ס'קומט נייע צייטן, כאפ זיך מיט!

פאעזיע, גראמען, און קונסטווערק
אוועיטער
יוחנן כהן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 466
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
Location: אויפן בימה
x 1329

ס'קומט נייע צייטן, כאפ זיך מיט!

פאוסט דורך יוחנן כהן »

זייער לאנג,
גאר לאנג דער גלות.
פון אנפאנג,
איז פול מיט חבלות.

לאנגע דורות,
געזעצן און געליטן.
ווי קטורות,
זענען די בלוטן שניטן.


אבער


צייט געקומען,
מיר זעהן עס איז נאנט.
גאולה שווימען,
ס'אויסהיילט די וואונד.

לעבן מנוחה,
פאר אידן שווער נישט.
ומזוני רויחי,
ארעמקייט מער נישט.

--

אידן טייערע,
הייבטס ענק שוין אויף.
אט במהרה,
פליען מיר דארט ארויף.

כאפ דיך מיט,
שטיי נישט פון די ווייטן.
ס'איז שוין גוט,
אוי ווי קומט גוטע צייטן!


להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2789
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8623

Re: ס'קומט נייע צייטן, כאפ זיך מיט!

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

ווען אויב נישט
אין די יעצטיגע לעכטיגע טעג
די זינד אפגעווישט
קיין ירושלים מאכן די וועג

לאמיר דאווענען
צום מלך מלכי המלכים
זאל פראווענען
די גאולה לנצח נצחים


(כ'האב געזעהן אז ידידי הרב @בודקע האט עפעס אן ענין צו ענטפערן אלע אומגענטפערטע אשכולות האב איך מיך מיטגעכאפט מיטן שוואונג...)
שרייב פאוסט