סקרעיפן א דירה

ידיעות און טיפס, נוגע צו שטוב ווירטשאפט
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 813
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1627

סקרעיפן א דירה

פאוסט דורך בן תורה »

מיין שכן וויל סקרעיפן, און מיין ב"ב טראכט אפשר אויך צו סקרעיפן צוזאמען.

די שאלה איז וואס איז בעסער Moisture Cured, polyurethane, water based

וואס איז די חילוק אין די פרייזן?

און ווער איז א גוטע, ביליגע סקרעיפער אין קרית יואל?
זאנוויל ראזענבערג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 252
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
x 637

Re: סקרעיפן א דירה

פאוסט דורך זאנוויל ראזענבערג »

Moisture Cured קען מען נישט מאכן מער לפי ידיעתי. ס'איז געווארן אומלעגאל.

פאליורעטן איז שטארקער און ביליגער. וואטער בעיסד איז שוואכער און טייערער, אבער פיל שענער, לעכטיג.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3219
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3630

Re: סקרעיפן א דירה

פאוסט דורך אנדערער »

זאנוויל ראזענבערג האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 06, 2025 5:27 pm Moisture Cured קען מען נישט מאכן מער לפי ידיעתי. ס'איז געווארן אומלעגאל.

פאליורעטן איז שטארקער און ביליגער. וואטער בעיסד איז שוואכער און טייערער, אבער פיל שענער, לעכטיג.
ווען איז מויסטשער קיור געווארן אומלעגאל?
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
אוועיטער
לאקאלער רב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 312
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
x 564

Re: סקרעיפן א דירה

פאוסט דורך לאקאלער רב »

א באקאנטער מיינער האט לעצטענס געטוהן מויסשער קעיר, עס איז לכאורה די בעסטע אפציע, איך ווייס נישט אז עס זאל זיין אומלעגאל.

נאר וואס דען, עס איז אן עולה גדולה צו סקרעיפן מויסשער קעיר און א בנין ווי עס געפונען זיך מענטשן, אפי' מיט די בעסטע פענס וכדו' שאדט דאס נאך אלץ פאר די וואס געפונען זיך דארטן.

לענ"ד, אפי' א שכן זאגט אז ס'נישט קיין פראבלעם (אויב עס איז בכלל דא אזוינס..), איז נאכאלץ נישט ריכטיג אריינצולייגן יענעם אין א מצב וואס שאדט.
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1124
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1531

Re: סקרעיפן א דירה

פאוסט דורך יאנטשי »

לאקאלער רב האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 08, 2025 1:03 pm א באקאנטער מיינער האט לעצטענס געטוהן מויסשער קעיר, עס איז לכאורה די בעסטע אפציע, איך ווייס נישט אז עס זאל זיין אומלעגאל.

נאר וואס דען, עס איז אן עולה גדולה צו סקרעיפן מויסשער קעיר און א בנין ווי עס געפונען זיך מענטשן, אפי' מיט די בעסטע פענס וכדו' שאדט דאס נאך אלץ פאר די וואס געפונען זיך דארטן.

לענ"ד, אפי' א שכן זאגט אז ס'נישט קיין פראבלעם (אויב עס איז בכלל דא אזוינס..), איז נאכאלץ נישט ריכטיג אריינצולייגן יענעם אין א מצב וואס שאדט.
די ריכטיגע moisture cure איז שוין אומלעגאל אין נ"י אפאר יאר צוליב וואס עס איז זייער נישט געזונט, מען קען עס נאך באקומען אין געוויסע סטעיטס, אבער ע"פ רוב די וואס טוען moisture cure איז עס א צוויטע סארט וואס איז נישט די ריכטיגע וואס מען פלעגט נוצן אמאל.
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 813
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1627

Re: סקרעיפן א דירה

פאוסט דורך בן תורה »

נאך אביסל ריסוירטש זעה איך אז moisture cure איז די שטערקסטע און האלט זיך די לענגסטע.
אסאך סקרעיפערס מאכן עס שוין נישט ווייל שכנים רעדן זיך אפ, אנדערע זאגן אז מיט גוטע פענס איז עס נישט געפערליך פאר די שכנים
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1124
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1531

Re: סקרעיפן א דירה

פאוסט דורך יאנטשי »

בן תורה האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2025 1:12 pm נאך אביסל ריסוירטש זעה איך אז moisture cure איז די שטערקסטע און האלט זיך די לענגסטע.
אסאך סקרעיפערס מאכן עס שוין נישט ווייל שכנים רעדן זיך אפ, אנדערע זאגן אז מיט גוטע פענס איז עס נישט געפערליך פאר די שכנים
אמאל פלעגט מען אויך לייגן די פענס, דאך איז עס געווען געפערליך פאר די נאנטע שכנים, בעיקר אין די צוויי דריי טעג וואס מען לייגט עס אראפ.

עכ"פ, א שעירד ענטרענס איז זיכער אז מען קען נישט דארט וואוינען בשעתן אראפלייגן.
דעת
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2025 3:31 pm
x 4

Re: סקרעיפן א דירה

פאוסט דורך דעת »

געזעץ צו פאַרבאָטן שעדליכן "מויסטשער קיור" מאַטעריאַל ווערט באַשטעטיגט אין ניו דזשערסי

וועט ענדגילטיג אַרויספירן דעם מאַטעריאַל פון באַנוץ אין היימישע געגנטער, נאָך צוויי יאָר וואָס עס איז גענצליך פאַרבאָטן געווארן אין ניו יאָרק סטעיט.
אַ נייע געזעץ איז אין די יעצטיגע טעג אַדורכגעפירט געוואָרן אין דער שכינות'דיגער ניו דזשערסי, וואָס וועט גאָר שטאַרק פאַרגרינגערן פאר תושבי קרית יואל, מאנסי, סקווער, און לעקוואד וועלכע האָבן זיך שטאַרק געמוטשעט מיט פאַרשידענע געזונטהייט פּראָבלעמען אַדאַנק דעם באַנוץ פון דעם שעדליכן "מויסטשער קיור" מאַטעריאַל.
צו פאַרשטיין וויאַזוי אַ געזעץ אין ניו דזשערסי קען פאַרגרינגערן פאר תושבי קרית יואל, מאנסי, סקווער, און לעקוואד, דאַרף מען דערציילן אַביסל די היסטאָריע פון דעם באַנוץ פון דעם מאַטעריאַל אין ניו יאָרק, און דערנאָך אַריבערגיין קיין ניו דזשערסי. אין ניו יאָרק האָט מען מיט לאַנגע יאָרן צוריק דורכגעפירט אַ געזעץ אַז מען טאָר נישט ניצן דעם מאַטעריאַל אויף אַ שטאַפּל פון 550.
דער מאַטעריאַל איז בעצם גאָר שעדליך און עס האָט זיך אַרויסגעשטעלט מיט די יאָרן אַז עס ברענגט שווערע מחלות ל"ע, בפרט פאַר די שכנים אינעם בנין וועלכע געפינען זיך דאָרט בשעת מען גלאַנצט די פּאָדלאָגע מיט דעם מאַטעריאַל.
ווען דאס געזעץ אין ניו יאָרק אַז מען טאָר דאָס נישט ניצן אויף דעם שטאַפּל פון 550 איז אַריין אין קראַפט, איז מען אויפגעקומען מיט אַ שוואַכערן שטאַפּל פון דעם מאַטעריאַל וואָס איז שפּעטער אויך פאַרבאָטן געוואָרן, ביז פאַר א צוויי יאָר צוריק ווען מען האָט ענדגילטיג פאַרבאָטן צו ניצן דעם מאַטעריאַל ביז דעם שטאַפּל פון 275, וואָס ביי דעם שטאַפּל קען מען שוין נישט ניצן דעם מאַטעריאַל צו שמירן האָלץ.
דאָס האָט טאַקע געהאָלפן אויף אַ שטאַרקן פאַרנעם אויסצוראָטן דעם באַנוץ פון די היימישע געגנטער, און באַוויזן צו פאַרמיידן אַסאַך מחלות און שווערע אומאַנגענעמליכקייטן פון אידישע הייזער בס"ד.
אין די לעצטע צוויי יאָר איז אָבער נאָך ווייטער געווען אַזעלכע וועלכע האָבן זיך מיט דעם אויך אַן עצה געגעבן און האָבן אַריינגעשמוגלט דעם מאַטעריאַל פון ניו דזשערסי, וואו דאָס איז נאָך געווען לעגאַל ביז יעצט. פאַרשטייט זיך אַז מען האָט זיך צומאָל געקענט פאַרהאַנקערן מיט דער פּאָליציי, אָבער מענטשן האָבן דאָס ווייטער גענוצט, זיך איינקויפנדיג דאָס אין ניו דזשערסי און דאָס שפּעטער אַריבערגעברענגט קיין ניו יאָרק.
נאָך די שווערע אַרבעט פון אַ גרופּע היימישע עסקנים, איז פאַרלאָפענער וואָך באַשטעטיגט געוואָרן דאס געזעץ אויך אין ניו דזשערסי, אַז דער מאַטעריאַל איז גענצליך פאַרבאָטן צו ניצן, קויפן, פאַרקויפן אָדער פּראָדוצירן אין גאַנץ ניו דזשערסי.
דאָס איז גאָר גוטע נייעס פאר תושבי קרית יואל, מאנסי, סקווער, און לעקוואד, ווייל דאָס באַדייט אַז עס ווערט שוין פיל שווערער זיך צו באַניצן מיט דעם מאַטעריאַל, און דער באַנוץ דערפון וועט בעז"ה אינגאַנצן אויסגעריסן ווערן פון די היימישע געגנטער, און דערמיט איינשפּאָרן אַסאַך עגמת נפש פון אידישע הייזער.
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 813
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1627

Re: סקרעיפן א דירה

פאוסט דורך בן תורה »

פון ווי איז דער נייעס געקאפיעט? ווער זענען די עסקנים וואס האבן געארבעט פאר די געזעץ?
דעת
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2025 3:31 pm
x 4

Re: סקרעיפן א דירה

פאוסט דורך דעת »

טיקעט פון די New York State DEC Police פארן נוצען די שעדליכע מויסטשער קיור קעמיקאל און קרית יואל
פיילס
טיקעט פון NY State Police פארן נוצען מויסטשער קיור און קרית יואל
טיקעט פון NY State Police פארן נוצען מויסטשער קיור און קרית יואל
Screenshot_20250916_072057.jpg (234.54 KiB) געזען געווארן 361 מאל
דעת
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2025 3:31 pm
x 4

Re: סקרעיפן א דירה

פאוסט דורך דעת »

טיקעט פון די New York State DEC Police פארן פארקויפן די שעדליכע מויסטשער קיור.
פיילס
Screenshot_20250916_071911.jpg
Screenshot_20250916_071911.jpg (334.17 KiB) געזען געווארן 361 מאל
דעת
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2025 3:31 pm
x 4

Re: סקרעיפן א דירה

פאוסט דורך דעת »

טיקעט פון די New York DEC State Police פאר א Floor Company פארן נוצען די שעדליכע מויסטשער קיור און קרית יואל
פיילס
Screenshot_20250916_074137.jpg
Screenshot_20250916_074137.jpg (359.93 KiB) געזען געווארן 356 מאל
דעת
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2025 3:31 pm
x 4

Re: סקרעיפן א דירה

פאוסט דורך דעת »

טיקעט פון די New York DEC State Police פארן פארקויפן די שעדליכע מויסטשער קיור
פיילס
Screenshot_20250916_075326.jpg
Screenshot_20250916_075326.jpg (349.46 KiB) געזען געווארן 356 מאל
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 813
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1627

Re: סקרעיפן א דירה

פאוסט דורך בן תורה »

בן תורה האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 9:59 am פון ווי איז דער נייעס געקאפיעט? ווער זענען די עסקנים וואס האבן געארבעט פאר די געזעץ?
צולייגער
פרישער באניצער
פאוסטס: 90
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 9:57 am
x 282

Re: סקרעיפן א דירה

פאוסט דורך צולייגער »

איך ווייס נישט פון וואו ס'קומט. אבער כ'שמעק אז ס'איז דא איינער וואס גייט ארום מסר'ן. רח"ל
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 813
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1627

Re: סקרעיפן א דירה

פאוסט דורך בן תורה »

@דעת פון ווי האסטו קאלעקטעד 4 טיקעטס וואס צוויי דערפון זענען פון 2023?

און וואס איז פשט אז דו ווילסט נישט ענטפערן אויף מיין קשיא וואס איך האב שוין צויי מאל געפרעגט?
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1124
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1531

Re: סקרעיפן א דירה

פאוסט דורך יאנטשי »

צולייגער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 4:37 pm איך ווייס נישט פון וואו ס'קומט. אבער כ'שמעק אז ס'איז דא איינער וואס גייט ארום מסר'ן. רח"ל
אוודאי אזוי, די DEC קומט נישט אראפ קיין קרית יואל ביי א פארטיגע בנין סתם אזוי.

בכלל די גאנצע קאמפיין, ווי עס ווערט געבראכן אין די נייעס מיט גרויס עקסטאז, ממש ווי מען זאל אויפהערן פארלאנגען ווקאקסינס...
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1124
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1531

Re: סקרעיפן א דירה

פאוסט דורך יאנטשי »

בן תורה האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 5:19 pm @דעת פון ווי האסטו קאלעקטעד 4 טיקעטס וואס צוויי דערפון זענען פון 2023?

און וואס איז פשט אז דו ווילסט נישט ענטפערן אויף מיין קשיא וואס איך האב שוין צויי מאל געפרעגט?
קוקט אויס ער איז דער זעלבער עסקן וואס גייט ארום פארשפרייטן די געוואלטיגע דורכבראך. צו עס איז טאקע שעדליך ווייס איך נישט אויף ווי ווייט, אבער די וועג וויאזוי די נייעס ווערט געדעקט שמעקט זייער פאני.

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 4#p6229144
צולייגער
פרישער באניצער
פאוסטס: 90
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 9:57 am
x 282

Re: סקרעיפן א דירה

פאוסט דורך צולייגער »

יאנטשי האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 5:24 pm
צולייגער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 4:37 pm איך ווייס נישט פון וואו ס'קומט. אבער כ'שמעק אז ס'איז דא איינער וואס גייט ארום מסר'ן. רח"ל
אוודאי אזוי, די DEC קומט נישט אראפ קיין קרית יואל ביי א פארטיגע בנין סתם אזוי.

בכלל די גאנצע קאמפיין, ווי עס ווערט געבראכן אין די נייעס מיט גרויס עקסטאז, ממש ווי מען זאל אויפהערן פארלאנגען ווקאקסינס...
עס איז נישט וואקסינס. עס איז הימלשרייענד אז א איד גייט מסר'ן א צווייטן איד און טוט זיך אויף דערמיט. רח"ל.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3219
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3630

Re: סקרעיפן א דירה

פאוסט דורך אנדערער »

צולייגער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 5:44 pm

ווער טוט זיך אויף?
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
צולייגער
פרישער באניצער
פאוסטס: 90
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 9:57 am
x 282

Re: סקרעיפן א דירה

פאוסט דורך צולייגער »

אנדערער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 6:42 pm

@דעת
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3219
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3630

Re: סקרעיפן א דירה

פאוסט דורך אנדערער »

צולייגער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 6:47 pm
אנדערער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 6:42 pm
צולייגער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 5:44 pm

עס איז נישט וואקסינס. עס איז הימלשרייענד אז א איד גייט מסר'ן א צווייטן איד און טוט זיך אויף דערמיט. רח"ל.
ווער טוט זיך אויף?
@דעת
וואו?
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
צולייגער
פרישער באניצער
פאוסטס: 90
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 9:57 am
x 282

Re: סקרעיפן א דירה

פאוסט דורך צולייגער »

אנדערער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 6:55 pm
צולייגער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 6:47 pm
אנדערער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 6:42 pm

ווער טוט זיך אויף?
@דעת
וואו?
גוטע קאשע.
ס'דיין אנדערע ניק, איי געס.
היימישע זייגער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 406
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 2:43 am
x 1216

Re: סקרעיפן א דירה

פאוסט דורך היימישע זייגער »

מויסטער קיור ווערט ווייניג באניצט לעצטע פאר יאר נאר מען ניצט פאליוטרען.
אגב רוב בעסערע מענטשן און דירות ניצן Water based וואס איז אסאך שענער, מער א ארגינעלע האלץ קאליר ווי מויסטער קיור וואס איז מער צו די אראנדזש קאליר.
מויסטער קיור האלט זיך אסאך לענגער און בעסער, אינטרעסאנט איז אס זייער אסאך מענטשן לייגן ממילא נאך א קאוט יעדע יאר צוויי וואס פאר די געלט קען מען לייגן Water based אויך וואס איז שוין היינט אסאך שטערקער ווי אמאל.

צו מויסטער קיור איז שעדליך ווייס איך נישט אבער אז מען שמעקט עס אזוי שטארק אפילו נאך א שטיק צייט וואס טראכסטו טוט עס צו א קינד וואס קריכט אויפן פלאר א גאנצן טאג און שמעקט אריין די קעמיקעל פון 5 אינטשעס אוועק?...
היימישע זייגער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 406
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 2:43 am
x 1216

Re: סקרעיפן א דירה

פאוסט דורך היימישע זייגער »

אגב קוקט אויס ביידע טיקעטס זענען ביי די זעלבע לאקעישן אמסטערדאם וועי.
נקודה למחשבה:
מסירה איז געפעהרליך און אסור, אפשר איז עס געווען א שכן'טע למשל ווארטענדיג אדער קינדער מיט אסטמא ל"ע און ביזן שיקן א הזמנה וואלט שוין געווען שפעט? אפשר מיט א היתר בית דין? איז 311 אסור ווען א איד שטייט מיט א גאן קעגן מיין קאפ? נ.י. געזעץ זאגט אז סטאדיעס ווייזט אז עס איז זייער שעדליך, וואס דארך די נעקסט דאור נעיגהבער טוהן?

כ'פרעג ווייל איך ווייס נישט.
mc.jpg
mc.jpg (99.82 KiB) געזען געווארן 183 מאל
mc1.jpg
mc1.jpg (227.27 KiB) געזען געווארן 183 מאל

אגב איינער סופר פלעגט פייטן דערוועגן יארן צוריק, דא א נ.י. טיימס ארטיקל דערוועגן פון 2003...
https://www.nytimes.com/2003/11/21/nyre ... about.html
שרייב פאוסט