קידוש תקנות

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1869
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5147

קידוש תקנות

פאוסט דורך נקודות טובות »

סקרן האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 7:15 pm לגבי די קדישים תקנות איז גוט בגשמיות און ברוחניות און יא ס'איז די קהל אדער ביהמ"ד אחריות אז די מענער זאלן נישט אנקומען אהיים אנגעגעסן און נישט קענען עסן א סעודה אדער אנגעטרינקען וכו' און אז איהר פארשטייט נישט די פראבלעם שטעלטס אייך איין וואך לעבן א זאל ווי עס קומט פאר גאר רייכע קדישים און איהר וועט פארשטיין (ס'קען זיין יענס איז א עקסטרעם אבער מען דארף פראבירן די אנדערע עקסטרעם צו האלטן זאכן נארמאל) אויך נישט יעדער קען באצאלן די פאר טויזענט דאלער פאר א קידוש איין מאהל א יאהר אדער אין אפאר יאהר ווען מען האט א קינד קאסט עס גענוג מען דארף נישט אויך די עקספענס....
וואס איז די פראבלעם אז מען קומט אהיים פון ביהמ"ד אנגעגעסן? וועמען גייט אן אויב דער אינגערמאן עסט טשולענט אינדעהיים אדער אין ביהמ"ד? איז דיין פראבלעם שלום בית? דאן אפשר זאל קהל האבן א פראגע בויגן וואו מען דארף אריינשרייבן יעדן טאג אויב מען האט ארויסגעטראגן די גארבידזש... וואס האט דאס מיט קהל?

בנוגע עקספענסעס. וויפיל קאסט דעם הערינג? 6 דאלער א קליינע קאנטעינער? 75 קאנטעינערס הערינג האסטו פאר 450$ לייג צו 200$ אייער קיכל האלטסטו ביי 650. יעצט אויב איז דאס א קלענערע ביהמ"ד דאכט זיך מיר איז 75 קאנטעינערס איז גענוג. און אויב איז דאס א גרויסע ביהמ"ד וואו עס זענען דא עטליכע שמחות פער וואך דאן נעם פון יעדן בעל שמחה 650$ און אינאיינעם וועלן זיין עטליכע הונדערט קאנטעינערס הערינג.

יעצט לאמיר נישט פארגעסן, אויב איז נישטא קיין הערינג עסט דער עולם מער קעיק, איר ווייסט אז קעיק איז אויך נישט בחינם? כמדומה שפארט מען זיך מיט די נישט געבן הערינג נישט מער ווי דריי הונדערט דאלער. נו מה כל הרעש? פארדעם דארף מען תקנות?

א מענטש מאכט א שמחה, ער האט משפחה אדער ידידים וואס קומען צו וואקן צו אים 15-20 מינוט וועג, און ער ווייל אז זיי זאלן האבן אויף וואס קידוש צו מאכן. וויפיל איז די שיעור צו צוימען דעם יחיד וויבאלד א צווייטער קען עס נישט ערלויבן? די מערהייט מענטשען קענען זיך יא ערלויבן איינמאל אין צוויי יאר צו באצאלן א קידוש מיט הערינג. אודאי איינער וואס קען זיך נישט ערלויבן זאל נישט געבן, און איך וועל גיין זיך מיטפרייען מיט זיין שמחה בטוב לב. אבער אויב האט ער יא? וואס שטערט דיר?

אויב זאל א שמש זאגן אז הערינג מאכט א מעס, עס שמעקט אן דעם ביהמ"ד, מאכט א שמוץ, האב איך נישט קיין פראבלעם. אבער כדי לא לבייש מי שאין לו? הענגט דען קהל נישט אויף צעטליך מיט די נעמען פון די פרנסי החודש? פארוואס דארט איז מען נישט חושש למי שאין לו? מען דארף מאכן א תקנה אז קהל טאר נישט בעטן קיין נר למאור, ווייל עס זענען דא אידן וואס קענען נישט ערלויבן די פרייזן און זיי קענען ווערן דזשעלעס. ביז ווי ווייט גייט די נאנסענס?
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1905
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2271

Re: קידוש תקנות

פאוסט דורך שבת קודש »

נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 24, 2024 12:05 pm

א קידוש מיינט 'לעקעך און ברוינפען' נישט קיין הערינג טשולענט קוגל פליישן וכדו' וכדו', קהל ערלויבט צו מאכן אין זייערע בתי מדרשים נאר 'קידשים' נישט קיין 'סעודות'

עס ליגט א פליכט אויף קהל אז אין זייערע בתי מדרשים זאלן נישט זיין קיין געלט אויסברענגריי קידשים,
קעיק וואס קומט ביי א קידוש מעג מען צושטעלן וויפיל מען וויל נישט קיין חילוק וויפיל עס קאסט עס הייסט נישט קיין געלט אויסברענגריי
משא''כ צושטעלן זאכן וואס קומען נישט אריין הייסט געלט אויסברענגריי
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4833
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14416

Re: קידוש תקנות

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 24, 2024 12:05 pm
סקרן האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 7:15 pm לגבי די קדישים תקנות איז גוט בגשמיות און ברוחניות און יא ס'איז די קהל אדער ביהמ"ד אחריות אז די מענער זאלן נישט אנקומען אהיים אנגעגעסן און נישט קענען עסן א סעודה אדער אנגעטרינקען וכו' און אז איהר פארשטייט נישט די פראבלעם שטעלטס אייך איין וואך לעבן א זאל ווי עס קומט פאר גאר רייכע קדישים און איהר וועט פארשטיין (ס'קען זיין יענס איז א עקסטרעם אבער מען דארף פראבירן די אנדערע עקסטרעם צו האלטן זאכן נארמאל) אויך נישט יעדער קען באצאלן די פאר טויזענט דאלער פאר א קידוש איין מאהל א יאהר אדער אין אפאר יאהר ווען מען האט א קינד קאסט עס גענוג מען דארף נישט אויך די עקספענס....
וואס איז די פראבלעם אז מען קומט אהיים פון ביהמ"ד אנגעגעסן? וועמען גייט אן אויב דער אינגערמאן עסט טשולענט אינדעהיים אדער אין ביהמ"ד? איז דיין פראבלעם שלום בית? דאן אפשר זאל קהל האבן א פראגע בויגן וואו מען דארף אריינשרייבן יעדן טאג אויב מען האט ארויסגעטראגן די גארבידזש... וואס האט דאס מיט קהל?

בנוגע עקספענסעס. וויפיל קאסט דעם הערינג? 6 דאלער א קליינע קאנטעינער? 75 קאנטעינערס הערינג האסטו פאר 450$ לייג צו 200$ אייער קיכל האלטסטו ביי 650. יעצט אויב איז דאס א קלענערע ביהמ"ד דאכט זיך מיר איז 75 קאנטעינערס איז גענוג. און אויב איז דאס א גרויסע ביהמ"ד וואו עס זענען דא עטליכע שמחות פער וואך דאן נעם פון יעדן בעל שמחה 650$ און אינאיינעם וועלן זיין עטליכע הונדערט קאנטעינערס הערינג.

יעצט לאמיר נישט פארגעסן, אויב איז נישטא קיין הערינג עסט דער עולם מער קעיק, איר ווייסט אז קעיק איז אויך נישט בחינם? כמדומה שפארט מען זיך מיט די נישט געבן הערינג נישט מער ווי דריי הונדערט דאלער. נו מה כל הרעש? פארדעם דארף מען תקנות?

א מענטש מאכט א שמחה, ער האט משפחה אדער ידידים וואס קומען צו וואקן צו אים 15-20 מינוט וועג, און ער ווייל אז זיי זאלן האבן אויף וואס קידוש צו מאכן. וויפיל איז די שיעור צו צוימען דעם יחיד וויבאלד א צווייטער קען עס נישט ערלויבן? די מערהייט מענטשען קענען זיך יא ערלויבן איינמאל אין צוויי יאר צו באצאלן א קידוש מיט הערינג. אודאי איינער וואס קען זיך נישט ערלויבן זאל נישט געבן, און איך וועל גיין זיך מיטפרייען מיט זיין שמחה בטוב לב. אבער אויב האט ער יא? וואס שטערט דיר?

אויב זאל א שמש זאגן אז הערינג מאכט א מעס, עס שמעקט אן דעם ביהמ"ד, מאכט א שמוץ, האב איך נישט קיין פראבלעם. אבער כדי לא לבייש מי שאין לו? הענגט דען קהל נישט אויף צעטליך מיט די נעמען פון די פרנסי החודש? פארוואס דארט איז מען נישט חושש למי שאין לו? מען דארף מאכן א תקנה אז קהל טאר נישט בעטן קיין נר למאור, ווייל עס זענען דא אידן וואס קענען נישט ערלויבן די פרייזן און זיי קענען ווערן דזשעלעס. ביז ווי ווייט גייט די נאנסענס?
איר האט קליינע השגות... אויב רעדסטו פון די הערינג, כ'מיין אז מ'פלעגט אמאל געבן הערינג און קיינער האט נישט געהאט קיין גרויסע פראבלעם.

די היינטיגע קדישים קענען קאסטן אין די שווערע טויזנטער, שטיקער בהמה, טייערע ברוינפנ'ס, וכו'.

אלזא פארשטייסטו אז מ'דארף שטעלן א גדר, איינס: פונקט ווי חתונה תקנות, וואס איז געווען איינגעפירט אין אין פיל מקומות אין דער אלטער היים, ה"ה דא וואס א קידוש קען היינט קאסטן מער ווי א חתונה נאכט!

שנית: ס'פשוט א פרעס און א זויפעריי וואס טוט זיך אפ ביי געוויסע קדישים היינט, און דאס האט נישט קיין פלאץ אין אן ערנסטער ביהמ"ד.

יעצט, איינמאל מ'דארף שוין מאכן א גדר, וועט עס יעדער שטעלן ווי ער האלט אז עס באלאנגט. אין דעם פאל האלט דער קהל [כ'וויס ניטאמאל אויף וועם דו באציסט זיך, כ'האב נאכנישט געזען די פאוסט, אבער די געדאנק] אז לקח און ברוינפן הייסט געגעבן קידוש, און נאר דאס וועט מען ערלויבן.

דו וואלסט אפשר געשטעלט די גדר אנדערש, אבער די רגע מ'מוז מאכן א גדר ווענדט זיך עס שוין אין די שיקול הדעת פון די וואס שטעלן עס אוועק.

און דאס וואס דו שרייבסט אז רוב מענטשן קענען זיך ערלויבן די געלט, פארגעס נישט אז אויף דעם בעל שמחה פאלט יעצט ארויף א בארג פון הוצאות, און יעדע דאלאר וואס דו שפארסט אים פארגרינגערסטו אים.
בן נביאים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 174
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 12:07 pm
x 300

Re: קידוש תקנות

פאוסט דורך בן נביאים »

די תקנה אין סאטמאר שטאמט פון רבי'ן זי"ע אליין, דעמאלס איז געווען די רעדע פון געפילטע פיש וואס מ' האט געמאכט אינדערהיים, האט דער רבי פארלאנגט עס זאל נישט זיין.

נאכמער, די רעבעצין ע"ה פלעגט געבן (ביי יארצייטן) קידוש מיט פיש און דער רבי האט איר אנגעזאגט נישט צו געבן פיש כדי מחזק זיין די תקנה.

אין געוויסע סאטמארע ביהמ"ד וואס רירן זיך נישט קיין כל דהוא געט מען היינט הערינג ביי קידושים, אפשר איז זייער היתר, אז די רבי האט געאסערט פיש נישט הערינג
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2558
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6046

Re: קידוש תקנות

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

בן נביאים האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2024 8:24 am אין געוויסע סאטמארע ביהמ"ד וואס רירן זיך נישט קיין כל דהוא געט מען היינט הערינג ביי קידושים, אפשר איז זייער היתר, אז די רבי האט געאסערט פיש נישט הערינג
דער רבי האט נישט גע'אסר'ט און מען דארף נישט זוכן קיין היתר. אז מען האט געמאכט א תקנה ועגן געפילטע פיש מיינט נישט אז מען האט גע'אסר'ט. עס איז אויך געווען נאך תקנות וואס דו ווייסט שוין נישט.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1869
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5147

Re: קידוש תקנות

פאוסט דורך נקודות טובות »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 24, 2024 1:02 pm
► Show Spoiler
איר האט קליינע השגות... אויב רעדסטו פון די הערינג, כ'מיין אז מ'פלעגט אמאל געבן הערינג און קיינער האט נישט געהאט קיין גרויסע פראבלעם.

די היינטיגע קדישים קענען קאסטן אין די שווערע טויזנטער, שטיקער בהמה, טייערע ברוינפנ'ס, וכו'.

אלזא פארשטייסטו אז מ'דארף שטעלן א גדר, איינס: פונקט ווי חתונה תקנות, וואס איז געווען איינגעפירט אין אין פיל מקומות אין דער אלטער היים, ה"ה דא וואס א קידוש קען היינט קאסטן מער ווי א חתונה נאכט!

שנית: ס'פשוט א פרעס און א זויפעריי וואס טוט זיך אפ ביי געוויסע קדישים היינט, און דאס האט נישט קיין פלאץ אין אן ערנסטער ביהמ"ד.

יעצט, איינמאל מ'דארף שוין מאכן א גדר, וועט עס יעדער שטעלן ווי ער האלט אז עס באלאנגט. אין דעם פאל האלט דער קהל [כ'וויס ניטאמאל אויף וועם דו באציסט זיך, כ'האב נאכנישט געזען די פאוסט, אבער די געדאנק] אז לקח און ברוינפן הייסט געגעבן קידוש, און נאר דאס וועט מען ערלויבן.

דו וואלסט אפשר געשטעלט די גדר אנדערש, אבער די רגע מ'מוז מאכן א גדר ווענדט זיך עס שוין אין די שיקול הדעת פון די וואס שטעלן עס אוועק.

און דאס וואס דו שרייבסט אז רוב מענטשן קענען זיך ערלויבן די געלט, פארגעס נישט אז אויף דעם בעל שמחה פאלט יעצט ארויף א בארג פון הוצאות, און יעדע דאלאר וואס דו שפארסט אים פארגרינגערסטו אים.
איך וואלט טאקע געדארפט קאפיען די תגובה אויף וואס @סקרן באציעט זיך.

@דער תהלים איד האט געשריבען ווי פאלגענד.
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 10:48 am
► Show Spoiler
ווען קהל האט זיך גענומען איבער די "קדישים" מיט תקנות אז מ'טאר נישט געבן הערינג (וואס א גרויס טייל קליינע שולן פאלגן נישט ב"ה), האב איך געהאט די זעלבע קושיא. יא, עס קאסט אפאר הונדערט דאלאר. דערפאר דארף מען תקנות?? איינער ווערט ארעם פון נעבעך דארפן נאכמאכן יענעם און שווענדן $500 איינמאל אין אפאר יאר?! קאמאן...

תקנות דארף מען מאכן דארט וואו עס רואיניגטר א מענטזנס לעבן. למשל חתונה מאכן, איז דער פאקט אז ממש כמעט די גאנצע לעבן דרייט זיך ארום די דאזיגע הוצאה.
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4833
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14416

Re: קידוש תקנות

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

שטימט.

אבער אויף דאס וואס דו האסט געפרעגט פארוואס מען דארף צוימען דעם ציבור, זאג איך אז דו ביסט אויך מודה אז סאיז היינט ארויס פון קאנטראל און מען מוז שטעלן א גדר.

איינמאל א גדר דארף געשטעלט ווערן, קען איך שוין נישט פארלאנגען אז ס'זאל געשטעלט ווערן אויפן ליניע וואס איך האלט פאר ריכטיג. כ'וועל עס מוזן לאזן פאר די שיקול הדעת פון די אין קאנטראל.
שרייב פאוסט