בלאט 1 פון 1
וואס איך האב געלערנט שפעטער אין לעבן
געפאוסט: זונטאג יולי 06, 2025 6:02 pm
דורך שטיינזאלץ
נארמאל מיינט נאר ווי איך בין צוגעוואוינט.
יעדער מענטש טראכט אויף זיין אייגענעם וועג,
לעבט אין זיין אייגענעם באבל,
און פירט זיך לויט זיין אייגענע ערציהונג.
נארמאל?
ס׳איז נישט קיין רעאליטעט.
עס איז נאר א ווארט.
Re: וואס איך האב געלערנט שפעטער אין לעבן
געפאוסט: מאנטאג יולי 07, 2025 1:02 am
דורך פעינטיג
אן אלטע שאלה וואס איך האב: 'נארמאל' מיינט וואס עס איז די מער שיינע וועג צו טון, אדער נארמאל מיינט דאס וואס רוב מענטשן טוען?
Re: וואס איך האב געלערנט שפעטער אין לעבן
געפאוסט: מאנטאג יולי 07, 2025 4:34 pm
דורך הדסים
שטיינזאלץ האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 06, 2025 6:02 pm
נארמאל מיינט נאר ווי איך בין צוגעוואוינט.
יעדער מענטש טראכט אויף זיין אייגענעם וועג,
לעבט אין זיין אייגענעם באבל,
און פירט זיך לויט זיין אייגענע ערציהונג.
נארמאל?
ס׳איז נישט קיין רעאליטעט.
עס איז נאר א ווארט.
ס'איז רעלאטיוו. ווי יעדע רעאליטעט.
Re: וואס איך האב געלערנט שפעטער אין לעבן
געפאוסט: מאנטאג יולי 07, 2025 5:56 pm
דורך שטיינזאלץ
הדסים האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 07, 2025 4:34 pm
שטיינזאלץ האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 06, 2025 6:02 pm
נארמאל מיינט נאר ווי איך בין צוגעוואוינט.
יעדער מענטש טראכט אויף זיין אייגענעם וועג,
לעבט אין זיין אייגענעם באבל,
און פירט זיך לויט זיין אייגענע ערציהונג.
נארמאל?
ס׳איז נישט קיין רעאליטעט.
עס איז נאר א ווארט.
ס'איז רעלאטיוו. ווי יעדע רעאליטעט.
די עקזיסטענץ פון מיינונגען, איז רעאליטעט.
די אינהאלט פון מיינונגען, קען זיין רעלאטיוו.
Re: וואס איך האב געלערנט שפעטער אין לעבן
געפאוסט: מאנטאג יולי 07, 2025 6:52 pm
דורך פופציגער
צק
אמאל פלעג איך אפט טראכטן "וואס האט יענער געטראכט ווען ער האט געטון דאס און יענס??"
שפעטער האב איך געלערנט אז ממש נישט יעדער טראכט בכלל...
Re: וואס איך האב געלערנט שפעטער אין לעבן
געפאוסט: זונטאג יולי 27, 2025 11:18 pm
דורך שטיינזאלץ

די געוואלדיגע כח פון א שמייכל
מיט א שמייכל קען מען עפענען מער טירן ווי מיט א שליסל. עס קלינגט ווי סתם זיסע ווערטער, אבער ווער עס האט עס אויספרובירט, ווייסט ווי אמת עס איז.
א שמייכל איז נישט קיין גרויסע פילאזאפיע, נישט קיין שטודיע אין אוניווערסיטעט, און נישט קיין זאך וואס דארף געלט אדער מאכט. אבער דאס ארבעט וואונדער. א מענטש וואס קומט אריין אין א צימער מיט א שמייכל אויפן פנים, ער ברענגט ליכט, רואיגקייט און ווארעמקייט. אפילו ווען דער מצב איז שווער, קען א שמייכל פארשפרייטן חיזוק ווי א ליכט'ל אין טונקל.
אין אונזער וועלט היינט, וואס לויפט שנעל און איז פול מיט דרוק, פארגעסט מען אפט ווי ווייט גייט אזא קליינער חיזוק. א שמייכל קען ארויסרייסן א מענטש פון א שלעכטע מצב. ער קען עפענען די הארץ, אויפבויען צוטרוי און מאכן שלום צווישן מענטשן. און דאס אלץ אן קיין ווארט.
Re: וואס איך האב געלערנט שפעטער אין לעבן
געפאוסט: פרייטאג יאנואר 23, 2026 1:54 am
דורך פליט
אז אן עקספערעישאן דעיט, האט אויך אן עקספערעישאן דעיט.
Re: וואס איך האב געלערנט שפעטער אין לעבן
געפאוסט: פרייטאג יאנואר 23, 2026 2:01 am
דורך Think and Thank
פליט האט געשריבן: ↑פרייטאג יאנואר 23, 2026 1:54 am
אז אן עקספערעישאן דעיט, האט אויך אן עקספערעישאן דעיט.
WOW, דאס קען מען נישט סתם דורכלאזן. מען דארף דאס געהעריג שטודירן און דורכטון. וואס הייסט אן עספייערעישאן דעיט האט אן עקספייערעישאן דעיט? אויב למשל איך קויף מילך אויף וואס עס שטייט אן עקספייערעישאן דעיט פון פעברואר 8 2026, און איך ווארט צו לאמיר זאגן א יאר אז די עקספייערעישאן דעיט זאל עקספייערן, ווערט די מילך צוריק פריש?...
Re: וואס איך האב געלערנט שפעטער אין לעבן
געפאוסט: פרייטאג יאנואר 23, 2026 2:09 am
דורך פליט
Think and Thank האט געשריבן: ↑פרייטאג יאנואר 23, 2026 2:01 am
פליט האט געשריבן: ↑פרייטאג יאנואר 23, 2026 1:54 am
אז אן עקספערעישאן דעיט, האט אויך אן עקספערעישאן דעיט.
WOW, דאס קען מען נישט סתם דורכלאזן. מען דארף דאס געהעריג שטודירן און דורכטון. וואס הייסט אן עספייערעישאן דעיט האט אן עקספייערעישאן דעיט? אויב למשל איך קויף מילך אויף וואס עס שטייט אן עקספייערעישאן דעיט פון פעברואר 8 2026, און איך ווארט צו לאמיר זאגן א יאר אז די עקספייערעישאן דעיט זאל עקספייערן, ווערט די מילך צוריק פריש?...
קען גאר זיין אז די מילך ווערט צירוק א קו.. און די פלייש ווערט צירוק א טשיקען?...
אפשר אזוי מאכט מען די וויגען פלייש (פלענט בעיסד פלייש).. ווער ווייסט...
Re: וואס איך האב געלערנט שפעטער אין לעבן
געפאוסט: זונטאג פעברואר 01, 2026 1:36 pm
דורך וויענער חסיד
אז נישט קיין חילוק וויפול בלוט איך לייג אריין צו פארלירן וואג, וועל איך צוריק געינען אלעס מיט א שמיץ אריבער [עסקונג פאר עי פרענד].
Re: וואס איך האב געלערנט שפעטער אין לעבן
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 02, 2026 3:07 am
דורך הדסים
וויענער חסיד האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 01, 2026 1:36 pm
אז נישט קיין חילוק וויפול בלוט איך לייג אריין צו פארלירן וואג, וועל איך צוריק געינען אלעס מיט א שמיץ אריבער [עסקונג פאר עי פרענד].
נאוואדע אזוי, וויאזוי קען מען דען א גאנץ לעבן לייגן בלוט? בכדי צו פארלירן וואג דארף עס ווערן א בא'טעמ'טער אורח חיים און א הנאה'דיגער וועג פון עסן און אנגיין.
נישט פון אייגענער ערפארונג, האסט שוין פרובירט הערשל מייזליש?
לדעתי ברויך עס אויך זיין מיט א געזונטע וועג פון עסן וויטש אינקלודס די צייטן פון עסן, דאס צעקייען, סדר שתיית מים, שלאפן וכדו'