דורכברוך דורך אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - אינגלעך מלבושים רעכטס אויף לינקס
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 125
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 2:29 pm
- Location: קרית יואל
- x 306

מהר"א - קרית יואל - ביים טיש חמשה עשר בשבט האט כ"ק אדמו"ר הגה"ק שליט"א מבשר געווען די בשורה טובה אז אויף די פסח סעזאן וועט זיין צו באקומען העמעדער, וועסטלעך, סוטס פאר אינגלעך געקנעפלט פון רעכטס אויף לינקס ווי ידוע מפי הרה"ק ר' מענדעלע מרימאנאוו זי"ע
די רבי שליט"א האט זיך אויסגעדרוקט אז ער האט באמערקט אז אלע קינדערישע מלבושים זענען פון לינקס אויף רעכטס און ס'האט אים וויי געטון, הלמאי אז מ'איז נישט מחנך די קינדער צו גיין אנגעטון חסידיש פון רעכטס אויף לינקס.
כ"ק מרן רבינו שליט"א האט צוזאמען גענומען פילע סוחרים פון מלבושים און פארלאנגט אז זיי זאלן פראדעצירן פאר די קינדערישע מלבושים צו זיין חסידיש. און אויף פסח הבעל"ט וועט אי"ה שוין זיין צו באקומען קינדער מלבושים מיט קנעפלעך פון רעכטס אויף לינקס.
ועשית בגדי קודש.

Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברויך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!
ס'קומט יעצט א פרישע גזירה אז מ'וועט מוזן גיין מיט די נייע העמדער? אין צאלן 3 מאל די פרייז לכבוד א איד פארקויפט עס?
Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברויך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!
יו"ט סוכת האט די רבי באמערקט א אייניקל גיין געקנעפעלט פון לינקס אויף רעכטס, ווען די רבי האט געפרעגט דערויף, האט מען געוויזן אז אלע קינדער גייען אזוי,
ווייל דאס איז דא .חול המועד האט שוין די רבי אנגעריפן די עסקנים, כלשון קדשו. אויף חנוכה העל איך עס נישט פארלאנגען, אבער אויף פסח מיז שוין זיין קינדערישע מלבושים פון רעכטס אויף לינקס.
ווייל דאס איז דא .חול המועד האט שוין די רבי אנגעריפן די עסקנים, כלשון קדשו. אויף חנוכה העל איך עס נישט פארלאנגען, אבער אויף פסח מיז שוין זיין קינדערישע מלבושים פון רעכטס אויף לינקס.
Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברויך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!
מיטגעהאלטן א שטיק צייט צוריק ווען דער רבי האט צוגערופן איינעם פון די דריי גודס סוחרים, נאך א שמחה ביי יענעמ’ס אייניקל, און געזאגט אז שמחת תורה ביי די הקפות האט ער באמערקט די קינדער גיין מיט רעקלעך לינקס אויף רעכטס, און האט געבעטן מ’זאל רעדן מיט די מאנופעקטשערערס דערוועגן.
בנוגע די שאלה צי ס’גייט קאסטן טייערער: אויב וועלן זיך אריינרוקן די זעלבע וואס האבן זיך אריינגערוקט ביי די מיידלעך מלבושים און טון וואס זיי האבן דארט געטון, גייט עס קאסטן טייערער. ליידער.

נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברויך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!
פארוואס לאזט מען זיך אריינריקן??פופציגער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 8:24 am מיטגעהאלטן א שטיק צייט צוריק ווען דער רבי האט צוגערופן איינעם פון די דריי גודס סוחרים, נאך א שמחה ביי יענעמ’ס אייניקל, און געזאגט אז שמחת תורה ביי די הקפות האט ער באמערקט די קינדער גיין מיט רעקלעך לינקס אויף רעכטס, און האט געבעטן מ’זאל רעדן מיט די מאנופעקטשערערס דערוועגן.
בנוגע די שאלה צי ס’גייט קאסטן טייערער: אויב וועלן זיך אריינרוקן די זעלבע וואס האבן זיך אריינגערוקט ביי די מיידלעך מלבושים און טון וואס זיי האבן דארט געטון, גייט עס קאסטן טייערער. ליידער.
און פארוואס קען מען זיי נישט ארויסריקן??
#כח הציבור
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 125
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 2:29 pm
- Location: קרית יואל
- x 306
Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברויך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!
צו ווייסט איינער, איז דער ענין פון רעכטס אויף לינקס בלויז פאר מענער? אדער אויך פאר פרויען?
Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברויך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!
האלט איך נישט מיט, ביי די מיידלעך קאסט טייערער ווי נארמאל?פופציגער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 8:24 am מיטגעהאלטן א שטיק צייט צוריק ווען דער רבי האט צוגערופן איינעם פון די דריי גודס סוחרים, נאך א שמחה ביי יענעמ’ס אייניקל, און געזאגט אז שמחת תורה ביי די הקפות האט ער באמערקט די קינדער גיין מיט רעקלעך לינקס אויף רעכטס, און האט געבעטן מ’זאל רעדן מיט די מאנופעקטשערערס דערוועגן.
בנוגע די שאלה צי ס’גייט קאסטן טייערער: אויב וועלן זיך אריינרוקן די זעלבע וואס האבן זיך אריינגערוקט ביי די מיידלעך מלבושים און טון וואס זיי האבן דארט געטון, גייט עס קאסטן טייערער. ליידער.
ביי די קינדער מלבושים איז טאקע דא וואס מורא צו האבן, א קינדער סוט קאסט בערך 80-90 דאלער, א טאג שפעטער ער האט בר מצוה, קאסט ער 350 דאלער, אמאי???????
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2114
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 4987
Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברויך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!
נשים דעתן קלות. די פרויען מלבושים זענען געווארן אנגעפירט דורך נשים. עס איז א אנדערע מסכתא. איך ווייס נישט אויב דארט איז טאקע געווען עפעס אומריכטיג כלפי אריינרוקן געוויסע סוחרים, עס איז נישט נוגע אויף למעשה, אבער אפילו אויב יא איז עס נאר מטעם הנ"ל.גראסערי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 9:43 amפארוואס לאזט מען זיך אריינריקן??פופציגער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 8:24 am מיטגעהאלטן א שטיק צייט צוריק ווען דער רבי האט צוגערופן איינעם פון די דריי גודס סוחרים, נאך א שמחה ביי יענעמ’ס אייניקל, און געזאגט אז שמחת תורה ביי די הקפות האט ער באמערקט די קינדער גיין מיט רעקלעך לינקס אויף רעכטס, און האט געבעטן מ’זאל רעדן מיט די מאנופעקטשערערס דערוועגן.
בנוגע די שאלה צי ס’גייט קאסטן טייערער: אויב וועלן זיך אריינרוקן די זעלבע וואס האבן זיך אריינגערוקט ביי די מיידלעך מלבושים און טון וואס זיי האבן דארט געטון, גייט עס קאסטן טייערער. ליידער.
און פארוואס קען מען זיי נישט ארויסריקן??
#כח הציבור
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1928
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: ביים קופקע
- x 6317
Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!
אפשר קען מען רעדן צו אדזשאמי אן די סמארטפאון וואס לפי דבריו פארקויפט ער קליידונג פאר וואלמארט אז ער זאל מאכן א רעכטס אויף לינקס ברענד פאר די זעלבע פרייזן פון וואלמארט?
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברויך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!
א וודאי איז עס נוגע אויף למעשה, מען דארף כסדר קויפן פריש פאר די קומענדיגע סיזענס וכד'Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 10:44 amנשים דעתן קלות. די פרויען מלבושים זענען געווארן אנגעפירט דורך נשים. עס איז א אנדערע מסכתא. איך ווייס נישט אויב דארט איז טאקע געווען עפעס אומריכטיג כלפי אריינרוקן געוויסע סוחרים, עס איז נישט נוגע אויף למעשה, אבער אפילו אויב יא איז עס נאר מטעם הנ"ל.גראסערי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 9:43 amפארוואס לאזט מען זיך אריינריקן??פופציגער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 8:24 am מיטגעהאלטן א שטיק צייט צוריק ווען דער רבי האט צוגערופן איינעם פון די דריי גודס סוחרים, נאך א שמחה ביי יענעמ’ס אייניקל, און געזאגט אז שמחת תורה ביי די הקפות האט ער באמערקט די קינדער גיין מיט רעקלעך לינקס אויף רעכטס, און האט געבעטן מ’זאל רעדן מיט די מאנופעקטשערערס דערוועגן.
בנוגע די שאלה צי ס’גייט קאסטן טייערער: אויב וועלן זיך אריינרוקן די זעלבע וואס האבן זיך אריינגערוקט ביי די מיידלעך מלבושים און טון וואס זיי האבן דארט געטון, גייט עס קאסטן טייערער. ליידער.
און פארוואס קען מען זיי נישט ארויסריקן??
#כח הציבור
אינגל מלבושים וועלן אויך ווערן אנגעפירט דורך פרויען, ודעתן קלות!
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 477
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 388
Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!
אז איר וועט קויפן אזוי סאך ווי וואלמארט קויפט...להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 10:47 am אפשר קען מען רעדן צו אדזשאמי אן די סמארטפאון וואס לפי דבריו פארקויפט ער קליידונג פאר וואלמארט אז ער זאל מאכן א רעכטס אויף לינקס ברענד פאר די זעלבע פרייזן פון וואלמארט?
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1786
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4730
Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!
דאס גייט זיין א תקנה? קינדער גייען מוזן גיין אזוי א גאנצע וואך? א פרישע פרומקייט ארויפגעצווינגען אויף כלל ישראל?
Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!
די רעדע דא איז נאר פון רעקלעך אדער אויך פון העמעדער?
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1786
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4730
Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!
מיין שאלה איז אויב דאס איז א תקנה, אדער פשוט צוצושטעלן פאר אידן המבקשים וואס האבן יארן געוואלט דאס נאר האבן נישט געקענט וויבאלד עס איז נישט געווען.נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 12:19 pm דאס גייט זיין א תקנה? קינדער גייען מוזן גיין אזוי א גאנצע וואך? א פרישע פרומקייט ארויפגעצווינגען אויף כלל ישראל?
Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!
געווען א איד אין סאטמאר וומסב"ג ר' עזריעל ישעי' ענגלענדער ע"ה וואס האט אלע יארן מתריע געווען קעגן לינקס אויף רעכטס, ווען ער האט געזען איינעם מיט לינקס אויף רעכטס פלעגט ער געבן אזא קלאפ און מעורר זיין
ער האט געהאט א ברודער, ענגלענדער דריי גוד, דורך אים האט געלאזט מאכן און אריינברענגען רעכטס אויף לינקס העמעדער אפילו פאר קינדער
יהא זכרו ברוך
ער האט געהאט א ברודער, ענגלענדער דריי גוד, דורך אים האט געלאזט מאכן און אריינברענגען רעכטס אויף לינקס העמעדער אפילו פאר קינדער
יהא זכרו ברוך
Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!
ס'איז ביידע, די תקנה איז שוין א אלטע פון הרה"ק רבי ר' מענדעלע זצ"ל, יעצט וועט מען עס צושטעלן ס'זאל זיין בנמצאנקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 12:36 pm דאס גייט זיין א תקנה? קינדער גייען מוזן גיין אזוי א גאנצע וואך? א פרישע פרומקייט ארויפגעצווינגען אויף כלל ישראל?
Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברויך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!
פארוואס זאל נישט זיין א אויספארקויף אין בית רחל פערעדייס 2 מאל א יאר פון די 30 סארטן קליידונג פאר שפאט ביליג??גראסערי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 11:04 amא וודאי איז עס נוגע אויף למעשה, מען דארף כסדר קויפן פריש פאר די קומענדיגע סיזענס וכד'Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 10:44 amנשים דעתן קלות. די פרויען מלבושים זענען געווארן אנגעפירט דורך נשים. עס איז א אנדערע מסכתא. איך ווייס נישט אויב דארט איז טאקע געווען עפעס אומריכטיג כלפי אריינרוקן געוויסע סוחרים, עס איז נישט נוגע אויף למעשה, אבער אפילו אויב יא איז עס נאר מטעם הנ"ל.
אינגל מלבושים וועלן אויך ווערן אנגעפירט דורך פרויען, ודעתן קלות!
פארוואס דארף דאס גיין פאר די לאקעל סטארס, וואס וועגן זיי האט מען בכלל געדארפט די תקנה?
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1244
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5205
Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!
איך האב אן עצה פאר די אידן דא וואס רעדן מיט אזאנע ווייטאג אויף די טייערע פרייזן וואס קומט,
זאל איינער פון ענק, קומענדיגע מאל וואס איר גייט אריין מיט א קוויטל צום רבי'ן, זאגן פארן רבי'ן דאס וואס איר טענה'ט דא, און איך בין זיכער אז דער רבי וועט אייך אויסהערן און עס אננעמען זייער ערענסט, און זיך אריינלייגן אין די מארקעט אזויווי דער רבי האט געטון ביי די דירות, און ער וועט זיכער מאכן אז די פרייזן גייען נישט העכער ווי נארמאל.
זאל איינער פון ענק, קומענדיגע מאל וואס איר גייט אריין מיט א קוויטל צום רבי'ן, זאגן פארן רבי'ן דאס וואס איר טענה'ט דא, און איך בין זיכער אז דער רבי וועט אייך אויסהערן און עס אננעמען זייער ערענסט, און זיך אריינלייגן אין די מארקעט אזויווי דער רבי האט געטון ביי די דירות, און ער וועט זיכער מאכן אז די פרייזן גייען נישט העכער ווי נארמאל.
Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!
האט מען עס דען אנגענומען אלץ חיוב אדער תקנה? א ודאי נישט. מאקסימום א מנהג טוב.
עס זענען פארהאנען בילדער פון מהר"א אליינס אלץ קינד געקנעפלט לינקס אויף רעכטס. פאר מיר פערזענליך איז די נושא נול, עס זענען פארהאנען בילדער פון מיין באח"ב עלטער זיידע א תלמיד חת"ס וכן דער כת"ס אליינס געקנעפלט לינקס אויף רעכטס. כלל ישראל איז נישט היינט געבוירן, סאיז א שיינע מנהג טוב ותו לא.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!
גוט צו וויסן!
פאר די וואס קויפן ביים גוי, אז ביי די גוים זענען די פרויענ'ישע קליידער געקנעפלט רעכטס אויף לינקס,
דהיינו, אז די דארפסט ווייסע העמעדער באשטעל מיידלישע ווייסע העמעדער.

גיב אכטונג! די צונג ליגט אין נאסקייט
דעריבער קען זי זיך שנעל גליטשן... (די בלעטל)
דעריבער קען זי זיך שנעל גליטשן... (די בלעטל)
Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!
עס האט לפי ידיעתי דיקא מיט חסידות, מילא די טענה אז די תלמידי חת"ס.. קומט נישט לע"ד אריין דא.מסתמא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 11:34 pmהאט מען עס דען אנגענומען אלץ חיוב אדער תקנה? א ודאי נישט. מאקסימום א מנהג טוב.וואלף האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 1:11 pmס'איז ביידע, די תקנה איז שוין א אלטע פון הרה"ק רבי ר' מענדעלע זצ"ל, יעצט וועט מען עס צושטעלן ס'זאל זיין בנמצאנקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 12:36 pm
מיין שאלה איז אויב דאס איז א תקנה, אדער פשוט צוצושטעלן פאר אידן המבקשים וואס האבן יארן געוואלט דאס נאר האבן נישט געקענט וויבאלד עס איז נישט געווען.
עס זענען פארהאנען בילדער פון מהר"א אליינס אלץ קינד געקנעפלט לינקס אויף רעכטס. פאר מיר פערזענליך איז די נושא נול, עס זענען פארהאנען בילדער פון מיין באח"ב עלטער זיידע א תלמיד חת"ס וכן דער כת"ס אליינס געקנעפלט לינקס אויף רעכטס. כלל ישראל איז נישט היינט געבוירן, סאיז א שיינע מנהג טוב ותו לא.
גיב אכטונג! די צונג ליגט אין נאסקייט
דעריבער קען זי זיך שנעל גליטשן... (די בלעטל)
דעריבער קען זי זיך שנעל גליטשן... (די בלעטל)
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 50
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 20, 2025 10:35 am
- Location: palm tree
- x 80
Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!
איז דען געווען צובאקומען געקנעפלט רעכטס אויף לינקס?מסתמא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 11:34 pmהאט מען עס דען אנגענומען אלץ חיוב אדער תקנה? א ודאי נישט. מאקסימום א מנהג טוב.וואלף האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 1:11 pmס'איז ביידע, די תקנה איז שוין א אלטע פון הרה"ק רבי ר' מענדעלע זצ"ל, יעצט וועט מען עס צושטעלן ס'זאל זיין בנמצאנקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 12:36 pm
מיין שאלה איז אויב דאס איז א תקנה, אדער פשוט צוצושטעלן פאר אידן המבקשים וואס האבן יארן געוואלט דאס נאר האבן נישט געקענט וויבאלד עס איז נישט געווען.
עס זענען פארהאנען בילדער פון מהר"א אליינס אלץ קינד געקנעפלט לינקס אויף רעכטס. פאר מיר פערזענליך איז די נושא נול, עס זענען פארהאנען בילדער פון מיין באח"ב עלטער זיידע א תלמיד חת"ס וכן דער כת"ס אליינס געקנעפלט לינקס אויף רעכטס. כלל ישראל איז נישט היינט געבוירן, סאיז א שיינע מנהג טוב ותו לא.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4619
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 13777
Re: אדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א - דורכברוך!! חסידישע אינגלעך מלבושים פון רעכטס אויף לינקס!!
ער איז דאך געווען אן אשכנזי'שער.מסתמא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 11:34 pmהאט מען עס דען אנגענומען אלץ חיוב אדער תקנה? א ודאי נישט. מאקסימום א מנהג טוב.וואלף האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 1:11 pmס'איז ביידע, די תקנה איז שוין א אלטע פון הרה"ק רבי ר' מענדעלע זצ"ל, יעצט וועט מען עס צושטעלן ס'זאל זיין בנמצאנקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 13, 2025 12:36 pm
מיין שאלה איז אויב דאס איז א תקנה, אדער פשוט צוצושטעלן פאר אידן המבקשים וואס האבן יארן געוואלט דאס נאר האבן נישט געקענט וויבאלד עס איז נישט געווען.
עס זענען פארהאנען בילדער פון מהר"א אליינס אלץ קינד געקנעפלט לינקס אויף רעכטס. פאר מיר פערזענליך איז די נושא נול, עס זענען פארהאנען בילדער פון מיין באח"ב עלטער זיידע א תלמיד חת"ס וכן דער כת"ס אליינס געקנעפלט לינקס אויף רעכטס. כלל ישראל איז נישט היינט געבוירן, סאיז א שיינע מנהג טוב ותו לא.
אין מקווה איז ער יא געגאנגען?