז געווען די נשמה פון יוסף הצדיק, עס שטייט טאקע אין מדרש אז זיי ביידע זענען געווען פון די 7 שענסטע מענטשן אין די וועלט.
אשת פוטיפר האט געוואלט מכשיל זיין יוסף הצדיק, אבער יוסף האט זיך אלעמאל געשטארק און נישט געקוקט, ווען אשת פוטיפר האט דערציילט פאר אירע חבר'טעס ווי שיין יוסף איז, האבן זיי נישט פארשטאנען ווי אזוי ס'איז מעגליך א אידל צו זיין אזוי שיין, זענען זיי געקומען צו איר הויז, און זי האט געלייגט יוסף'ס קאפ אין אזא פרעים ער זאל זיך נישט קענען אוועקבייגן, און זי האט זיי געגעבן צו שניידן עסן, און זיי האבן זיך אלע אריינגעשניטן זייענדיג פארגאפט אויף יוסף פון זיין שיינקייט,דעמאלטס האט יוסף פאר א רגע באמערקט אשת פוטיפר.
זאגט די אר"י הק' פחד'יגע ווערטער,אז ווען מ'גיט א בליק אויף א פרוי,באקומט די פרוי זיין קדושה,און ער באקומט איר טומאה,און ס'שטייט אין מדרש אז די קעניגס טאכטער איז געווארן איבערגענומען פון ר' ישמא-ל'ס שיינקייט האט זי רחמנות באקומען אויף אים און געבעטן די קעניג אים נישט צו הארגענען,אבער די קעניג האט שוין געהאט געשוואוירן, האט זי געבעטן מ'זאל אפשניידן ר' ישמא-ל'ס הויט זי זאל קענען בלייבן קוקן אויף דעם, זאגט די אר"י הק' אז זי איז געווען אשת פוטיפר'ס נשמה,און אזוי איז יוסף אפגעקומען מיט יענע בליק!
פחד'יגע ווערטער!! און עס גיט א שטארקע חיזוק זיך צו היטן די אויגן!!

עוד בענין עשרה הרוגי מלכות
געהערט פונעם מגיד מישרים הרה"ח ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א נאכזאגענדיג פון צדיקים (כ'געדענק נישט ווער)אויף דעם וואס ס'שטייט אז די עשרה הרוגי מלכות איז געקומען צו מכפר זיין אויף מכירת יוסף.
אז לכאו' וואס האט געדויערט ביז יעצט עס צו מכפר זיין?
זאגט ער בשם צדיקים אז יעדעס יאר גייט א נשמה ארויף צו א העכערע היכל, און ווי א העכערע היכל מ'וויל אריין איז מען דארט מער מדקדק אויף יעדע קלייניקייט צו זיין ראוי אריינצוגיין,
און ביי די תקופה פון די עשרה הרוגי מלכות זענען די שבטים שוין געווען ביי אזא הויכע היכל אז פאר דארט איז עס שוין גערעכנט געווארן פאר א חטא(זיי האבן דאך עס געמיינט לש"ש ווי ס'ווערט געברענגט).

רייסענדע שיעור אויף ת"ב דורך ר' מרדכי הערש שפיטצער שליט"א(מגי"ש ספינקא קר"י)
718-298-2077
דערנאך 9
דערנאך # 9249215
718-298-2077
דערנאך 9
דערנאך # 9249215
Re: תשעה באב שמועסן
אום ת"ב זענען חרוב געווארן ביידע בתי מקדש.
במשך די 40 יאר אין מדבר האבן די אידן זיך אריינגעלייגט אין קבר ת"ב און נישט ארויס(ביז די לעצטע יאר ווען ט"ו באב האט מען געזען אז די לבנה איז שוין גאנץ און מ'שטארבט שוין נישט, כמבואר סוף מס' תענית).
ביתר איז חרוב געווארן ת"ב (שטייט אין רמב"ם אז ס'איז געווען א גרעסערע חורבן פון חורבן הבית).
אום ת"ב ה'נ האט מען פארטריבן אידן פון ענגלאנד .
אום ת"ב ה'סו איז פארגעקומען גירוש צרפת/פראנקרייך .
אום ת"ב ה'רנב איז פארגעקומען גירוש שפאניע.
די ערשטע וועלט מלחמה האט אויסגעבראכן ערב ת"ב,אום ת"ב האט זיך דייטשלאנד אנגעשלאסן אין די מלחמה.
ווארשעווע געטא ביי די צווייטע וועלט מלחמה האט מען געשיקט אום ת"ב קיין טרעבלינקע.
ה'תשפ"ג האפט מען צו שליסן דעם טרויערדיגן טאג,און מקבל זיין משיח צדקנו בב"א.

-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 402
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 298
Re: תשעה באב שמועסן
רוב פון די גירושים זענען געווען אין די צייט פון חודש אב, אבער נישט ממש תשעה באב.
Re: תשעה באב שמועסן
געהערט אזוי ביי א שיעור.תינוק הבורח האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:47 pm רוב פון די גירושים זענען געווען אין די צייט פון חודש אב, אבער נישט ממש תשעה באב.
לכאורה איז א גירוש נישט געווען נאר אין איין טאג.
- אסמכתא בעלמא
- מנהל המערכת
- פאוסטס: 797
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
- x 880
Re: תשעה באב שמועסן
@דאפלטער א יישר כח פאר דיינע געוואלדיגע ווערטער!
בנוגע דיין געדאנק וועגן אנקומען צו טאטע מאמע, וועל איך א טראפ מחולק זיין. דערמאנסט מיר א מעשה וואס מ'פארציילט אז ס'געווען א נגיד וואס זיין איידעם האט געקריגן א נדן, און איין טאג זאגט דער שווער פאר'ן איידעם "איך האב יעצט א גוטע געלעגנהייט צו אינוועסטירן דיין נדן ביי נגיד פלוני, ער האלט יעצט טיף אינמיטן א געוואלדיגע גוטע אינוועסטמענט.
דער איידעם ענטפערט אבער "שווער לעבן איך האלט אז ס'גייט דורכפאלן". דער שווער ענטפערט מיט א שטיקל ברוגז'קייט... "דו זאגסט מיר?... וואס... אין מסכת בבא מציעא האסטו דאס געטראפן?... כמיין.. די געלט איז טאקע דיינס אבער צו ביזנעס פארשטיי איך בעסער ווי דו"...
א ברירה האט דער איידעם געהאט? איינ'טענה'ן גייט ער נישט. דער שווער האט עס דארט אינוועסטירט. ס'גייט אריבער אפאר חדשים, און ס'קומט אריין די שווערע נייעס אז די זאך האט אנגעזעצט, און חסל סידור פסח.
דער שווער שפיר זיך ווי 'טו סענט', און ער רופט שנעל אן דעם איידעם "זאג נאר, דו האסט רוח הקודש?!..." און ער ענטפערט "ניין, וואס גייט פאר?". זאגט דער שווער "פון וואו האסטו געוויסט אז פלוני האלט ביים אנזעצן?!"
זאגט דער איידעם "זייער פשוט... איך האב דורכשפאצירט נעבן זיין שטוב, און געהערט ווי ער זאגט פאר זיין ווייב 'משיח מעג שוין קומען!', און איך קען אים דאך גוט... כ'האב געוויסט אז ווען ער רעדט פון משיח מיינט אז ס'גרויסע צרות ביי אים...."
הפנים לענינינו, ס'איז זייער נישט ריכטיג צו קאלן א טאטע מאמע 'נאר' ווען ס'איז צרות... דיין דיין און יענער עסקן, זענען ביידע פשוט מקושר נאטורליך צו זייערע עלטערן, אין ליידן 'און אין פריידן'! אזוי וואלט איך געזאגט.

יישר כחאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 27, 2023 2:08 pm @דאפלטער א יישר כח פאר דיינע געוואלדיגע ווערטער!

כ'בין זיכער אז ווען די מעשה זאל ווען האבן פאסירט וואלט די רעדע געווען פון צוויי אידן וואס רופן טאקע כסדר זייער עלטערן...
פיינע מעשה אגב, שכח!
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
Re: תשעה באב שמועסן
א גרויסן שכח פאר אלע שרייבער!!
לשנה הבאה בירושלים.
לשנה הבאה בירושלים.
- אסמכתא בעלמא
- מנהל המערכת
- פאוסטס: 797
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
- x 880
Re: תשעה באב שמועסן
כ'האב למעשה נישט געהאט קיין צייט ביז יעצט פארדעם,
אוי נא לנו כי חטאנו..
גיימיר עס פאררעכטן בקרוב אם ירצה ה'...
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5226
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9573
Re: תשעה באב שמועסן
בעטער לעיטער דען נעווער
Re: תשעה באב שמועסן
אין פרייע איבערזעצונג:
בעסער שפעטער ווי קיינמאל
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5226
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9573
Re: תשעה באב שמועסן
פרייע? פרומע.
(שוין לאנג געוואלט וויסן וואס דא מיינט )