וואלטן דעמאקרעטען (מיט די מידיע) זיך צאמגענימען אינטער טראמפ, אין מיט דעים אוועק נעמען די הנחה, אז די מהלך איז נוגע נאר פאר אינטער טראמפ, וואלט עס בדרך הטבע געהאט אסאך שטערקערע טשענסעס. סיי לגבי כינע, אין סיי לגבי אייראפע.
אמעריקאנע אייטסייד אישוס, אלעס פון א טרעט צו סתם פראבלאמאטיש.
טשיינע
איראן
רוסלאנד
צפון קאריע
אפגאניסטאן
אין ליבאראליזם און דשענערעל.
אמריקאנע שטארקייט כלפי אנדערע לענדער
די ענד יוזער פון זייער אסאך פראדוקטען קומט אן צום סוף קיין אמעריקע, צו במישרין צו בעיקופין מיט אפאר סטאפס אינדערצווישען,
זיין פוינט איז, נישט קיין נפ"מ צו די ביזט א טרעט - קאמפאטישען - צו סתם א שלעכטע קאסטומער. די צייטן זענען אווער.
----
זיין מהלך (נישט אפגעפרעגט, אלס קאנצעפט זיכער נישט) קודם צושטויסען אלעס. לאמיר זעהן ווער ס‘דא פאר עכטע ביזנעס, לשם ביזנעס. ווי למשל סאודי אראביע, יאפאן וכו‘
די שונאים, אריין צו ווארפען פייגלעך אין קאפ אין מאכען א פירוד צווישען זיי אליינס. ווי למשל טשיינע אין רוסלאנד מיט איראן.
ענגלאנד מיט פראנקרייך מיטן דייטש וכו‘
אין צום לעצט. ער האלט אז אויב די בענעפיט פון 'אלע' לענדער כלפי אמעריקע איז אז אמעריקע ספענט מען א גאנצע ליבער טאג, וויל ער כאטש - אז די בודזעט זאל זיך קאווערן פון טאריפס, אין מיט דעים באפרייען דעם אמעריקאנער פון אינקאם טעקס וכו‘
ווי אויך איז ער קאנווינסט, אז אויב איז ער מצליח, וועט עס ברענגען ביזנעס - טאלאנטפולע - ווערטפולע מענטשען, וואס וועלן ארויפברענגען די אמעריקענע קוואליטי סטאנדארט אין אלעס תחומים
נעמט נישט מיינע רייד אז איך פארטרעט די גענויע עקנאמישע פלענער פון טראמפ. ניין. נישט אלע זיינע שריט זענען מיר פארשטענדליך. וואס יא, איך הער זיינע טענות, זיי זענען אין גרויס טייל לאגיש און איך גיב אים א שאנס. איך ניץ אזוי פיל שכל צו פארשטיין אז טויש מאכט כאאס און כאאס ברענגט פארלוסטן, דאס מיינט אבער נישט אז די טויש איז נישט ווערט.
אין יעדן פאל, דאס שפרינגען צו די שבעה זיצן א קנאפע פאר וואכן זינט די זאך האט זיך אנגעהויבן איז נאריש ביז גאר. עס נעמט צייט! פינטל.
ווילאנג נעמט צו בויען א הויז? ווי לאנג נעמט צו קריגן א מארטגעדזש? ווי לאנג נעמט צו קאכן א גוטע טשולענט? יעצט קלער אויף א מינוט, וויל לאנג קען נעמען צו בויען א לאנד?