מעג מען געבן נישט גוטע אינפארמאציע פאר א שידוך?

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1905
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2271

מעג מען געבן נישט גוטע אינפארמאציע פאר א שידוך?

פאוסט דורך שבת קודש »

איינער נעבן מיר האט יעצט אראפגעלייגט די פאון און ער לאכט אויף די פראגע פארוואס ער לאכט
זאגט ער אז איינער האט אים יעצט געקאלט פרעגן אינפערמעשען אויף איינעם פאר א שידוך און אוודאי האט ער געזאגט נאר גוטס זאל ער דען זאגן שלעכטס,
ער זאגט אז די גאנצע פרעגן אינפערמעשען איז סתם א נארישקייט מען גייט סייווי נישט ארויסבאקומען דעם אמת

טאר מען טאקע נישט זאגן דעם גאנצן אמת לאמיתו ווען מען פרעגט אינפעמעשען?

אויב נישט פון ווי זאל עס די אנדערע זייט וויסן? און פארוואס פרעגט מען בכלל אינפעמעשען אויב מען טאר נישט זאגן דעם גאנצען אמת?
אוועיטער
א טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:07 pm
x 570

Re: געבן נישט גוטע אינפעמעשען פאר א שידוך

פאוסט דורך א טויב »

שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 2:07 pm איינער נעבן מיר האט יעצט אראפגעלייגט די פאון און ער לאכט אויף די פראגע פארוואס ער לאכט

זייער פשוט. ווען דער מעטשהייט וואלט ווען געזיכט שדוכים פאר די קינדער וואלט מען געקענט/געדארפט זאגן די גאנצע אמת און עס וואלט נישט געשאדט.
לדאבונינו וואס מען זיכט א שידוך פאר זעך און מעך טאר מען ח"ו נישט זאגן קיין שלעכט ווארט ודו"ק
אוועיטער
יוחנן כהן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 445
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
Location: אויפן בימה
x 1204

Re: מעג מען געבן נישט גוטע אינפעמעשען פאר א שידוך?

פאוסט דורך יוחנן כהן »

פארעכט די קעפל 'אינפערמעישאן'
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1642
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 6314

Re: מעג מען געבן נישט גוטע אינפעמעשען פאר א שידוך?

פאוסט דורך שינאווער »

יוחנן כהן האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 2:38 pm פארעכט די קעפל 'אינפערמעישאן'
אינפארמעישאן
אדער אינפארמאציע
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1869
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5146

Re: געבן נישט גוטע אינפעמעשען פאר א שידוך

פאוסט דורך נקודות טובות »

א טויב האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 2:12 pm
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 2:07 pm איינער נעבן מיר האט יעצט אראפגעלייגט די פאון און ער לאכט אויף די פראגע פארוואס ער לאכט
זאגט ער אז איינער האט אים יעצט געקאלט פרעגן אינפערמעשען אויף איינעם פאר א שידוך און אוודאי האט ער געזאגט נאר גוטס זאל ער דען זאגן שלעכטס,
ער זאגט אז די גאנצע פרעגן אינפערמעשען איז סתם א נארישקייט מען גייט סייווי נישט ארויסבאקומען דעם אמת

טאר מען טאקע נישט זאגן דעם גאנצן אמת לאמיתו ווען מען פרעגט אינפעמעשען?

אויב נישט פון ווי זאל עס די אנדערע זייט וויסן? און פארוואס פרעגט מען בכלל אינפעמעשען אויב מען טאר נישט זאגן דעם גאנצען אמת?
זייער פשוט. ווען דער מעטשהייט וואלט ווען געזיכט שדוכים פאר די קינדער וואלט מען געקענט/געדארפט זאגן די גאנצע אמת און עס וואלט נישט געשאדט.
לדאבונינו וואס מען זיכט א שידוך פאר זעך און מעך טאר מען ח"ו נישט זאגן קיין שלעכט ווארט ודו"ק
@שבת קודש אויב האט אים אים יענער גערופן ווייל ער וויל באמת אנפערמעישן נישט סתם כיהודה ועוד לקרא, איז ער א שוטה, רשע, עבריון, אכזר און לייכטזיניגער מושחת! לא תעמד על דם רעך איז א דאורייתא, און וכן ולפני עור!

@א טויב הער אויף! מענטשען טוהן יא שידוכים פאר די קינדער! איך ווייס אז עס זענען דא קראנקע מענטשען, אבער דאס רוב ווילן באמת הערן אינפארמעישן! ענטפערן פאלטשע אינפערמאציע איז אן אכזריות שאין כדגמתו! פון וואו קען מען וויסן אויב א שידוך איז גוט אויב נישט דורך פרעגן באקאנטע? איך מיין באמת, פון וואו דארף מען וויסן?

מען האט א זוהן אין די יארן, דער שדכן טראגט אן א מיידל פון א צווייטע שטאט. ער קען נישט די מיידל, נישט די מחותן, ער ווייסט נישט אויב די שטוב איז נארמאל, ער ווייסט נישט צו די מיידל איז נארמאל וכו' וכו'. די משפחה קען ער אויך נישט חוץ פון איין שוואגער וואס ער געדענקט פון ישיבה וואו ער האט געלערנט צוויי עידזשעס אונטער אים. זייענדיג פארלוירן רופט ער אן א חבר זיינער וואס דאווענט מיטן מיידעלס פאטער אין ביהמ"ד, און פרעגט אים אויב ער קען אים געבן אינפארמאציע איבער דעם משה, און דער חבר געבט פאלטשע אינפערמאציע איז ער אן אכזר! דער איד איז באמת פארלוירן, ער וויל עכט וויסן! אויב רופט ער אן א ניס זיינער וואס קען די מיידל פון סקול אדער די ארבעט, און זי געבט פאלטשע אינפערמאציע איז זי א מכשפה! אן אכזריות נוראה!

און יעצט א ווארט צו @שבת קודש'ס חבר. זיי נישט קיין פרומער! מאך נישט חרוב יענעמס לעבן! עס וועט קומען א טאג ווען דו וועסט אויך טאפן א וואנט ווען מען וועט דיר אנטראגן א שידוך, און הערשט דאן וועסטו כאפן וואס דו האסט געטוהן צו אנדערע! נישט יעדע זאך וואס דו שוטה האסט נאך נישט דורך געלעבט פארשטייסטו! זיי נישט אזא אויבער חכם! לערן דורך דעם ספר חפץ חיים, און ענטפער לויט זיינע פארשריפטען! דו ביסט פון די מבלי עולם!
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
א טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:07 pm
x 570

Re: געבן נישט גוטע אינפעמעשען פאר א שידוך

פאוסט דורך א טויב »

נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 4:55 pm
► Show Spoiler
ולפעמים להיפך....
נישט אזוי שארף ביטע.
זייער אסאך מענטשן פרעגן אינפערמאציע צו הערן ווי אזוי די גאס גייט זיי אנקוקן פארן טוען דער שידוך.
עס איז פארהאן שדוכים וואס וואלט ווען פיין געארבעט אבער איז צופאלן צליב אן אכזר וואס איז אופפין און אנעסט....
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1455
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 4591

Re: מעג מען געבן נישט גוטע 'אינפארמעישאן' פאר א שידוך?

פאוסט דורך מסתמא »

כהאב מיטגעהאלטן לעצטנס א גט נאך א 10 יעריגע גהינום ווייל צוויי וואוילע אידן האבן באשלאסן צו זאגן ליגנט פארן אויבערשטנס וועגן. יא יא, זיי ווייסן ניטאמאל וואספארא דעמידזש זיי האבן געמאכט און אז א גאנצע משפחה איז זיי פשוט און פראסט נישט מוחל.

סאו יא, נקודות טובות כבין מיט דיר.

מדארף גיבן דעם אמתן בילד, טרייען עס מאכן פאזיטיוו, אבער נאר דעם אמת. אינפארמעישן כשמו כן הוא = אינפארמעישאן. דו מאכסט דא גארנישט און דו האלטסט דא גארנישט אפ, פשוט גיב אראפ דעם אמתן בילד בלי נגיעות.

אן אמתער מעשה, א בחור האט געגעבן אמתע אינפארמאציע, נישט די בעסטע... ער בורדעט.. ער לערנט נאר א שעה א טאג וכו' וכו' און דער שידוך איז געווארן. זאגט אים דער אבי הכלה: דו האסט עס געמאכט! כקען גוט מיין טאכטער און פון דיר האב איך באקומען די רואיגקייט אז סאיז פאסיג.

ס"ה, טו אויס דיינע געטליכע שיך פון צישטיפן און/אדער אפרעדן שידוכים! העלף א צווייטע איד מיטן באקומען "אמתע" אינפארמאציע. לאז דעם אויבערשטן טון דאס איבעריגע, סאיז נישט דיינע ביזנעס.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 615
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1353

Re: מעג מען געבן נישט גוטע 'אינפארמעישאן' פאר א שידוך?

פאוסט דורך פעיק ניוז »

אויב ביסטו א בר דעת און בעל אחריות, וואס איז די פראגע בכלל? ווען איינער געבט פאלשע אדער איבערגעטריבענע שלעכטע אינפארמאציע איז עס א פראבלעם. מען דארף פשוט ארבעטן אויף די אייגענע מדות און אלעס איז מסודר.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
וואלף
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 497
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:23 pm
x 923

Re: מעג מען געבן נישט גוטע 'אינפארמעישאן' פאר א שידוך?

פאוסט דורך וואלף »

מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 6:12 pm כהאב מיטגעהאלטן לעצטנס א גט נאך א 10 יעריגע גהינום ווייל צוויי וואוילע אידן האבן באשלאסן צו זאגן ליגנט פארן אויבערשטנס וועגן. יא יא, זיי ווייסן ניטאמאל וואספארא דעמידזש זיי האבן געמאכט און אז א גאנצע משפחה איז זיי פשוט און פראסט נישט מוחל.

סאו יא, נקודות טובות כבין מיט דיר.

מדארף גיבן דעם אמתן בילד, טרייען עס מאכן פאזיטיוו, אבער נאר דעם אמת. אינפארמעישן כשמו כן הוא = אינפארמעישאן. דו מאכסט דא גארנישט און דו האלטסט דא גארנישט אפ, פשוט גיב אראפ דעם אמתן בילד בלי נגיעות.

אן אמתער מעשה, א בחור האט געגעבן אמתע אינפארמאציע, נישט די בעסטע... ער בורדעט.. ער לערנט נאר א שעה א טאג וכו' וכו' און דער שידוך איז געווארן. זאגט אים דער אבי הכלה: דו האסט עס געמאכט! כקען גוט מיין טאכטער און פון דיר האב איך באקומען די רואיגקייט אז סאיז פאסיג.

ס"ה, טו אויס דיינע געטליכע שיך פון צישטיפן און/אדער אפרעדן שידוכים! העלף א צווייטע איד מיטן באקומען "אמתע" אינפארמאציע. לאז דעם אויבערשטן טון דאס איבעריגע, סאיז נישט דיינע ביזנעס.
נאך א נקודה, 'זאגן דעם אמת' מיינט אויך מוסיף זיין לשבח אביסל מער ווי ס'איז באמת, ווייל די טבע איז אז מ'נעמט אן יעדע קרום אסאך ערגער ווי ס'איז באמת
שרייב פאוסט