ראן דיסענטיס קאנדידאטור
ראן דיסענטיס קאנדידאטור
דערווייל גייט ער אראפ אראפ.
Re: ראן דיסענטיס דורכגעפאלענע קאמפיין
עס איז נאך נישט ממש דורכגעפאלן אבער ביז דערווייל דארף ער גרויס רחמים
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסן

- אסמכתא בעלמא
- מנהל המערכת
- פאוסטס: 797
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
- x 892
Re: ראן דיסענטיס דורכגעפאלענע קאמפיין
איך וואלט געטוישט דעם קעפל צו "ראן דאסאנטיס קאנדידאטור"
א דורכפאל קענסטו נישט וויסן ביז נאך עטליכע פריימערי'ס. דער ראולערקאוסטער האט זיך נאך ניטאמאל אנגעהויבן!
א דורכפאל קענסטו נישט וויסן ביז נאך עטליכע פריימערי'ס. דער ראולערקאוסטער האט זיך נאך ניטאמאל אנגעהויבן!
Re: ראן דיסענטיס דורכגעפאלענע קאמפיין
געטוישט.אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 14, 2023 3:30 pm איך וואלט געטוישט דעם קעפל צו "ראן דאסאנטיס קאנדידאטור"
א דורכפאל קענסטו נישט וויסן ביז נאך עטליכע פריימערי'ס. דער ראולערקאוסטער האט זיך נאך ניטאמאל אנגעהויבן!
אבער א דורכפאל איז ער סייווי, ער גייט שוין נישט אין ערגעץ.
Re: ראן דיסענטיס קאנדידאטור
עז עקספעקטעד. כ׳האמיר געבעטן ביינעם ער זאל נישט לויפן…
- טיפער ווי טיף
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 73
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:12 pm
- x 39
Re: ראן דיסענטיס קאנדידאטור
איך האלט זיין גרעסטע טעות איז געווען צו מעלדן זיין קאנדידאטור אזוי שפעט אריין און נישט אויסגעניצט די ענטואזעם וואס די רעפאבליקאנע וויילער האבן געהאט פאר אים
וואס זאגט נאר דער קדושת לוי להבדיל אלף אלפי הבדלות, האסט א התעוררות לייג עס אין א כלי
וואס זאגט נאר דער קדושת לוי להבדיל אלף אלפי הבדלות, האסט א התעוררות לייג עס אין א כלי
Re: ראן דיסענטיס קאנדידאטור
זיין גרעסטער טעות איז לדעתי דאס אז ער לויפט 'צו רעכטס' פון טראמפ, צייגנדיג דערמיט אז דאס וואס מען האט געטראכט אז ער איז א צווייטער טראמפ, איז געווען א טעות. ער איז בכלל נישט פאפוליסטיש געשטימט, ער פארשטייט נישט צום ציבור, נו. וואס יא, ער איז א בער, א פייטער און האט די מעגליכקייטן צו שטופן זאכן און נעמען 'גרויסע' שריט.
פערזענליך וואלט איך, אויפ'ן מינוט, געשטעלט מיין שטיצע אזוי:
וויוועק ראמאסוואמי
דאנעלד טראמפ
ראן דיסענטיס

בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
Re: ראן דיסענטיס קאנדידאטור
זיין גרעסטע טעות לדעתי איז אז ער לויפט בכלל
און אז ער לויפט איז זיין גרעסטע טעות דאס נישט אריינשמייסן אין טראמפ
וואס האט ער געקלערט גייט פאסירן אז ער לויפט געמיטלעך צו די זייט פון טראמפ?

ר' דן איז נישט אפיליעטירט מיט גרעי עריע פון אייוועלט
Re: ראן דיסענטיס קאנדידאטור
ער טרייט זיין בעסט אריינצושמייסן אין טראמפ ס'גייט נאר נישט.
קיינער האט נישט געמאכט קיין טעותים, דא איז דא אינגאנצן איין פאקטאר וואס הייסט דאנעלד טראמפ און רוב רובו רעפאבליקאנער פארטי וויל אים, צו ס'שמעקט אונז יא צו נישט.
קיינער האט נישט געמאכט קיין טעותים, דא איז דא אינגאנצן איין פאקטאר וואס הייסט דאנעלד טראמפ און רוב רובו רעפאבליקאנער פארטי וויל אים, צו ס'שמעקט אונז יא צו נישט.
Re: ראן דיסענטיס קאנדידאטור
די סיבה פארוואס איך האב געהאלטן אז ער וועט דורכפאלן איז ווייל ער קעמפט נישט עכט פאר זיינע וועליוס און מ׳קען נישט פאפן דעם ציבור.
ווי נאריש די אמעריקאנע באפעלקירונג איז, איז דאך דא א שמץ פון אריגינעלקייט און דערוילעם וויל דאס. אבאמא, ווי גרויליג און נידעריג ער איז, האט עכט געקעמפט פאר וואס ער האט געהאלטן איז ריכטיג. די זעלבע מיט טראמפ. ער האט געהאט א וויזיע, און ער האט געקעמפט דערפאר מיט ציין און נעגל.
דאס איז די שליסעל צו הצלחה, און דיסענטיס האט עס נישט.

@נחום, שמייסט דען דיסאנטיס אווי קריסטי? קאם אן.
אויב ווילסטו קאמפיטן מיט דעם פאקטאר 'דאנעלד טראמפ' דארפסטו האבן עטוואס פון זיינע קוואליפיקאציעס. איינע פון טראמפ'ס אייגנשאפטן איז אז ער ווייסט וועלכע קנעפלעך צו דריקן און וועלכע נישט, ער ווייסט וואס איז פאפולער ביים ציבור און וואס נישט, ער ווייסט ווי עס ליגט די שוואכע נערוו ביים המון עם. דיסענטיס האט אבער באשלאסן צו לויפן אויף א 'קאפ-אין-וואנט-אריין' אידעאלאגישן שניט. דאס איז זיין טעות.
אויב ווילסטו קאמפיטן מיט דעם פאקטאר 'דאנעלד טראמפ' דארפסטו האבן עטוואס פון זיינע קוואליפיקאציעס. איינע פון טראמפ'ס אייגנשאפטן איז אז ער ווייסט וועלכע קנעפלעך צו דריקן און וועלכע נישט, ער ווייסט וואס איז פאפולער ביים ציבור און וואס נישט, ער ווייסט ווי עס ליגט די שוואכע נערוו ביים המון עם. דיסענטיס האט אבער באשלאסן צו לויפן אויף א 'קאפ-אין-וואנט-אריין' אידעאלאגישן שניט. דאס איז זיין טעות.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
Re: ראן דיסענטיס קאנדידאטור
פיין פייט ער פאר זיינע וועליוס, קיינער אין די רעפאבליקאנער פארטי האט נאכנישט אזוי געפייט פאר זייערע וועליוס ווי ראן דיסענטעס אין פלארידע.בן מלך האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 16, 2023 4:26 pm די סיבה פארוואס איך האב געהאלטן אז ער וועט דורכפאלן איז ווייל ער קעמפט נישט עכט פאר זיינע וועליוס און מ׳קען נישט פאפן דעם ציבור.
ווי נאריש די אמעריקאנע באפעלקירונג איז, איז דאך דא א שמץ פון אריגינעלקייט און דערוילעם וויל דאס. אבאמא, ווי גרויליג און נידעריג ער איז, האט עכט געקעמפט פאר וואס ער האט געהאלטן איז ריכטיג. די זעלבע מיט טראמפ. ער האט געהאט א וויזיע, און ער האט געקעמפט דערפאר מיט ציין און נעגל.
דאס איז די שליסעל צו הצלחה, און דיסענטיס האט עס נישט.
משא'כ טראמפ וואס האט קיינע וועליוס, א פאפוליסט כמו שכתוב, אויב איז יעצט פאפולער טיילן געלט וועט ער טיילן געלט, און אויב איז יעצט פאפולער צו אראפרייסן די וואס טיילן געלט וועט ער אזוי טוהן.
די אמעריקאנער באפעלקערונג גלייכט מער א פאפוליסט וואס קען זיך צושטעלן צו די ווינט ווערסעס א הארד-ליין קאנסערוועטיוו.
זעה איך יעצט אז פעיק האקט אויך אזוי...
Re: ראן דיסענטיס קאנדידאטור
אט אזוי!נחום האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 16, 2023 4:30 pmפיין פייט ער פאר זיינע וועליוס, קיינער אין די רעפאבליקאנער פארטי האט נאכנישט אזוי געפייט פאר זייערע וועליוס ווי ראן דיסענטעס אין פלארידע.בן מלך האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 16, 2023 4:26 pm די סיבה פארוואס איך האב געהאלטן אז ער וועט דורכפאלן איז ווייל ער קעמפט נישט עכט פאר זיינע וועליוס און מ׳קען נישט פאפן דעם ציבור.
ווי נאריש די אמעריקאנע באפעלקירונג איז, איז דאך דא א שמץ פון אריגינעלקייט און דערוילעם וויל דאס. אבאמא, ווי גרויליג און נידעריג ער איז, האט עכט געקעמפט פאר וואס ער האט געהאלטן איז ריכטיג. די זעלבע מיט טראמפ. ער האט געהאט א וויזיע, און ער האט געקעמפט דערפאר מיט ציין און נעגל.
דאס איז די שליסעל צו הצלחה, און דיסענטיס האט עס נישט.
משא'כ טראמפ וואס האט קיינע וועליוס, א פאפוליסט כמו שכתוב, אויב איז יעצט פאפולער טיילן געלט וועט ער טיילן געלט, און אויב איז יעצט פאפולער צו אראפרייסן די וואס טיילן געלט וועט ער אזוי טוהן.
די אמעריקאנער באפעלקערונג גלייכט מער א פאפוליסט וואס קען זיך צושטעלן צו די ווינט ווערסעס א הארד-ליין קאנסערוועטיוו.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
Re: ראן דיסענטיס קאנדידאטור
איך רעד נישט פון פייטן פאר אידיאלאגיע. איך רעד פון פייטן פאר א וויזיע.
אבאמא איז געווען א נידערטרעכטיגע אידיאלאגיסט, ער האט אבער געקעמפט פאר א וויזיע וואס יעדער וואס האט אביסעל ווייטאג אדער שוועריגקייטן האט געקענט אריינגיין אין דמיון-לאנד און זיך אויס׳משל׳ן ווי גליקליך ער גייט ווערן ווען אבאמא גייט ווערן פרעזידענט.. וכן בטראמפ, נאכן אנטוישונג וואס מען האט געהאט אין זיין פארגייער.
פעיק האקט
דאס איז אויך די סיבה פון די גאו וואוק, גאו בראוק מציאות.
מענטשן זענען מיד פון אידיאלאגישע מלחמות, אפילו ווען מ׳געהערט צו זיי.

אז מ'לעבט דערלעבט מען.. פעיק שטעלט טראמפ פאר דעסאנטיס..פעיק ניוז האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 16, 2023 4:19 pm זיין גרעסטער טעות איז לדעתי דאס אז ער לויפט 'צו רעכטס' פון טראמפ, צייגנדיג דערמיט אז דאס וואס מען האט געטראכט אז ער איז א צווייטער טראמפ, איז געווען א טעות. ער איז בכלל נישט פאפוליסטיש געשטימט, ער פארשטייט נישט צום ציבור, נו. וואס יא, ער איז א בער, א פייטער און האט די מעגליכקייטן צו שטופן זאכן און נעמען 'גרויסע' שריט.
פערזענליך וואלט איך, אויפ'ן מינוט, געשטעלט מיין שטיצע אזוי:
וויוועק ראמאסוואמי
דאנעלד טראמפ
ראן דיסענטיס
מ'קען שוין שטעלן לחיים.
Re: ראן דיסענטיס קאנדידאטור
און דאס איז אויך נאר 'אויפ'ן מינוט'.רעגנדיג האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 16, 2023 5:10 pmאז מ'לעבט דערלעבט מען.. פעיק שטעלט טראמפ פאר דעסאנטיס..פעיק ניוז האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 16, 2023 4:19 pm זיין גרעסטער טעות איז לדעתי דאס אז ער לויפט 'צו רעכטס' פון טראמפ, צייגנדיג דערמיט אז דאס וואס מען האט געטראכט אז ער איז א צווייטער טראמפ, איז געווען א טעות. ער איז בכלל נישט פאפוליסטיש געשטימט, ער פארשטייט נישט צום ציבור, נו. וואס יא, ער איז א בער, א פייטער און האט די מעגליכקייטן צו שטופן זאכן און נעמען 'גרויסע' שריט.
פערזענליך וואלט איך, אויפ'ן מינוט, געשטעלט מיין שטיצע אזוי:
וויוועק ראמאסוואמי
דאנעלד טראמפ
ראן דיסענטיס
מ'קען שוין שטעלן לחיים.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
Re: ראן דיסענטיס קאנדידאטור
דארף מען שנעל שטעלן לחיים...פעיק ניוז האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 16, 2023 5:54 pmאון דאס איז אויך נאר 'אויפ'ן מינוט'.רעגנדיג האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 16, 2023 5:10 pmאז מ'לעבט דערלעבט מען.. פעיק שטעלט טראמפ פאר דעסאנטיס..פעיק ניוז האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 16, 2023 4:19 pm זיין גרעסטער טעות איז לדעתי דאס אז ער לויפט 'צו רעכטס' פון טראמפ, צייגנדיג דערמיט אז דאס וואס מען האט געטראכט אז ער איז א צווייטער טראמפ, איז געווען א טעות. ער איז בכלל נישט פאפוליסטיש געשטימט, ער פארשטייט נישט צום ציבור, נו. וואס יא, ער איז א בער, א פייטער און האט די מעגליכקייטן צו שטופן זאכן און נעמען 'גרויסע' שריט.
פערזענליך וואלט איך, אויפ'ן מינוט, געשטעלט מיין שטיצע אזוי:
וויוועק ראמאסוואמי
דאנעלד טראמפ
ראן דיסענטיס
מ'קען שוין שטעלן לחיים.
ר' דן איז נישט אפיליעטירט מיט גרעי עריע פון אייוועלט
Re: ראן דיסענטיס קאנדידאטור
פארוואס זאל מען נישט צוזאמען שטעלן אלע פאליטישע אשכולות
די פריימערי אשכול טראמפ אשכול דעסענטיס אשכול
עס איז נישט באקוועם אז עס איז צוטיילט אין אזוי אסאך אשכולות
די פריימערי אשכול טראמפ אשכול דעסענטיס אשכול
עס איז נישט באקוועם אז עס איז צוטיילט אין אזוי אסאך אשכולות
Re: ראן דיסענטיס קאנדידאטור
האלאו בארואיגט אייך אביסל, קומסט אויף א נייע סייט און שוין טיילסטו דעות?
Re: ראן דיסענטיס קאנדידאטור
די נייע אנקעטעס ווייזען אז ראן דיסענטיס ער קען אהיים גיין
Re: ראן דיסענטיס קאנדידאטור
לויט די היינטיגע אנקעטע ציעט אן דיסענטיס שוואכער איז די רעפאבליקאנער פריימערי ווי קענעדי איז די דעמאקראטישע פריימערי
דעסענטיס 14
קענעדי 16
נעבעך
דעסענטיס 14
קענעדי 16
נעבעך
- דזשארדזש וואשינגטאן
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 66
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:23 am
- x 55
Re: ראן דיסענטיס קאנדידאטור
וואס איז זיין פלאן כעת?
אנגעהויבן האט ער מיט א לינק פיס (אויף טוויטער...)
ער פארט אראפ כסדר (עכ"פ נישט ארויף)
גייט ער יעצט ווארפן זיין מארקעטינג טיעם, גייט אים ווערן בעסער? פארוואס עפעס?א צווייטע קען בעסער?
זיין ביז יעצטיגע חברה זענען נישט געווען קיין קטלא קניא'ניקעס לויט ווי איך פארשטיי
אפשר זאל ער טראכטן פון טוישן זיין מהלך, זיין קאפ, און פרובירן רעדן אינגאנצן קעגן טראמפ, אדער אינגאנצן נישט, וכו' אויף אלע אנדערע פאליסיעס וואס ער פרובירט שטיין אינדערמיט
כנלע"ד.

פאר די באקוועמליכקייט פון יעדער, ביטע נוצט ! ? , ; : " ' - . , ווי עס פעלט זיך אויס.