Off Topic
פאר די הערליכע דיזיינטע פי די עף דורך @זיידענע העמדל דריקט דא:
מיין פערזענליכע ישועה ביים הייליגן בת עין זי"ע
א גוטן ליל שישי, מיינע ליבע פריינד!
יעצט, ליל שישי, י"ב כסלו, איז די גרויסע יארצייט פונעם הייליגן בת עין זי"ע, איז נישט מער ווי פאסיג צו שרייבן דא מיין אייגענע פערזענליכע ישועה וואס איך אליינס האב געהאט ביים הייליגן בת עין, פאר 3 יאר צוריק – נישט מער געדאכט.
איך גיי דא שרייבן בעזר השם די גאנצע מעשה מיט אלע דיטעילס ארום, פאר דער וואס האט נישט ליב צו ליינען לאנגע מעשיות, וועל איך דא שרייבן די מעשה בקיצור נמרץ אין 2 שורות: איך בין געווען ביים בת עין, איך האב מיר אונטערגענומען אז אויב ווער איך א חתן ביז 30 טעג, וועל איך בל"נ געבן א סעודה, און ביי די 29'סטע טאג בין איך א חתן געווארן! דאס איז בקיצור... פאר די גאנצע געשיכטע מיט אלע דיטעילס, אנגעהויבן אפאר חדשים פריער, ליינט דא:
מיר האבן זיך געטראפן אין זימער תשפ"א, א קבוצה בחורים, אין שיעור ג' - ישיבה גדולה, נאכנישט חתנים. ביי אונז אין די קרייז, אזויווי ביי אלע חסידישע קרייזן אין א"י, מאכט מען חתונה פרי, סאו, רוב חברים מיינע האבן שוין חתונה געהאט צווישן שיעור ב' זומער ביז פסח שיעור ג', און די לעצטע פאר האבן חתונה געהאט סיון תמוז שיעור ג'.
ווער ס'בלייבט איבער נאכדעם, איז פון די שארית הפליטה... אויף זיי דאוונט מען ביי ברכת 'על הצדיקים' 'ועל זקני שארית' – די אלטע איבערגעבליבענע, און זיי אליין בעטן און פארפירן ביי מלוה מלכה – 'עזור נא את הנשארים'... תכלית, טראץ מיר זענען געווען יונג אין יארן, זענען מיר אבער געווען אלטע בחורים, איינע פון מיינע חברים האט זיך דעמאלטס אנגערופן 'איך האב שוין חתונה געמאכט 40 חברים, און איך האב שוין 6 אייניקלעך'.... (און מיר זענען קוים געווען 19!)
אזוי האט מען פארברענגט און געשטופט די טעג און וואכן אינאיינעם, דער וואס איז געווען, אדער איז נאך א אלטע בחור (ווי די וועלט רופט עס) וועט זייער גוט פארשטיין, און דער וואס נישט, וועט קיינמאל נישט פארשטיין), געשלאפן, אויפגעשטאנען געגעסן, גע'קופקע'עט, געשלאפן וחוזר חלילה, אוודאי האט מען אויך אביסל געלערנט דא און דארט, אבער ווייסט דאך..... שוין, מ'העט נישט יעצט און זיך דינגען אויף די נושא, איך פארציילן אייך מציאות'ן, בלויז פאקטן.
*
איין טאג, האט איינער פון אונזער חברים, אנגע'שדכנ'ט פאר אונז א יוד מיטן נאמען הרב פכטר. (מ'ליינט עס פּאַכטער).
[א קורצע איבערבליק אויף הרב פכטר, ער איז א ראש כולל אין אלעד, פון גאר א חשובע כולל וואס מ'לערנט דארט אינדערפרי 4 שעה יעדן טאג, ער באצאלט שיין און אויף צייט, אבער עס איז א ערענסטע זאך, דארט איז נישטא די אלע גע'קאוועכצער און געטרינקעכצער, אריינצוגיין אין זיין כולל איז גאר א שווערע זאך, ער מאכט גאנצע בירורים אויב מ'איז גענוג ערענסט און צו מ'האלט טאקע ביים לערנען.
וויאזוי צאלט ער טאקע די אלע געלטער? אה, הרב פכטר איז גאר א גוטע שנארער, ער פארט יעדע שטיק צייט נאך געלט קיין אמעריקע און ער איז מצליח ארויסצונעמען פון מענטשן גאר הויעכע סכומים. און פארשטייט זיך אז פון די געלטער נעמט ער אראפ פראצענטן פאר זיך.... און דאס מאכט אז ער האט שיין געלט, א גרויסע הויז וכו'
הרב פכטר אליין איז א ליטווישע יודל מיט גאנצן לבוש, אבער א הארץ, האט אים די באשעפער געשאנקן א חסידישע הארץ, עטס קענטס לאכן... אבער זיין תוכן איז אלעס אויף חסידישע מהלכים, ער קאכט אריין א דאווענען, ער האט משוגע ליב שיינע חסידישע שבת סעודות וכו'. זיין חברותא אליין אין זיין כולל איז א חסידישע דורכגעווייקטע יונגערמאן.
שוין, דאס איז די עיקר וואס מ'דארף וויסן, יעצט לאמיר צוריקגיין צו די מעשה]
סאו, יענער בחור, דורך עפעס א יונגערמאן, האט אונז אנגע'שדכנ'ט די רב פכטר, ער גייט זיין אינזער ראש חברה.... מיר, האבן מסכים געווען, פארוואס נישט, מיר זוכן וואס צו טון...
און שוין, מ'האט אנגעהויבן אויף א שיף אין אשדוד, שפעטער א שבת ביי אים אלעד, ער האט אונז געמאכט א מסגרת וואס און וויפיל מ'גייט לערנען, און לויט דעם האט ער אינז באצאלט, געמאכט טריפ'ס צו גאר שיינע פלעצער וכו', איך האב אסאך צו שרייבן וועגן דעם אבער היות יעצט איז נישט די צייט פאר דעם, העט מען עס לאזן פאר א צווייטע מאל, יעצט לאמיר נאר רעדן וואס איז בנוגע אונזער מעשה.
די גאנצע חבורה האט זיך געהאלטן נישט פאר צו לאנג, מ'האט אנגעהויבן תמוז און שמחת בית השואבה האט זיך עס געענדיקט וועגן אפאר סיבות, וואס איך אליין ווייס נישט פונקטליך, ווייל איך בין פונקט דעמאלט געווען אין חוץ לארץ.
איך בין צוריקגעקומען אויף חשוון, און מ'האט אנגעהויבן שיעור ד' מיט א פרישקייט!
יעצט, איך מיט נאך 2 בחורים זענען יא געבליבן בקשר מיט הרב פכטר, און ער האט אונז ערלעדיגט חברותות מיר זאלן האבן וואס צו טון משכ'ן טאג, פאר מיר און פאר נאך איינער האט ער אונז פארשאפט א ישיבה קטנה בחור אין עפעס א ישיבה אין אלעד, פאר די דריטע האט ער ערלעדיגט א יונגערמאן זאל לערנען מיט אים אין זיין כולל.
פון צייט צי צייט האט ער אונז אריינגעריקט א 200'טער, אדער סתם אביסל געלט, געקומען מיט אינז דא און דארט אויף מקומות הקדושים און נאך.
*
עס איז געווען י"א כסלו תשפ"ב, ווען נאכן ענדיגן לערנען, מיטאג צייט, האבן מיר געבעטן שיינערהייט פאר אונזער ראש חברה, צו ער קען אונז צושטעלן א קאר מיט א דרייווער, וואס זאל אונז ברענגען קיין צפת צום ציון פונעם בת עין, וואס מ'העט אנקומען דארט ביינאכט ווען ס'שוין די יארצייט, און פארשטייט זיך - עפעס עסן דארט אין מענדי'ס... און צוריק.
ער האט זיך שיין צוגעשטעלט צו אונז, און געגעבן וואס מיר האבן פארלאנגט, און אביסל שפעטער זעמיר שיין געווען אויפן וועג קיין צפת.
ווען אונז זענען אנגעקומען דארט, איז נאך געווען 8 אזייגער, גאר פרי, נאך פאר די גאנצע ר' מיילעך בידערמאן כאדאראם, עס איז געווען רוהיג, געשמאק, און בעיקר – ליידיג, עד כדי, אז מ'האט נאך געהעריג געקענט אריינגיין אינעווייניג אינעם מערה. (כ'מיין אז שפעטער ווען ס'שוין דא דארט גאר אסאך מענטשן פארמאכן זיי עס, כ'בין אבער נישט זיכער).
כ'בין אריין אינעווייניג, אראפגעלייגט מיין קאפ אויפן ציון, און מתפלל געווען, בשעת מעשה, האב איך מיר אונטערגענומען און ארויסגעזאגט אז אויב ווער איך א חתן ביז 30 טעג, וועל איך בל"נ געבן א סעודה לע"נ די הייליגע צדיק, און אין מיין קאפ האב איך געטראכט, אז איך וועל געבן א סעודה פון בערך 1000 שקל, נישט סתם עפעס א לחיים מיט בורקסים...
שוין, מ'איז ארויס, און מ'איז אראפגעגאנגען אונטן. ווען איך בין אנגעקומען ביי ר' פנחס בן יאיר, זייענדיג א שווערע מענטש איז מיר געווען שווער צוריק ארויפצוקריכן צום ציון, האב איך זיך אויסגעדרייט צום ריכטיג צום ציון, און שטילערהייט געזאגט, אז איך וועל אי"ה אויך צוריקקומען דאנקן.
*
א וואך שפעטער, האט מיר מיין מאמע געקלונגען אז ס'דא עפעס אויפן טיש, מ'האט זיך אנגעהויבן צוגרייטן, אינצווישן איז געווען חנוכה, און א עקסטערע וואך האב איך געדארפט ווארטן וועגן איך האב געדארפט נעמען א וואקסין.
אור לעשרה בטבת האט מיין פליגער געלאנדעט אין היטרו עירפארט.
עשרה בטבת, נאכן אויספאסטן, אור לי"א טבת, האט מען געטרינקן לחיים!!
איינער קען ציילן וויפיל טעג ס'איז?
און אוודאי און אוודאי, האט מען שפעטער געגעבן א שיינע סעודה, און מ'איז צוריקגעגאנגען דאנקן.
טייערע יודן, יעצט איז די הייליגע יארצייט, יא, אפילו איר זענט נישט דארט אין ארץ ישראל, קען מען נאכאלס זיכער פועלן. לאמיר בעטן אינאיינעם, יעדע איינער וואס ער דארף, און לאמיר בעטן אז בקרוב זאלן מיר שוין אויסגעלייזט ווערן פונעם גלות, און עס זאל שוין קומען די גאולה הכללית בב"א.
א גוט שבת!
Off Topic
זיך צו פארבינדן מיט מיר פאר סיי וועלכע הערה/הארה/קריטיק אדער סיי וואס (קאמפלימענטן איז א מנהג אז מ'געבט נישט) אדער צו באקומען די שלפים וועכנטליך אויף אימעיל, שיקט א בליץ פאסט צו ymshlofim@gmail.com