אריגינעלע מנהגים ביי שמחות
געפאוסט: מיטוואך מאי 28, 2025 4:38 pm
ניין, דאס איז נישט נאך א טעמע איבער חתונה תקנות און אנדערע שינוים. ביטע נישט אהין פירן די שמועס!
אסאך מאל רעדענדיג פון שמחות הערט מען פון מענטשן אז אינדערהיים איז געווען די מנהג אזוי, דאס האט יא מקור, דאס האט נישט קיין מקור. ס'קיינמאל נישט געווען, ס'אלעמאל געווען. וכו' וכו'. לאמיר עפענען א טעמע וואו מען זאל קענען אויסשמועסן ארגינעלע מנהגים בעניני שמחות, ובפרט מנהגי אשכנז.
איינער האט געשריבן אין אן אנדערע טעמע אז די מנהג פון מאכן שבת באווארפן סעודות האט נישט קיין שום מקור. ס'איז נישט דאס ערשטע מאל איך הער אזא ביליגקייט כלפי די מנהג, און עס באדערט מיר. אה"נ די היינטיגע שבת באווארפן איז נישט די זעלבע ווי 500 יאר צוריק, אבער די שבת שבע ברכות איז אויך נישט די זעלבע ווי 500 יאר צוריק. איך פארשטיי נישט פארוואס שבת באווארפן האט זוכה געווען צו אזא טיטל אז עס האט נישט קיין שום מקור, און שבת שבע ברכות האט באקומען א פעסס אז דאס האט יא א מקור.
דער ערשטער מקור וואס איך האב געטראפן צו צושטעלן א סעודה א שבת פאר די חתונה איז טאקע נישט פון קיין אשכנזי, נאר דאס איז דער רשב"א אין משמרת הבית (בית שביעי שער שני פסקא ד') ער שרייבט בזה הלשון: ואני אומר כי מנהגן של ישראל בכל מקום ומקום תורה היא, וכל מה שעושין במנהגיהן יסודתן בקודש. ובכל מקומותינו הנהיגו להכין סעודה ושמחה שבת לפני שבת של נשואין. (אמאל פלעגט מען חתונה מאכן פרייטאג צונאכטס)
דער רשב"א ברעגנט טאקע די מנהג משום הלכות טהרה ואכמ"ל. אבער ס'איז זייער אינטערעסאנט אויף ווי ווייט די מנהג איז געווארן איינגעגעסן ביי אשכנזים און דאס איז געווארן ממש ווי א חלק פון די שבעת ימי המשתה. אין ספר נוהג כצאן יוסף שרייבט ער בזה הלשון. שבת שקודם החתונה מרבים בשמחה לכבוד החתן, כי שבעת ימי המשתה מתחילין בשבת עד שבת שאחר החופה. נאך שארפער ווערט געברענגט אין מנהגי וורמיישא, אז די סעודה איז אויך אין כלל פון כל הנהנה מסעודת חתן ואינו משמחו עובר על חמשה קולות.
ביי די אשכנזים האט מען דעם שבת גערופן, שבת שפינהאלץ. עס זענען דא עטליכע טעמים פארוואס דאס הייסט שפינהאלץ. דער נוהג כצאן יוסף שרייבט אז דאס קומט פון די לשון שבת שבן עלץ, די שבת וואס דער חתן פריידט זיך זיך, און פון שבנעלץ איז געווארן שפינהאלץ. אין מנהגי רבי יוזפא שמש ברענגט ער אז חז"ל רופן אן שבת שבי, און אין פראצויזיש זאגט מען חתונה נו"ץ. און פון שבינוץ איז געווארן שפינהאלץ. עס זענען דא נאך טעמים. אבער עכ"פ, די שבת האט מען גערופן שפינהאלץ.
רבי יוזפא שמש לייגט אראפ ווי אזוי עס איז צוגעגאנגען א שבת שפינהאלץ ווי פאלגענד.
פרייטאג צונאכטס ביים דאווענען האט מען געזינגען א ספעציעלע ניגון אויף השכיבנו. נאך די סעודה איז דער שמש ארומגעגאנגען צווישן די הייזער און גערופן דעם עולם צו דער שפינהאלץ. די גאנצע שטאט איש ואשתו זענען אריבער געקומען לבית החתן ווי דער אבי החתן האט אפגעווארט יעדן ביים טיר און מכבד געווען יעדן מיט א גלאז וויין. די טיש איז געווען שיין געדעקט מיט פרוכט, נאשערייען, און שיינע כלים. די מענער האבן זיך געזעצט ארום די טיש און פארברענגט און משמח געווען דעם חתן וואס איז געזעצן אויבן אן, און די פרויען זענען געבליבן שטיין אין די זייט ווארטן אויף די מענער.
די ערשטע כת מענטשען זענען געזעצן דארט ביז ווען עס זענען אנגעקומען נאך מענטשען וואס דאן האבן זיי געמאכט פלאץ פאר די פרישע געסט. אויפן וועג ארויס האט זיי אפגעווארט די מאמע פונעם חתן און זי האט מיט יעדן אהיים געשיקט קעיק. פון דארט זענען זיי אריבער לבית הכלה, און דארט איז געווען כמעט ווי אן איבערשפיל פון וואס איז פארגעקומען בבית החתן. הערשט נאך וואס די גאנצע שטאט האט זיך שוין באטייליגט, זענען אריבער געקומען די בחורים און זי האבן געטרינקען און זיך געפריידט מיט חתן.
אין וורמיישא איז די מנהג געווען אז דער חתן האט נישט עולה געווען שבת אינדערפרי, נאר שבת ביי מנחה. דער בעל תפילה האט געזינגען א ספעציעלע ניגון ביים לעצטן קדיש. און נאכן דאווענען זענען די בחורים און אינגלעך ארויף בבית החתן, און דארט איז געווען צוגעשטעלט לעקעך און ברוינפען.
נאך די סעודה איז געגאנגען דעם זוהן פונעם משמש און גערופן די פרויען צו דער שפינהאלץ. די פרויען זענען זיך צוזאמען געקומען בבית הכלה בראשות פון די רעביצן פון שטאט, און דארט האט מען פארברענגט און געזינגען לכבוד הכלה. נאכן פארברענגען א שטיק צייט מיט די כלה, האבן זיך די פרויען ארויסגעלאזט באגלייטן די כלה צו די שטאטישע חתונה זאל. די כלה איז געגאנגען פון פאראויס מיט צוויי באדינער, און נאך איר זענען געגאנגען די פרויען אין באגלייטונג פון גוישע שפילער און זינגער וואס האבן משמח געווען בכלי שיר.
אנקומענדיג אין חתונה זאל האבן די מיידלעך מיט די קרובות פון די כלה דארט געזינגען און געטאנצן. שפעטער זענען די בחורים אויך געגאנגען לבית החתן און זיי האבן אריבעגעברענגט דעם חתן צום חתונה זאל, און די בחורים ומקרובי החתן האבן מיט אים געטאנצן דארט. די מחותנים האבן צוגעשטעלט וויין פארן עולם צו טרינקן.
שפעטער ביי מנחה האט דער חתן עולה געווען, און דערנאך זענען די מענער אריבער לבית החתן און דארט געגעסן צוזאמען שלש סעודות.
בנוגע א שפינהאלץ אים שבת חזון: אין לקט יושר געפינען מיר אז דער תרומת הדשן האט נישט געלאזט חתן כלה זיך אנטוהן בבגדי שבת שבת חזון, און אודאי נישט פראווענען א שפינהאלץ. אבער דער תרומת הדשן האט אויך נישט געלאזט פראווענען א שלום זכר שבת חזון, וואס דאס איז לויט אים פארעכענט אלץ סעודת מצוה כמבואר בפסקיו.
פון די אנדערע זייט האבן מיר דער מהרי"ל, וואס כמבואר בשו"ת מהר"י ברונא האט דער מהרי"ל חתונה געמאכט א זוהן די וואך פון תשעה באב, און ער האט נישט געלאזט אנטוהן בגדי שבת און פראווענען א שפינהאלץ. אבער מיט עטליכע יאר שפעטער האט ער נאכאמאל חתונה געמאכט אין די וואך פון תשעה באב, און דעמאלטס האט ער יא געלאזט וויבאלד ער האט צוריקגעצויגן נאכן זעהן אזוי ברענגן פון די פריערדיגע. און אזוי איז טאקע מבואר אין מנהגי מהרי"ל, פון וועמען דער רמ"א ברענגט דאס אראפ להלכה למעשה.
*
וואס וויל איך דא?
איך זוך נישט אריינצוגיין אין א דיבאטע יא תקנות נישט תקנות. נאר איך האב שוין אסאך מאל געהערט מענטשן אוועקמאכן די גאנצע שבת באווארפן כאילו דאס איז עפעס א פריש ערפינדענע שמחה וואס איז נישט געווען אמאל. אויף דעם וויל איך זאגן אז בפירוש נישט! אה"נ אין די מנהגי אשכנז טרעפט מען נישט אז מען זאל צושטעלן גרויסע סעודות, אבער פארט זעהט מען אז דאס איז געווען גאר גאר א גרויסע שמחה, מיט די באטייליגונג פון קרובים וידידים. נישט סתם א קידוש און געגאנגען ווייטער. דאס אז די גדולים האבן מתיר געווען צו האבן מוזיק שבת נאכמיטאג דורך גוים, ווייזט אז די שמחה איז נישט סתם א שטות. און ווי אויך זעהען מיר אז דער מהרי"ל האט געלאזט דעם חתן אנטוהן שבת'דיג שבת חזון, און אפילו ער זעלבסט האט זיך אנגעטוהן דעם שבת'דיגן אויבער קלייד לכבוד זיין זוהן.
אין פאקט זעהן מיר שוין אז מענטשן פלעגן זיך אויפרייסן ביים שפינהאלץ נאך בימים ההם, ווי די באקאנטע שרייבערן גליקל פארציילט אין אירע באשרייבונגען. און ווי אויך זעה מיר אין די חתונה תקנות פון ק"ק פראנקפורט פונקטליכע תקנות איבער וואס מען מעג צושטעלן ביים שפינהאלץ. עכ"פ, ווי אזוי מען זאל מאכן די תקנות וועל איך לאזן פאר די וואס זענען עוסק אין דעם, אבער נישט חלילה מזלזל זיין אין מנהגים פון אבות אבותינו ורבותינו הראשונים.