פארשידענע אידעאלאגיעס און אנשויאונגען זיצן אינעם מענטשליכן זינען. און דער קאפ ווערט גענויגט צו רעכטס און לינקס און פונקט אינדערמיט, און נאך פארשידענע זייטן, געוואנדן לויטן ספעציפישן געמיט און גענויען צושטאנד פונעם טראכטער'ס פערזענליכקייט.
אייגענע אינטערעסן און איינזייטיגע געפילן שפילן א באדייטנדע ראלע אין יעדן איינציגן מאנעוורע פונעם געדאנקענגאנג, און עס איז שטענדיג פארהאן א פארטייאישע עקזיסטענץ אין א באשלוס זיך צו אפיליאירן מיט סיי וועלכן מיינונג.
געווענליך וועט דער וואס האלט פון סיי וואס, קריסטאליזירן זיין שיטה אלץ לויטער ריין, און איר גרונדפעסטיגן אלץ פעסט און קראנט וואס ווערט נישט אונטערגעשטיצט דורך דרויסנדיגע עלעמענטן, נאר בלויז וואס ער זעט פאר די ריכטיגע ווארהייט.
אויב עס וועט זיך עמיצער ארויסשטעלן מיט א דורכזיכטיגן סוביעקטיוון צוגאנג וועט ער זאפארט ארונטערגעריסן ווערן מיטן מיאוס'ן טיטל 'בייעסד', וואס באדייט אן איינזייטיגער פערזאן וואס קען נישט זען דעם מטבע פון אירע ביידע זייטן, נאר פארקויפט אז דער געזיכט אויפן אנדערן זייט איז אקוראט דער זעלבער ווי דעם עפנטליכן און פארדעקט דעם באהאלטענעם אמת.
---
איך זעלבסט בין אבער גאר שטאלץ צו זיין שטענדיג עקסטרעם גענויגט פאליטיש און אידעאלאגיש צו איין געוויסע זייט.
עס קימערט מיר נישט צו ווערן באצייכנט אלץ פארטייאיש און איינער וואס וויל נישט זען דעם גאנצן בילד, דאס איז וואס איך שטרעב און עס איז מיין פרייד צו דערגרייכן אהין. איך וויל נאר זען שווארץ אין אלע יעניגע אקטיוועטעטן, און איך וועל זיי אומאויפהערליך פארדאמען, אפגעזען צי איך וואלט אין אנדערע אומשטענדן אזוי געהאלטן אדער פארקערט.
איך שעם זיך גענצליך נישט צו אויסדרוקן מיין אייביגע פארפליכטונג צו זען שלעכטס אויף דעם פאליטישן באוועגונג, אידעאלאגישע אנשויאונג, וואס איז אויך גראדע אן אנגעבליכע לעגיטימע לאנד מיט א פאן.
וויבאלד ווען מיין טאטנ'ס קרוין ווערט פארשוועכט, קען איך נישט שטיין גלייכגילטיג. און אלץ א געטרייער זון וועל איך פארפיינטן און זיך אפטרייסלען מיט אפשיי פון יעדעס ריר פון מיין טאטנ'ס פיינט.
יא, איך בין בייעסד!
עס איז צייט אז מען זאל פארשטיין דעם פענאמען, אז גענוי ווי עס זענען פארהאן רעכטע און לינקע, עקזיסטירן פונקט אזוי פרא-השם יתברך אקטיוויסטן וואס קענען נישט זען פאזיטיוו אין עפעס וואס ווערט געטון דורך דעם אנדערן פארטיי, זיי זענען קאנטער-רעבעלן פון דער אפאזיציע וואס ערלויבט נישט זיין נאמען צו פיגורירן אין זיין אייגענעם שטוב, און גייען קעגן זיין ווילן פונעם ערשטן אטעם פון זייער עקזיסטענץ.
יא, איך בין שטאלץ צו זיין בייעסד, ווייל דאס איז א הייליגע פירונג פון דער ליבליכער קעניג דוד וואס האט אויסגעשריגן פון זיין הייליג הארץ דעם געשריי מיט אויסדרוקליכע האספולע פיינטשאפט געבויט אויף ווירקליכע געטרייע ליבשאפט:
''משנאיך ה' אשנא!''
שטאלץ צו זיין בייעסד?!
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 24
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 8:10 pm
- x 174
Re: שטאלץ צו זיין 'בייעסד'?!
בנים אתם לה' אלקיכם - כבן בית (כ'בין בייעסד) לפני המקום ...
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6687
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 15477
Re: שטאלץ צו זיין 'בייעסד'?!
איך בין זייער בייעסד פאר דעם ארטיקל.
יאפ, טאקע גאלד!
יאפ, טאקע גאלד!
Re: שטאלץ צו זיין 'בייעסד'?!
גוט געשריבן!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל