איך שטיי אויף צופרי, און איך מיין אז היינט גייט זיין א נארמאלע טאג.
מ'שטייט שוין באלד ביי פורים, און היי יאר איז א גוטע יאר... תשמ"ט! די גוט זאגער זאגן אז ס'איז נוטריקן ת'הא ש'יכור מ'לך 'טראמפ...
הפנים, ס'איז א נארמאלע פלעינע טאג, און מיין היים טעלעפאן צוקלינגט זיך. איך לויף צום וואנט, דארט וואו עס הענגט מיט די לאנגע ווייער וואס כ'האב לעצטנס פארלענגערט צו קענען גיין ביז'ן ספרים שטוב ביים לערנען, און, ווער קאלט? הפלא ופלא... קיינער שטייט נישט ד אנדערע זייט רטייבל, נאר א מאשין רעדט!
עפעס רעדט עס דארט וועגן קויפמאן'ס עלעקטעראניקס, משוגענע ספעשילס, א נייע טעלעפאן ווייער פאר בלויז 25 ראניש... וואטעווער.
כ'פארשטיי נישט. רבוינעשעלוילעם. א מאשין קען קאלן? א מאשין קען זיך אריינכאפן ביי מיר אין שטוב און רעדן צו מייענ קינדער? וואס גייט דא זיין??? איך שטעל מיך אפ טראכטן: גיי ווייס! וואס טעכנאלאגיע קען אלס ברענגען! נישט גענוג וואס מיין אינגל ווייסט שוין פון א "קאלינג קארד" צו זאגן, און פאר א נישטיגע $10 קויפט ער אין פרענקל'ס גראסערי א קארטל מיט וואס ער קען דיילן פון א פובליק פאון קיין ארץ ישראלאון רעדן 7 מינוט אין א צי, קומט שוין א פרישער נסיון?! מאשינען קענען רעדן צו אים?!
גיי ווייס. גיי ווייס. איין טאג וועט נאך טובים מאורות קענען אריינדרינגען ביז צו מיינע טעכטער און מאכן ווערטלעך? און דאס איז נאר א אנהויב, איך וויל נישט טראכטן ווייטער.
אז מ'טראכט אריין, פארשטייט מען שוין זייער גוט וויאזוי די טעכטער וועלכע האבן ביז היינט נאר געוויסט פון א "באש מאשין", הייבן אן ווערן אויפגעקלערט און רעדן שוין וועגן חברטעס וועלכע האבן אין שטוב "קאסטען שפילער" מאשינען, רח"ל היל"ת. איי איי די טעיפרעקארדערס. וואס דארט קען אלס אנקומען אריין. איין בענדל און דער טיר צום שאול תחתית איז ברייט אפן.
און אויב איז דאס נישט גענוג, איז אריינגעקומען די נייע סארטן טעלעפאנען, וואס ליגט אויפ'ן וואנט אזוי איידל אין קלייןם אז ס'קען זיך דאכטן אז ס'איז נאר א סוויטש פאר די פייער אלארם, ס'איז ממש פיצל ווי א טישו באקס, און אז א קינד פארגליסט זיך צו רעדן שלעפט ער עס אריין ביז'ן קלאזעט, און? גיי ווייס! אפשר גאר ווייסט ער די נומער פון "טעל מי", כ'וויל נישט זאגן ווייטער.
די דורות, אוי די דורות.
טעכנאלאגיע פליט, וואו זענען די רבנים? און אונזערע צייטונגען נעמען נאך אריין די סארט רייצערישע אדווערטייזמענטס, מען רייצט אויף דעם איגנט מיט ציענדע אויג פארכאפנדע און אטעם רייצערישע עדס, ואין פוצה פה ומצפצף!!!
כ'וויס נישט וואס צו זאגן. זאל איך יעצט גיין מסביר זיין דאס גשם וואס ליגט אין אדווערטייזן "בראטערס" אין א היימישע אויסגאבע?! און דער שעמט זיך נישטאמאל צו שרייבן דארט ווערטער ווי "פאר חסידישע הייזער".
הרף!!! די!!! גענוג געריטן אויף אונזער שווייגעניש!!!!
הרף! די! גענוג געריטן אויף אונזער שווייגעניש!
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5971
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 12963
- פארשטענדליך אידל
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 43
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 6:01 pm
- x 119
Re: הרף!!! די!!! גענוג געריטן אויף אונזער שווייגעניש!!!!
וועלכע צייטונג?....דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 12, 2025 10:59 am איך שטיי אויף צופרי, און איך מיין אז היינט גייט זיין א נארמאלע טאג.
מ'שטייט שוין באלד ביי פורים, און היי יאר איז א גוטע יאר... תשמ"ט! די גוט זאגער זאגן אז ס'איז נוטריקן ת'הא ש'יכור מ'לך 'טראמפ...
הפנים, ס'איז א נארמאלע פלעינע טאג, און מיין היים טעלעפאן צוקלינגט זיך. איך לויף צום וואנט, דארט וואו עס הענגט מיט די לאנגע ווייער וואס כ'האב לעצטנס פארלענגערט צו קענען גיין ביז'ן ספרים שטוב ביים לערנען, און, ווער קאלט? הפלא ופלא... קיינער שטייט נישט ד אנדערע זייט רטייבל, נאר א מאשין רעדט!
עפעס רעדט עס דארט וועגן קויפמאן'ס עלעקטעראניקס, משוגענע ספעשילס, א נייע טעלעפאן ווייער פאר בלויז 25 ראניש... וואטעווער.
כ'פארשטיי נישט. רבוינעשעלוילעם. א מאשין קען קאלן? א מאשין קען זיך אריינכאפן ביי מיר אין שטוב און רעדן צו מייענ קינדער? וואס גייט דא זיין??? איך שטעל מיך אפ טראכטן: גיי ווייס! וואס טעכנאלאגיע קען אלס ברענגען! נישט גענוג וואס מיין אינגל ווייסט שוין פון א "קאלינג קארד" צו זאגן, און פאר א נישטיגע $10 קויפט ער אין פרענקל'ס גראסערי א קארטל מיט וואס ער קען דיילן פון א פובליק פאון קיין ארץ ישראלאון רעדן 7 מינוט אין א צי, קומט שוין א פרישער נסיון?! מאשינען קענען רעדן צו אים?!
גיי ווייס. גיי ווייס. איין טאג וועט נאך טובים מאורות קענען אריינדרינגען ביז צו מיינע טעכטער און מאכן ווערטלעך? און דאס איז נאר א אנהויב, איך וויל נישט טראכטן ווייטער.
אז מ'טראכט אריין, פארשטייט מען שוין זייער גוט וויאזוי די טעכטער וועלכע האבן ביז היינט נאר געוויסט פון א "באש מאשין", הייבן אן ווערן אויפגעקלערט און רעדן שוין וועגן חברטעס וועלכע האבן אין שטוב "קאסטען שפילער" מאשינען, רח"ל היל"ת. איי איי די טעיפרעקארדערס. וואס דארט קען אלס אנקומען אריין. איין בענדל און דער טיר צום שאול תחתית איז ברייט אפן.
און אויב איז דאס נישט גענוג, איז אריינגעקומען די נייע סארטן טעלעפאנען, וואס ליגט אויפ'ן וואנט אזוי איידל אין קלייןם אז ס'קען זיך דאכטן אז ס'איז נאר א סוויטש פאר די פייער אלארם, ס'איז ממש פיצל ווי א טישו באקס, און אז א קינד פארגליסט זיך צו רעדן שלעפט ער עס אריין ביז'ן קלאזעט, און? גיי ווייס! אפשר גאר ווייסט ער די נומער פון "טעל מי", כ'וויל נישט זאגן ווייטער.
די דורות, אוי די דורות.
טעכנאלאגיע פליט, וואו זענען די רבנים? און אונזערע צייטונגען נעמען נאך אריין די סארט רייצערישע אדווערטייזמענטס, מען רייצט אויף דעם איגנט מיט ציענדע אויג פארכאפנדע און אטעם רייצערישע עדס, ואין פוצה פה ומצפצף!!!
כ'וויס נישט וואס צו זאגן. זאל איך יעצט גיין מסביר זיין דאס גשם וואס ליגט אין אדווערטייזן "בראטערס" אין א היימישע אויסגאבע?! און דער שעמט זיך נישטאמאל צו שרייבן דארט ווערטער ווי "פאר חסידישע הייזער".
הרף!!! די!!! גענוג געריטן אויף אונזער שווייגעניש!!!!
נייע וועלט .jpg
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2369
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 5566
Re: הרף!!! די!!! גענוג געריטן אויף אונזער שווייגעניש!!!!
אוי געוואלד. ממש א פחד.... אפשר זאלן מיר אלע אינאיינעם אנהויבן שרייבן א גליון דערקעגן.
Re: הרף!!! די!!! גענוג געריטן אויף אונזער שווייגעניש!!!!
@דער תהלים איד איך האב נישט פונקטליך פארשטאנען וואס דו האסט געשריבן, אבער די עד וואס דו האסט דא פארשאפט איז צוקער זיס.
איז עס א עכטע עד פון די איד 1989?
איז עס א עכטע עד פון די איד 1989?