נאך אפאר וואכן ווארטן, האב איך פיינעלי היינט געהאט א מיטינג מיט איינער וואס לפי וואס מענטשן האבן מיר געזאגט וועט ער מיר העלפן אויף א געוויסע גאר וויכטיגע זאך, ער האט מיר אויפגענומען זייער ווארעם, און מיט א גרויסע שמייכל געזאגט ניין אויף א' ב', א דריטל יא אויף ג', ניין אויף ד', און א פערטל יא אויף ה', א גראבע ניין אויף ו' און א לאכעדיגע ניין אויף ז'!!!!
הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו!!!
און עקסטער דאנק איך דיר באשעפער אז איך שרייב יעצט דיע ווערטער! דוד המלך שרייבט 'האמנתי כי אדבר' איך האב אמונה דורך דעם וואס איך רעד עס איבער און איבער נאכאמאל און נאכאמאל! דער באשעפער וויל מיין גוטס מער ווי איך קען זיך פארשטעלן!
איך בין ארויס פון דארט שוואך, מיט א געפיל אז איך פאל יעצט אריין אין בעט פאר אפאר טאג, אבער ב"ה מ'דאנקט און מ'דאנקט ווידער און ווידער ביז מ'גלייבט!
ערגעץ דא אויפן וועלטל האב איך געליינט אז א איד פארציילט, ער האט פארקויפט א בניין פאר 20 מיליאן וואס ער האט געקויפט פאר א האלבע מיליאן. און דו ווייסט? בזמנו איז די גאנצע גאס דארט געווען אויף סעיל פאר פעני"ס.... דו ווייסט וויפול געלט איך וואלט היינט געהאט אויב קויף איך ווען נאך?
א מעשה פון אפאר מינוט צוריק. (ס‘איז אזוי געשריבען, ס‘איז א אלטע מעשה)
איך זוך שוין אפאר וואכן איינער זאל מיר געבן א געוויסע סערוויס פאר א גוטן פרייז, היינט האב איך געוואלט פארמאכן מיט איינעם, אבער יענער האט נישט געענטפערט מיינע קאלל"ס.
פריערט בעט מיר א חבר איך זאל אים צופירן מיט די קאר קויפן ספעציעלע סארט לייכטער'ס.
ווען מ'גייט אריין אין קאר, פרעגט ער מיר, ווילסט געלט פאר געז? זאג איך אים 'יא',
לייגט ער אריין די האנט אין קעשענע, זאג איך אים, 'ניין! נישט (אביסל) פון דיר, איך וויל (אסאך) פון אונזער גרויסן טאטען'.
ממש נעבן די געשעפט, זעה איך א איד, וואס טוט אין די ליין פון וואס איך דארף, אבער זיין נאמבער האב איך נישט געהאט, זאג איך אים וואס איך דארף, גיבט ער מיר גלייך א נאמבער פון איינער וואס טוט עס פאר $2,000 (!!!) ביליגער....
ווערטער זענען איבעריג.
גדול ה'! ווידער און ווידער.
כ'האב מיר שטארק באדאנקט פאר מיין חבר, זאגט ער מיר, דו ווייסט פאר וועם איך האב געקויפט די לייכטער? איך צינד יעדן טאג א ליכטל פארן טאש'ער רבי זי"ע, פאר'ן קדושת יו"ט זי"ע און פאר ר' ישעי'לה קערעסטירער זי"ע....
אשרינו אז מיר האבן שייכות מיט צדיקים.
סייד נאו"ט 1: א מינוט שפעטער (בשעת איך האב נאך געווארט אין קאר פאר מיין חבר) האט מיר דער ערשטער צוריק גערופן אז ער איז געווען ביזי אגאנצן טאג....
סייד נאוט 2: דעם ווער איך האב געטראפן זאגט מיר, איך האב א מסודר'דיגע סדר היום, און ס'בכלל נישט מיין צייט צו זיין דא יעצט.
ביים לוי' פון ר' מאיר מאזוז זצ"ל האט זיין זון דערציילט א מורא'דיגע עובדה:
ווען איך בין געווען א אינגל האב איך אמאל געליינט עפעס א ספר (מעשה-ביכל) שבת, און ערגעץ וואו איז געווען צוויי פארקלעבטע בלעטער ובעוה"ר האב איך זיך נישט געקענט איינהאלטן און פון גרויס נייגעריגקייט האב איך אויפגעקלעבט די בלעטער (דאס פאר זיך איז סתם אזוי שיין, ער וואלט פונקט אזוי געקענט דערציילן די מעשה אז 'איינער' פון די קינדער וכו'...), ווען מיין טאטע איז פון דעם געוואויער געווארן איז ער געווארן אויס מענטש.
דריי וואכן שפעטער זאגט מיר מיין מאמע: הער אויס, ווען די טאטע האט געהערט פון די חילול שבת וואס איז פארגעקומען ביי אים אין שטוב איז ער געווארן ממש צוטראגן, אזש ער האט אויף זיך מקבל געווען צו פאסטן די קומענדיגע פיר וואכן שני וחמישי, איך בעט דיר, ביסט שוין א גרויס קינד, ער האט שוין געפאסט 3 מאל, יעצט נעם דו איבער און זאג אים אז דו וועסט פאסטן די וואך.
ווען איך האב עס געהערט בין איך געווארן צושוידערט, ער שלאגט 'זיך' אויף 'מיינע' חטאים? דאס האט אין מיר אריין געלייגט הויפענעס יראת שמים ויראת חטא - אסאך אסאך מער ווי די גרעסטע עונש וואס ער וואלט מיר געקענט געבן!
עד כאן שמעתי
-----
אידן, איך האב עס פרובירט דעם שבת. ס'ארבייט!!!
איך האב א 5 יעריגס, וואס קנעה"ר.......... א לעבעדיגע ספר תורה, יעדע פאר שעה א פרישע פרשה... אז די מאמע שלאגט אים שלאגט ער צוריק, אז איך געב אים א פעטשעלע, פראסקעט ער צאם זיין גרויסן ברודער, בקיצור, ס'נישט גרינג מיט אים.
דעם שבת קודש, בשעת'ן שפילן אויף'ן באלקאן אויף די דריטע שטאק האט ער מחליט געווען, וואס דארף איך יעצט גיין 'ביז' די בית-כסא (א קנאפע 30 פוס פון וואו ער שטייט) ס'איז אסאך אינטערסאנטער צו באוואסערען די גראז אונטן, בשעת מענטשן גייען דורך...
אוי טאטע זיסער, מיינע עלטערע קינדער זענען געקומען צו לויפן מיט א בהלה.
נארמאל וואלט איך אים פארגעהאלטן פאר אזא געמיינעם זאך, און ער וואלט באקומען א גרויסן עונש (און מן' הסתם וואלט איינע פון זיינע ברודערס שפעטער גוט געכאפט פון אים), און איך ווייס נישט אויף וויפול - אויב בכלל - עס וואלט געהאלפן.
דא אבער, האב איך זיך ב"ה דערמאנט די מעשה מיט הרב מאזוז זצ"ל, האב איך אים גערופן, און געמאכט א פנים ווי איך גיי וויינען, ער איז געקומען מיט אזא שמייכעלדיגע פנים, גרייט פאר א פייט, אבער דא זעט ער ווי איך בין נישט אין כעס, נאר פשוט טרויעריג, ער איז געווארן צומישט, איך קוק אים אריין אין די אויגן, און מיט א שטומע געשטיקט פון טרערן פרעג איך אים, ס'איז אמת? ער שאקלט צו, און איך נעם זיך רעדן געשטיקטערהייט, איך קען נישט גלייבן! אזא חשוב קינד ווי דיר טוט אזא געמיינעם זאך? ביסט דאך אזוי וואויל! אוי, אוי, אוי, איך האלט עס נישט אויס, ס'מוז זיין די ייצה"ר איז דא אריין געקומען, דו ווילסט איך זאל וויינען?
דא האט ער שוין ממש געהאט טרערן אין די אויגן, טאטי! איך זאג צו איך גיי עס מער קיינמאל טון!
פון זיך אליין, אן איך זאל אים בעטן, אן קיין עונש אדער א סטראשע. פשוט ווייל א קינד האט ליב זיין טאטן!
איך האב געדארפט האבן עפעס א גאר וויכטיגן דאקומענט ביז היינט (דאנערשטאג ויחי פ"ג) 7:00 אינדערפרי, אויב נישט בין איך אויסגעשטאנען א הפסד פון ארום פערציג טויזנט דאללער!
נעכטן (מיטוואך) נאכט, נאך אפאר שעה זוכן, נאכן איבער קוקן צוויי דריי מאל אין יעדן מעגליכן פלאץ, מאכן אלע סארט סגולות (וואס האבן אודאי צוגעהאלפן צום ישועה), האט זיך מיין קאפ געדרייט אויף אזא פארנעם אז איך האב שוין קוים געקענט טראכטן גלייך. אויב האב איך נישט דעם דאקומענט מיינט עס אסאך בירוקראטיע מיט די אינסטאנצן (א ריכטיגע עול דרך ארץ...).
9 אזייגער אווענט האב איך א חברותא ב"ה (*), און ווען די שעה האט זיך דערנענטערט האב איך געהאפט ער וועט נישט רופן, אבער 8:53 האט ער יא גערופן, און ס'האט גענומען א מינוט מחליט צו זיין צו גיין, הגם איך האב געוויסט אז איך וועל נישט קענען פאוקעסן אויף די גמרא פאר א מינוט אין א צי, פארט האב איך זיך דערמאנט אז פריערט אין טאג האב איך געהערט ביי א שיעור אז המקבל עליו עול תורה מעבירין מעליו עול דרך ארץ מיינט נישט דער וואס לערנט 18 שעה א טאג ווייל ער האט הנאה צו לערנען, נאר דוקא דער וואס האט נישט הנאה און לערנט מיט אן עול ווייל אזוי האט דער באשעפער באפוילן, די לערנען האט אויסגעקוקט ווי ערווארטעט, מ'האט איבערגעלערנט 3 מאל א זאך ווייל מיין קאפ איז געלאפן פון איין אפיס צום צווייטן וואו מ'וועט קענען שתד'לען (אויף דעם ארגינעלען דאקומענט האב איך שוין געהאט אויפגעגעבן!...), אבער מ'האט זיך מחזק געווען מיט די מאמר חז"ל און פרובירט לערנען וויפול ס'גייט.
אהיים קומענדיג זאגט מיר תיכף מיין רעבעצין, ס'מוז זיין 'דארט', זאג איך איר, איך האב שוין געקוקט 'דארט' 2-3 מאל! סאיז! נישט! דארט! איך האב אפגעמאכט צו גיין שלאפן און וואס דער באשעפער טוט איז גוט. נאך אפאר סעקונדעס הער איך א שריי: איך האב עס!, יא יא, דארט וואו איך האב שוין כמה פעמים געקוקט!
המקבל עליו עול תורה מעבירין מעליו עול דרך ארץ.
(*) ביז אפאר יאר צוריק האב איך ליידער (כמעט) גארנישט געלערנט, אפאר יאר צוריק האט א טייערער איד מיר מציע געווען קובע צו זיין א חברותא'שאפט אין גמרא, איך קען צו זאגן אז די ערשטע פאר יאר(!) בין איך געזעצן דארט וואו א לבן אין טייך, כ'האנישט געהאט קיין אהנונג וואס איך זאג, אבער איך האב געזאגט יעדעס ווארט וואס שטייט אין גמרא און געמאכט איין סיום נאכן צווייטן. אן פארשטיין! אבער פליצלונג האט זיך עס ב"ה גע'עפענט..