א פלאטשקע אין אייז קאלטע וואסער

פאעזיע, גראמען, און קונסטווערק
אוועיטער
אויסגעשארפטע בליי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 316
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
x 1383

א פלאטשקע אין אייז קאלטע וואסער

פאוסט דורך אויסגעשארפטע בליי »

ביים ברעג ים.
איך קוק שטיל.
א שטיין אריין.
ווארפן איך וויל.

אט טרעף איך איינס.
מיט שפיציגע עקן.
און איך אליינס.
טוה מיר דערשרעקן.

די וואסער די שיינע.
וועט די שטיין נישט האלטן.
א ווארף א קליינע.
און זי וועט זיך צעשפאלטן.

אט טראכט איך פון די פליסיקייט.
זי וועט זיך צוזאם פארן.
נאך א צווישנשייד.
פון די שטיין געווארן.

מיין האנט איך שיק ארויף.
מיט מוח סיגנאלן.
א שפריץ איך בוי אויף.
זי טוהט אין וואסער פאלן.

אט נאך א סקונדע.
אזויווי געפלאנט.
די וואסער מיט א רונדע.
בויט ווידער איר וואנט.

גארנישט מען דערקענט.
פון אויבן ביים ברעג.
אבער פון אינטער די ווענט.
ווי טיף ביים עק.

א שטיין לאזט א סימן.
פון א טראכטלאזע איינער.
א נארישע געדאנק געקומען.
פון ווארפן די שטיינער.


ביים ברעג ים.
שיינע זון שיין.
באטראכט די כוואליעס צוזאם.
מיט ברודערליכע טעם.

גארנישט געשטערט.
פארמירט עס ווערט.
פריינטשאפט באעהרט.
פולט די הארץ פארלערט.

גייט דורך יארן.
בויט אינעם זכרון.
מעמוארן וואס פארן.
און ווערן פארלארן.

ביז יענע טאג איין.
געטראכט אין מוח דיין.
עס וועט גארנישט זיין.
אויף מיר ווארפן א שטיין...

מיין הערצעלע וועט איר פארדעקן.
טאקע אנפאנג זיך דערשרעקן.
וועט זיך צוריק אויפוועקן.
אבער נישט געטראכט פון די עקן...

די שטיין איך האב געשפירט.
מיין חיות פארלירט.
עס האט זיך געפירט.
ביז אינטן מאנעווירט.

קיין וועג ארויס פאר איר.
די שטיין איז טיף אין מיר.
מיין חיות צוריק איך מאטיוויר.
אבער... "אויף די שטיינדל איז פארמאכט די טיר".

א מענטש האט א מאשין ביקס.
וואס ווערט נאר שטערקער מיט זיין וואוקס.

ער קען אסאך שיסן אויפאיינמאל.
אבער צוריק גייען די קוילן קיינמאל.

קענסט דערנאך חרטה באקומען.
אבער קענסט עס אין לעבן נישט צוריק נעמען.

די וואסער וועט זיך אויסקלארן.
אבער אפילו דורך יארן.

קענסטו די שטיין נישט ארויסנעמען.
טיף אין הארץ ביי יענעם.

לאז נישט ברענגען חרטה פאר מארגן.
נאר טוה זיך היינט דערויף זארגן.

ווייל נאכדעם וואס יענער האט בלוט געשפיגן.
וועט וואס איז געווען קיינמאל נישט ביי אים ליגן.

מען טוהט צער פאר א צווייטן מאכן.
אביסעלע אויף דיין ביקס טוה וואכן.

עס קען אויסקוקן ווי גארנישט געשעהט.
אבער אינעם אפגרונד ווייט פון ווי די אויגן זעהט.

וועט בלייבן א שטיין.
וואס וועט צוריק נישט גיין.

דעם ווייטאג קען ער דערשטיקן.
אבער די שטיין וועט זיך פון דארט נישט ארויס רוקן.
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:09 pm ווען איר זעהט עפעס אינטערעסאנט, ביטע טיילט דאס מיט מיט די אידטיש איינוואוינער.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2582
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6978

Re: א פלאטשקע אין אייז קאלטע וואסער

פאוסט דורך פופציגער »

שטארק!

די לעצטע שורה געב נאר א פאררעכט. די שטיין וועט זיך נישט ארויסריקן דער לאך וועט זיך דאך יא איבערדעקן.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
אויסגעשארפטע בליי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 316
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
x 1383

Re: א פלאטשקע אין אייז קאלטע וואסער

פאוסט דורך אויסגעשארפטע בליי »

פופציגער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 8:09 pm שטארק!

די לעצטע שורה געב נאר א פאררעכט. די שטיין וועט זיך נישט ארויסריקן דער לאך וועט זיך דאך יא איבערדעקן.
פארראכטן
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:09 pm ווען איר זעהט עפעס אינטערעסאנט, ביטע טיילט דאס מיט מיט די אידטיש איינוואוינער.
אוועיטער
יוחנן כהן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 409
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
Location: אויפן בימה
x 1043

Re: א פלאטשקע אין אייז קאלטע וואסער

פאוסט דורך יוחנן כהן »

הערליך שיינע געפילן מיט א נקודה גוט ארויס געברענגט!!
אמת'ע געשיכטע! אפגעהאקט פון מיין גוטע חבר!

איפה @מיילעך פריילעך??
מיילעך פריילעך האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 29, 2025 2:52 am א טשעק אריין, א טשעק ארויס.
דאס איז מיין עלעקטראנישע פארמאט פון א פיצי ציפ.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1848
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 6085

Re: א פלאטשקע אין אייז קאלטע וואסער

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

זייער שיין דער צאמשטעל און מיקס
פון ווערטער מיט א ביקס

סיי דעם משל
און מוסר שלא להכשל
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
שרייב פאוסט