אין טרעין סטעישאן, פארלוירן מיט א טיקעט אין האנט, און א גוי דערמאנט מיר ווער איך בין.
איך בין געשטאנען אינמיטן א ריזיגן טרעין סטעישאן אין אייראפע, א וועלט פון מענטשן, שילדן, סיינס און לויפער.
יעדער איינער לויפט, יעדער ווייסט וואו צו גיין
נאר איך שטיי מיט א טיקעט אין האנט און א בליק פון פארלוירנקייט.
מיין סעל האט נישט געארבעט, די שילדן רעדן נישט צו מיר, איך קוק זיך ארום און זוך הילף.
גיי איך צו א גוי, ער קוקט אויס ערליך, אזוי איינער וואס מ׳קען פרעגן.
איך גיי צו אים און פרעג אים :
קענסטו מיר זאגן ווי איך גיי צו מיין טרעין?
ער קוקט אויף מיר און פרעגט:
Are you a Jew?
Yes, זאג איך.
און דא אן קיין הקדמה, אן קיין גמרא, אן קיין מוסר שיעור
ער קוקט מיר אין מיינע אויגן און זאגט:
? So why are you looking sad
!You are the people of God! You need to be strong
פרעג איך אים, איך זע אויס Sad?
Yes, זאגט ער ? Where is your smile
און דא, אין די טרעין סטעישאן, זאגט מיר א גוי ווער איך בין.
און ער ווייזט מיר ווי צו גיין צום ריכטיגן טרעין.
איך בין געגאנגען.
און מיט א זאך צום געדענקען: ווער איך בין
זוך דיין טרעין, אבער פארגעס נישט ווער דו ביסט
Re: זוך דיין טרעין, אבער פארגעס נישט ווער דו ביסט
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 61
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 12, 2024 6:42 pm
- x 58
Re: זוך דיין טרעין, אבער פארגעס נישט ווער דו ביסט
i had the same story with a doctor
Re: זוך דיין טרעין, אבער פארגעס נישט ווער דו ביסט
קורץ, שטארק און שארף!
- לאקאלער רב
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 281
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
- x 513
Re: זוך דיין טרעין, אבער פארגעס נישט ווער דו ביסט
Maaasssssivvvvve!!!!