קולטיזם ביים היימישן ציבור

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
שאול
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 140
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 7:31 pm
Location: נייעס
x 2587

קולטיזם ביים היימישן ציבור

פאוסט דורך שאול »

צום סוף לייג איך וואס כ'האב געשריבן איבער די טרוקענע געדאנק פון א קולט.

יעצט גיימיר אביסל צונעמען די חילוק וויאזוי די גוי’אישע גאס קוקט אן א קולט און זעהן ווי ווייט עס עפלייט נישט צו אונז אידן.
איי, וואס יא? די תוצאות איז ביי אונז די זעלבע פראבלעם! די חילוק צווישן בני ברית און שאינם בני ברית, איז וואו מען צוטיילט עס.

איך גיי זאגן א געוואגטע זאך: נניח עס וואלט געווען א מענטש אין די ס’ יארן וואס האט שטארק ליב צו וואוינען אין וויליאמסבורג.. יעדער פון אונז קען דעי סינעריאו.. איין שיינעם טאג זאגט אים א חבר איבער די לעכטיגקייט פון איינעם רבי שלמה העלבראנץ, פיין, ער זעהט אז עס איז אביסל פרומער ווי געווענליכע היימישע משפיעים, אבער דאך, מען פלאמט ביי א דאווענען וכו’... בקיצור ער ווערט (ווי מ’זאגט היינט) קאנעקטעד... איין שיינעם טאג ווערט א מדובר אין די חבורה, עס קומט א געגנט אין קאנאדע וכו’ מען גייט זיך צוזאם האלטן אנשי שלומינו... אינדרויסן זעהט עס נישט אויס א בובו.. אבער ער שטעלט אראפ א פוס! איך וועל נישט מופן פון וויליאמסבורג! לאמיר נישט לאנג מאריך זיין איבער די מח שווענקעריי פון די חברי לב טהור... און זיינע אייגענע מח צומישט’קייט... אויב דער רבי זאגט צו מופן וואס איז שייך א פראבלעם וכו’.. למעשה! דער מופט נישט קיין קאנאדע! ---

עס איז ווינטער תשפ"ה, אונזער וויליאמסבורג’ע חבר האלט מיט וואס עס טוט זיך לעבעדיג מיט אנשי לב טהור... און אין הארצן זעהט ער די צוריסענע סיטואציע, אבער היות ער האט נישט געמופט צום מקום איז ער באהיטן געווארן!

עס הערט זיך ווי אין פיקציע... אבער מען קען גלייבן אז עס האט פאסירט. אפילו נישט, ווייס איך במציאות פון אזאנע פעלער אין אנדערע וועלטליכע קולט’ס וואס האט אזוי באהיטן מענטשן.

די נקודה וואס איך ברענג ארויס איז, אז יעדע מענטש מוז האבן געוויסע ברעיקס אין זיין מח וואס זאל אים באהיטן פון אזאנע פעלער וואס מאכן זיך.

דא האב איך גערעדט וועגן מופן.. אבער עס איז אויך מיט יעדע דראסטישע זאך אין לעבן מוז א הוראה פון א פירער זיין א רויטע לעמפל. נאכדערצו ווען אנדערע לעמפלעך בליצן שוין פון פארדעם... למשל אין די קעיס פון העלבראנץ: דער ווילי אינגערמאן האט שוין פון פארדעם באמערקט אז דער צדיק רבי שלמה איז גאר כאריזמאטיש! נאו פראבלעם.. מיין רבי האט א מעלה אז ער איז כאריזמאטיש... פיין, אבער עס קומט צו נאך פונקטן... דעמאלטס דארף שוין זיין די והותר צו זאגן פאר זיך און די נאנטע, עד כאן!

נאכדעם איז דא פעלער ווי ער קען שוין נישט רעדן צו זיינע קינדער פון די געפאר וואס ער זעהט, ווייל זיינע קינדער האט ער געשיקט אין יענע מוסדות... אדער אבות ובנים... וואטעווער מען זאל עס רופן.


לאמיר איבערגיין די וועלטליכע אנגענומענע כללים און זעהן למעשה ביי אונז וואס איז נוגע (יעדער קען דיסעגריען פארשטייט זיך)

א. א כאריזמאטישער פירער - עס זענען פארהאן בדורינו עטליכע משפיעים וואס זענען שטארק כאריזמאטיש, און לדעתי מיינט עס זיראו ווען עס איז נוגע לענינינו, כ’וועל געבן דא איינמאל א דוגמא וואס איז קיינעם נישט נוגע, הגאון רבי שאול אלתר שליט"א, זיינע דרשות זענען געזאגט מיט מורא’דיגע כאריזמע, אבער, קוק וויאזוי ער פירט זיין קהילה... סאו, ס'איז פארשטענדליך אז עס נישט קיין פראבלעם בדרך כלל די עצם כאריזמע פונעם פירער.

ב. אינסעלאציע - חברים וואס זענען זיך מחזק צו אפהאקן די קשר מיט עני מענטש פון אינדרויסן - משפחה, חברים, אדער סתם מענטשן, כדי צו פאוקעסן אויף א לעבן וואס פראקטעצירט בלויז די אייגענע אידעלאגיע! (למשל ביי העלבראנץ איז דאס געווען א יסוד, אלע האבן פשוט און פראסט אפגעהאקט פון די געוועזענע חברים און נאנטע מענטשן, און זיכער משפחה)

ג. פולע קאנטראל - די גרופע אקטיוויזירט א שטרענגע קאנטראל אויף די התנהגות פון די מענטשן פון די גרופע, זייערע מחשבות אדער בכלל אויפפירן אין לעבן, און אסאך מאל שרייבט עס פאר וואס צו גלייבן, אנטוהן, עסן, אדער וויאזוי צו טוהן. (דא איז לב טהור געגאנגען און אויסגעפירט יעדע פרט וואס שטייט דא, אבער מען דארף זיין קלאר אז ווען א רב הייסט פאלגן וואס עס שטייט אין די תורה, שו"ע וכו’ איז נישט שייך צו זאגן אז ער קאנטראלירט דיינע מעשים... ווייל ער לערנט פשוט פאר וואס די תורה פארלאנגט, ופשוט הוא)

ד. די צודרייטע מענטעלעטי פון ’אונז קעגן זיי’ - די גרופע פאקוסירט שטארק צו מאכן א קלארע צווישנשייד (בדיבור, מען רעדט יעצט נישט פון מעשים), צווישן אונזער גרופע (די לעכטיגע, אדער געהאלפענע) ביז די פרעמדע (פארדארבענע, אדער פארלוירענע...) דאס געבט א שטארקע מח קאנטראל פונעם הויפט פונעם גרופע צו נאר טראסטן די באגלייבטע פון אינעווייניג.. און מען קען נישט טראסטן קיינעם פון די דרויסענדיגע וועלט.
(דא קען מען דעבאטירן אסאך חבורות צווישן היימישע אידן וואס האבן אזאנע סימפטאמען, נאכאלץ אויב פארמאגט עס ’נאר’ דאס איז עס לכאורה נישט קיין פראבלעם לגבי קולטיזם, עס איז מער די האס און שנאה צווישן אידן וואס איז סתם אזוי א פראבלעם...)

ה. מאניפעלאציע און עביוז - דער פירער נעמט דיינע שולד געפילן, פחד אדער בושה און נוצט עס אקעגן דיר! צומאל קען ער עס נוצן דיר צו עביוזן עקאנאמיש (דהיינו, נעמען צו ארבעטן פאר זיינעט וועגן), געפיליש, גייסטיש (למשל, ער פארשעמט דיר ווען דו פאלגסט נישט, און זאגט אז וועגן דעם ליידסטו וכו’... דאס איז נאר א משל) אדער פיזיש (עביוזן פיזיש קען יעדער פארשטיין)

ו. אמונה אינעם פירער וואס איז נישט בויגזאם - אין אונזער (סאטמארע) שפראך: דער רבי הייסט עסן חזיר, און מען עסט אן פרעגן...
אקעי, דאס איז אין אידישקייט. אבער בנוגע קולטיזם, דער פירער הייסט עני גשמיות’דיגע זאך, און דו טארסט נישט פרעגן פארוואס. (למעשה, ביי חסידישע קרייזן קען מען דעבאטירן דעם פונקט. כ’וועל פרעגן למשל הרב העכט פון חב"ד צי אויב ליובאוויטשער רבי ז"ל וואלט אים עפעס געזאגט בגשמיות אדער ברוחניות צי ער וואלט געצווייפלט פאר א רגע? סאו, דעי פוינט האבן היבש חסידישע קרייזן, חוץ לכאורה סאטמאר וגלילותיהם)

ז. דער יחיד פארן רבים - און דעיס הער איך קיינעם נישט אויפפאסן. דער יחיד, ווערט א חפץ פארן ציבור פונעם גרופע... דהיינו, זיינע אלע רצונות און באדערפענישן ווערן א פשוט’ע קרבן ’לטובת הכלל’... פון די גרופע. נידט אזויווי א עסקן וואס האט אליין אפגעמאכט צו זיך מקריב זיין לטובת הכלל.. ניין! יעדע יחיד דארט ווערט א אטאמאטישער קרבן צו אלעס אוועקגעבן פון זיך פאר די גרופע.

ח. הבטחות.. - צוזאגן אז נאר ווער עס וועט בלייבן אין אונזער גרופע וועט זוכה זיין צו אלעס גוטס לעתיד וכו’.

-----------
די סוגיא פון קולטיזם איז א ברייט-פארצווייגטע!

קולטיזם (ווי @שוואכער #מאמענט רופט עס) האב אני הקטן אסאך שטודירט און אסאך געליינט, און מען קען זיך נאך אסאך לערנען אי"ה. אבער איך זעה אז אסאך ווייסן נישט די פשוט’ע אלף בית פון קולטיזם!

נעם אפאר מינוט, און וועסט געוואר ווערן א פיצי נאלידזש פון א מענטש וואס האט עס אביסל דורעכגעטוהן...

קודם כל, אדורעכטוהנדיג דעם נושא אביסל האבעך זיך אמאל אנגעשלאסן אין א ארטיקל פון א גוי’אישע צייטונג פון ארום 50 יאר צוריק ווען א שטעטעלע אין אפסטעיט האט זיך געעפענט פארמאכטערהייט אין שפיץ פון א פארמאכטע ארטאדאקסישע הנהגה איינפירנדיג שטרענגע הנהגות וכו’ שרייבט די צייטונג אויפן קעפל בערך די ווערטער: ’א קולט האט זיך געעפענט אין געגנט’...
מען רעדט פון קרית יואל...

יעצט, איך שרייב דיך אונטער אז די ארטיגע נישט-אידן וואס פלעגן ליינען דעם צייטונג בתמימות האבן דאן געמיינט אז א קולט האט זיך געעפענט...
יעצט, איך דארף דיר מסביר זיין אז קר"י איז נישט קיין קולט? ניין! פארוואס? ווייל ס'איז מובן מאיליו.

פארוואס שרייביך די הקדמה? ווייל מען הערט מענטשן זיך טענה’ן ווי א שטארקע קולט לב טהור איז.. און ווי שטארק זיי פייניגן למעשה פיזיש און גייסטיש זייערע מיטגלידער... אין די צייט וואס די עיקר האט מען פארגעסן! קינד און קייט מוזן באקומען א סטראנג מעסעדזש פון וויגעלע ארויס - האלט דיין מח גראד! קיינער קען נישט און וועט נישט קאנטראלירן דיין מח! האלט דיין מח ביי דיר און נישט ביי קיינעם אנדערש!

205 נפשות געפונען זיך - יעצט שרייבנדיג די שורות - אין גווטאמאלא, פארוואס? פארווען? די מוסר השכל איז פאר אונז! לאז קיינעם דיך נישט פיטערן עקסטרעמיזעם!

די נשמות וואס זענען נתקרב געווארן צו דער מנהיג פירער פון לב טהור זכרונו ל האבן באמת געזוכט הייליגקייט און ווערן נענטער צום אייבערשטן. מען טאר זיי נישט בלעימען. מען דארף בלעימען די פארדארבענע וואס זוכן בכח פון זייער מויל צו פארכאפן אומשולדיגע נשמות אין נעץ כדי צו צווינגן צו חתונה האבן. צווינגן צו הונגערן. ועולה על כולנה פרטים וואס טארן נישט געשריבן ווערן קלאר על פי תורה.

אנשטאט זוכן און נישטערן אין מינדערוויכטיגע פאני חלקים אינעם חבורת לב טהור. לאמיר זעהן ווי ווייט די כח פונעם דיבור איז צו טראגן וואוילע מענטשן ווייט ווייט פון זייער גוטע לעבן וואס זיי האבן געהאט בעפאר. ברוחניות ובגשמיות. פיזיש און גייסטיש.

אונז קענען טוהן למעשה איין זאך - א תפלה פאר זייער עתיד. און א הודאה אויף אונזער עבר. און א תפלה פאר די עתיד פון אלע אידן איבערן וועלט.

(אגב, יעדער פון אונז פארמאגט - האפנטליך - א רב, א דיין, א מורה דרך. און וואס זיי זאגן דארף מען פאלגן בתמימות ופשיטות. די תורה איז נישט קיין זאך מיט וואס מען קען ארומפירן מענטשן און ליצנות מאכן פון זיי ח"ו.

כידוע, הרה"ק מסאטמאר זי"ע וואס בעיני העולם האט ער בשעתו אויסגעקוקט ווי א עקסטרעמיסט, האט ער ביים ארויסגעבן דעם ספר ויואל משה געשיקט צו גרויסע רבנים ותלמידי חכמים, אפשר איז ער זיך טועה! ווער? א צדיק קדוש וטהור!? נאר, פשוט הוא, די תורה איז נישט איבערגעגעבן געווארן פאר איין רב/רבי/מנהיג צו פירן מענטשן אין באד אריין חלילה. עס איז דא חילוקי דעות, מען הערט וואס א צווייטער זאגט וכו’ וכו’)
האלט דאס קעפעלע גראד
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1924
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 3432

Re: קולט’יזם ביים היימישן ציבור

פאוסט דורך פשוט און גראד »

מעכטיג..

איך האב א שווערע - אנגעווייטיגטע - דירעקטע קשיא..






















ווי ביזטו געווען ביז יעצט????

יישכ גדול!
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3874
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 5021

Re: קולט’יזם ביים היימישן ציבור

פאוסט דורך שמח »

שכח @שאול!
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
קום אריין קלאר
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 27, 2025 6:58 pm
x 24

Re: קולט’יזם ביים היימישן ציבור

פאוסט דורך קום אריין קלאר »

די ביסט זיכער אין איינע פון די קולט'ס :lol: וואס יושע העכט איז חושש אויב די האסט געשריבן דיין תגובה
הדסים
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 719
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 985

Re: קולט’יזם ביים היימישן ציבור

פאוסט דורך הדסים »

א דאנק @שאול פארן ארטיקל, א געשמאק צו ליינען.
נאכן דורכליינען שטעלט זיך א פשוטע שאלה, איז סאוויעט רוסלאנד געווען א קולט?
ס'האט לכאורה רוב סימנים -
א. כאריזמאטישע פירער - קאמוניזם האט זיך נאר געבויט דורך כאריזמאטישע מענטשן וואס האבן קאמפיינט פאר זייער אידעאלאגיע, מעגליך אז שפעטער איז עס שוין געווארן איבער גענומען דורך אומכאריזמאטישע מענטשן אבער דאן איז עס שוין געווען איינגעפלאנצט ביי יעדן וואס האבן ווייטער אזוי מחנך געווען זייערע קינדער.

ב. איזאלירן - מ'האט אפגעהאקט מענטשן פון דער גאנצער וועלט און פון זייערע משפחות אויסלערנענדיג קיינעם נישט צו געטרויען און שפיאנירן קעגן די קינדער, עלטערן און שכנים.

ג. פולע קאנטראל - ס'איז טאקע נישט געווען - לכאורה - קיין קאנטראל אויף דער פריוואטער לעבנסשטייגער, אבער מ'האט יא דיקטירט וויאזוי צו טראכטן, גלייבן און פילן.

ד. די צודרייטע מענטאליטעט פון ’אונז קעגן זיי’ - מ'האט שטארק ארויסגעברענגט די געוואלדיגקייט פון קאמוניזם און שלעכטיגקייט פון קאפיטאליזם פראפאגאנדירנדיג מיט בילדער פון נידריגע געגנטער אין אמעריקע און מ'האט געהאלטן אין איין זאגן אז יעדער וויל אזוי שטארק אריינקומען קיין רוסלאנד.

ה. מאניפולאציע און אביוז - "דער פירער נעמט דיינע געפילן פון פחד און נוצט עס אקעגן דיר צומאל קען ער עס נוצן דיר צו עביוזן עקאנאמיש (דהיינו, נעמען צו ארבעטן פאר זיינעט וועגן)."

ו. אמונה אינעם פירער וואס איז נישט בויגזאם - איז לכאורה געווען אויף א שטארקע פארנעם, סטאלין און לענין זענען געווען ממש אפגעטער, מ'האט געהאלטן אין איין לויבן און זינגען זייערע שבחים מיט יונג און אלט און איז געווען א פאקטישער חלק אינעם סקול קוריקולעם.

ז. דער יחיד פארן רבים - איז דאך פשוט, דאס איז דער יסוד פון קאמוניזם.

און באמת נישט דוקא רוסלאנד דאס זעלבע אויב נישט ערגער איז אין נארט קארעא,
איז מיין שאלה (נישט דוקא קשיא) זענען די אלע לענדער קולטן? אדער אפשר זענען קולטן א משל פון זיי?

פון דער אנדערער זייט, קאמוניזם האט פרובירט איינצונעמען די וועלט וואס פאסט לכאורה נישט פאר א קולט וואס פרובירט זיך צו איזאלירן פון אלעמען.

נאך א שאלה, איז מעגליך אז א קולט זאל אנגיין פאר אייביג? (כ'מיין פאר גאר א לאנגער תקופה), און אויב יא איז שוין געווען אזא מציאות?

ווי אויך די אלע געפערליכע זאכן וואס מ'הערט אויף א קולט זענען לכאורה נישט קיין הכרח פאר א קולט, איז מעגליך א קולט זאל אנגיין אן קיין פראבלעמען? סתם, די מיטגלידער טיילן די זעלבע געפילן כלפי דעם פירער, כלפי די אנדערע מיטגלידער און די גאנצע וועלט.

א דאנק נאכאמאל פארן ארטיקל.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1454
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 4591

Re: קולט’יזם ביים היימישן ציבור

פאוסט דורך מסתמא »

@הדסים רוסלאנד אינטער סטאלין ימ”ש איז געווען א לעגיטימע קולט, ריכטיג אפגעלערנט. ביי די קומענדיגע פירערס שוין נישט ממש.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
שאול
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 140
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 7:31 pm
Location: נייעס
x 2587

Re: קולט’יזם ביים היימישן ציבור

פאוסט דורך שאול »

קום אריין קלאר האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 7:22 pm די ביסט זיכער אין איינע פון די קולט'ס :lol: וואס יושע העכט איז חושש אויב די האסט געשריבן דיין תגובה
איך האב נישט געפאלאוט העכט זז”ג

כ’האב געפאלאוט די אלוועלטליכע כללים. ער האט אייגענע.
האלט דאס קעפעלע גראד
שרייב פאוסט