ערשטער באריכט פון דעם נייעם ווייסע-הויז פרעסע סעקרעטאר @מאניש בנבנשתי

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1924
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 3432

ערשטער באריכט פון דעם נייעם ווייסע-הויז פרעסע סעקרעטאר @מאניש בנבנשתי

פאוסט דורך פשוט און גראד »

פון @שלמה מולכו (א.וו)


אקעי, ווי יעדער האט שוין געהערט האט פרעזידענט ערוועלט טראמפ געשטעלט אונזער אלט באליבטן ידיד @מאניש בנבנשתי צו דינען אלטס נייע פרעס סעקרעטערי אין ווייסן הויז, אונז גיימיר אריבער צו די פרעסע צימער פאר א בריפינג.

———-
א גוטן אוונט יעדער איינער,

דער פרעזידענט האלט נאך אינמיטן פארטיילן אלע כיבודים לכבוד די גרויסע חתונה וואס האלט אינמיטן פארקומען, אנדערש ווי א געהעריגע חתונה וואס האט בלויז איין חתן און כלה, וויל די פרעזידענט דאסמאל חתונה מאכן אסאאאאך כעוורע אויפאיינמאל.. ווען די פרעזידענט האט אנגעהויבן מיט די קבלת פנים כיבודים, א שטייגער ווי מארקאוי רוביאוי זאל האלטן איין הבדלה אונטער די חופה און גאווערנער קריסטי נועם זאל האלטן די אנדערע הבדלה, האבן די וועטערער'ס אפגעאטעמט אז ס'קומט מן הסתם א לאנגווייליגע חתונה און מ'קען שוין אויסלעשן די לעקטער'ס פונעם זאל..

אט דעמאלטס האט טראמפ זיי געבעטן אויב זיי קענען אים האלטן זיין ביר, ער וויל מכבד זיין דשאן רעכטליף מיט די ערשטע ברכה, די כעוורע אין זאל האבן אנגעהויבן ציהן די אקסל'ן, און די פרעזידענט פרעגט זיי אויב זיי האבן נאך פלאץ אין זייער הענט צו האלטן נאך א ביר.. ווייל ער איז מכבד מייק האקאבי צו זיין די זינגער ביי די חתונה.. אקעי, דער עולם האט נאך געקענט דעס אראפשלינגען, ווי מ'זאגט דאס איז די גאנצע? אויף דעם חשבון קענען מיר האלטן א גאנצע קעיס ביר אויך.. אזוי?

דא האט ער באשלאסן צו מכבד זיין פיט העגסעט צו זיין די שפילער, און זאכן האבן אנגעהויבן גיין מזרח.. ס'האט זיך אנגעהויבן אביסל צווישענרופן שטילערהייט, מאנכע האבן זיך געווינקען איינער דעם צווייטן, דער פרעזידענט זעהנדיג ווי דער עולם איז אין בארירונג, האט זיי געפרעגט צו זיי קענען האלטן נאך א קעסטל ביר.. ווייל ער איז מכבד טאם האמען צו מעורר זיין דעם חתן ביי קבלת פנים.. דאן האט אנגעהויבן ווערן א טומל אין זאל, מאנכע האבן פשוט געוואלט נעמען א פליגער און אפטראגן קיין קאנאדא, און טאם האמען האט געאפערט הילף צו ארויפגיין די שטיגן אויפן פליגער אויב ס'קומט אן צו שווער..

דאן האט די פרעזידענט זיך אויסגעדרייט, און מיט א שמייכל רופט ער זיך אן, הער, איך ווייס אז עטץ קענטץ שוין נישט האלטן אזויפיל ביר אין די האנט, עטץ מעגטס עס שוין אראפלייגן, ס'וועט נישט שאדן.. ער איז מכבד טאלסי געבערד מיט כתובה ליינען.. די אויגן פון די פארזאמעלטע האט אנגעהויבן שווינדל'ן.. קיינער ווייסט שוין נישט וועלכע טאג ספירה מ'ציילט, און צו מ'לייגט די וואך א שליסל אויף די חלה אדער א ליכטמאן אויף א המן טאש..

דער פרעזידענט איז אבער נישט שטיל געווארן, ער רופט אויס מיט עקסטאז, די צוויי מחותנים וואס וועלן אונטער פירן וועלן זיין וויוועק מיט אילאן.. קיינער קלאטש שוין נישט, ס'הערשט אזא עד דלא ידע שטימונג אז עס דאכט זיך ווי ס'איז בכלל נישט פאני..

אה, האלט איין מינוט זאגט דער פרעזידענט, אר עף קעי איז מכובד מיט די ערשטע מצוה טאנץ! בום!!! אלע טעלער'ס פיש מיט קניידלעך האבן זיך א לאז געטוהן פון די טעצער אראפ אויף דער ערד.. די וועיטערערס האבן פלוצלינג באקומען פארקיסאנס ל''ע, די הענט און פיס הייבן אן מאכן ריקודין של סימכע..

מיטאמאל זאגט דער פרעזידענט, מעט געיטץ ווערט מכובד מיט בדחנות לכבוד די שמחה.. און פלוצלינג האבן אלע אלטגעזעסענע אין וואשינגטאן הבירה זיך אנגעהויבן שפירן ווי חתן כלה וואס מ'גייט אט אט אונטערפירן.. גייענדיג אין די קארידארן פונעם דזשאסטיס דעפארטמענט וואס איז מיר פערזענליך צום הארצן פאר ווער ס'ווייסט, קען מען שוין שפירן די ימים נוראים'דיגע לופט.. מ'הערט שוין שופר בלאזן אין קאנגרעס און אין סענאט.. אלווין ברעג מיט דשעק סמיט זאגן שוין למנצח לבני קורח.. לעטישע דזשעימס האט באשטעלט ספעציעלע נאכט קעסטלעך פון די קאמפעני פעמפערס וואס מ'טוט אן אין גאר שווערע מצבים, ווען אפילו די פיש אין וואסער ציטער'ן..ביי די פארמאסטיוקעל קאמפעניס שלאגט מען שוין כפרות אין גרויסן..

און מיט דעם מיינע פריינד, וועל איך ענדיגן מיין באריכט פאר היינט, מיר נעמען נישט קיין קשיות היינט, האצמעך א אלע א סימכעס פירעם!! מעיק אמעריקע גרעיט אגעין.
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 615
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1353

Re: ערשטע באריכט פון די נייע ווייסע הויז פרעסע סעקרעטער @מאניש בנבנשתי

פאוסט דורך פעיק ניוז »

🤣🤣
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
אוועיטער
אויסגעשארפטע בליי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 321
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
x 1418

Re: ערשטע באריכט פון די נייע ווייסע הויז פרעסע סעקרעטער @מאניש בנבנשתי

פאוסט דורך אויסגעשארפטע בליי »

😂
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:09 pm ווען איר זעהט עפעס אינטערעסאנט, ביטע טיילט דאס מיט מיט די אידטיש איינוואוינער.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2884
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8161

Re: ערשטע באריכט פון די נייע ווייסע הויז פרעסע סעקרעטער @מאניש בנבנשתי

פאוסט דורך פופציגער »

😂😂
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 615
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1353

Re: ערשטע באריכט פון די נייע ווייסע הויז פרעסע סעקרעטער @מאניש בנבנשתי

פאוסט דורך פעיק ניוז »

מער פון אונזער נייעם פרעסע סעקרעטאר:


נעכטן איז דער פרעזידענט געגאנגען מבקר חולה זיין פרעזידענט ביידן, מר' ביידן האט געוויזן פאר די פרעזידענט זיינע אמאליגע קאלעגעס אין סענאט פאר ארום 150 יאר צוריק..

דערנאך איז געווארן אויסגעשמועסט די רעיון פון נעמען ביידן אלץ צער פון די סיניער סיטיזענס פאר דעמענשיע אפטיילונג אין די טראמפ אדמיניסטראציע אלץ הכרת הטוב פארן זיך אזוי שיין צושטעלן צו אלע קאמפיין עד'ס ווען מ'האט געברויכט, און טיילמאל ווען ס'האט אויסגעזעהן אז די קאמפיין איז דערנאך איז מר' ביידן געקומען די לעצטע מינוט ממש ווי א הצלה העלד, און געראטעוועט דעם קאמפיין..

ביים סוף פונעם באגעגעניש, האט די פרעזידענט געוויזן פאר ביידן ווי מ'גייט ארויס, ער האט מיט אים אינאיינעם גע'חזר'ט דעם וועג ארויס פון ווייסן הויז ער זאל עס געדענקן.. און פון דארטן איז די פרעזידענט געגאנגען באזוכן די גרעסטע אמעריקאנע משוגעים הויז וואס איז דא אין אמעריקא.. די פרעזידענט האט פרובירט צו אינטערווינען אויב זיי וואלטן אפשר צוריקגענומען ביידן צו זיצן לעבן מיטש מעקאנעל און נענסי פעלאויסי זיך צו קענען אביסל אפרוהן פון די שווערע קאמפיין.. די פרעזידענט האט געזעהן פון די נאנט וויפיל אמעריקאנע בהמות אמעריקא האט אין זייער סענאט אינווענטארי, און ער האט איבערגעלאזט דברי ברכה וחיזוק..

היינט וועלן מיר נישט נעמען קיין קשיות.. גוטע נאכט עווריוואן..
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 615
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1353

Re: ערשטע באריכט פון די נייע ווייסע הויז פרעסע סעקרעטער @מאניש בנבנשתי

פאוסט דורך פעיק ניוז »

נאך:


ביידן ביים ווייזן פארן פרעזידענט זיינע אמאליגע קאלעגן אין סענאט ווען ער האט דארט געארבייט בערך 150 יאר צוריק
GcSxhZxWEAAqvAx.jpeg
GcSxhZxWEAAqvAx.jpeg (196.6 KiB) געזען געווארן 466 מאל

ביידן ביים ווערן אינטערוויאט פאר די סיניער סיטיזען צער פון אמעריקא
GcSxhZxXAAA56xj.jpeg
GcSxhZxXAAA56xj.jpeg (183.1 KiB) געזען געווארן 466 מאל
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 615
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1353

Re: ערשטע באריכט פון די נייע ווייסע הויז פרעסע סעקרעטער @מאניש בנבנשתי

פאוסט דורך פעיק ניוז »

די פרעזידענט ביים ווייזן דעם וועג ארויס פאר ביידן

GcSxhZ1XoAAEVqK.jpeg
GcSxhZ1XoAAEVqK.jpeg (108.81 KiB) געזען געווארן 466 מאל
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 615
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1353

Re: ערשטע באריכט פון די נייע ווייסע הויז פרעסע סעקרעטער @מאניש בנבנשתי

פאוסט דורך פעיק ניוז »

פרעזידענט ווינקט פאר זיין ראטגעבער אין די בעק, נעבעך, קוק אן דעם אלטן זכר, דער זעהט דאך אויס שלא מעלמא הדין.. ברענג אים א פלעשל וואדקא זיך צו דערכאפן דאס הארץ..


GcR3g_ZXQAEFK9f.jpeg
GcR3g_ZXQAEFK9f.jpeg (266.32 KiB) געזען געווארן 466 מאל
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 615
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1353

Re: ערשטע באריכט פון די נייע ווייסע הויז פרעסע סעקרעטער @מאניש בנבנשתי

פאוסט דורך פעיק ניוז »

די פרעזידענט בעהט זיך ברחמים ובתחנונים פון מר' ביידן ער זאל אים צוריקגעבן זיין הענט, ווייל אויב וועט עס נישט גיין מיט שיינעם, וועט ער אים ארויסשלעפן די האנט פון זיין שווערד האלטער..

GcR3jtRW8AAolys.jpeg
GcR3jtRW8AAolys.jpeg (269.43 KiB) געזען געווארן 464 מאל

דו באקומסט די יאר די מעדאל אויף האנאר פון די גרעסטע פערד אין סענאט האט די פרעזידענט געוויזן אויף לינזי גרעהעם מיט עקסטאז..

GcR01vDW8AQZMd7.jpeg
GcR01vDW8AQZMd7.jpeg (170.71 KiB) געזען געווארן 464 מאל
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 615
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1353

Re: ערשטע באריכט פון די נייע ווייסע הויז פרעסע סעקרעטער @מאניש בנבנשתי

פאוסט דורך פעיק ניוז »

די פרעזידענט בעהט יעדער זאל זיך אויפשטעלן קלאטשן פאר מיטש מעקאנעל פארן פארלאזן דעם סענאט, און גיין צוזאמען מיט ביידן עסן ניסלעך אין א נוירסינג האוים עראוינד די קארנער..

GcR01vBW8Akjcp2.jpeg
GcR01vBW8Akjcp2.jpeg (145.79 KiB) געזען געווארן 464 מאל
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 615
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1353

Re: ערשטע באריכט פון די נייע ווייסע הויז פרעסע סעקרעטער @מאניש בנבנשתי

פאוסט דורך פעיק ניוז »

נענסי פעלאויסי וואס איז יעצט 84 יאר און ליידט נאכנישט פון אלע מעלות וואס ביידן האט אנטוויקלט אינעם ווייסן הויז, האט געפיילט פאר ריעלעקשאן אין 2026, דאס מיינט אז ווען זי וועט דעמאלטס זיין אין סענאט די ערשטע יאר דינענדיג אין אמט וועט זי זיין 87 יאר..

איי וואס האט דאס מיט אונזער פרעזידענטליכע באריכט? ווייל די פרעזידענט קלערט ערענסט איר צו נעמען פאר וויצע סעקרעטאר פון אלע בתי חיים אין וואשינגטאן די סי.. די טשיף סעקרעטאר איז שוין פארנומען דורך פרעזידענט קארטאר..
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
פעינטיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 413
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:23 pm
x 1327

Re: ערשטע באריכט פון די נייע ווייסע הויז פרעסע סעקרעטער @מאניש בנבנשתי

פאוסט דורך פעינטיג »

:lol: :lol: :lol: :lol:
אוי באשעפער... געמיר צירוק מיין אטעם.....
אוועיטער
פעיק ניוז
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 615
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1353

Re: ערשטע באריכט פון די נייע ווייסע הויז פרעסע סעקרעטער @מאניש בנבנשתי

פאוסט דורך פעיק ניוז »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 15, 2024 12:07 am :lol: :lol: :lol:

@פעיק ניוז!!!

פיין צעחושט.
@מאניש בנבנשתי
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
שרייב פאוסט