בלאט 1 פון 4

דורכברוך דורך אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - אינגלעך מלבושים רעכטס אויף לינקס

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 3:13 am
דורך עטרת חיים
מהר"א - קרית יואל - ביים טיש חמשה עשר בשבט האט כ"ק אדמו"ר הגה"ק שליט"א מבשר געווען די בשורה טובה אז אויף די פסח סעזאן וועט זיין צו באקומען העמעדער, וועסטלעך, סוטס פאר אינגלעך געקנעפלט פון רעכטס אויף לינקס ווי ידוע מפי הרה"ק ר' מענדעלע מרימאנאוו זי"ע

די רבי שליט"א האט זיך אויסגעדרוקט אז ער האט באמערקט אז אלע קינדערישע מלבושים זענען פון לינקס אויף רעכטס און ס'האט אים וויי געטון, הלמאי אז מ'איז נישט מחנך די קינדער צו גיין אנגעטון חסידיש פון רעכטס אויף לינקס.

כ"ק מרן רבינו שליט"א האט צוזאמען גענומען פילע סוחרים פון מלבושים און פארלאנגט אז זיי זאלן פראדעצירן פאר די קינדערישע מלבושים צו זיין חסידיש. און אויף פסח הבעל"ט וועט אי"ה שוין זיין צו באקומען קינדער מלבושים מיט קנעפלעך פון רעכטס אויף לינקס.

ועשית בגדי קודש.

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברויך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 5:29 am
דורך טיר
ס'קומט יעצט א פרישע גזירה אז מ'וועט מוזן גיין מיט די נייע העמדער? אין צאלן 3 מאל די פרייז לכבוד א איד פארקויפט עס?

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברויך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 6:46 am
דורך לג בעומר
יו"ט סוכת האט די רבי באמערקט א אייניקל גיין געקנעפעלט פון לינקס אויף רעכטס, ווען די רבי האט געפרעגט דערויף, האט מען געוויזן אז אלע קינדער גייען אזוי,
ווייל דאס איז דא .חול המועד האט שוין די רבי אנגעריפן די עסקנים, כלשון קדשו. אויף חנוכה העל איך עס נישט פארלאנגען, אבער אויף פסח מיז שוין זיין קינדערישע מלבושים פון רעכטס אויף לינקס.

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברויך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 8:24 am
דורך פופציגער
מיטגעהאלטן א שטיק צייט צוריק ווען דער רבי האט צוגערופן איינעם פון די דריי גודס סוחרים, נאך א שמחה ביי יענעמ’ס אייניקל, און געזאגט אז שמחת תורה ביי די הקפות האט ער באמערקט די קינדער גיין מיט רעקלעך לינקס אויף רעכטס, און האט געבעטן מ’זאל רעדן מיט די מאנופעקטשערערס דערוועגן.


בנוגע די שאלה צי ס’גייט קאסטן טייערער: אויב וועלן זיך אריינרוקן די זעלבע וואס האבן זיך אריינגערוקט ביי די מיידלעך מלבושים און טון וואס זיי האבן דארט געטון, גייט עס קאסטן טייערער. ליידער.

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברויך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 9:43 am
דורך גראסערי
פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 8:24 am מיטגעהאלטן א שטיק צייט צוריק ווען דער רבי האט צוגערופן איינעם פון די דריי גודס סוחרים, נאך א שמחה ביי יענעמ’ס אייניקל, און געזאגט אז שמחת תורה ביי די הקפות האט ער באמערקט די קינדער גיין מיט רעקלעך לינקס אויף רעכטס, און האט געבעטן מ’זאל רעדן מיט די מאנופעקטשערערס דערוועגן.


בנוגע די שאלה צי ס’גייט קאסטן טייערער: אויב וועלן זיך אריינרוקן די זעלבע וואס האבן זיך אריינגערוקט ביי די מיידלעך מלבושים און טון וואס זיי האבן דארט געטון, גייט עס קאסטן טייערער. ליידער.
פארוואס לאזט מען זיך אריינריקן??

און פארוואס קען מען זיי נישט ארויסריקן??

#כח הציבור

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברויך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 9:56 am
דורך עטרת חיים
צו ווייסט איינער, איז דער ענין פון רעכטס אויף לינקס בלויז פאר מענער? אדער אויך פאר פרויען?

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברויך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 10:10 am
דורך ווערווייס
פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 8:24 am מיטגעהאלטן א שטיק צייט צוריק ווען דער רבי האט צוגערופן איינעם פון די דריי גודס סוחרים, נאך א שמחה ביי יענעמ’ס אייניקל, און געזאגט אז שמחת תורה ביי די הקפות האט ער באמערקט די קינדער גיין מיט רעקלעך לינקס אויף רעכטס, און האט געבעטן מ’זאל רעדן מיט די מאנופעקטשערערס דערוועגן.


בנוגע די שאלה צי ס’גייט קאסטן טייערער: אויב וועלן זיך אריינרוקן די זעלבע וואס האבן זיך אריינגערוקט ביי די מיידלעך מלבושים און טון וואס זיי האבן דארט געטון, גייט עס קאסטן טייערער. ליידער.
האלט איך נישט מיט, ביי די מיידלעך קאסט טייערער ווי נארמאל?
ביי די קינדער מלבושים איז טאקע דא וואס מורא צו האבן, א קינדער סוט קאסט בערך 80-90 דאלער, א טאג שפעטער ער האט בר מצוה, קאסט ער 350 דאלער, אמאי???????

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברויך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 10:36 am
דורך וואלווא
עטרת חיים האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 9:56 am צו ווייסט איינער, איז דער ענין פון רעכטס אויף לינקס בלויז פאר מענער? אדער אויך פאר פרויען?
ביי פרויען גייען אפילו די גוים רעכטס אויף לינקס.

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברויך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 10:44 am
דורך Azoi Tzi Zugen
גראסערי האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 9:43 am
פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 8:24 am מיטגעהאלטן א שטיק צייט צוריק ווען דער רבי האט צוגערופן איינעם פון די דריי גודס סוחרים, נאך א שמחה ביי יענעמ’ס אייניקל, און געזאגט אז שמחת תורה ביי די הקפות האט ער באמערקט די קינדער גיין מיט רעקלעך לינקס אויף רעכטס, און האט געבעטן מ’זאל רעדן מיט די מאנופעקטשערערס דערוועגן.


בנוגע די שאלה צי ס’גייט קאסטן טייערער: אויב וועלן זיך אריינרוקן די זעלבע וואס האבן זיך אריינגערוקט ביי די מיידלעך מלבושים און טון וואס זיי האבן דארט געטון, גייט עס קאסטן טייערער. ליידער.
פארוואס לאזט מען זיך אריינריקן??

און פארוואס קען מען זיי נישט ארויסריקן??

#כח הציבור
נשים דעתן קלות. די פרויען מלבושים זענען געווארן אנגעפירט דורך נשים. עס איז א אנדערע מסכתא. איך ווייס נישט אויב דארט איז טאקע געווען עפעס אומריכטיג כלפי אריינרוקן געוויסע סוחרים, עס איז נישט נוגע אויף למעשה, אבער אפילו אויב יא איז עס נאר מטעם הנ"ל.

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 10:47 am
דורך להגדיל הטראסק
אפשר קען מען רעדן צו אדזשאמי אן די סמארטפאון וואס לפי דבריו פארקויפט ער קליידונג פאר וואלמארט אז ער זאל מאכן א רעכטס אויף לינקס ברענד פאר די זעלבע פרייזן פון וואלמארט?

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברויך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 10:54 am
דורך בן נביאים
וואלווא האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 10:36 am
עטרת חיים האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 9:56 am צו ווייסט איינער, איז דער ענין פון רעכטס אויף לינקס בלויז פאר מענער? אדער אויך פאר פרויען?
ביי פרויען גייען אפילו די גוים רעכטס אויף לינקס.
דארף מען גיין פארקערט, ניין?

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברויך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 11:04 am
דורך גראסערי
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 10:44 am
גראסערי האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 9:43 am
פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 8:24 am מיטגעהאלטן א שטיק צייט צוריק ווען דער רבי האט צוגערופן איינעם פון די דריי גודס סוחרים, נאך א שמחה ביי יענעמ’ס אייניקל, און געזאגט אז שמחת תורה ביי די הקפות האט ער באמערקט די קינדער גיין מיט רעקלעך לינקס אויף רעכטס, און האט געבעטן מ’זאל רעדן מיט די מאנופעקטשערערס דערוועגן.


בנוגע די שאלה צי ס’גייט קאסטן טייערער: אויב וועלן זיך אריינרוקן די זעלבע וואס האבן זיך אריינגערוקט ביי די מיידלעך מלבושים און טון וואס זיי האבן דארט געטון, גייט עס קאסטן טייערער. ליידער.
פארוואס לאזט מען זיך אריינריקן??

און פארוואס קען מען זיי נישט ארויסריקן??

#כח הציבור
נשים דעתן קלות. די פרויען מלבושים זענען געווארן אנגעפירט דורך נשים. עס איז א אנדערע מסכתא. איך ווייס נישט אויב דארט איז טאקע געווען עפעס אומריכטיג כלפי אריינרוקן געוויסע סוחרים, עס איז נישט נוגע אויף למעשה, אבער אפילו אויב יא איז עס נאר מטעם הנ"ל.
א וודאי איז עס נוגע אויף למעשה, מען דארף כסדר קויפן פריש פאר די קומענדיגע סיזענס וכד'

אינגל מלבושים וועלן אויך ווערן אנגעפירט דורך פרויען, ודעתן קלות!

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 11:36 am
דורך תינוק הבורח
להגדיל הטראסק האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 10:47 am אפשר קען מען רעדן צו אדזשאמי אן די סמארטפאון וואס לפי דבריו פארקויפט ער קליידונג פאר וואלמארט אז ער זאל מאכן א רעכטס אויף לינקס ברענד פאר די זעלבע פרייזן פון וואלמארט?
אז איר וועט קויפן אזוי סאך ווי וואלמארט קויפט...

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 12:19 pm
דורך נקודות טובות
דאס גייט זיין א תקנה? קינדער גייען מוזן גיין אזוי א גאנצע וואך? א פרישע פרומקייט ארויפגעצווינגען אויף כלל ישראל?

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 12:36 pm
דורך שבת קודש
די רעדע דא איז נאר פון רעקלעך אדער אויך פון העמעדער?

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 12:36 pm
דורך נקודות טובות
נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 12:19 pm דאס גייט זיין א תקנה? קינדער גייען מוזן גיין אזוי א גאנצע וואך? א פרישע פרומקייט ארויפגעצווינגען אויף כלל ישראל?
מיין שאלה איז אויב דאס איז א תקנה, אדער פשוט צוצושטעלן פאר אידן המבקשים וואס האבן יארן געוואלט דאס נאר האבן נישט געקענט וויבאלד עס איז נישט געווען.

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 1:11 pm
דורך בן נביאים
געווען א איד אין סאטמאר וומסב"ג ר' עזריעל ישעי' ענגלענדער ע"ה וואס האט אלע יארן מתריע געווען קעגן לינקס אויף רעכטס, ווען ער האט געזען איינעם מיט לינקס אויף רעכטס פלעגט ער געבן אזא קלאפ און מעורר זיין

ער האט געהאט א ברודער, ענגלענדער דריי גוד, דורך אים האט געלאזט מאכן און אריינברענגען רעכטס אויף לינקס העמעדער אפילו פאר קינדער

יהא זכרו ברוך

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 1:11 pm
דורך וואלף
נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 12:36 pm דאס גייט זיין א תקנה? קינדער גייען מוזן גיין אזוי א גאנצע וואך? א פרישע פרומקייט ארויפגעצווינגען אויף כלל ישראל?
ס'איז ביידע, די תקנה איז שוין א אלטע פון הרה"ק רבי ר' מענדעלע זצ"ל, יעצט וועט מען עס צושטעלן ס'זאל זיין בנמצא

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברויך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 1:36 pm
דורך גראסערי
גראסערי האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 11:04 am
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 10:44 am
גראסערי האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 9:43 am

פארוואס לאזט מען זיך אריינריקן??

און פארוואס קען מען זיי נישט ארויסריקן??

#כח הציבור
נשים דעתן קלות. די פרויען מלבושים זענען געווארן אנגעפירט דורך נשים. עס איז א אנדערע מסכתא. איך ווייס נישט אויב דארט איז טאקע געווען עפעס אומריכטיג כלפי אריינרוקן געוויסע סוחרים, עס איז נישט נוגע אויף למעשה, אבער אפילו אויב יא איז עס נאר מטעם הנ"ל.
א וודאי איז עס נוגע אויף למעשה, מען דארף כסדר קויפן פריש פאר די קומענדיגע סיזענס וכד'

אינגל מלבושים וועלן אויך ווערן אנגעפירט דורך פרויען, ודעתן קלות!
פארוואס זאל נישט זיין א אויספארקויף אין בית רחל פערעדייס 2 מאל א יאר פון די 30 סארטן קליידונג פאר שפאט ביליג??

פארוואס דארף דאס גיין פאר די לאקעל סטארס, וואס וועגן זיי האט מען בכלל געדארפט די תקנה?

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 10:37 pm
דורך שינאווער
איך האב אן עצה פאר די אידן דא וואס רעדן מיט אזאנע ווייטאג אויף די טייערע פרייזן וואס קומט,
זאל איינער פון ענק, קומענדיגע מאל וואס איר גייט אריין מיט א קוויטל צום רבי'ן, זאגן פארן רבי'ן דאס וואס איר טענה'ט דא, און איך בין זיכער אז דער רבי וועט אייך אויסהערן און עס אננעמען זייער ערענסט, און זיך אריינלייגן אין די מארקעט אזויווי דער רבי האט געטון ביי די דירות, און ער וועט זיכער מאכן אז די פרייזן גייען נישט העכער ווי נארמאל.

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 11:34 pm
דורך מסתמא
וואלף האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 1:11 pm ס'איז ביידע, די תקנה איז שוין א אלטע פון הרה"ק רבי ר' מענדעלע זצ"ל, יעצט וועט מען עס צושטעלן ס'זאל זיין בנמצא
האט מען עס דען אנגענומען אלץ חיוב אדער תקנה? א ודאי נישט. מאקסימום א מנהג טוב.

עס זענען פארהאנען בילדער פון מהר"א אליינס אלץ קינד געקנעפלט לינקס אויף רעכטס. פאר מיר פערזענליך איז די נושא נול, עס זענען פארהאנען בילדער פון מיין באח"ב עלטער זיידע א תלמיד חת"ס וכן דער כת"ס אליינס געקנעפלט לינקס אויף רעכטס. כלל ישראל איז נישט היינט געבוירן, סאיז א שיינע מנהג טוב ותו לא.

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 11:53 pm
דורך ענותן
גוט צו וויסן!
פאר די וואס קויפן ביים גוי, אז ביי די גוים זענען די פרויענ'ישע קליידער געקנעפלט רעכטס אויף לינקס,
דהיינו, אז די דארפסט ווייסע העמעדער באשטעל מיידלישע ווייסע העמעדער.

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!

געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 11:54 pm
דורך ענותן
מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 11:34 pm
וואלף האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 1:11 pm
נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 12:36 pm
מיין שאלה איז אויב דאס איז א תקנה, אדער פשוט צוצושטעלן פאר אידן המבקשים וואס האבן יארן געוואלט דאס נאר האבן נישט געקענט וויבאלד עס איז נישט געווען.
ס'איז ביידע, די תקנה איז שוין א אלטע פון הרה"ק רבי ר' מענדעלע זצ"ל, יעצט וועט מען עס צושטעלן ס'זאל זיין בנמצא
האט מען עס דען אנגענומען אלץ חיוב אדער תקנה? א ודאי נישט. מאקסימום א מנהג טוב.

עס זענען פארהאנען בילדער פון מהר"א אליינס אלץ קינד געקנעפלט לינקס אויף רעכטס. פאר מיר פערזענליך איז די נושא נול, עס זענען פארהאנען בילדער פון מיין באח"ב עלטער זיידע א תלמיד חת"ס וכן דער כת"ס אליינס געקנעפלט לינקס אויף רעכטס. כלל ישראל איז נישט היינט געבוירן, סאיז א שיינע מנהג טוב ותו לא.
עס האט לפי ידיעתי דיקא מיט חסידות, מילא די טענה אז די תלמידי חת"ס.. קומט נישט לע"ד אריין דא.

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!

געפאוסט: פרייטאג פעברואר 14, 2025 12:27 am
דורך רעאליסטיש
מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 11:34 pm
וואלף האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 1:11 pm
נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 12:36 pm
מיין שאלה איז אויב דאס איז א תקנה, אדער פשוט צוצושטעלן פאר אידן המבקשים וואס האבן יארן געוואלט דאס נאר האבן נישט געקענט וויבאלד עס איז נישט געווען.
ס'איז ביידע, די תקנה איז שוין א אלטע פון הרה"ק רבי ר' מענדעלע זצ"ל, יעצט וועט מען עס צושטעלן ס'זאל זיין בנמצא
האט מען עס דען אנגענומען אלץ חיוב אדער תקנה? א ודאי נישט. מאקסימום א מנהג טוב.

עס זענען פארהאנען בילדער פון מהר"א אליינס אלץ קינד געקנעפלט לינקס אויף רעכטס. פאר מיר פערזענליך איז די נושא נול, עס זענען פארהאנען בילדער פון מיין באח"ב עלטער זיידע א תלמיד חת"ס וכן דער כת"ס אליינס געקנעפלט לינקס אויף רעכטס. כלל ישראל איז נישט היינט געבוירן, סאיז א שיינע מנהג טוב ותו לא.
איז דען געווען צובאקומען געקנעפלט רעכטס אויף לינקס?

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!

געפאוסט: פרייטאג פעברואר 14, 2025 1:42 am
דורך שאינו יודע לשאול
מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 11:34 pm
וואלף האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 1:11 pm
נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 12:36 pm
מיין שאלה איז אויב דאס איז א תקנה, אדער פשוט צוצושטעלן פאר אידן המבקשים וואס האבן יארן געוואלט דאס נאר האבן נישט געקענט וויבאלד עס איז נישט געווען.
ס'איז ביידע, די תקנה איז שוין א אלטע פון הרה"ק רבי ר' מענדעלע זצ"ל, יעצט וועט מען עס צושטעלן ס'זאל זיין בנמצא
האט מען עס דען אנגענומען אלץ חיוב אדער תקנה? א ודאי נישט. מאקסימום א מנהג טוב.

עס זענען פארהאנען בילדער פון מהר"א אליינס אלץ קינד געקנעפלט לינקס אויף רעכטס. פאר מיר פערזענליך איז די נושא נול, עס זענען פארהאנען בילדער פון מיין באח"ב עלטער זיידע א תלמיד חת"ס וכן דער כת"ס אליינס געקנעפלט לינקס אויף רעכטס. כלל ישראל איז נישט היינט געבוירן, סאיז א שיינע מנהג טוב ותו לא.
ער איז דאך געווען אן אשכנזי'שער.

אין מקווה איז ער יא געגאנגען?