בלאט 1 פון 1

ניגונים פאר הלל, לכה דודי אד"ג

געפאוסט: מאנטאג אפריל 28, 2025 1:29 pm
דורך להגדיל הטראסק
כ'האב נאכנישט געטראפן קיין אשכול פארדעם, זאל דא זיין דער אשכול כללי ווען מען דארף נעמען א ניגון און ארויפלייגן אויף ווערטער, קומטס מיט פאסיגע איידיעס!

Re: ניגונים פאר הלל, לכה דודי און אד"ג

געפאוסט: מאנטאג אפריל 28, 2025 1:30 pm
דורך להגדיל הטראסק
כ'האב היינט געהערט א בעל תפילה זינגען אויף אנה ה' דעם טראדיציאנאלן מי בן שיח ניגון... עס איז געווען ווארעם און קריעטיוו, נאר איך וואס כ'האב געדאווענט שטילע שמו"ע אין דעם אנדערן שטיבל האט עס געקאסט א שמייכל...

(כ'וואלט עס ווען אראפגעשפילט און אהערגעלייגט ווען עס איז נישט ספירה און כ'האב ווען א דראפבאקס אקאונט)

Re: ניגונים פאר הלל, לכה דודי און אד"ג

געפאוסט: מאנטאג אפריל 28, 2025 2:55 pm
דורך להגדיל הטראסק
ר' ליפא לויפער זינגט ביי הודו לה' די אלגעמיינע "סימן טוב ומזל טוב ומזל טוב וסימן טוב, י הא לנו, ולכל ישראאייל"

עס קומט אריין קלאר

Re: ניגונים פאר הלל, לכה דודי און אד"ג

געפאוסט: מאנטאג אפריל 28, 2025 7:38 pm
דורך הדסים
פאר די שטייטע לכה דודי איז טאראראראם אוי יויויוי אההוי לכאורה גוט,
פאר לא תבושי איז באם טאראראראראם באם בים בא בי בא באם ווי געגאסן.

Re: ניגונים פאר הלל, לכה דודי און אד"ג

געפאוסט: מאנטאג אפריל 28, 2025 7:39 pm
דורך הדסים
הדסים האט געשריבן: מאנטאג אפריל 28, 2025 7:38 pm פאר די שטייטע לכה דודי איז טאראראראם אוי יויויוי אההוי לכאורה גוט,
פאר לא תבושי איז באם טאראראראראם באם בים בא בי בא באם ווי געגאסן!
פאר הלל האב איך עפעס א גוטע ניגון כ'דארף מיר נאר דערמאנען די ווערטער

Re: ניגונים פאר הלל, לכה דודי און אד"ג

געפאוסט: מאנטאג אפריל 28, 2025 10:06 pm
דורך משה רבינו
הדסים האט געשריבן: מאנטאג אפריל 28, 2025 7:39 pm
הדסים האט געשריבן: מאנטאג אפריל 28, 2025 7:38 pm פאר די שטייטע לכה דודי איז טאראראראם אוי יויויוי אההוי לכאורה גוט,
פאר לא תבושי איז באם טאראראראראם באם בים בא בי בא באם ווי געגאסן!
פאר הלל האב איך עפעס א גוטע ניגון כ'דארף מיר נאר דערמאנען די ווערטער
איך מיין הללו את ד' כל גיום עפעס אזוי...

Re: ניגונים פאר הלל, לכה דודי אד"ג

געפאוסט: דינסטאג אפריל 29, 2025 2:24 pm
דורך חסיד נלהב
בעלי תפילה מעגן זיין עטוואס שעפעריש און נישט יעדע בעל תפילה דארף זינגן דעם באבוב'ע מצוה טאנץ ניגון אויף הללו את ה' ביי הלל.

Re: ניגונים פאר הלל, לכה דודי אד"ג

געפאוסט: דינסטאג אפריל 29, 2025 2:57 pm
דורך בודקע
חסיד נלהב האט געשריבן: דינסטאג אפריל 29, 2025 2:24 pm בעלי תפילה מעגן זיין עטוואס שעפעריש און נישט יעדע בעל תפילה דארף זינגן דעם באוב'ע מצוה טאנץ ניגון אויף הללוקה ביי הלל.
אבער דער שעפערישער דארף נישט זינגען די וויזניצע מנוחה ושמחה ביי אנא...
אדער דער לאנג פארצויגענער מה אשיב ביי הודו...
(כ'רעד פון ווייטאג)

Re: ניגונים פאר הלל, לכה דודי אד"ג

געפאוסט: דינסטאג אפריל 29, 2025 3:16 pm
דורך עריק
די רוזינער ניגון גייט שוין יארן אויף אנה ה'

Re: ניגונים פאר הלל, לכה דודי אד"ג

געפאוסט: דינסטאג אפריל 29, 2025 3:19 pm
דורך בן נביאים
מ' קען צולייגן ניגונים אויף קל אדון?

די סיגעטע אשת חיל שטימט זייער גוט

Re: ניגונים פאר הלל, לכה דודי אד"ג

געפאוסט: דינסטאג אפריל 29, 2025 3:34 pm
דורך עריק
און וואס איז מיט ניגונים אויף ממקומך?

Re: ניגונים פאר הלל, לכה דודי אד"ג

געפאוסט: דינסטאג אפריל 29, 2025 4:05 pm
דורך חסיד נלהב
בודקע האט געשריבן: דינסטאג אפריל 29, 2025 2:57 pm
חסיד נלהב האט געשריבן: דינסטאג אפריל 29, 2025 2:24 pm בעלי תפילה מעגן זיין עטוואס שעפעריש און נישט יעדע בעל תפילה דארף זינגן דעם באוב'ע מצוה טאנץ ניגון אויף הללו את ה' ביי הלל.
אבער דער שעפערישער דארף נישט זינגען די וויזניצע מנוחה ושמחה ביי אנא...
אדער דער לאנג פארצויגענער מה אשיב ביי הודו...
(כ'רעד פון ווייטאג)
:lol:
הייסט דו האסט געפיסקעט ווען כ'האב עס געזינגן? (כ'מאך א דשואק...)

Re: ניגונים פאר הלל, לכה דודי אד"ג

געפאוסט: דינסטאג אפריל 29, 2025 4:57 pm
דורך לאקאלער רב
חסיד נלהב האט געשריבן: דינסטאג אפריל 29, 2025 2:24 pm בעלי תפילה מעגן זיין עטוואס שעפעריש און נישט יעדע בעל תפילה דארף זינגן דעם באבוב'ע מצוה טאנץ ניגון אויף הללו את ה' ביי הלל.
איך גראדע האלט יא פון דעם ניגון אויף הלל אינדערוואכן ווען מען הייבט עס אן ריכטיג - דהיינו אויף א הויכע טאן און אויף א פונקליכע מצוה טאנץ ביעט (ווייסט וויאזוי מורינו מהר"א שליט"א הייבט עס אן אין ישיבה?),די קונץ ביי א וואכענדיגע הלל איז צו נעמען א פשוט'ע קורצע ניגון וואס הייבט זיך אן מיט א געשמאקע טאן און מען דער עולם וועט מיטארבעטן אפי' מ'יאגט זיך צו די ארבעט.

משא"כ, ווען א בעל תפילה וויל זיין קריעטיוו און ער זינגט "כי רוצה", עס הייבט זיך אן נידריג, געווענליך וועט עס עס זינגן אונטער די נאז (איך ווייס נישט פארוואס..), האט עס יענע טעם..


איינער פארשטייט מיין פוינט??

Re: ניגונים פאר הלל, לכה דודי אד"ג

געפאוסט: דינסטאג אפריל 29, 2025 5:12 pm
דורך להגדיל הטראסק
בן נביאים האט געשריבן: דינסטאג אפריל 29, 2025 3:19 pm מ' קען צולייגן ניגונים אויף קל אדון?

די סיגעטע אשת חיל שטימט זייער גוט
כ'האב געשריבן אד"ג וואס מיינט אויך קל אדון, ממקומך, ים ליבשה, אודה, און ווען דער אדמו"ר אדער סתם גאסטגעבער איז דיר מכבד מיט א פיוט.

א ציבור פון הונדערטער האבן לעצטנס מיטגעהאלטן ביי א געוויסע מעמד ווי דער אדמו"ר האט מכבד געווען מיט א שטיקל, עס האט גענומען לענגערע אומבאטעמטע סעקונדן ביז איינער האט זיך געכאפט און אנגעהויבן א ניגון

Re: ניגונים פאר הלל, לכה דודי אד"ג

געפאוסט: דינסטאג אפריל 29, 2025 5:14 pm
דורך להגדיל הטראסק
די באבובער מצוה טאנץ ניגון וועלן לכאורה אסאך אידן פון מהר"א אנהייבן ווייל סובקאנטשעסלי איז עס די דיפאלט ניגון וואס מהר"א הייבט אן.

חוץ וואס עס איז א שיינע פאסיגע ניגון ווי דער @לאקאלער רב שרייבט אין זיין תג(ש)ובה

Re: ניגונים פאר הלל, לכה דודי אד"ג

געפאוסט: מיטוואך אפריל 30, 2025 2:23 pm
דורך חסיד נלהב
להגדיל הטראסק האט געשריבן: דינסטאג אפריל 29, 2025 5:14 pm די באבובער מצוה טאנץ ניגון וועלן לכאורה אסאך אידן פון מהר"א אנהייבן ווייל סובקאנטשעסלי איז עס די דיפאלט ניגון וואס מהר"א הייבט אן.

חוץ וואס עס איז א שיינע פאסיגע ניגון ווי דער @לאקאלער רב שרייבט אין זיין תג(ש)ובה
טאקע שיין און פאסיג. אבער ווען צב''ש ווען דו דאווענסט אוין גרויסע ביהמ''ד אין קר''י חוה''מ און פון אלע שטיבלעך הערסט די זעלבע ניגון און האסט עס שוין געהערט די טעג בעפאר אויכעט גייט עס שוין אויף די נערווען!

Re: ניגונים פאר הלל, לכה דודי אד"ג

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 01, 2025 12:11 am
דורך משה רבינו
חסיד נלהב האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 2:23 pm
להגדיל הטראסק האט געשריבן: דינסטאג אפריל 29, 2025 5:14 pm די באבובער מצוה טאנץ ניגון וועלן לכאורה אסאך אידן פון מהר"א אנהייבן ווייל סובקאנטשעסלי איז עס די דיפאלט ניגון וואס מהר"א הייבט אן.

חוץ וואס עס איז א שיינע פאסיגע ניגון ווי דער @לאקאלער רב שרייבט אין זיין תג(ש)ובה
טאקע שיין און פאסיג. אבער ווען צב''ש ווען דו דאווענסט אוין גרויסע ביהמ''ד אין קר''י חוה''מ און פון אלע שטיבלעך הערסט די זעלבע ניגון און האסט עס שוין געהערט די טעג בעפאר אויכעט גייט עס שוין אויף די נערווען!
און זינגען טובים מאורות ביי יעדע מנין קידוש לבנה, די הקפה ניגון פון תשי"ב
און אויך ביי די צווייטע הקפה
און אויב איז עס נישט געניג פאר א נויט פאל אויך ביי קה קלי.

אזוי גייט עס א ניגון גייט אריין אין סיסטעם מיינט מען עס קומט אזוי, ביי חסידי מהר"א קומט שוין הללו מיט די ניגון

Re: ניגונים פאר הלל, לכה דודי אד"ג

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 01, 2025 4:38 am
דורך פיי
עס איז א אלטע צוזאמענשטעל, הללו מיט די ניגון גייט צוריק היבש פריער ווי התיסדות חסידות מהר"א.

Re: ניגונים פאר הלל, לכה דודי אד"ג

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 01, 2025 2:55 pm
דורך חסיד נלהב
פיי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 01, 2025 4:38 am עס איז א אלטע צוזאמענשטעל, הללו מיט די ניגון גייט צוריק היבש פריער ווי התיסדות חסידות מהר"א.
100% דער רבי (מהר''א) זז''ג נעמט דאך עס אויך פון ערגעץ..