צי שטייט אויף מיין טיר 'משפחת קארטער'?

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
ענציקלאפעדיסט
פרישער באניצער
פאוסטס: 22
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 8:10 pm
x 148

צי שטייט אויף מיין טיר 'משפחת קארטער'?

פאוסט דורך ענציקלאפעדיסט »

אין די צייט וואס דער אפגעעלטער הונדערט יעריגער געביין געפינט זיך שוין אינעם קאסטן ווארטנדיג אראפגענידערט צו ווערן צו איר ענדגילטיגע פוילן אין די ווערעמיגע ערד.
הערן זיך פון אלע זייטן אפיציעלע יאמערן און טרויער דערקלערונגען, אבער צווישן די ליניעס פליסטערן און שעפשען פילע שטימעס מיט אפשיי און קעגנערשאפט אויף דעם טויטן'ס אזוי-גערופענע לייסטונגען און אויפטואנוגען אויף דעם ערדישן וועלטל.

טראץ און - פילייכט צוליב - זיין נאבעלע ווייכע כאראקטער, ווערט ער פאררעכנט אלץ סאמע ערגסטער פירער פון די פאראייניגטע שטאטן וואס זיין שוואכע צוגאנג און נעבעכדיגע געזעצן האבן אויסגעפלאסטערט דעם שטראז פאר די ערגסטע און געמיינסטע פון די מענטשהייט צו הייבן זייער קאפ אינאיינעם מיט די הענט צו אפטון וואס זייער בייזע הארץ באגערט.

דער קעסטלדיגער שוואכלינג האט מעגליך געגארט צו פארשפרייטן גוטס אויף דעם פלאנעט, ער האט געגלוסט אז טאטאלע פרידן זאל הערשן איבער אירע אלע פיר עקן, אבער רעזולטירט האט ער גענוי דאס פארקערטע, שאפנדיג די מאקסימאלסטע כאאס אויפן לאנגן טערמין, אזש ער פארדינט געוויס א 'מעדאל פון דעסטרוקציע' דערויף.

דאס לערנט אונז א טיפע לעקציע: געוואונטשענע שטרעבונגען און ווייכהארציגקייט וועלן נישט ברענגען קיין פאזיטיווע קאנסעקווענצן, אויב ווערט דאס נישט באגלייט מיט א שטאלענע שטייפקייט נישט צו דערלאזן דאס שלעכטס צו הייבן איר פאן.
פרעדיגן בלויז פרידן און גוטס פירט צו א גרויזאמע קאטאסטראפאלע ענדע. עס זעט זיך נישט שטענדיג אן אויפן מאמענט, אבער ווען דער קאלענדער איז שוין געמישט צענדליגער יארן, און מען קוקט מיטן היסטאריע שפאקטיוו דערקענט זיך אומצוויידייטיג אז ליבעראלע פוטערדיגע פירערשאפט איז דער בעסטער רעצעפט צו דורכפאל.


--



מיר - עלטערן פון קינדער - זיצן טאקע נישט אינעם אוועל אפיס אויפן פרעזידענט בענקל, אבער מיר פירן א פיל וויכטיגערע ווערדפולע קעניגרייך וואס יעדע גרייז און אפנויג פונעם ריכטיגן וועג איז רעלעוואנט סיי אויף דעם וועלטל און סיי אויפן קומענדיגן, און א עקסטרעמע באוועגונג קען פירן צו פיל הארבערע קריצן אין די זעלן פון אונזערע הייליגע דיאמאנטן וואס מיר דארפן שלייפן און ערגענצן, מיטן ריכטיגן מיטלוועג פון שמאל דוחה וימין מקרבת.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4833
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14416

Re: צי שטייט אויף מיין טיר 'משפחת קארטער'???

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

גאר גאר שטארק!!!

@ענצי עז יוזועל, ווי מ'זאגט...
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2558
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6046

Re: צי שטייט אויף מיין טיר 'משפחת קארטער'???

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

Wow דאס איז שוין ציפעדיג. אגב, איך האב נישט געוויסט אז קארטער'ס דורכפאל איז געווען צוליב זיין ווייעכקייט. איך הער. שטארקע ווערטער!
אוועיטער
בודקע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 258
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
x 407

Re: צי שטייט אויף מיין טיר 'משפחת קארטער'?

פאוסט דורך בודקע »

זייער שטארק!👍
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 3:52 am ווען א רייזע האט נישט קיינע טשעלענדזשעס ווערט דער גאנצער רייזע א טשעלענדזש!
שרייב פאוסט