קרעדיט @סגידנא
נאך א לאנג פארצויגענע פרעצעדור ווי יעדע רעפאבליקאנער שמויגער האט געפועלט אדער פארמאכט דאס מויל געקוועטשט דעם נאז און געשטימט קעגן זיין געוויסן אבער די פארטיי איז קודם איז ענדליך דורך דאס גרויסע הערליכע ביל.
אט וועל איך אפשרייבן די פרטים, חקירות וועלן בל"נ נאכפאלגן.
שטייער שניטן און דעדאקשענס
באשטימט די 2017 שטייער שניטן
סטאנדארט דעדאקשענס גייען ארויף ביי $1000 פאר מענטש, $1500 פאר די וואס פירן שטובער $2000 פאר פארהייראטע קאפלס ביז 2028
ברענגט ארויף די סטעיט און לאקאלע טעקס דעדאקשען קעפ פון $10,000 צו $40,000 וואס וועט צוריקגיין נאך 5 יאר צו $10,000
נעמט אראפ שטייער פון טיפס, אווערטיים מיט א לימיט ביי $150,000 און $300,000 פאר דזשאוינט פיילערס
געבט א $6000 דעדאקשען פאר די העכער 65 יאר ביז 2028
טשיילד טעקס קרעדיטס גייען ארויף צו $2500 און צוריק אראפ צו $2000 אין 2029
ביז $10,000 אין טעקס דעדאקשענס פאר אינטערעסט געצאלט אויף פיינענס פאר אמעריקאנער קארן
טעקס דעדאקשענס פאר קליינע ביזנעסער בלייבט ביי 20% פערמענענט
$1700 טעקס קרעדיטס פאר סקאלערשיפ פראגראמען - מוסדות
ביזנעסער וועלן קענען דעדאקטען די פולע קאסט פון זייערע מעניופעקטשארינג עקספענסעס אין די יאר וואס עס איז געקויפט - צב"ש מאשינען, קאמפיוטערס, עקספענסעס פאר ריסורטש און דעוועלאפמענט ווי סאפטוועיר, פראצעדורן, און טעסטינג קאסטן. (ביז היינט האט מען עס געמוזט דעדאקטען איבער אפאר יאר.)
100% עקספענסינג דעדאקשענס פאר קאנסטראקשען פאר פעקטאריס, ווערהאוזעס, אין די יאר וואס עס איז געטון
נעמט אראפ טעקסעס פון סאושעל סעקיוריטי בענעפיטס
טראמפ בעיבי אקאונטס
געבט $1000 פאר יעדעס קינד געבוירן פון 2024-2028 וואס וועט ווערן אינוועסטירט ביז די קינד ווערט 18 יאר
מקען אריינלייגן ביז $5000 פער יאר
מעדיקעיד און פוד סטעמפס שניטן - אריין אין קראפט דעצעמבער 2026
אדאלטס פון 19-64 מוזן ארבעטן 80 שעה א חודש, אדער וואלונטירן אדער אין עדזשוקעישען,
עלטערן מיט קינדער 14 יאר און ווייניגער וועלן נישט דארפן ארבעטן
די סטעיט וועט קוקן אויף די לעצטע דריי חדשים צו מאיז נאכגעקומען די תנאים און נישט מער - וועט מוזן נאכגיין און וועריפייען יעדע 6 חדשים צו מאיז עלידזשיבל - וועט דארפן נאכגיין די אדרעסן זיכער מאכן אז סשטימט מיט רעקארדס - וועט נאכגיין אינפארמאציע דורך 3'טע פארטיי סורסעס, צב"ש די IRS, אדער ארבעטס רעקארדס
מעדיקעיד וועט נאר דעקן רעטרא-אקטיוו פאר איין חודש, למשל אויב האסטו א ביל פון יאנואר און די אפלייסט מארטש וועט דיר מעדיקעיד נישט צאלן דעם ביל
ממוז ווייזן אז מארבעט אדער מזוכט א דזשאב, און שטרענגערע וועריפיקאציע
שניידט פוד סטעמפס ביי 267 ביליאן דאלער - אריינגערעכנט אז ממוז ווייזן אז מארבעט אדער מזוכט א דזשאב, פאר אדאלטס אן קיין קינדער
גרעניץ זיכערהייט און אימיגראציע
170 ביליאן פאר גרעניץ זיכערהייט, די וואנט, אייס אינפארסירער און פאר דעפארטאציעס
3.5% שטייער אויף געלטער וואס בירגער אן קיין בירגערשאפט (אריינגערעכנט גרין קארדס) שיקן צו (משפחה אין) זייערע היימלענדער
שניידט מעדיקעיד פאר אומלעגאלע אימיגראנטן
מיליטער און דעפענס
162 ביליאן פאר מיליטער אריינגערעכנט דראונס און גאלדענע דאמבע - און צו מאדערניזירן עיר טראפיק קאנטראל
גרינע ענערדזשי
נעמט אוועק טעקס קרעדיטס פאר סאלאר, עלעקטריק קארן, ווינדמילס - גילטיג גלייך ביים אונטערשרייבן
פארגרינגערט רעגולאציעס פאר אויל און גאז פראדוקציע
אנולירט פראגראם צו קענען פיילן טעקסעס אנליין
------
(אויב מעג איך מעורר זיין זיך צו משתתף זיין צום קאמפיין פאר @על פי תורה וואס ער האט זיך געטראפען מיט א פריוואטע אייגענע גרויסע ביל [נישט בעיוטעפעל] למען אסירי ילדי לב טהור, וואלט עס געווען א ריזיגע חיזוק אין העלפ.)
קורצער איבערבליק אויפן ביג ביוטיפול ביל 2025
-
פשוט און גראד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2761
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 6035
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1080
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 3647
Re: קורצע איבערבליק אויפן ביג בעיוטעפעל ביל 2025
פשוט און גראד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 03, 2025 4:30 pm
162 ביליאן פאר מיליטער אריינגערעכנט דראונס און גאלדענע דאמבע - און צו מאדערניזירן עיר טראפיק קאנטראל
דאמבע מיינט א dam, נישט א dome.
Re: קורצע איבערבליק אויפן ביג בעיוטעפעל ביל 2025
איינער קען מאכן אַ קורצן סך הכל וואָס דעי געזעץ מאַכט אויס למעשה אויפ'ן היימישן עולם?
-
וואס איך זאג
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 74
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 6:41 am
- x 88
Re: קורצע איבערבליק אויפן ביג בעיוטעפעל ביל 2025
וואס איז די אפטייישט פון די ווארט דעדאקשענס?
-
פשוט און גראד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2761
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 6035
Re: קורצע איבערבליק אויפן ביג בעיוטעפעל ביל 2025
די שאלה איז וואס ס‘מיינט היימישע עולם
איינער וואס ס‘ארבעט נישט? איינער וואס ס‘פארדינט ווייניג/אסאך?
איינער וואס צאלט אוין פריוואטע נאמען פראפערטי טעקס?
איך מיין ס‘איז גאנץ קלאר ארויס געברענגט אז מ‘זאל קענען ארויס נעמען אויף למעשה די רעלעוואנט חלקים
-
פשוט און גראד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2761
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 6035
Re: קורצע איבערבליק אויפן ביג בעיוטעפעל ביל 2025
אראפ רעכענעןוואס איך זאג האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 06, 2025 8:37 am וואס איז די אפטייישט פון די ווארט דעדאקשענס?