סאפטוועיר דעוועלאפמענט

שמועסן, אינפארמאציע, און עצות איבער טעכנאלאגיע און אירע כלים
software expert
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 13, 2025 5:26 pm
Location: brooklyn
x 12

סאפטוועיר דעוועלאפמענט

פאוסט דורך software expert »

טייערע חברים אין ידידים דא אויף אידטיש:
אן קיין לאנגע באשרייבונגען וועל איך צוטרעטן צום נושא פארוואס איך האב אפגעמאכט צו עפענען א נייע טעמע
בטבע בין איך איינער וואס האט מוראדיג ליב טעכנעלאגיע ממילא אויטאמאטיש נאך די חתונה האב איך מיך אביסל אריינגעלייגט אין סאפטוועיר דעוועלאפמענט, וואס הייסט אריינגעלייגט? פשוט כ'האב מיך גענומען זוכן קורסעס ווי צו לערנען די זאכן, אבער פאר ווער ס'קען אביסל די נושא ווייסט אז ס'איז דא אסאאאך שפראכן פאר פראגרעמינג און כ'בין געווארן אינגאנצן צומישט, קודם ווי נעם איך קורסעס טשעט ג.פ.ט. האט מיך געשיקט צו "איד פרא" ווי זײ האבן דאונלאדעד פון יאָטאב אפאר קורסעס און כ'האב מיך טאקע דארט באקענט מיט HTML און CSS אבער דאס איז ממש א טיפה מן הים, בקיצור נאך א לאנגע צומישעניש מיט קורסעס און שפראכן, האב איך אפגעמאכט אז כ'וועל ארויפקומען דא אויסשמועסן מיין בלבול המוחין און כ'האף אז איינער דא וואס טוט די נושא זאל ארויפקומען שעירן זיין עקספיריענס
יישר כח למפרע
און א לעכטיגן תמיד
software expert
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 13, 2025 5:26 pm
Location: brooklyn
x 12

Re: סאפטוועיר דעוועלאפמענט

פאוסט דורך software expert »

כ'מיין מ'זאל רוקן די טעמע צו ידיעות און וויסענשאפט פארום!
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4517
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 5950

Re: סאפטוועיר דעוועלאפמענט

פאוסט דורך שמח »

software expert האט געשריבן: זונטאג יולי 27, 2025 12:57 pm כ'מיין מ'זאל רוקן די טעמע צו ידיעות און וויסענשאפט פארום!
פארוואס נישט אין טעכנאלאגיע?
software expert
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 13, 2025 5:26 pm
Location: brooklyn
x 12

Re: סאפטוועיר דעוועלאפמענט

פאוסט דורך software expert »

שוין לאמיר צוטרעטן צום ענין,
אנהייב האב איך געקוקט "איד פרא" (וואס אגב איז א מוראדיגע זאך צוצושטעלן אידישע קורסעס פאר אידן https://yidpro.com ) וואס דארט האב איך כנ''ל מיך באקענט מיט HTML און CSS, אבער מ'ווערט דאך נישט קיין עקספערט פון צוויי קורסעס אנליין, בין איך ארויסגעגאנגען אויפן יארכע צו טרעפן גוטע קורסעס, כ'האב אנגעפרעגט ביי יעדע עי איי טשעט אנליין, געזוכט אויף גוגל, צו ס'דא אידישע סאפטוועיר פראגרעמינג קורסעס, אבער קיינער האט מיך נישט געוואוסט צו ענטפערן, (גראדע האב איך יא געטראפן א אידישע קורס פון די גרינדער פון די פריידעי פעיראל קאמפעני, אבער ער בעט זעקס טויזענט דאלער פאר עס און כעת בין איך נישט אין א מצב וואס כ'בין גרייט צו אינוועסטירן אין דעם, ביזדערווייל טוה איך עס מער פאר די האַבי, האבנדיג אין קאפ אז ס'איז א גוטע פרנסה קוואל װען ס'מצב העט עס פארלאנגען), בלית ברירה בין איך געגאנגען צו cs50 פון הארווארד אוניווערסיטעט, און כ'האב עס געקוקט פאר א שעה, צוויי, אבער ס'איז נישט געווען דאָס וואָס כ'האב געזוכט, בין איך געגאנגען אויפן יארכע ווייטער, בין איך ארויפגעגאנגען אויף יוטוב נישט ערלויבט און געגאנגען צום טשענעל פון דעם ווער "איד פרא" האט ארויפגעלייגט, אבער דארט בין איך געווארן אינגאנצן צומישט, ער האט"הונדערט און צוואנציג " קורסעס און איבער "פיר הונדערט שעה" , דעמאלט האב איך אפגעמאכט אַז כ'וועל ארויפקומען דא און זיך אויסשמועסן את אשר יש בלבבי, כ'וואלט ווען געוואלט הערן פון איינעם וואס האט זיך געלערנט פראגרעמינג, זיין דזשורני ווי מ'רופט עס.
כ'וואלט מיך זייער געפרייט אז די עולם וועט ארויפקומען שעירן זייער אינפארמאציע.
א לעכטיגן תמיד
אוועיטער
בערל דער פייפער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1238
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 1866

Re: סאפטוועיר דעוועלאפמענט

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

איך האב געליינט א בוך פון https://www.murach.com/
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
אוועיטער
בטלן
פרישער באניצער
פאוסטס: 21
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 07, 2024 2:02 pm
x 111

Re: סאפטוועיר דעוועלאפמענט

פאוסט דורך בטלן »

https://www.udemy.com/courses/search/?src=ukw&q=Php האט אלץ זייער ביליג קאורסעס.

זיי זענען אייביג אויף ספעשעל, קויף קיינמאל נישט די עכטע פרייז.
אוועיטער
dev
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 234
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 4:30 pm
Location: Monsey
x 292

Re: סאפטוועיר דעוועלאפמענט

פאוסט דורך dev »

קודם דארפט איר וויסן וואס איר זוכט front end אדער back end אדער full stack

איך זעה איר האט אנגעהויבן מיט CSS און HTML וואס איז front end אבער צו דעם איז גוט צוצולייגן java script, אויב ווילט איר גיין מער back end דאן איז גוט צו לערנען NET. SQL אדער Node, און ס'נאך דא אסאך מער ס'איז ממש ארוכה מארץ מדה די וועלט פון software

די אלע זאכן קען מען לערנען אויף udemy.com פאר שפאט ביליג אדער אויף you tube בחינם, ס'גוט צו קוקן אביסל פון אלעם זעהן וואס מ'גלייכט מער און דארטן משקיע זיין מער,

און בעיקר לערנט מען זיך אויפן דזשאב ווייל געווענדליך טרעף מען נישט פונקטליך דאס וואס מ'האט געלערענט,
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2959
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6901

Re: סאפטוועיר דעוועלאפמענט

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

איז נישט ריכטיג אז היינט מיט AI קען מען שוין אלעס מאכן מיט אריינקלאפן אפאר ווערטער און זיי טוען די גאנצע ארבעט פאר דיר?
אוועיטער
dev
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 234
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 4:30 pm
Location: Monsey
x 292

Re: סאפטוועיר דעוועלאפמענט

פאוסט דורך dev »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג יולי 27, 2025 8:39 pm איז נישט ריכטיג אז היינט מיט AI קען מען שוין אלעס מאכן מיט אריינקלאפן אפאר ווערטער און זיי טוען די גאנצע ארבעט פאר דיר?
יא אמת AI קען שטארק ארויסהעלפן מיט שרייבן קאוד אבער מ'דארף זיין א דעוועלאפער צו וויסן און פארשטיין וואס און ווי אזוי צו בעטן

אבער AI קען דיר נישט בויען א פול פלעדזש קאמפליצירטע פראגרעם
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4517
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 5950

Re: סאפטוועיר דעוועלאפמענט

פאוסט דורך שמח »

dev האט געשריבן: זונטאג יולי 27, 2025 10:58 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג יולי 27, 2025 8:39 pm איז נישט ריכטיג אז היינט מיט AI קען מען שוין אלעס מאכן מיט אריינקלאפן אפאר ווערטער און זיי טוען די גאנצע ארבעט פאר דיר?
יא אמת AI קען שטארק ארויסהעלפן מיט שרייבן קאוד אבער מ'דארף זיין א דעוועלאפער צו וויסן און פארשטיין וואס און ווי אזוי צו בעטן

אבער AI קען דיר נישט בויען א פול פלעדזש קאמפליצירטע פראגרעם
מיט manus וכדו' קען מען שוין טון גאר אסאך.
בן הלוי
ניי צום טיש
פאוסטס: 14
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 10:26 am
x 19

Re: סאפטוועיר דעוועלאפמענט

פאוסט דורך בן הלוי »

software expert האט געשריבן: זונטאג יולי 27, 2025 3:32 pm
שוין לאמיר צוטרעטן צום ענין,
אנהייב האב איך געקוקט "איד פרא" (וואס אגב איז א מוראדיגע זאך צוצושטעלן אידישע קורסעס פאר אידן https://yidpro.com ) וואס דארט האב איך כנ''ל מיך באקענט מיט HTML און CSS, אבער מ'ווערט דאך נישט קיין עקספערט פון צוויי קורסעס אנליין, בין איך ארויסגעגאנגען אויפן יארכע צו טרעפן גוטע קורסעס, כ'האב אנגעפרעגט ביי יעדע עי איי טשעט אנליין, געזוכט אויף גוגל, צו ס'דא אידישע סאפטוועיר פראגרעמינג קורסעס, אבער קיינער האט מיך נישט געוואוסט צו ענטפערן, (גראדע האב איך יא געטראפן א אידישע קורס פון די גרינדער פון די פריידעי פעיראל קאמפעני, אבער ער בעט זעקס טויזענט דאלער פאר עס און כעת בין איך נישט אין א מצב וואס כ'בין גרייט צו אינוועסטירן אין דעם, ביזדערווייל טוה איך עס מער פאר די האַבי, האבנדיג אין קאפ אז ס'איז א גוטע פרנסה קוואל װען ס'מצב העט עס פארלאנגען), בלית ברירה בין איך געגאנגען צו cs50 פון הארווארד אוניווערסיטעט, און כ'האב עס געקוקט פאר א שעה, צוויי, אבער ס'איז נישט געווען דאָס וואָס כ'האב געזוכט, בין איך געגאנגען אויפן יארכע ווייטער, בין איך ארויפגעגאנגען אויף יוטוב נישט ערלויבט און געגאנגען צום טשענעל פון דעם ווער "איד פרא" האט ארויפגעלייגט, אבער דארט בין איך געווארן אינגאנצן צומישט, ער האט"הונדערט און צוואנציג " קורסעס און איבער "פיר הונדערט שעה" , דעמאלט האב איך אפגעמאכט אַז כ'וועל ארויפקומען דא און זיך אויסשמועסן את אשר יש בלבבי, כ'וואלט ווען געוואלט הערן פון איינעם וואס האט זיך געלערנט פראגרעמינג, זיין דזשורני ווי מ'רופט עס.
כ'וואלט מיך זייער געפרייט אז די עולם וועט ארויפקומען שעירן זייער אינפארמאציע.
א לעכטיגן תמיד
איך וואלט געראטן basic java script, דאס איז געשמאק זיך צו לערנען און נישט אזוי שווער ווי C שפראכן און אויך מער נוצבאר

JS איז א שפראך וואס כהיום קען מען נוצן פאר פאלל סטעק

הייב אן מיט JS פון אל"ף, ארעיס, אבדשעקס, סינטעקס, אפרעיטערס, פרימטיוו טייפס און דערנאך קאמפלעקס טייפס
נאכדעים גיי צו לאפס פאנקשענס, נאכדעים גיי צו NPM, IMPORT
ביז אהער איז מער ווייניגער basic JavaScript

זיך אנליין ווי אזוי צו לערן basic JS קוק ווידיאוס אפילו אויף יוטיוב, נאר זעה צו לערן פון וואס שפעטערע ווידיאוס וועגן זאכן טוישן זיך און כדאי צו זיין מער אפטאדעיט.
אויבן אויף איז נישט קיין חילוק וועמנס ווידיאוס, די חלק זענען ע"פ רוב אלע די זעלבע, אבער דווקא JS ווידיאוס

נאך יעדע לימוד קען מען זיכן אנליין אזוי ווי טעסטס זיכער צו מאכן אז מען פארשטייט עס, און זיך טשאלנדשען.

איינמאל ביזט פארטיג מיט basic java script קענסטו גיין צו GIT - verzion controll

נאכדעים דארף מען גיין צו אדווענסד וואס דאס איז פראמעסעס א.א.וו.

פאר מקימט אן צו בעקענט דארף מען האבן א דאטא בעיס וואס דאס איז א סוגיה פאר זיך


נ.ב. די אפציעלע וועבסייט פון JS דאקעמנטעישן איז https://developer.mozilla.org/en-US/doc ... JavaScript
software expert
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 13, 2025 5:26 pm
Location: brooklyn
x 12

Re: סאפטוועיר דעוועלאפמענט

פאוסט דורך software expert »

opening a google chat group to discuss software programing and developing who it wants to join should send an email to softwaremevakesh@gmail.com
software expert
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 13, 2025 5:26 pm
Location: brooklyn
x 12

Re: סאפטוועיר דעוועלאפמענט

פאוסט דורך software expert »

software expert האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 03, 2025 8:02 pm opening a google chat group to discuss software programing and developing who it wants to join should send an email to softwaremevakesh@gmail.com
please forward
software expert
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 13, 2025 5:26 pm
Location: brooklyn
x 12

Re: סאפטוועיר דעוועלאפמענט

פאוסט דורך software expert »

רבותי!
די גרופע איז אפן! טשעקטס אריין!
ווער ס'האט איידיעס פאר גרופעס זאל אריינשיקן
אוועיטער
UFO
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 03, 2025 5:05 pm
x 10

Re: סאפטוועיר דעוועלאפמענט

פאוסט דורך UFO »

https://www.w3schools.com/
טרעינינג פאר אלע שפראכן, גרינגע ענגליש.
:twisted: לאַפוקי ממאַן דאָמר UFO לֹא היה ולא נברא...
איך ווייס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 244
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:26 pm
x 359

Re: סאפטוועיר דעוועלאפמענט

פאוסט דורך איך ווייס »

איך וואלט דיר געראטען זאלסט טראכטן פון עפעס א פראגרעם וואס די ווילסט מאכן, אבער ס'איז נאך נישט דא, אדער ס'איז דא, אבער קענסט צולייגן דיינע אייגענע פיעטשערס. קענסט דאן צוריקקומען, און מען וועט קענען אויסשמועסען וואס איז די בעסטע טעק סטעק צו פארווירקליכען דעם געדאנק, און דיינע נעקסטע שריט.

זייער אסאך קאנסעפטס זענען די זעלבע ביי זייער אסאך שפראכן, מילא איז נישט עכט קיין גרויסע חילוק וואס דיין "ערשטע" שפראך איז, ס'איז היפש גרינגער זיך צו לערנען א צווייטע שפראך שפעטער.

אני כשלעצמי האט איך זיך געלערנט אויף Visual Basic (ביטע לאך נישט) געמאכט מיין ערשטע "שפיל" פראגרעם אין פשוט Java, דערנאך האבן איך באקומען א ארבייט אלץ עפפ דעוועלפער( שרייבן ענדרויד Java און Swift, און ליינען קודם Objective C, און שפעטער Kotlin) און שפעטער געשפילט אביסל מיט פלאטטער + דארט. היינט ארבייט איך אלץ .Net דעוועלפער.
שרייב פאוסט