נוקלעאר! איז נאך דא וואס מורא צו האבן?

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5649
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19937

נוקלעאר! איז נאך דא וואס מורא צו האבן?

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

אקטועלע געדאנק דורך @ענציקלאפעדיסט אויף אייוועלט.

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=76649


נוקלעאר! דער צויבער ווארט וואס ווארפט א פארכטיגע ציטער יעדן מענטשליכן באשעפעניש איבערן פלאנעט, עס איז בלויז גענוג צו איר ארויפברענגען אויף די ליפן און עס ווערט איינגעשרומפן די ביינער מיט אנגסט.

וואס איז איר מאכטפולע קראפט אזש זי קען בלויז מיט איר עקזיסטענץ ברענגען געוואונטשענע רעזולטאטן פאר איר אייגנטומער? פארוואס וועלן אלע איינגיין ווי צולאזטע וואקס פון הערן איר נאמען?

יעדער קליין קינד וועט דערויף וויסן צו ענטפערן, אז מיט אירע אבנארמאלע באשטאנדטיילן ווערן צונומען די סאמע גרונדן פונעם באשאף, דעריבער האט אן אטאם באמבע די פאטענציאל צו אפווישן פונעם וועלטס מאפע אין א סעקונדע גאנצע ראיאנען, אין אן אויגנבליק קען חלילה אפגעווישט ווערן יעדעס געדענקעניש פון א באשעפעניש, ווען זי אטאקירט און צילט די אטאמען פון וועלכע עס איז צונויפגעשטעלט יעדעס עקזיסטירנדע געגנשטאד.

---

איך האב אבער נישט מורא פון נוקלעאר!

ווייל גא-ט וועט נישט דערלויבן אז מען זאל פארדארבן זיין וועלט.

איך האב אויך נישט מורא פון נוקלעאר, וויבאלד א לאנד וועט דאס נישט נוצן, וויסנדיג אז דאס איז אויסדרוקליכע זעלסטמארד.

איך האב נישט מורא פון נוקלעאר אויך אויב וועט גא-ט באשערן אז עס זאל געשאסן ווערן, צוליב וואס דאס איז זיכער דאס בעסטע אויב גא-ט וויל אזוי. דוכט זיך אז דאס לעבנס ענדע דורך נוקלעארע קראפט איז נישט צו פיינליך, און מיר אידן האבן א יענע וועלט וואס קיין נוקלעאר דערגרייכט נישט אהין.

איך האב אבער יא מורא פון גייסטיגע נוקלעארע וואפן! פון געמיינע פאזיטיווע געפילן אין ריכטונג פונעם רעאקטאר פון מינות און כפירה אויף דעם ערד-קוגל.

גא-ט דערלויבט יא אז עס זאלן געשאסן ווערן ציוני'סטישע באמבעס ווייל ער וויל מיר אויספרובירן, און איך ציטער אז איך זאל דאס דורכמאכן סוקסעספול.

ווייל אויב וועלן אירע אטאמישע שטראלן פארניכטן מיין זעל, בין איך טויט אויף דעם וועלט און אויף יענע וועלט.

וויבאלד איר קראפט טוט צונעמען די סאמע יסודות פון מיין גייסטישע עקזיסטענץ, מיין גלויבן אין גא-ט און אין זיין אויסשליסליכע אויסלייזונג.

באשעפער, איך האב מורא פון רוחניות'דיגע נוקלעאר!
משיח משיח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 205
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 4:11 pm
x 729

Re: נוקלעאר! איז נאך דא וואס מורא צו האבן?

פאוסט דורך משיח משיח »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג יוני 16, 2025 1:34 pm אקטועלע געדאנק דורך @ענציקלאפעדיסט אויף אייוועלט.

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=76649


נוקלעאר! דער צויבער ווארט וואס ווארפט א פארכטיגע ציטער יעדן מענטשליכן באשעפעניש איבערן פלאנעט, עס איז בלויז גענוג צו איר ארויפברענגען אויף די ליפן און עס ווערט איינגעשרומפן די ביינער מיט אנגסט.

וואס איז איר מאכטפולע קראפט אזש זי קען בלויז מיט איר עקזיסטענץ ברענגען געוואונטשענע רעזולטאטן פאר איר אייגנטומער? פארוואס וועלן אלע איינגיין ווי צולאזטע וואקס פון הערן איר נאמען?

יעדער קליין קינד וועט דערויף וויסן צו ענטפערן, אז מיט אירע אבנארמאלע באשטאנדטיילן ווערן צונומען די סאמע גרונדן פונעם באשאף, דעריבער האט אן אטאם באמבע די פאטענציאל צו אפווישן פונעם וועלטס מאפע אין א סעקונדע גאנצע ראיאנען, אין אן אויגנבליק קען חלילה אפגעווישט ווערן יעדעס געדענקעניש פון א באשעפעניש, ווען זי אטאקירט און צילט די אטאמען פון וועלכע עס איז צונויפגעשטעלט יעדעס עקזיסטירנדע געגנשטאד.

---

איך האב אבער נישט מורא פון נוקלעאר!

ווייל גא-ט וועט נישט דערלויבן אז מען זאל פארדארבן זיין וועלט.

איך האב אויך נישט מורא פון נוקלעאר, וויבאלד א לאנד וועט דאס נישט נוצן, וויסנדיג אז דאס איז אויסדרוקליכע זעלסטמארד.

איך האב נישט מורא פון נוקלעאר אויך אויב וועט גא-ט באשערן אז עס זאל געשאסן ווערן, צוליב וואס דאס איז זיכער דאס בעסטע אויב גא-ט וויל אזוי. דוכט זיך אז דאס לעבנס ענדע דורך נוקלעארע קראפט איז נישט צו פיינליך, און מיר אידן האבן א יענע וועלט וואס קיין נוקלעאר דערגרייכט נישט אהין.

איך האב אבער יא מורא פון גייסטיגע נוקלעארע וואפן! פון געמיינע פאזיטיווע געפילן אין ריכטונג פונעם רעאקטאר פון מינות און כפירה אויף דעם ערד-קוגל.

גא-ט דערלויבט יא אז עס זאלן געשאסן ווערן ציוני'סטישע באמבעס ווייל ער וויל מיר אויספרובירן, און איך ציטער אז איך זאל דאס דורכמאכן סוקסעספול.

ווייל אויב וועלן אירע אטאמישע שטראלן פארניכטן מיין זעל, בין איך טויט אויף דעם וועלט און אויף יענע וועלט.

וויבאלד איר קראפט טוט צונעמען די סאמע יסודות פון מיין גייסטישע עקזיסטענץ, מיין גלויבן אין גא-ט און אין זיין אויסשליסליכע אויסלייזונג.

באשעפער, איך האב מורא פון רוחניות'דיגע נוקלעאר!
אט אזוי מורא'דיג

גענאגעלט!!!
שרייב פאוסט