בלאט 1 פון 1

זוך דיין טרעין, אבער פארגעס נישט ווער דו ביסט

געפאוסט: מאנטאג יולי 07, 2025 10:54 pm
דורך שטיינזאלץ
אין טרעין סטעישאן, פארלוירן מיט א טיקעט אין האנט, און א גוי דערמאנט מיר ווער איך בין.

איך בין געשטאנען אינמיטן א ריזיגן טרעין סטעישאן אין אייראפע, א וועלט פון מענטשן, שילדן, סיינס און לויפער.
יעדער איינער לויפט, יעדער ווייסט וואו צו גיין
נאר איך שטיי מיט א טיקעט אין האנט און א בליק פון פארלוירנקייט.

מיין סעל האט נישט געארבעט, די שילדן רעדן נישט צו מיר, איך קוק זיך ארום און זוך הילף.
גיי איך צו א גוי, ער קוקט אויס ערליך, אזוי איינער וואס מ׳קען פרעגן.

איך גיי צו אים און פרעג אים :
קענסטו מיר זאגן ווי איך גיי צו מיין טרעין?

ער קוקט אויף מיר און פרעגט:
Are you a Jew?
Yes, זאג איך.

און דא אן קיין הקדמה, אן קיין גמרא, אן קיין מוסר שיעור
ער קוקט מיר אין מיינע אויגן און זאגט:
? So why are you looking sad
!You are the people of God! You need to be strong

פרעג איך אים, איך זע אויס Sad?
Yes, זאגט ער ? Where is your smile

און דא, אין די טרעין סטעישאן, זאגט מיר א גוי ווער איך בין.
און ער ווייזט מיר ווי צו גיין צום ריכטיגן טרעין.

איך בין געגאנגען.
און מיט א זאך צום געדענקען: ווער איך בין

Re: זוך דיין טרעין, אבער פארגעס נישט ווער דו ביסט

געפאוסט: מאנטאג יולי 07, 2025 11:03 pm
דורך חצקל משמש
שטארק!

Re: זוך דיין טרעין, אבער פארגעס נישט ווער דו ביסט

געפאוסט: מאנטאג יולי 07, 2025 11:56 pm
דורך פופציגער
חצקל משמש האט געשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 11:03 pm שטארק!

Re: זוך דיין טרעין, אבער פארגעס נישט ווער דו ביסט

געפאוסט: דינסטאג יולי 08, 2025 3:18 am
דורך דיאמאנט סוחר
i had the same story with a doctor

Re: זוך דיין טרעין, אבער פארגעס נישט ווער דו ביסט

געפאוסט: דינסטאג יולי 08, 2025 11:08 pm
דורך שמח
קורץ, שטארק און שארף!

Re: זוך דיין טרעין, אבער פארגעס נישט ווער דו ביסט

געפאוסט: מיטוואך יולי 09, 2025 11:53 am
דורך לאקאלער רב
Maaasssssivvvvve!!!!