"טאהשע טיי"

פאעזיע, גראמען, און קונסטווערק
מאשקע פריץ
ניי צום טיש
פאוסטס: 5
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 4:29 pm
x 31

"טאהשע טיי"

פאוסט דורך מאשקע פריץ »

בס"ד
ניגון: הבן יקיר לי אפרים-טאהש
1.
מיט ווייטאָג אויפן פּנים
דערציילט ער זיינע ענינים.
יעדן טאָג האָט ער פּלאַג און מיה,
מיט האַרץ די טאהשע רבי הערט אים צו.
1.
דער רבי שפירט זײַן ווי,
האַלטענדיק זײַן הייסן גלעזל טיי.
ער טרינקט אַ ביסל אויפאַמאָל,
דערמיט שלינגענדיג אַזויפֿיל צרות ישראל.
2.
אוי רבי, אוי רבי, געבט ער נאָך אַ קרעכטץ:
"אויף אַ גוטן טאָג אין לעבן — אוי ווי איך לעכטץ.
יעדן טאָג פרעג איך מיט קלעם,
ווי די נעקסטע פרוטה איך נעם.
רחם ארחמני נעים ה'."
2.
אוי רבי, אוי רבי, געבט ער נאָך אַ קרעכטץ:
"וויאַזוי קען זײַן אין איין לעבן זען אַזוי פֿיל שלעכטס?
ווי מײַן קינד ליגט אין קלעם,
אין שפּיטאָל אויף אַ שרעקלעכן פּאַרנעם.
רחם ארחמנו נעים ה'."
1.
דער רבי הערט זײַן וויי,
און כאפּט אָן זײַן גלעזל טיי,
וואָס טוט אַזוי קאכן און בריען,
און גיסט אַרויף אויפן ייִד'ס קניען.
1.
דער רבי טוט אויפפּאַסן,
ווי דער ייִד מאַכט נישט קיין גרימאַסן.
גאָרנישט אויף אים ער דערקענט,
אַז ער האָט זיך יעצט מואיס אפגעברענט.
2.
"אידל, אוי אידל, פֿאַרוואָס הער איך נישט קיין קרעכטץ?
איך גיס דיר אָן מיט טיי — אַזאַ הייסן געקעכטץ.
פֿאַרוואָס שרייסטו נישט פֿון קלעם,
בלייבסט שטיל אויף אַזאַ רואיגן פּאַרנעם,
און שרייסט 'רחם ארחמנו נעים ה'."
2.
רבי, אוי רבי, מיטן גיסן דעם געקעכטץ,
ווילסט זיכער ממתיק זײַן דינים, מיינסט נישט קיין שלעכטס.
"רבי, ייִד, אין קעפ'ל אַרײַן נעם:
ווען דער אייבערשטער שיקט דיר אין קלעם,
ער וויל זיכער ממתיק זײַן דינים — ווייל נעים ה'."
קרעדיט@: אחיעזר ווייספעלד
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3211
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3619

Re: טאהשע טיי"

פאוסט דורך אנדערער »

הייליגע מעשה
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
שרייב פאוסט